"קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

בר דעת
שר האלף
תגובות: 1430
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 25, 2011 1:00 pm

תגובה דורך בר דעת »

ווי מען האלט יעצט זענען פארהאן א ריזן מספר אחינו בני ישראל וואס האבן שוין געהאט די וויירוס און זענען ברוך השם ארויסגעקראכן דערפון. איז דא עפעס פלענער איבער נעמען א טעסט וואס זאל ווייזן אז מען איז שוין פריי דערפון און מען זאל דערנאך מעגן ארויסגיין אן קיין באגרעניצונגען?
דאכט זיך אז מען גערעדט דערפון א וואך צווי צוריק אבער מען האט נישט געהערט עפעס אויף למעשה.

עס האט דאך נישט קיין זין צו האלטן דעים עולם איינגעשפארט, בפרט אז די וואס האבן שוין געהאט די וויירוס וואלטן געקענט וואלונטירן אויף כל ערליי וועגן אויף א ציבורישע פארנעם צו ארויסהעלפן די וואס ליידן דערפון יעצט, ווי למשל פאקן, ברענגן און טראגן עסן און סופלייס וכדומה.
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9090
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

די CDC מאכט א ריקצוג בנוגע דאס גיין מיט מאסקעס.

ביז יעצט איז דער אפציעלע שיטה פון די CDC געווען אז די געווענדליכע און פשוטע מאסקעס זענען נישט ווערד קיין סאך.. און דער וויירוס גייט געהעריג אדורך. יעצט נאך אזאנע שווערע פאר וואכן, וואס קען שוין זיין אז מענטשן זאלן זיך באדעקן דאס געזיכט. קלערן זיי צו ראקאמענדירן אלע אמעריקאנע בירגער צו טראגן א מאקס ביים גיין אין די גאס. אבער היות עס איז נישט פארהאן אזויפיל הונדערטער מילאנען מאסקעס, וועלן זיי ראקאמענדירן זיך צו באדעקן מיט זיי וואס נאר, א בגד, אדער סיי וועלכע היימיש געמאכטע מאסק.


https://www.washingtonpost.com/health/c ... story.html
רשעות קאלטע סעלצער
שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1969
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך שואלכענין »

איך פארשטיי נישט.
לאמיר זאגן אפילו אז דער מענטש איז שוין אימיונט, און ער אליין טראגט עס שוין נישט ווייטער.
דאס איז אלעס גערעדט פון אים אינערליך.
אבער ער קען עס נאך אלץ ארומטראגן פון מעכל צו רעכל, אויף זיינע בגדים, אויף זיין גוף פונדרויסן (הענט, פנים), וואס עס איז ארויף אויף אים באצילן פון אנדערע מענטשן ארום אים, און עס ליגט "אויף" אים, נישט "אין" אים, און ער פירט עס ווייטער צו אנדערע.
אויב אזוי, וואס טוט אויף דאס אז ער זעלבסט איז שוין אימיונט דערצו?
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13509
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

Re:

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

בר דעת האט געשריבן:ווי מען האלט יעצט זענען פארהאן א ריזן מספר אחינו בני ישראל וואס האבן שוין געהאט די וויירוס און זענען ברוך השם ארויסגעקראכן דערפון. איז דא עפעס פלענער איבער נעמען א טעסט וואס זאל ווייזן אז מען איז שוין פריי דערפון און מען זאל דערנאך מעגן ארויסגיין אן קיין באגרעניצונגען?
דאכט זיך אז מען גערעדט דערפון א וואך צווי צוריק אבער מען האט נישט געהערט עפעס אויף למעשה.

עס האט דאך נישט קיין זין צו האלטן דעים עולם איינגעשפארט, בפרט אז די וואס האבן שוין געהאט די וויירוס וואלטן געקענט וואלונטירן אויף כל ערליי וועגן אויף א ציבורישע פארנעם צו ארויסהעלפן די וואס ליידן דערפון יעצט, ווי למשל פאקן, ברענגן און טראגן עסן און סופלייס וכדומה.

