איך זעה אז מען לייקנט שוין די האלאקאוסט,
ברענג איך אראפ איינצעלנע תגובות, א ליקוט נאר פון די ערשטע 10 זייטן פון די אשכול
חושב מחשבות... האט געשריבן:עת צרה היא ליעקב... וממנה יושע
קבל את האמת ממי שאומרו.
כידוע שטיי מיר יעצט אינמיטן די קרונה סיטועישאן,
וואס ממש אין בית אשר אין שם....
אלץ אן עסקן וואס ארבעט שוין נאנט מיט הצלה די לעצטע שטיק צייט, וויל איך מעורר זיין אין מרעיש עולמות זיין, אויף ווי אזוי מיר זעהן דעים מצב.
געלייגט אין א זייט אלע חילוקי דעות פון יא דאווענען מיט מנין, נישט דאווענען מיט מנין, מען הרגט אנדערע בידיים וכו.
וואס אמאל איז זיכער, אז עס האט זיך געשאפן יעצט א נייע מציאות, אין די שפיטעלער פון אפסטעיט ניו יארק, (מאנסי מאנרוי וועסשעסטער, והגלילות, אז מען לאזט בשום אין אופן שבעולם, נישט האבן קיין שום קאמיניקעישאן מיט די פעישענט'ס, אין ווי עס קיקט יעצט אויס, (הלוואי זאל איך נישט גערעכט זיין), שטארבן פון דעם אויס רובא דרובא דארטן נעבעך,
אין די רגע וואס מען האט נישט קיין מציאות שבעולם, צו וויסן וואס מען טוהט מיטן חולה אין שפיטאל, אפילו אין פרידנס צייטן, וכל שכן יעצט ווען די דאקטורים האבן נישט קיין שום אינטרס אז די חולה זאל בלייבן לעבן, פארוואס זאלן זיי זיך אנשטרענגען, עס איז יעצט די מציאות פון ווען הצלה פירט אריין א חולה אין שפיטאל, קען מען קיין שום עקססעס נישט האבן מיר מיט קיינעם, ביז מען ריפט חברה קדישא....
די טויט רעיט יעצט אין די ניו יארקע שפיטעלער, האלט ביי 99.99 פערצענט,
רבונו של עולם, ווי זענען אינזערע עסקנים, קנאקערס, וואס זאלן פרובירן מרעיש עולמות זיין אז מען זאל מיזן צולאזן כאטשיג איין מענטש פון די קאמיונוטי אין יעדע שפיטאל, וואס זאל קענען צוקומען, זעהן, מודיע זיין פאר די פעמולי, וואס עס טוט זיך מיט די חולה די גאנצע צייט.
מיט די גאנצע שטארקייט פון די מחלה, איז נישט מעגליך אז מען שטארבט תיכף ומיד, נאכן אנקומען אויף א רעספירעיטאר,
אין אויב א משפחה מיטגליד וויל זיין מיט די עלטערן אין די שווערסטע מינוטן, מיט וואס פאר א רעכט זאגט מען ניין, ער קען זיך אויך אנטוהן א גאנצע יוניפורם מיט א מאסק, אבער צו לאזן עלטערן אויסגיין אן זיין מיט די קינדער, איז נאכנישט געווען אין די היסטוריה פון אמעריקא, (אין עס איז ווארשיינליך קעגן פעדעראלן געזעץ),
א עלטערע מענטש אין אזא מצב בכלל האט נישט די כוחות צו פייטן די מחלה, אויב מען נעמט צו די נאנטע פון זיי.
