צורת הרה"ק בעל ישמח משה זי"ע סגולה להינצל

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ספרים שטוב
שר חמש מאות
תגובות: 804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 01, 2019 10:16 pm

Re: צורת הרה"ק בעל ישמח משה זי"ע סגולה להינצל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ספרים שטוב »

א "ספרים שטוב" קען זיין אין א שטוב, עס קען אויך זיין אין א מח.
אז איך האב נישט פלאץ אין מיין שטוב דערפאר, וועט מען עס מוזן פלאצירן אין מח.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28203
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: צורת הרה"ק בעל ישמח משה זי"ע סגולה להינצל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

יישר כח
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9980
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: צורת הרה"ק בעל ישמח משה זי"ע סגולה להינצל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

טשאלענט האט געשריבן:
מחשב האט געשריבן:
מונאוויטש האט געשריבן:
מחשב האט געשריבן:
איציק מעכל האט געשריבן:הער צו צו די מעשה
מען האט עס דערציילט פארן ישמח משה אז מען האט געמאכט א פעינטינג האט דער ישמח משה געענטפערט:
"א נער בלייבט א נער אבער דער מקח בלייבט א מקח"


איך קען די עשה בלויז אז דער 'ייטב לב' האט עס געזאגט ביי די הושענא רבה דרשה, און ווען דער עולם האט אנגעפאנגען צו שטראמען, האט ער געפרעגט דעם עולם פארוואס מ'קומט, און ווען זיי האבן אים געזאגט וואס ער האט געזאגט האט ער זיך גע'חידוש'ט דערויף אז ער געדענקט גארנישט וואס ער האט געזאגט, און אויף דעם ארויף האט ער געזאגט די מימרא "נאר בלייבט נאר, מקח בלייבט מקח".

האט גארנישט מיט קיין בילד. דער עולם האט געמאכט בילדער, די צייטונגען האבן אריינגעלייגט בילדער, אבער נישט אויף דאס איז ארויפגעגאנגען די מימרא.

נו, רבי נפתלי'טשע זצ"ל איז מחולק מיט אייך.


נישט מיט מיר, נאר מיט דער וואס האט מיר דאס פארציילט, אדער מיט ווי אזוי מ'פארציילט די מעשה אין סאטמאר (כ'מיין אז אזוי שטייט אין ספה"ק מושיען של ישראל..).

איך נעם פארשטייט זיך נישט קיין שטעלונג.

איך האב געהערט די מעשה מיט יארן צוריק פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א) אז די מעשה איז געווען מיט'ן ייטב לב זי"ע, און לויט די יארן מאכט עס מער סענדז ווייל אין די ייטב לב'ס צייטן איז געווען די מגיפה פון כולעריא

ליגט מיר אויך אין קאפ אז מהר"א דערציילט עס מיטן ייטב לב ווי ער האט עס געזאגט ביי הושנענא רבה דרשה אז ווער ס'וויל זען ניצל ווערן פון די מגפה זאל זען זיין צורה
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
ab frid
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 14, 2019 3:16 pm

Re: צורת הרה"ק בעל ישמח משה זי"ע סגולה להינצל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ab frid »

געהערט אז רבי שלמה יעקב געלבמאן האט יארן געזוכט דעם צייטונג מיט די בילד פון ייטב לב, און האט דאס נישט געטראפן
Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4032
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: צורת הרה"ק בעל ישמח משה זי"ע סגולה להינצל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

מונאוויטש האט געשריבן:איך ציטיר וואס איך האב געשריבן דא אין מיין נסיעה לאונגארן טאג בוך.


— ערב שב"ק טהרה.

אוהעל, אונגארן:


...

איינער פון פארזאמלטע האט איבערגעגעבן א וואונדערליכן סיפור, א פערזענליכע בדידיה הוה עובדא וואס עס האט דערציילט הרה"ח ר' שלמה זלמן ווירצבערגער ע"ה, מחשובי חסידי סאטמאר פון בני ברק יצ"ו. (איך שרייב נאר דעם שפיץ פון די עובדא מפי זכרון. מעגליך אז איך האב אויסגעלאזט געוויסע פרטים וואס איך געדענק נישט אזוי קלאר.