אויף דעם דארף מען אן אנטיבאדי טעסט און מען ארבעט שוין דערויף אינגרויסן.

דייטשלאנד האט א פלאן צו טעסטן הונדערט טויזנט ארבעטער מיט אנטיבאדי טעסטס און אויסטיילן 'אימיוניטעט פאספארטן' פאר די וואס זענען געהיילט פונעם ווירוס אז זיי זאלן קענען העלפן דאס לאנד ארויסקריכן פונעם מצב. ערגעץ אינמיטן אפריל.

https://futurism.com/immunity-passports ... ack-normal
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16819
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך נקדימון »

נקדימון האט געשריבן:אמעריקא. היינט זונטאג איז געווען א בעסערע טאג אין אמעריקא.

די צאל פאטאליטעטן זענען געווען היפש בעסער. ארום 300 פאטאליטעטן, דאס איז בערך 200 ווייניגער פון נעכטן.


די צאל פאטאליטעטן היינט מאנטאג אין אמעריקא שרייעט מיילן.

יעצט האלט עס ביי 600 פאטאליטעטן רח'"ל.

ארום 3175 פאטאליטעטן אין אמעריקא.

מעגליך אז נעכטן (וויקענד) האט נישט יעדער ריפארטערט, במילא איז א חלק אריין אינעם היינטיגן טויט צאל. כ'ווייס נישט.
בר דעת
שר האלף
תגובות: 1430
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 25, 2011 1:00 pm

Re: Re:

תגובה דורך בר דעת »

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:
בר דעת האט געשריבן:ווי מען האלט יעצט זענען פארהאן א ריזן מספר אחינו בני ישראל וואס האבן שוין געהאט די וויירוס און זענען ברוך השם ארויסגעקראכן דערפון. איז דא עפעס פלענער איבער נעמען א טעסט וואס זאל ווייזן אז מען איז שוין פריי דערפון און מען זאל דערנאך מעגן ארויסגיין אן קיין באגרעניצונגען?
דאכט זיך אז מען גערעדט דערפון א וואך צווי צוריק אבער מען האט נישט געהערט עפעס אויף למעשה.

עס האט דאך נישט קיין זין צו האלטן דעים עולם איינגעשפארט, בפרט אז די וואס האבן שוין געהאט די וויירוס וואלטן געקענט וואלונטירן אויף כל ערליי וועגן אויף א ציבורישע פארנעם צו ארויסהעלפן די וואס ליידן דערפון יעצט, ווי למשל פאקן, ברענגן און טראגן עסן און סופלייס וכדומה.

אויף דעם דארף מען אן אנטיבאדי טעסט און מען ארבעט שוין דערויף אינגרויסן.

דייטשלאנד האט א פלאן צו טעסטן הונדערט טויזנט ארבעטער מיט אנטיבאדי טעסטס און אויסטיילן 'אימיוניטעט פאספארטן' פאר די וואס זענען געהיילט פונעם ווירוס אז זיי זאלן קענען העלפן דאס לאנד ארויסקריכן פונעם מצב. ערגעץ אינמיטן אפריל.

https://futurism.com/immunity-passports ... ack-normal


שכוח פאר די אפדעיט, לאמיר זעהן ווי שנעל אמעריקע וועט זיך צוכאפן דערצו.
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך יש ברירה »

א צייכן פון האפענונג פון גאר א אינטערעסאנטע קוקווינקל

קינסא העלט איז א פירמע וועלכע פראדוצירט פיבער מעסטער וועלכע זענען פארבינדן מיט די אינטערנעט. זינט 2018 האט די פירמע ארויסגעשטעלט א אנליין מאפע וועלכע האלט חשבון אויף די פיבער שטאפלען אין אמעריקע צו קענען זעהן די טרענד פון די יערליכע פלו סעזאן.

