בלאט 3 פון 73

Re:

געשריבן: מיטוואך מארטש 18, 2020 9:56 pm
דורך נארגוטס
טעם וריח האט געשריבן:איך בין אויסגעשפארט אין נ"י. כהאב יעצט גערעדט צו איינעם אין לאנדאן, ער זאגט מיר, "עולם כמנהגו נוהג"! וואס איז פשט? איז דער עולם משוגע דארט צו וואס? (אדער זעמיר אונז דא משוגע??!)

עטליכע אנטווערפענע אידן וואס זענען געווען און לאנדאן די וואך האבן געזאגט, עס זעט אויס פונקט ווי אונגארן און פוילן ביים צווייטע וועלט מלחמה ווען פוילן האט געפלאקערט און אונגארן איז אנגעגאנגען נארמאל
בדרך הטבע וועט דארט אויך אלעס פארשלאסן ווערן, עס דארט פשוט צייט מען יאגט זיך נישט, ביזדערווייל וועלכע אנטווערפענע איד דארף א מקוה אדער א מנין א חתונה קען זיך אריבערכאפן קיין לאנדאן...

Re: קאראונע נייעס פון ענגלאנד

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 19, 2020 2:01 am
דורך סטיטשינער
איינער פון די חתונות היינט זענען טאקע געווען אנטווערפענער וואס זענען געלאפען קיין לונדון.

Re:

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 19, 2020 2:07 am
דורך קלאָצקאָפּ
טעם וריח האט געשריבן:איך בין אויסגעשפארט אין נ"י. כהאב יעצט גערעדט צו איינעם אין לאנדאן, ער זאגט מיר, "עולם כמנהגו נוהג"! וואס איז פשט? איז דער עולם משוגע דארט צו וואס? (אדער זעמיר אונז דא משוגע??!)

גענוי ווי ס'האט אויסגעזען דא מיט א וואך צוריק.

Re: קאראונע נייעס פון ענגלאנד

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 19, 2020 2:08 am
דורך סטיטשינער
אבער כ' קוק זיי ממש אהן ווי בעיביס. מילא לונדון, קיינער האט זיי נישט אויפגעוועקט. אבער די אנטווערפענער פארשטייסט דאך יא אז עס הערשט א מגיפה. נו וועמען טוסטו אפ? ממש א פולישער וואס איז אנטלאפען קיין אונגארן און הייבט אהן זיין לעבען פון פריש און פארגעסט פון אלעס. שוטה!

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 19, 2020 2:49 am
דורך קאץ און מויז
סטיטשינער האט געשריבן:אבער כ' קוק זיי ממש אהן ווי בעיביס. מילא לונדון, קיינער האט זיי נישט אויפגעוועקט. אבער די אנטווערפענער פארשטייסט דאך יא אז עס הערשט א מגיפה. נו וועמען טוסטו אפ? ממש א פולישער וואס איז אנטלאפען קיין אונגארן און הייבט אהן זיין לעבען פון פריש און פארגעסט פון אלעס. שוטה!

מען רעדט דא פון א חשובע רב אין אנטווערפען וואס האט חתונה געמאכט זיין אינגסטע קינד
סא טראכט נעקסט טיים פאר די רעדסט

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 19, 2020 3:06 am
דורך סטיטשינער
דעס האט גארנישט מיט רבנים. דעס איז קעגען א פריוואטע דיסישע'ן פון א מענטש וואס איז גראדע א רב, און איך האב געמיינט די מושג, בכלל נישט די מענטש, און זיכער נישט רבנים. אויב וואלסטו עס נישט דערמאנט וואלט קיינער (ואני בתוכם) געוויסט מען רעדט פון א רב, סא טראכט נעקסט טיים פאר די רעדסט.

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 19, 2020 3:22 am
דורך יוראפ
סטיטשינער האט געשריבן:דעס האט גארנישט מיט רבנים. דעס איז קעגען א פריוואטע דיסישע'ן פון א מענטש וואס איז גראדע א רב, און איך האב געמיינט די מושג, בכלל נישט די מענטש, און זיכער נישט רבנים. אויב וואלסטו עס נישט דערמאנט וואלט קיינער (ואני בתוכם) געוויסט מען רעדט פון א רב, סא טראכט נעקסט טיים פאר די רעדסט.