ווי אויך זאל די שפיטאל מיזן ארויסגעבן א וידיאו פאר די משפחה, אויב חלילה וחס א משפחה מיטגליד ווערט נפטר, אין מען זאל קענען זעהן ווי אזוי די טריטמענט איז צוגעגאנגען,
לאמיר איבערדרייען די שטאט, מיטן כח האחדות, אין אלע עסקנים, פאליטישאנס, חברים, שומרים, קול מבשר, פערלס, לאמיר שוין ווייזן פאר די שטאטישע טאטעס, אז אינז קערן פאר אינזערע נאנטע, אין מיר זענען נישט גרייט זיי צו לאזן אויסשטארבן, מיטן תירוץ פון מגיפה,
יעדער איינער וואס האט נאר הענט אין פיס, זאל מאכן א איבערקערעניש,
אין מיינטס נישט אז די שפיטעלער, אין פאליטישאנס, מיינען אינזער טובה, זיי זענען פיל מיט זייערע אינטערעסן,
די הנהגה אין די שפיטעלער יעצט איז להבדיל ווי ביי מענגעלעס צייטן, א דאקטאר האט נישט מורא יעצט פין קיין שום לאו סוטס, "ווייל עס איז קאראנא" אינטערסאנט אבער נאר אין איטלי' אין אין ניו יארק, איז דא אזא גרויסע זיכערע שנעלע טויט רעיט, קאראנא נעמט לענגער ביז עס הארגט די מענטש, והא ראי' די אלע וואס ווילן נישט גיין אין שפיטאל, אפילו מיט א שווערען אטעם, קומען אן בעסער ווי אין שפיטאל. פרעגטס אייער לאקאל הצלה מאן.
לאמיר מקיים זיין ידינו לא שפכו את הדם הזה........
מיר מוזען מרעיש עולמות זיין דורך רופען, שרייבען אין אפשר אפילו אויך פראטעסטירען אז יעדע שפיטאל זאל לכל הפחות לאזן איין מענטש פון די קאממיוניטי אריין גיין, און מען זאל אויפשטעלן קאממענד צענטערס ווי משפחות און קרובים זאלן קענען דורך דעם באקומען אינפארמעישאן אויף זייערע באליבטע.. רבותי וועקטס ענק אויף, איך רעד פון אייגענע עקספיריענס וואס האט יעצט פאסירט און האלט אין איין פאסירען מיט יעדע פארבייגייענדע מינוט.
נ.ב. ניו יארק סיטי בין איך נישט באקאנט, יתכן אז דארט ווי עס איז דא חשובע ליעזאנס איז מסתבר אז די מצב איז בעסער....
שאבעלע האט געשריבן:פעיק נוז האט געשריבן:קיינער איז נישט דארט מיט אים?
ניין, מען לאזט אריין נאר די פעישענט אליינס.
מיין טאטע איז איצט אריין געפירט געווארן אין שפיטאל מיט קאראנע, קיינער האט נישט געמעגט מיט גיין.
איך האב פריער גערעדט מיט אים פארציילט ער אז
ווארטענדיג אין עמערדזשענסי רום איז א קאראנע פאציענט אויסגעגאנגען דארט אינעם צימער.
הצלה מעמבער האט מיר געזאגט אז די מצב איז אזוי פחדימ"דיג אז די עולם האט גארנישט קיין השגה
פייערקרעקערס האט געשריבן:האלאו, האסט אן השגה וואס טוט זעך, ווער ס'איז אוועק די לעצטע עטליכע טעג אין מיימאנידעס קען מען בלי ספק שרייבן הי''ד
שעמעדיגער האט געשריבן:חושב מחשבות... האט געשריבן:א איד וואס איז די וואך אריינגעפירט געווארן אין מיימאנעדיס שפיטאל אין בארא פארק, איז דארט געליגן אין עמערדזשענסי רום, דערציילט אז ליגנדיג דארט, איז נעבן אים געליגן א גאנץ יונגער איד פון ב"פ וואס האט זיך קוים געקענט כאפן דאס אטעם, און האט געמוזט האבן נייטיג א רעספערעיטאר. דער איד האט זיך ממש געווארפן פון נישט קענען כאפן דאס אטעם. די דאקטוירים האבן אים געזאגט אז ביז א שעה וועלן זיי האבן א רעספערעיטאר. שווערליך האט דער איד דורכגעמאכט די שעה, און נאך א שעה קומען זיי צוריק צו אים און אנטשולדיגן זיך אז למעשה וועט מען נישט האבן פאר אים קיין רעספערעיטאר פאר דריי שעה... דער איד האט זיך געראנגעלט מיט'ן לעבן פאר דריי שעה ביז ער האט עווענטועל באקומען דעם רעספערעיטאר. דער בעל מספר איז למעשה ארויס פון שפיטאל נאך יענעם טאג, און האט נישט געזען וואס איז געבליבן מיט יענעם איד.