אין די פארגאנגענע צוויי יאר האבן זיך די מאפעס ארויסגעשטעלט אלץ גאר גוטע אינדיקעיטערס און זיי האבן געקענט פאָרזען די טרענד עטליכע וואכן בעפאר די ארויסגעשטעלטע אינפארמאציע דערוועגן דורך די CDC.

ביי די יעצטיגע אויסברוך האט די פירמע ערצייגט א פרישע סארט מאפעוועלכע כאפט אויף פיבער שטאפלען וועלכע זענען נישט אין איינקלאנג מיט די שטאפלען וואס זיי זעען געווענליך. אזוי האבן זיי געשאפן א מאפע פון גאנץ אמעריקע אין וועלכע מען קען זעהן וועלכע ערטער פארמאגן די מערסטע מענטשן מיט אויסערגעווענליכע פיבער און קומט, כאטש אין גרויס טייל, פון די ווירוס.

Screenshot_20200331-013643_Chrome.jpg
Screenshot_20200331-013643_Chrome.jpg (398.84 KiB) געזען 1545 מאל


יעצט צו די גוטע נייעס, פיבער שטאפלען איבער אמעריקע זענען אויפן וועג אראפ! פארגאנגענע וואך מיטוואך האט די מאפע געצייגט אז די שטאפלען האלטן זיך סטעדי, אדער הייבן אן פאלן. פרייטאג איז שוין גאנץ אמעריקע געווען אויפן וועג אראפ, און מאנטאג איז דריי פערטל אמעריקע געווען טונקל בלוי - וואס באצייכנט אז די פיבער גייט שטארק אראפ.

Screenshot_20200331-013700_Chrome.jpg
Screenshot_20200331-013700_Chrome.jpg (476.7 KiB) געזען 1545 מאל


אריינבליקענדיג אין די טרענדס און אינפארמאציע וועלכע די מאפע שטעלט אהער, שטעלט זיך ארויס אז די פאזיטיווע טויש האט שטענדיג נאכגעפאלגט סאשעל דיסטענסינג פארארדענונגען וועלכע זענען אריין אין קראפט אין די שווער באטראפענע ערטער.

צב"ש ניו יארק האט געזען א נאכאנאנדע אויפשטייג אין פיבער אנפאנג מארטש. דאס האט אנגעהאלטן ביז מארטש 16 ווען שולעס זענען פארשלאסן געווארן, בארס און רעסטוראנטן א טאג דערויף, און מארטש 20 איז געקומען די סטעי עט האום ארדער. מארטש 23 זענען שוין די פיבער שטאפלען געווען נידריגער ווי מארטש 1.

די דאטע פון די פירמע איז טאקע אין איינקלאנג מיט די נידערונג אין האספיטאלאזאציעס וועלכע איז באריכטעט אין ניו יארק; עפעס וואס די מאפע האט אויפגעכאפט פינף טאג בעפאר דאס האט טאקע אנגעהויבן אראפגיין. די זעלבע איז געווען אין פלארידע ווי די פיבער שטאפלען האבן ארויפגעשאסן ביז מארטש 16 ווען מען האט פארמאכט בארס און רעסטוראנטן, צוויי טעג דערויף האט עס אנגעהויבן אראפגיין.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28197
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך לכאורה »

דו קענסט מענטשן וואס פארמאגן אזא סארט פיבער מעסטער? איך נישט. איז דאס שוין פארשפרייט צווישן דעם אלגעמיינעם פובליקום, אז דאס זאל קענען דינען אלס באווייז אויף עפעס?
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22688
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך סטיטשינער »

שואלכענין האט געשריבן:איך פארשטיי נישט.
לאמיר זאגן אפילו אז דער מענטש איז שוין אימיונט, און ער אליין טראגט עס שוין נישט ווייטער.
דאס איז אלעס גערעדט פון אים אינערליך.
אבער ער קען עס נאך אלץ ארומטראגן פון מעכל צו רעכל, אויף זיינע בגדים, אויף זיין גוף פונדרויסן (הענט, פנים), וואס עס איז ארויף אויף אים באצילן פון אנדערע מענטשן ארום אים, און עס ליגט "אויף" אים, נישט "אין" אים, און ער פירט עס ווייטער צו אנדערע.
אויב אזוי, וואס טוט אויף דאס אז ער זעלבסט איז שוין אימיונט דערצו?