(עיין בספה"ק ישמח משה שלהי פרשת תצוה דרוש נפלא על מאמר חז"ל גדולים צדיקים במיתתן יותר מבחייהן, עיי"ש. זכותו יגן עלינו.)


א הפלהדיגע מעשה, אינטערעסאנט אז ער האט נישט געזעהן דעם בילד פארן קריג

די מיינסט דעם שטיקל ישמח משה וואס הענגט אינעם שול אין איהעל? מיר דאכט זיך אז עס שטייט דארט איינע פין די זומער סדרהס
אידיש.טייפינג
שר חמש מאות
תגובות: 946
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2012 12:29 pm

Re: צורת הרה"ק בעל ישמח משה זי"ע סגולה להינצל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידיש.טייפינג »

אלטער האט געשריבן:
טשאלענט האט געשריבן:
מחשב האט געשריבן:
מונאוויטש האט געשריבן:
מחשב האט געשריבן:
איך קען די עשה בלויז אז דער 'ייטב לב' האט עס געזאגט ביי די הושענא רבה דרשה, און ווען דער עולם האט אנגעפאנגען צו שטראמען, האט ער געפרעגט דעם עולם פארוואס מ'קומט, און ווען זיי האבן אים געזאגט וואס ער האט געזאגט האט ער זיך גע'חידוש'ט דערויף אז ער געדענקט גארנישט וואס ער האט געזאגט, און אויף דעם ארויף האט ער געזאגט די מימרא "נאר בלייבט נאר, מקח בלייבט מקח".

האט גארנישט מיט קיין בילד. דער עולם האט געמאכט בילדער, די צייטונגען האבן אריינגעלייגט בילדער, אבער נישט אויף דאס איז ארויפגעגאנגען די מימרא.

נו, רבי נפתלי'טשע זצ"ל איז מחולק מיט אייך.


נישט מיט מיר, נאר מיט דער וואס האט מיר דאס פארציילט, אדער מיט ווי אזוי מ'פארציילט די מעשה אין סאטמאר (כ'מיין אז אזוי שטייט אין ספה"ק מושיען של ישראל..).

איך נעם פארשטייט זיך נישט קיין שטעלונג.

איך האב געהערט די מעשה מיט יארן צוריק פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א) אז די מעשה איז געווען מיט'ן ייטב לב זי"ע, און לויט די יארן מאכט עס מער סענדז ווייל אין די ייטב לב'ס צייטן איז געווען די מגיפה פון כולעריא


ליגט מיר אויך אין קאפ אז מהר"א דערציילט עס מיטן ייטב לב ווי ער האט עס געזאגט ביי הושנענא רבה דרשה אז ווער ס'וויל זען ניצל ווערן פון די מגפה זאל זען זיין צורה


דער ייטב לב האט נישט געהייסן מאכן בילדער פון זיין צורה, ער האט געהייסן מען זאל זיך פאָרשטעלן זיין צורה!
איז געקומען איינער און געמאָלן זיין צורה און דאס פארקויפט!
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2905
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

Re: צורת הרה"ק בעל ישמח משה זי"ע סגולה להינצל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

אויב די מעשה איז טאקע געוועזן ביי מרן הרה"ק הייטב לב זצ"ל, איז עס נישט געווען ביי די באקאנטע כאלערע עפידעמיע אין תקצ"א. דער ייטב לב איז נאך דאן געווען א אינגערמאן.
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: צורת הרה"ק בעל ישמח משה זי"ע סגולה להינצל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

"יצייר לעצמו תואר צורתו"

די סגולה ארבעט דורך דעם וואס מען מאלט זיך אויס אין די מחשבה די צורה. אפגעזען צי מען האט אים געזען בחייו, צי ער לעבט שוין נישט, צי מתוך א בילד. די סגולה איז "נישט" די ראיה (וואס דעמאלס קען מען אנפאנגן א דיון צי א בילד - אפילו עס זאל זיין הייליג הייליג - הייסט געזען), די סגולה איז דאס אויסמשל'ן דעם תואר צורתו אין די מחשבה, נישט קיין חילוק פון וואו מען האט באקומען די אינפארמאציע וויאזוי דער תואר צורתו זעהט אויס.