אפאר תגובות צוריק שטייט דאך שוין קלאר די נאמען

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 19, 2020 3:25 am
דורך סטיטשינער
מסכים. ווער עס האט געוואלט קוקען האט געקענט. איך האב עס נישט געזעהן. אבער דעס האט נאכאלץ גארנישט מיט רבנים צי טוהן, צי מען ווייסט גראדע אז עס איז א רב צי נישט.

Re: קאראונע נייעס פון ענגלאנד

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 19, 2020 6:38 am
דורך טוב ויפה
עס איז דא טשאנסן אז נאך דעם וויקענד גייט לונדון אריינגיין אין lockdown‏ ‏צוליב דעם וואס איבער א דריטל קעיסעס אין ענגלאנד איז אין לונדון.

https://www.telegraph.co.uk/news/2020/0 ... y-weekend/

Re:

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 19, 2020 6:48 am
דורך א טענצל!
סטיטשינער האט געשריבן:דעס האט גארנישט מיט רבנים. דעס איז קעגען א פריוואטע דיסישע'ן פון א מענטש וואס איז גראדע א רב, און איך האב געמיינט די מושג, בכלל נישט די מענטש, און זיכער נישט רבנים. אויב וואלסטו עס נישט דערמאנט וואלט קיינער (ואני בתוכם) געוויסט מען רעדט פון א רב, סא טראכט נעקסט טיים פאר די רעדסט.

א הארץ ווייטאג אז מענטשן באגרייפן נישט די ערנסטקייט פון די סיטואציע. דער אידענטיטעט פונעם בעל שמחה קומט דא בכלל נישט אריין.

דער איד דעילי

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 19, 2020 7:59 am
דורך יש בו
לאנדאן – מארגן פרייטאג וועלן א סעריע נייע צוימונגען אריינגיין אין אפעקט אין ענגלאנד, אין פארבינדונג מיט קאראנא ווירוס, און בעיקר וועט זיין דאס אז אלע שולעס וועלן זיך דארפן פארמאכן. דאס באדייט ווארשיינליך פאר'ן בריטישן אידנטום אז די מוסדות וועלן זיך אויך דארפן פארמאכן, ענליך ווי זייערע אידישע ברידער אין ניו יארק.
............די פארארדענונגען אז די שולעס וועלן ווערן אפגעשפארט קומט נאכדעם וואס דער בריטישער פרעמיער מיניסטער באריס דזשאנסאן איז קריטיקירט געווארן איבער דעם וואס ער איז ביז יעצט געווען צו רואיג.

נישטא ווער ס'זאל לאכן.....

Re: דער איד דעילי

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 19, 2020 8:31 am
דורך נארגוטס
יש בו האט געשריבן:לאנדאן – מארגן פרייטאג וועלן א סעריע נייע צוימונגען אריינגיין אין אפעקט אין ענגלאנד, אין פארבינדונג מיט קאראנא ווירוס, און בעיקר וועט זיין דאס אז אלע שולעס וועלן זיך דארפן פארמאכן. דאס באדייט ווארשיינליך פאר'ן בריטישן אידנטום אז די מוסדות וועלן זיך אויך דארפן פארמאכן, ענליך ווי זייערע אידישע ברידער אין ניו יארק.
............די פארארדענונגען אז די שולעס וועלן ווערן אפגעשפארט קומט נאכדעם וואס דער בריטישער פרעמיער מיניסטער באריס דזשאנסאן איז קריטיקירט געווארן איבער דעם וואס ער איז ביז יעצט געווען צו רואיג.

נישטא ווער ס'זאל לאכן.....

עס איז נאכנישט באשלאסן געווארן וואס צו טיען, עס קומט יעצט פאר אסיפות מיט רבני הקהילות
עס איז אביסל אנדערש ווי און אמעריקע ווי למשל די סקולס דארפן זיין אפען פאר קינדער פון נורסעס און פאליציי וכדומ' סוי מען ווייסט נישט ווי שטרענג דאס גייט זיין
schools, colleges and early years settings will be closed to everyone except children of key workers and vulnerable children from Monday
Examples of these workers include NHS staff, police and delivery drivers who need to be able to go to work. Vulnerable children include those who have a social worker and those with Education, Health and Care Plans.
A full list of key worker categories will be published by the Cabinet Office tomorrow.

Re: קאראונע נייעס פון ענגלאנד

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 19, 2020 9:19 am
דורך בארן קלאפער
כדתיא וויל/גייט אפשפארן אלע בתי מדרשים פון מארגען

Re: קאראונע נייעס פון ענגלאנד

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 19, 2020 9:22 am
דורך נארגוטס
בארן קלאפער האט געשריבן:כדתיא וויל/גייט אפשפארן אלע בתי מדרשים פון מארגען

מקור?