פשוט. אויב די איינציגסטער מענטשען וואס דרייען זיך אין גאס זענען אימיונע''ד זאל ער ארום טראגן ביז מארגן, וועם קען ער שאטן? העכסטענס וועט ער אינדערהיים טוישן קליידער.

ויותר מזה, ווי פיקט ער אויף די באצילען? קיינער אויפן גאס פראדוצירט נישט קיין נייע און די אלטע שטארבן אויס שנעל.
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
אוועטאר
ירום הודו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 492
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2018 8:28 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך ירום הודו »

ספרים שטוב האט געשריבן:
מחנך האט געשריבן:עמיצער ווייס ווי מ'קען קויפען הענד סעניטייזער און אנטיי באקטיריעל זייף?

עס איז נישט קיין שום חילוק צווישן אנטי באקטיריע זייף צו פשוטע זייף.
עס איז א פלענע וועג פון די קאמפעניס צו מאכן געלט, אבער אין פאקט זענען ביידע פונקט אזוי גוט.


מקור?
ברוך שחלק מחכמתו ליראיו
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22688
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך סטיטשינער »

ירום הודו האט געשריבן:
ספרים שטוב האט געשריבן:
מחנך האט געשריבן:עמיצער ווייס ווי מ'קען קויפען הענד סעניטייזער און אנטיי באקטיריעל זייף?

עס איז נישט קיין שום חילוק צווישן אנטי באקטיריע זייף צו פשוטע זייף.
עס איז א פלענע וועג פון די קאמפעניס צו מאכן געלט, אבער אין פאקט זענען ביידע פונקט אזוי גוט.


מקור?

https://www.fda.gov/consumers/consumer- ... -and-water
When you buy soaps and body washes, do you reach for products labeled “antibacterial” hoping they’ll keep your family safer? Do you think those products will lower your risk of getting sick, spreading germs or being infected?

According to the U.S. Food and Drug Administration (FDA), there isn’t enough science to show that over-the-counter (OTC) antibacterial soaps are better at preventing illness than washing with plain soap and water. To date, the benefits of using antibacterial hand soap haven’t been proven. In addition, the wide use of these products over a long time has raised the question of potential negative effects on your health.

After studying the issue, including reviewing available literature and hosting public meetings, in 2013 the FDA issued a proposed rule requiring safety and efficacy data from manufacturers, consumers, and others if they wanted to continue marketing antibacterial products containing those ingredients, but very little information has been provided. That’s why the FDA is issuing a final rule under which OTC consumer antiseptic wash products (including liquid, foam, gel hand soaps, bar soaps, and body washes) containing the majority of the antibacterial active ingredients—including triclosan and triclocarban—will no longer be able to be marketed.

Why? Because the manufacturers haven’t proven that those ingredients are safe for daily use over a long period of time. Also, manufacturers haven’t shown that these ingredients are any more effective than plain soap and water in preventing illnesses and the spread of certain infections. Some manufacturers have already started removing these ingredients from their products, ahead of the FDA’s final rule.

“Following simple handwashing practices is one of the most effective ways to prevent the spread of many types of infection and illness at home, at school and elsewhere,” says Theresa M. Michele, MD, of the FDA’s Division of Nonprescription Drug Products. “We can’t advise this enough. It’s simple, and it works.”