איינער מיט א בילד פון יטב לב?
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
איציק מעכל
שר מאה
תגובות: 204
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 11:44 pm

Re: צורת הרה"ק בעל ישמח משה זי"ע סגולה להינצל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איציק מעכל »

איך מיין ביי דעם איז נישטא קיין חילוקי דיעות אויב דאס איז פון הרה"ק ישמח משה זי"ע
אטעטשמענטס
שמירה.jpeg
שמירה.jpeg (90.29 KiB) געזען 949 מאל
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35432
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: צורת הרה"ק בעל ישמח משה זי"ע סגולה להינצל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

איציק מעכל האט געשריבן:איך מיין ביי דעם איז נישטא קיין חילוקי דיעות אויב דאס איז פון הרה"ק ישמח משה זי"ע

דאס איז א צוזאמענגעשטעלטע זאך, די אויבערשטע העלפט איז נאך פון אר"י הק'.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35432
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

פון קול התאחדותנו די פארגאנגענע וואך
אטעטשמענטס
קול התאחדותנו ויקרא תשפ1.pdf
(453.24 KiB) געווארן דאונלאודעד 83 מאל
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9980
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

farshlufen האט געשריבן:פון קול התאחדותנו די פארגאנגענע וואך

קומט אויס אז די צורה פון דעם ישמח משה איז פונקט אזוי גוט, ווייל די צורה פון דעם ייטב לב איז געווען דומה צום ישמח משה... און דאס איז זיין גאנצער טייטש פון דמתה לתמר...
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3143
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

Re: צורת הרה"ק בעל דברי יואל זי"ע סגולה להינצל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

לפי זה דארף דער צורה פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע אויך צו העלפן אלס דער זעלבע סגולה, ובחדא מיכתי אויך דער צורה פונעם מהרש"א וכדלהלן:

מושיעין של ישראל ח"א דף קצז:
1) כה תיאר פעם זקן א' מעדת האשכנזים מתלמידי המהר"ם שיק זצ"ל שהכיר את הייטב לב והפליא את דמות תוארו וכו' וסיים אם תרצו לראות תוארו וכו' תתבוננו בפני נכדו (רבינו זצ"ל) שהוא דומה ממש לזקינו. (מפי רנ"י מייזעלס).

2) הגה"צ הרמ"ד לאפאש היה אומר שלא רק בצורתו דומה רבינו להייטב לב כי אם בכל תנועותיו והליכותיו בתוארו ובקומתו.

3) גם שאר תלמידי הייטב לב (ר' דוד יצחק שו"ב מטעטש, ר' יוסף לאפאשער, ר' יודא אליעזר עלעק מקראלי, ועוד) היו אומרים כי מי שרוצה להכיר את הייטב לב יסתכל בצורתו של רבינו זצ"ל.

עכ"פ דער רבי זצ"ל האט געהאט דער צורה פון ייטב לב, יעצט לאמיר גיין א טריט ווייטער.

לגבי דער באקאנטע מעשה פון 'ישמח משה' אז אלע דריי האבען געזאגט תורה אלץ לא ימוש מפיך ומפי זרעך ומפי זרע זרעך (עי' קונטרס תפלה למשה, ייטב לב פ' ויחי, ופ' ראה עה"פ לא תעשון), שטייט אין ספר תולדות קול אריה אז דער שאמלויע רב האט דערציילט, אז ווען דער ייטב לב האט געענדיק זיין תורה, האט דער ישמח משה משה געזאגט אויף זיין זיין אייניקעל דער ייטב לב: "קוקט איהם נאר אן, ער זעהט אויס פונקט ווי איך".

אין ספר גדולת יהושע ברענגט מען צו בשם דער נאסויד'ער רב אז ער האט געהערט מפי מגידי אמת וואס האבן דערציילט אז זיי האבען געזעהן אלע דריי (ישמח משה, ר' אלעזר ניסן, ייטב לב) און אלע דריי האבען טאקע אויס געזעהן דער זעלבע.

