"קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך פעיק ניוז »

פעיק ניוז האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:די דעמאקראטישע מישיגען גאווערנאר וויטמער האט זיך באקלאגט אז דאס ווייסע הויז וויל נישט צושטעלן פרישע דאזעס קאראנא וואקסינען פאר איר סטעיט.


דעילי איד


סי-די-סי דירעקטאר ראשעל וואלענסקי האט נעכטן געזאגט אז מישיגען זאל אריינגיין אונטער א לאקדאון, צוליב וואס זיי ספּראווען זיך מיט א שטארקן אויפשטייג פון פרישע קעיסעס.

די סטעיט זאגט אז די פרישע טעגליכע ציפערן זענען געשפּרונגען זיבן מאל אזוי הויך ווי עס האט געהאלטן מיט א מאנאט צוריק, און צוליב דעם האט גאווערנאר וויטמער פארלאנגט פון די פעדעראלע רעגירונג פרישע ליפערונגען פון וואקסין דאזעס.

וואלענסקי זאגט אז דער ענטפער צו אן אויפשטייג אין קעיסעס איז נישט וואקסינען.


דעילי איד


מישיגען גאווערנאר גרעטשען וויטמער האט געזאגט נעכטן אז זי וועט נישט אימפלעמענטירן פרישע קאראנאווירוס לאקדאון מאסנאמען, טראץ וואס איר סטעיט זעט א פרישן וואוקס אין קאראנאווירוס קעיסעס.

גאווערנאר וויטמער האט פאריגע וואך פארלאנגט פון דער פעדעראלער רעגירונג פרישע וואקסין דאזעס אין רעאקציע צו די פרישע כוואליע קעיסעס, אבער די ביידען אדמיניסטראציע האט געזאגט אז זי זאל דערקלערן א לאקדאון אנשטאט. זי זאגט אז זי וויל נישט א פרישן לאקדאון צוליב קלאגעס וואס האבן געצוימט איר מאכט.


דעילי איד
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך עירוב תבשילין »

די קאראנע ווירוס און וואקסינען גלאבאל:

a13ec353-1eb4-4e0a-a721-fb0f92762994.jpg
a13ec353-1eb4-4e0a-a721-fb0f92762994.jpg (25.31 KiB) געזען 1628 מאל


d2426820-eeb4-48b0-85ab-f99da3755614.jpg
d2426820-eeb4-48b0-85ab-f99da3755614.jpg (34.1 KiB) געזען 1628 מאל


bdf48ca9-fdcb-4ff2-9797-2bbf3f4cd6af.jpg
bdf48ca9-fdcb-4ff2-9797-2bbf3f4cd6af.jpg (30.72 KiB) געזען 1628 מאל
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך יש ברירה »

ענגלאנד האט ארויפגעלייגט אינדיע אויף זייער רויטע ליסטע פון לענדער וועלכע זענען פארשלאסן פאר טרעוועל. די סי-די-סי האט היינט אויך ארויסגעשטעלט א ווארענונג פאר רייזער צו פארמיידן פון גיין אויף אינדיע.

די ארטיגע קריזיס זעצט פאר אין פולן שוואנג
אטעטשמענטס
Untitled.jpg
Untitled.jpg (105.27 KiB) געזען 1534 מאל
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך יש ברירה »

די באריכט פון דינסטאג איז אריינגעקומען אביסל אנטוישנד; בלויז 1.8M פרישע וואקסינאציעס.

די וואקסינאציע פראגראם אנפירער זאגן אז הגם וואס די ציפער איז נידריגער ווי דינסטאג פון פאריגע וואך, איז עס אבער דאך העכער ווי סיי וועלכע אנדערע דינסטאג.