Re: קאראונע נייעס פון ענגלאנד

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 19, 2020 9:25 am
דורך moishy56
בארן קלאפער האט געשריבן:כדתיא וויל/גייט אפשפארן אלע בתי מדרשים פון מארגען

שמעתי.
אז מ'גייט פארשפארן די מקוואות,
און אויך די שוהלען.

Re: קאראונע נייעס פון ענגלאנד

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 19, 2020 9:31 am
דורך נארגוטס
moishy56 האט געשריבן:
בארן קלאפער האט געשריבן:כדתיא וויל/גייט אפשפארן אלע בתי מדרשים פון מארגען

שמעתי.
אז מ'גייט פארשפארן די מקוואות,
און אויך די שוהלען.

נאך פאר שבת?

Re: קאראונע נייעס פון ענגלאנד

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 19, 2020 9:39 am
דורך moishy56
נישט קלאר.
ס׳איז שמועות.

Re: קאראונע נייעס פון ענגלאנד

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 19, 2020 10:12 am
דורך נארגוטס
טוב ויפה האט געשריבן:עס איז דא טשאנסן אז נאך דעם וויקענד גייט לונדון אריינגיין אין lockdown‏ ‏צוליב דעם וואס איבער א דריטל קעיסעס אין ענגלאנד איז אין לונדון.

https://www.telegraph.co.uk/news/2020/0 ... y-weekend/

12:10
‘Zero prospect’ of London lockdown
There is "zero prospect of any restrictions being placed on travelling in and out of London”, the UK government has said.

A spokesperson said there were also “no plans to use military personnel for public order during the coronavirus pandemic”.

Asked to comment on the suggestion only one person would be allowed to leave a house at a time, Downing Street said this was "not true”, according to BBC political correspondent Chris Mason.

It comes after speculation London could face a lockdown by the weekend

Re: קאראונע נייעס פון ענגלאנד

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 19, 2020 10:55 am
דורך העלאו
פארוואס זאלן זיי עס טוען אויב מען דארף נישט קיינער האט דאך נישט געהייסן פארמאכען קיין שולן

Re: קאראונע נייעס פון ענגלאנד

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 19, 2020 11:38 am
דורך גבר ישראל
אין געיטסהעד ווערט פארמאכט אלע שולן פון היינט 6 אזייגער אין אווענט.

Re:

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 19, 2020 12:28 pm
דורך קניילעם
סטיטשינער האט געשריבן:מסכים. ווער עס האט געוואלט קוקען האט געקענט. איך האב עס נישט געזעהן. אבער דעס האט נאכאלץ גארנישט מיט רבנים צי טוהן, צי מען ווייסט גראדע אז עס איז א רב צי נישט.


ביי דיר וועט א מגיפה ווען א גוי וואס הייסט טראפמ
מאכט אפ . נישט ווען מדינת ישראל איז מחליט ביי ענגלאנד וועלען דער אידען אפמאכען ווען דער דארטיגע גוי מאכט אפ . לא זיך אפ שוין

Re: קאראונע נייעס פון ענגלאנד

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 19, 2020 12:42 pm
דורך סטיטשינער
א הימל געשריי. לאנדאן וועקט'ס ענק אויף!!!
https://drive.google.com/file/d/1_Sa7gH ... sp=sharing

Re: קאראונע נייעס פון ענגלאנד

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 19, 2020 1:00 pm
דורך נארגוטס
סטיטשינער האט געשריבן:א הימל געשריי. לאנדאן וועקט'ס ענק אויף!!!
https://drive.google.com/file/d/1_Sa7gH ... sp=sharing

געלאזט הערן פאר א פאר חברים
אבער די קאלטע ענגלישע שרייען אז זיי ווילען א נאמען פון דעם קראנקן..

Re: קאראונע נייעס פון ענגלאנד

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 19, 2020 1:04 pm
דורך פ' לך לך
unnamed.png
unnamed.png (94.53 KiB) געזען 3622 מאל

Re: קאראונע נייעס פון ענגלאנד

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 19, 2020 1:39 pm
דורך נארגוטס
NHS England confirmed that another 29 people have died. Northern Ireland announced its first virus-related death today, and three more deaths were confirmed in Scotland.
The death toll in the country now stands at 137