אויך איז מפורסם (?) אז דער ייטב לב האט אויס געזעהן קארק און גענוי ווי דער ישמח משה בכל הפרטים.

איז אזוי דער רבי זצ"ל האט אויס געזעהן ממש ווי דער ייטב לב וואס האט אויס געזעהן פונקטליך ווי דער ישמח משה, יעצט לאמיר פארן נאך ווייטער.

אין ספר צדיק כתמר יפרח ווערט געברענגט בשם דער בעל דברי יחזקאל משינאווא וואס האט געזאגט אז זיו איקוניו פון ישמח משה איז דומה לצורת זקינו דער מהרש"א.

אין אנדערע ווערטער דער רבי זצ"ל האט אויס געזעהן פונקטליך ווי זיין זיידע דער מהרש"א זצ"ל.

לסיכום: נו אויב א געמאלענע – ווארשיינדליך נישט 100%'דיגע - בילד פונעם ישמח משה קען העלפן, דארף דאך א בילד פונעם רבי'ן זיכער צו העלפן.
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9980
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: צורת הרה"ק בעל ישמח משה זי"ע סגולה להינצל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

איך פראביר ציזאמשטעלן דעם בולד פון דעם ישמח משה מיטן בולד וואס איך קען פון רבי'ן זצ"ל, אבער איך מיין אז ס'שטומט נישט אזוי...
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3143
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

Re: צורת הרה"ק בעל ישמח משה זי"ע סגולה להינצל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

צורתם של צדיקים
אטעטשמענטס
satmer.png
satmer.png (239.5 KiB) געזען 827 מאל
צורת המהרשא.PNG
צורת המהרשא.PNG (162.83 KiB) געזען 831 מאל
לעצט פארראכטן דורך ישלהוסיף אום דינסטאג מארטש 31, 2020 12:25 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2330
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: צורת הרה"ק בעל ישמח משה זי"ע סגולה להינצל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

פאר דעם צאמשטעל, קענט איר שוין ברענגען אויך די בילדער פון די נעפיו'ס האדמורי"ם...
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2905
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

Re: צורת הרה"ק בעל ישמח משה זי"ע סגולה להינצל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

מ'ברויך וויסן "וויאזוי" מ'קוקט אויף א צורה...

עי' בספה"ק דברי יואל עה"ת פרשת תולדות, עמוד תקנ"א.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35432
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
blue moon
שר חמש מאות
תגובות: 852
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 02, 2016 4:45 pm

Re: צורת הרה"ק בעל ישמח משה זי"ע סגולה להינצל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך blue moon »