שוין א לאנגע צייט וואס איך שרייב נישט אויף אייוועלט אבער צוליב דעם חומר הענין וואלט איך געוואלט צילייגן אז
איך בין נאנט באהאווענט מיט אט דעם מעשה און דער אינגערמאן איז ליידער נפטר געווארן אין עלטער פון 49
נעכטן איז געווען די הארצרייסענדע לויה אין בארא פארקרבותי מאכטס א וויי געשריי וואס דא גייט פאר, עפעס מוז זאפארט געטוהן ווערןנ.ב. נאכן רעדן מיט א עסקן אין דעם פעלד איז דא געוויסע אינפארמאציע וואס קען העלפן פאר אידן וואס האבן דארט נאנטע, פאר מער זיך פארבינדן אין אישי
Borough Park האט געשריבן:נישט קאנפערמט אבער איך האב געהערט פון א קרוב צו הרב אהרן הערש קליינמאן ע״ה אז די חברה קדושה האבן געקומען אפנעמען די מת פון די שפיטאל האט ער נאך געווען און עימערדזענסי רום מיט א פארמאכטע העמעד ד.מ אז זיי האבן ניטאמאל פראבירט עפעס צו טוען
פעיק ניוז האט געשריבן:שקר וכזב! דער גאווערנאר איז ביזי זאגנדיג אז כעת איז דא גענוגע ווענטעלעיטערס און מען האלט נאך נישט ביי די מצב וואס מען האט געווארנט אז עס גייט קומען, און עכ"ז איז געטון געווארן וואס איז געטון געווארן. חוץ מזה וואס עס זענען געווען כמה וכמה אידן וואס מען האט זיי ניטאמאל אנגעקוקט! זיי געלאזט אויסגיין ווי א ליכט, אן קיין גואל ומושיע.
וחוץ מזה, וואס איז דאס נישט אריין לאזן משפחה אז זיי זאלן כאטש טון וואס מען דארף צו טון האסט מורא פאר דיינע נורסעס? לאז די משפחה זיך אפגעבן. און בכלל איז דאס נעריש גערעדט, ווייל זיי האבן עניוועי נורסעס וואס דרייען זיך דארט ארום...
אונגארישע הייזער"
א בלאף אין קאפ אריין!!!
ווען זיי האלטן ווען ביים 'אביסל' אביסל' זיך צושטעלן קען מען אויסארבעטן אז איינער נאר 'איינער' פון די משפחה פון יעדן פאציענט זאל קענען אריינקומען מיטן פאציענט און בלייבן מיט איהם דארטן עד יעבור זעם, איך בין זיכער הונדערט פראצענט אז ביי אונז אידן וואלט יעדער חולה געהאט אזא משפחה מיטגליד וואס וואלט דאס געטוהן פאר איהם, די איינציגסטע סיבה פארוואס זיי טוען עס נישט איז נאר ווייל זיי ווילן נישט מען זאל זעהן וואס זיי טוען דארטן!!!
איך האב יעצט מיטגעהאלטן א פרשה פון א קרוב משפחה וואס איז ליידער אוועק פון קאראנא ל"ע, און איך ווייס וואס עס טוהט זיך אין די שפיטעלער.
האק אין קאפ פאר א צווייטן!!!