The FDA’s final rule covers only consumer antibacterial soaps and body washes that are used with water. It does not apply to hand sanitizers or hand wipes. It also does not apply to antibacterial soaps that are used in health care settings, such as hospitals and nursing homes.
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22688
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך סטיטשינער »

Frum lawyer Sues Cuomo Over Ban On Large Gatherings, Says It Infringes On Ability To Observe Jewish Faith


A Brooklyn attorney has filed a lawsuit accusing New York Gov. Andrew Cuomo of violating his right to free speech and ability to observe his Jewish faith because of the state’s ban on large gatherings due to the coronavirus.
Lee Nigen also alleges that telling state residents to limit travel, Cuomo has violated his right to meet with clients, friends, family and “like-minded people,” the New York Post reported.
Cuomo signed an executive order requiring an indefinite ban on large gatherings on March 23. He has yet to impose a travel ban.
The suit filed Friday in Brooklyn federal court named Cuomo and the state government.
“Mr. Cuomo’s threat that his directives will be enforced by law enforcement cause Mr. Nigen to fear arrest if he attempts to travel for any other purpose other than getting medical attention or obtaining groceries, thus impermissibly chilling his exercise of his constitutional rights to travel,” the suit says, according to the Post.
Nigen has been strongly criticized on his Facebook page.
“Your rights stop when the purpose is to protect the greater good,” read one comment. “During a horrific time for the country, you feel the need to file a lawsuit? As a Jew, I’m ashamed you use our religion for this nonsense. And then you wonder why people hate us? Go ahead- ignore the warnings, spread the virus in your community and let’s see how many Jews are dead thereafter you schmuck.”
Nigen posted in response to the criticism.
“To those who ill consider my dissent, I still wish you well, and treasure the right you have to express your opinion,” he wrote. “To the extent that fleeting flame has come upon me at this time of plague and panic, there is only one favor I ask of all: Be well and be free.”
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22688
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך סטיטשינער »

אין קורצען אין אידיש. א פרומע אדוואקאט נעמט די גאווענער אין געריכט פאר'ן פארשפארען בתי מדרשים, וואס לויט אים פארלעצט עס זיין רעליגיעזר פרייהייט.
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1412
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 04, 2009 11:07 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך א טענצל! »

נתונים מדאיגים בבני ברק: כל נבדק שלישי מתגלה כחולה בנגיף הקורונה

נתונים הדבקה מדאיגים בעיר התורה והחסידות בני ברק: מנתונים שמתפרסמים הבוקר (שלישי) ב'ווינט' עולה כי בני ברק מתקרבת לירושלים במספר הנדבקים בנגיף הקורונה, 505 תושבי העיר בני ברק נדבקו בנגיף לעומת 568 בירושלים שגדולה כמעט פי 5 מבני ברק, גם ע"פ נתוני מספר הנדבקים יש עלייה ברורה בבני ברק כאשר יותר משליש מהאנשים שהגיעו לערוך בדיקת קורונה התגלו כחולים בנגיף, לעומת כ-10% בירושלים ו-6% בתל אביב.
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22688
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך סטיטשינער »

Johnson & Johnson says it could have a COVID-19 vaccine available by early 2021 with the capability to produce as many as a billion doses. In a press release, the company says it’s planning to start clinical trials in September and has begun investing in a rapid production capability to make the vaccine at scale should it prove safe and effective.
Johnson & Johnson began work on a possible vaccine in January and has now selected a lead candidate vaccine and two backups which will enter early production phases to prepare for the expected overwhelming demand. If early trials validate the company’s vaccine, the company would need an emergency use authorisation from the FDA to begin providing the vaccine.
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1412
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 04, 2009 11:07 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך א טענצל! »

.
אטעטשמענטס
יור מתעסקים זועק את הזעקה הגדולה.jpg
יור מתעסקים זועק את הזעקה הגדולה.jpg (260.58 KiB) געזען 1209 מאל
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13509
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

יש ברירה האט געשריבן:א צייכן פון האפענונג פון גאר א אינטערעסאנטע קוקווינקל

קינסא העלט איז א פירמע וועלכע פראדוצירט פיבער מעסטער וועלכע זענען פארבינדן מיט די אינטערנעט. זינט 2018 האט די פירמע ארויסגעשטעלט א אנליין מאפע וועלכע האלט חשבון אויף די פיבער שטאפלען אין אמעריקע צו קענען זעהן די טרענד פון די יערליכע פלו סעזאן.