אזוי ווי עס איז דא א מימרא אז דער הייליגער ישמח משה האט געזאגט אז זיין צורה איז מסוגל ניצל צו ווערן בשעת המגיפה,
און ביי אונזערע מקומות האט מען געוואוסט אז א בילד איז (אפי' פון צדיקים) איז נישט אויס געהאלטן, ע"כ קלער איך מפרסם צו זיין אביסל תורת פון הייליגען ישמח משה אויף אידיש, דאס איז וועט זיכער דינען אלץ א בילד פונעם צדיק, ושפשותיו יהא דובבות בקבר, לזכות רפואת כל חולי ישראל.
ביטע לאזט מיר וויסען אויב איר האלט מיט.
--------------------------------------------------------------------------
וזה החלי בסייעתא דשמיא
לעילו נשמת רבינו הקדוש משה בן צבי הירש, זכתו יגן עלינו ועל כל ישראל.
-------------------------------------------------------------------------------------
פרשת ויקרא – צו:
ואם האכל יאכל וגו' ביום השלישי לא ירצה, המקריב אותו לא יחשב פיגול יהיה וגו'. רש"י טייטשט אז דאס גייט ארויף אויף דעם כהן, דהיינו אויב דער כהן האט אינזינען בשעת שחיטה אז מען גייט עסען די פלייש און דריטן טאג, דאן איז די קרבן פיגול.
ראשית דארף מען פארשטייין, וויבאלד עס שטייט שוין ביום השלישי לא ירצה, פאר וואס דארף שטיין נאכאמאל המקריב אותו לא ירצה? דהיינו אויב די פסוק זאגט שוין ביום השלישי לא ירצה, מיינט דאס דאך אז די קרבן איז נישט באוויליגט פארן אויברשטען, טא פארוואס דארף די פסוק נאכאמאל זאגען המקריב אותו לא ירצה.
צווייטענס דארף מען פארשטיין וויאזוי האט דאס געקענט פאסירן אז די כהן וואס שטייט און ביהמ"ק מקריב צו זיין די קרבנות פאר כלל ישראל, זאל האבן אזאנע שלעכטע מחשבות, נגד רצון השם, דהיינו מען וועט עסען די פלייש פונעם קרבן און א צייט וואס א צייט וואס די תורה אסר'ט? רעדט מען דען דא פון רשעים? אדער א מומר להכעיס ח"ו? מסטמא זענען דאך אלע כהנים געווען ערליכע אידן, עס שטייט דאך אין בודקין מן המזבח ולמעלה.
כדי צו פאר-ענטפערען, דארף מען באמת פארשטיין די גאנצע ענין פון קרבנות, די קדמונים פרעגען שוין, אויב דער מענטש האט זיך פארזונדיגט פארן אויבערשטען, וואס איז דען די בהמה שולדיג? פארוואס זאל מען שחט'ן א בהמה?
איז דער הייליגער ישמח משה מסביר אז דער גאנצער ענין פון קרבנות איז מרמז צו זיין דעם מענטש דעם געדאנק פון השתעבדות הפחות לנכבד, (הערות הכותב: דהיינו אז וועלט איז אויס געשטעלט מיט דומם, צומח, חי, מדבר, ועל כולם איז דא דער חלק אלוקי. דומם איז די נידריגסטע, ע"כ איז די צומח זיך משתעבד מיט'ן דומם. דער חי עסט און לעבט פונעם פונעם דומם און פונעם צומח, דער מדבר עסט און האדעוועט זיך פון די דומם צומח חי, ועל כולם דארף'ן קומען די אלע כוחות און דינען דעם חלק אלקי, כביכול). ווען איינער זונדיגט, האט ער דער מיט געוויזען אז ער האט פארמישט די סדר, ער האט זיך ח"ו מתחצף געוועהן קעגען דעם חלק אלקי כביכול,ר"ל. ע"כ האט דער אייבערשטער געגעבן אן עצה ברוב רחמיו וחסדיו, אז דער מענטש וואס האט געזינדיגט זאל ברענגן א קרבן, און דורך דעם אריין טראכטען אז באמת וואלט ער זיך געדארפט שחט'ן פארן אויבערשטען, נאר מען שחט די בהמה אלץ דעם געדאנק פון השתעבדות הפחות לנכבד, און נאר פאר דעם האט מען מיר מתיר געוועהן צו שחט'ן א בהמה, נפש תחת נפש, כדי די גאנצע בריאה זאל צוזאמען דינען דעם איינציגען בורא כל העולמים.
דאס איז דער געדאנק פון קרבנות.
ווען א מענטש טראכט דאס ריכטיג אריין, אז מאדאך איך קען זיך משתלט זיין אויף די בעלי חיים, וואס איך האב זיי נישט באשאפן, איך האב זיי נישט געגעבן דאס לעבן, איז זיכער אז דער מענטש וואס לעבט נאר מיט חסדי ה' יעדע רגע, דער אייבערשטער האט אים געמאכט מאין ליש, ער האט אים געגיבן אלדאס גוטס, ער נעמט נישט אראפ זיין השגחה פון אים קיין איין רגע, דארף דאך זיכער זיין נכנע פארן אייבערשטען, דורך דעם קומט ער צו צו א ריכטיגע התעוררת תשובה, ער וועט צורייסן זיין הארץ אויף שטיקער, ער וועט ביטערליך חרטה האבן אוף אלע חטאים ופשעים מיט א תשובה שלימה, און נאר יעמאלט איז די קרבן באוויליגט פארן אויבערשטען.
וואס טוט זוך אויב א מענטש טראכט נישט אריין?