אפשר ארבעטסטו אין מיימאנעדיס???[/quote]
[quote="פעיק ניוז האט געשריבן:פוילע און פאלשע תירוצים! יונגע געזונטע מענטשן, משפחה מיטגעלידער פון דעם חולה, אנגעטון מיט די ספעציעלע שוץ קליידער, איז א חיוב צוצולאזן צום חולה אז זיי זאלן זען אז דער חולה זאל באקומען וואס ער דארף און אז מען זאל אים נישט דערהרג'נען. נוירסעס וואס דרייען זיך סייווי אין די אפטיילונגען זאלן זיך אומקוקן אויף די חולים. עס איז כעת דא גענוג מאשינען, מען זאל נישט אויספלאגן קיין רעספערעיטערס! אזוי ווי מען האט געטון ביז היינט און ווער ווייסט וואס נאך מען האט אלץ געטון... ווער טראסט זיי דען??
דער אויבערשטער זאל העלפן אז די אלע גוטע שריט וואס גוטע נעמען יעצט, זאלן זיך אויסארבעטן און זיי זאלן האבן א השפעה למוטב, און דער אויבערשטער זאל זיי באצאלן בכפלי כפליים.
ירום הודו האט געשריבן:קודם כל, איז הצלה געווארן שוין איבערצייגט אין די הארבקייט פון די מצב אין מיימאנעדעס שפיטאל. די שטארקסטע שטיצער זייערע זענען מודה 'ס'איז א שלאכט הויז'. איך האב גערעדט צו מער ווי איין מעמבער און אלע זאגן אז דארט איז ארגער פון סיי וועלכע לאקאל שפיטאל. ענדערש גיין קיין מעטאדיסט אדער לוטערן ווי איידער אהין.
איבערגעשטרענגט איז נישט קיין אויסרייד. קאנסט נישט נעם דיך נישט אונטער. איך הער פון אפאר אירע וואס זענען און לענאקס היל אדער מאונט סיינאי ווי מענטשליך און רואיג עס איז. מיימאנידעס איז פארדארבן דורך און אדורך. א שיף או א רודער. מענטשליכן לעבנס איז ביי זיי ליידער נישט חשוב. ה' ירחם.
ובמחילה מכבודם, טראגן די שישקעס פון הצלה א גרויסע אחריות יעצט. פאליטיק מיט חנופה מאכט זיי בלינד. זיי וואלטן באדארפן אראפ שטעלן א פוס און זאגן פאר די באורד, עד כאן. אדער טוישט עטס ענקער מענעדשזמענט און עטיטודט און מיט א ליסטע פון פונקטן מיט א אווערסייט, אז נישט ברענגט מען נישט מער אהין נאר יולדות.
און צו @מיכל הירש זאג איך אויב ווילט איר זיך איבערצייגן צו איין שפיטאל איז מער פארנאכלעסיג פון אנדערע, פארשאפט זיך די נומערן: וויפיל איז געוועזן די פראצענט נפטרים ווס. פרישע פאציענטן איבער די פארגאנגענע צוויי וואכן? ס'וועט לכאורה זיין שאקירנד.
ועוד, ווילסט נישט אריין לאזן משפחה. לאמיר זאגן איך פארשטיי. אבער קום אויף מיט א סאלושען. לאז אריין דרויסנדיגע העלט קעיר אדער טרעינד פערסאנעל, כגון הצלה מעמבערס, ביקור חולים רעפס, יד אפרים, וכו' וואס זענען נישט אויף זייער פעיראל און מיינען די אינטערעסן פון די פאציענט מער ווי די שפיטאל'ס, (ודלא כהפעישענט רעפס וואס זענען גארנישט ווערט) און ווייסן וואס צו פרעגן און ווען יא און ווען נישט. ווייסן צו זען אויב א טרעיק דארף סאקשאנינג, און קענען באמערקען ווי ס'פעלט אויס א עדזשאסטמענט.
דאס וואס זיי קענען זיך באהאלטן אונטער די פראטאקאלס ווייל ס'איז יעצט גרינג און מ'קען זיי נישט נאכקוקן דאס איז גורם רציחה און מ'איז מחוייב צו טוהן וואס ס'איז שייך דאס אפשטעלן בכל מחיר.
https://drive.google.com/file/d/16U6q2v ... 4Laya/view