אין די פארגאנגענע צוויי יאר האבן זיך די מאפעס ארויסגעשטעלט אלץ גאר גוטע אינדיקעיטערס און זיי האבן געקענט פאָרזען די טרענד עטליכע וואכן בעפאר די ארויסגעשטעלטע אינפארמאציע דערוועגן דורך די CDC.

ביי די יעצטיגע אויסברוך האט די פירמע ערצייגט א פרישע סארט מאפעוועלכע כאפט אויף פיבער שטאפלען וועלכע זענען נישט אין איינקלאנג מיט די שטאפלען וואס זיי זעען געווענליך. אזוי האבן זיי געשאפן א מאפע פון גאנץ אמעריקע אין וועלכע מען קען זעהן וועלכע ערטער פארמאגן די מערסטע מענטשן מיט אויסערגעווענליכע פיבער און קומט, כאטש אין גרויס טייל, פון די ווירוס.

Screenshot_20200331-013643_Chrome.jpg


יעצט צו די גוטע נייעס, פיבער שטאפלען איבער אמעריקע זענען אויפן וועג אראפ! פארגאנגענע וואך מיטוואך האט די מאפע געצייגט אז די שטאפלען האלטן זיך סטעדי, אדער הייבן אן פאלן. פרייטאג איז שוין גאנץ אמעריקע געווען אויפן וועג אראפ, און מאנטאג איז דריי פערטל אמעריקע געווען טונקל בלוי - וואס באצייכנט אז די פיבער גייט שטארק אראפ.

Screenshot_20200331-013700_Chrome.jpg


אריינבליקענדיג אין די טרענדס און אינפארמאציע וועלכע די מאפע שטעלט אהער, שטעלט זיך ארויס אז די פאזיטיווע טויש האט שטענדיג נאכגעפאלגט סאשעל דיסטענסינג פארארדענונגען וועלכע זענען אריין אין קראפט אין די שווער באטראפענע ערטער.

צב"ש ניו יארק האט געזען א נאכאנאנדע אויפשטייג אין פיבער אנפאנג מארטש. דאס האט אנגעהאלטן ביז מארטש 16 ווען שולעס זענען פארשלאסן געווארן, בארס און רעסטוראנטן א טאג דערויף, און מארטש 20 איז געקומען די סטעי עט האום ארדער. מארטש 23 זענען שוין די פיבער שטאפלען געווען נידריגער ווי מארטש 1.

די דאטע פון די פירמע איז טאקע אין איינקלאנג מיט די נידערונג אין האספיטאלאזאציעס וועלכע איז באריכטעט אין ניו יארק; עפעס וואס די מאפע האט אויפגעכאפט פינף טאג בעפאר דאס האט טאקע אנגעהויבן אראפגיין. די זעלבע איז געווען אין פלארידע ווי די פיבער שטאפלען האבן ארויפגעשאסן ביז מארטש 16 ווען מען האט פארמאכט בארס און רעסטוראנטן, צוויי טעג דערויף האט עס אנגעהויבן אראפגיין.