המשך יבא……………………………
אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

Re: צורת הרה"ק בעל ישמח משה זי"ע סגולה להינצל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוקר »

איך זעה דא עס טוהט זיך וועגן די מעשה בשם הרה"ק מבאבוב האבן מיר נאכגעקוקט און בית צדיקים יעמוד (ליקוט פון סיפורי צדיקים וואס הרה"ק הנ"ל האט פארציילט) און עס שטעלט זיך ארויס אז ער האט אויך פארציילט די מעשה פון הרה"ק בעל ייטב לב זי"ע און אויך די מעשה פון הרה"ק בעל ישמח משה זי"ע און עס איז לכאורה צוויי אנדערע מעשיות

סיפור של הישמח משה -בית צדיקים יעמוד חלק ג דף מו
סיפור של הייטב לב -בית צדיקים יעמוד חלק ב דף קב
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2905
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

Re: צורת הרה"ק בעל ישמח משה זי"ע סגולה להינצל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

חוקר האט געשריבן:איך זעה דא עס טוהט זיך וועגן די מעשה בשם הרה"ק מבאבוב האבן מיר נאכגעקוקט און בית צדיקים יעמוד (ליקוט פון סיפורי צדיקים וואס הרה"ק הנ"ל האט פארציילט) און עס שטעלט זיך ארויס אז ער האט אויך פארציילט די מעשה פון הרה"ק בעל ייטב לב זי"ע און אויך די מעשה פון הרה"ק בעל ישמח משה זי"ע און עס איז לכאורה צוויי אנדערע מעשיות

סיפור של הישמח משה -בית צדיקים יעמוד חלק ג דף מו
סיפור של הייטב לב -בית צדיקים יעמוד חלק ב דף קב

יש"כ!
עד שיבא החוקר ויכריע ביניהם.
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3143
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

Re: צורת הרה"ק בעל ישמח משה זי"ע סגולה להינצל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

אביונה האט געשריבן:פאר דעם צאמשטעל, קענט איר שוין ברענגען אויך די בילדער פון די נעפיו'ס האדמורי"ם...


איך האב געזוכט א בילד פון דער רבי זי״ע וואס ענדעלט דאס מערסטע צום בילד פון דער ישמח משה, אויב טרעפסטו א בעסערס דאן...
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3143
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

Re: צורת הרה"ק בעל ישמח משה זי"ע סגולה להינצל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

חוקר האט געשריבן:איך זעה דא עס טוהט זיך וועגן די מעשה בשם הרה"ק מבאבוב האבן מיר נאכגעקוקט און בית צדיקים יעמוד (ליקוט פון סיפורי צדיקים וואס הרה"ק הנ"ל האט פארציילט) און עס שטעלט זיך ארויס אז ער האט אויך פארציילט די מעשה פון הרה"ק בעל ייטב לב זי"ע און אויך די מעשה פון הרה"ק בעל ישמח משה זי"ע און עס איז לכאורה צוויי אנדערע מעשיות

סיפור של הישמח משה -בית צדיקים יעמוד חלק ג דף מו
סיפור של הייטב לב -בית צדיקים יעמוד חלק ב דף קב


בית צדיקים יעמוד ח״ב דף קב רעדט איז א מעשה פון דברי יחקאל ביי ר׳ דוד׳ל טאלנער... דער מעשה פון ייטב לב איז בכלל נישט דערמאנט אין די דריי בענדער פון בית צדיקים יעמוד.
אבן יקרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

Re: צורת הרה"ק בעל ישמח משה זי"ע סגולה להינצל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבן יקרה »

סאיז ערשינען גליון דברות קודש פון הרה"ק מהרנ"צ מבאבוב די וואך מיט די גאנצע פילע דיבורים.

ס'איז צו גרויס די פייל ארויף ברענגען אהער.
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3143
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

Re: צורת הרה"ק בעל ישמח משה זי"ע סגולה להינצל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

אבן יקרה האט געשריבן:סאיז ערשינען גליון דברות קודש פון הרה"ק מהרנ"צ מבאבוב די וואך מיט די גאנצע פילע דיבורים.

ס'איז צו גרויס די פייל ארויף ברענגען אהער.


ס׳איז אויף לדעת, ברענג אהער דעם לינק.
שרייב תגובה

צוריק צו “קאראנא וויירוס”