אינטערעסאנטע אינפארמאציע, אבער איך וואלט געגלייבט אז דאס קומט מערסטנס פון ווייניגער קאלדס און פלוס און אנדערע אנשטעקיגע קרענק וואס ווערן ווייניגער פארשפרייט צוליב סאושל דינסטענסינג און נישט צוליב ווייניגער קאוויד-19 אנגעשטעקטע.
געווענליכע קאלד און פלו קרענק נעמט א טאג צוויי ביז מען באקומט סימפטאמען און פיבער בשעת קאוויד-19 סימפטאמען נעמט אסאך לענגער.
אויך, רוב געגנטן און סטעיטס אינדרויסן פון די האטספאטס האבן צו א קליינע ציפער קאוויד-19 אנגעשטעקטע צו מאכן א חילוק אויף די דעטע. פאר יעדן וואס איז מעגליך געווען אנגעשטעקט מיטן קאראנאווירוס איז געווען מן הסתם הונדערט אדער טויזנט וואס האבן געהאט א פארקילעכץ אדער די יערליכע פלו, און דאס האט סאציאלע דערווייטערונג (עכט 'פיזישע דערווייטערונג') שטארק אפגעהאלטן פון זיך פארשפרייטן ווייטער.
איך טראכט אז אזאלכע לענדער ווי דרום קארעא, האנג קאנג און טאיוואן וואס האבן א שטארקן קאנטראל אויפן ווירוס און נעמען סאציאלע דערווייטערונג ערנסט, קענען מעגליך זען א קלענערע טויט ראטע אין אלגעמיין ווי א געווענליכע יאר.
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך יש ברירה »

לכאורה האט געשריבן:דו קענסט מענטשן וואס פארמאגן אזא סארט פיבער מעסטער? איך נישט. איז דאס שוין פארשפרייט צווישן דעם אלגעמיינעם פובליקום, אז דאס זאל קענען דינען אלס באווייז אויף עפעס?

עס זענען פארהאן א מיליאן פון די מעסטער פארשפרייט איבער אמעריקע, זיי באקומען אומגעפער 160 טויזנט מעסטונגען טעגליך.
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13509
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

[align=center][/align]די יוניוועסיטי אוו וואשינגטאן האט ארויסגעשטעלט א מאפע מיט די געשאצטע הויכפונקט פון די עפידעמיע אין יעדן סטעיט.

די טרייסטעיט געגנט, מישיגען, לואיזיענע און איידעהאו גייען 'פיעק'ן' אין די קומענדיגע צען טעג ביז צוויי וואכן, לויט זייער שאצונג, בשעת מערילענד און ווירדזשיניע, קענטאקי און מיזורי האבן נאך ווייניגסטנס א חודש ביזן פיעק.

Screenshot_20200331-083725.jpg
Screenshot_20200331-083725.jpg (158.78 KiB) געזען 1017 מאל



https://www.axios.com/coronavirus-state ... stream=top
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך יש ברירה »

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:אינטערעסאנטע אינפארמאציע, אבער איך וואלט געגלייבט אז דאס קומט מערסטנס פון ווייניגער קאלדס און פלוס און אנדערע אנשטעקיגע קרענק וואס ווערן ווייניגער פארשפרייט צוליב סאושל דינסטענסינג און נישט צוליב ווייניגער קאוויד-19 אנגעשטעקטע.
געווענליכע קאלד און פלו קרענק נעמט א טאג צוויי ביז מען באקומט סימפטאמען און פיבער בשעת קאוויד-19 סימפטאמען נעמט אסאך לענגער.
אויך, רוב געגנטן און סטעיטס אינדרויסן פון די האטספאטס האבן צו א קליינע ציפער קאוויד-19 אנגעשטעקטע צו מאכן א חילוק אויף די דעטע. פאר יעדן וואס איז מעגליך געווען אנגעשטעקט מיטן קאראנאווירוס איז געווען מן הסתם הונדערט אדער טויזנט וואס האבן געהאט א פארקילעכץ אדער די יערליכע פלו, און דאס האט סאציאלע דערווייטערונג (עכט 'פיזישע דערווייטערונג') שטארק אפגעהאלטן פון זיך פארשפרייטן ווייטער.
איך טראכט אז אזאלכע לענדער ווי דרום קארעא, האנג קאנג און טאיוואן וואס האבן א שטארקן קאנטראל אויפן ווירוס און נעמען סאציאלע דערווייטערונג ערנסט, קענען מעגליך זען א קלענערע טויט ראטע אין אלגעמיין ווי א געווענליכע יאר.

פארשטייט זיך אז די באריכט איז האלב אמת און האלב אינטערטענמענט... אבער...

זיי זאגן אז זיי האבן א מהלך פון אויפכאפן פיבער וועלכע שטימט נישט מיט היסטאריקעל אינפארמאציע פון די פארגאנגענע יארן. נאר די 'עי-טיפיקעל' פיבער ערשיינט אויף די קאוויד מאפע. אין די וויסטענישן פון אמעריקע איז טאקע די מאפע ליידיג, די האטספאטס ווי ניו יארק און פלארידע (פראגע פון צייט ביז שפיטעלער הייבן אן באריכטן) דארט זעהט מען אסאך פון די עיטיפיקעל פיבער.

אויך, הגם וואס אין דורכשניט וועט מען צייגן סימפטאמען נאך פינף טאג איז די אינקיובעישין צייט צווישן 1-14 טאג... עס זענען דא מענטשן וואס צייגן סימפטאמען נאך איין און זיכער נאך צוויי טעג.
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך יש ברירה »

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:[align=center][/align]די יוניוועסיטי אוו וואשינגטאן האט ארויסגעשטעלט א מאפע מיט די געשאצטע הויכפונקט פון די עפידעמיע אין יעדן סטעיט.

די טרייסטעיט געגנט, מישיגען, לואיזיענע און איידעהאו גייען 'פיעק'ן' אין די קומענדיגע צען טעג ביז צוויי וואכן, לויט זייער שאצונג, בשעת מערילענד און ווירדזשיניע, קענטאקי און מיזורי האבן נאך ווייניגסטנס א חודש ביזן פיעק.

Screenshot_20200331-083725.jpg



https://www.axios.com/coronavirus-state ... stream=top

מען דארף ארויסברענגן אז א שפעטערע פיעק איז אין אונזער פאל א גוטע זאך, יעדער זוכט אפצושטופן די פיעק, AKA פלאך מאכן די קעירוו.
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16819
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך נקדימון »

שפאניע. עס זענען צוגעקומען 9,222 נייע קעיסעס און 848 פאטאליטעטן.

דאס איז דער ערגסטער טאג אין שפאניע זינט די אנהייב פון די עפידעמיע, מיט די העכסטע צאל נייע קעיסעס און טויט פעלער.
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16819
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך נקדימון »

נייעס: די ראבערט קאטש איסטיטוציע אין דייטשלאנד (ווי די סד"ס דא) זאגט אז דער פענדעמיק גייט נאך אנגיין פאר נאך עטליכע חדשים.
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16819
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך נקדימון »

איראן האט געזעהן 3,111 נייע קעיסעס און 141 פאטאליטעטן אין די לעצטע 24 שעה.

44 טויזענט קעיסעס און 2898 'אנגעבליכע' פאטאליטעטן
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16819
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך נקדימון »

נקדימון האט געשריבן:רוסלאנד. מאסקאווע גייט ווילד איבער די קאראונע אויסברוך. פון מארגן טאר קיין שום בירגער -אפגעזעהן די יארגאנג- נישט ארויסטרעטן פון דערהיים אן א ספעציעלער פערמיט פון דער שטאטישער גאווערמענט.

----
די "באריכטעטע" צאל קעיסעס היינט איבער גאנץ רוסלאנד איז 270 אין 4 פאטאליטעטן.


סט פעטערסבורג דער צווייט גרעסטער שטאט אין רוסלאנד, גייט אין מאסקאווע'ס פיסטריט און פארבאט די בירגער ארויסצוטרעטן פונדערהיים אן אן אפיציעלער ערלויבעניש.

רוסלאנד האט געזעהן היינט 501 פרישע קעיסעס. א סך הכול פון 2,337 קעיסעס.
פארשפארט

צוריק צו “קאראנא וויירוס”