עס איז אבער נישט בלויז דינסטאג... די זיבן טאג דורכשניט איז געפאלן פון 3.4 מיליאן א טאג ביי איר הויכפונקט אפריל 13, ביז די יעצטיגע דורכשניט פון בלויז 3 מיליאן.
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך עירוב תבשילין »

טעגליכע בולעטין פון מיטוואך אח"ק:

--די פרעמיער מיניסטער פון ענגלאנד באריס דזשאנסאן האט אין זיין בריעפינג נעכטן אדרעסירט די גינסטיגע נייעס איבער א טאבלעט וואס ווערט אנטוויקלט דורך בריטישע סייענטיסטן אקעגן די וויירוס וואס וועט לויט די פלאן זיין גרייט קומענדיגע הערבסט.
דאס מיינט, זאגט דזשאנסאן "אז אויב טעסטו פאזיטיוו פאר די וויירוס דאפסטע פשוט אהיימגיין און נעמען די טאבלעט וואס וועט אוטאמאטיש (בעז"ה)
רעדוצירן די ריזיקע פון א שעדליכע דעזיס וואס קען זיך שנעל פארשפרייטן".
די פרעמיער האט אויך אדרעסירט די נושא פון אונטערנאציאנאלע טרעוול דעם קומענדיגע זוממער זאגענדיג אז אויף דערווייל קען מען נאכנישט אנגעבן קיין פונטליכע דאטום ווען מ'וועט קענען פארן אויף וואקאציע, דערווייל איז נישטא קיין שום פלאן זיך צו אפשטעלן פון די ביז-איצטיגע שטאפל ביי שטאפל סיסטעם ארויס פון די לאקדאון און אלעס גייט ווייטער ווי געפלאנט.
דזשאנסאן זאגט אז לויט סייענטיפישע שטודיעס וועט זיכער קומען א ווידערפאשפרייטונג אין לאנד אפגעזעהן די הויכע וואקסין ראטע, און דאס לאנד וועט זיך פשוט מוזן צוגעוואוינען צו לעבן דערמיט.

--די אייראפעאישע מעדעצין רעגולאטור האט ארויסגעשטעלט א סטעיטמענט אנבאלאנגט די דזשעי. ענד דזשעי. וואקסין זאגענדיג אז די ריזיקע פון בלוט-קלאטס איז בלויז א קליינע און די געפאר פון די קאראנע פארשפרייטונג איז אסאך גרעסער.

--נאכפאלגענדיג די סטעטימענט האבן די האלאנדישע אוטאריטעטן באשלאסן ווייטער זיך באנוצן מיט די דזשעיץ ענד דזשעי. וואקסין אנגעהויבן פון היינט מיטוואך.

--די שוועדישע העלט מיניסטעריום האט באשלאסן אז מענטשן אונטער די 65 וואס האבן באקריגן די ערשטע דאזע פון אקספארד ע.ז. וואקסין וועלן באקומען אן אלטערנאטיווע וואקסין פאר די צווייטע.

--די רעגירונג אין שפאניע האט ארויסגעשטעלט א פאזיטיווע סטעיטמענט זאגענדיג אז מיר האלטן מער צום סוף פון די וויירוס קריזיס, לויט די אפיציעלע ציפערן ארויסגעשטעלט האבן 3,452,119 שפאנישע באקריגן די וואקסין, און קאראנע קעיסעס אלס צוזאמען איז 3,435,840 וואס דאס איז עטוואס ווייניגער.

--פינלאנד'ס פריים מיניסטער זאגט היינט אין א בריעפינג אז לויט די פלאן וועט די נאציאנאלע סטעיט אוו עמערדזשענסי מעגליך אראפגענומען ווערן קומענדיגע אנפאנג וואך ערלויבענדיג עדיוקאציע און נאך זיך צו עפענען, זי זאגט אבער אז די גרעניצן און די קומענדיגע חודש וועט ווייטער זיין פארמאכט און מ'וועט נישט אריינלאזן טוריסטן אין לאנד.

--די רעגירונג אין פראנקרייך לייגט שוין אן אויג אויף ווען מ'קען צוריק עפענען עטליכע ביזנעסער און דאמעסטיק טרעוול, לויט א באריכט.
די רעגירונג האט איינגעשטעלט א לאקדאון פארלאפענעם ענדע מערץ למס' און לויט באריכטן וועט עס עטוואס גרינגער ווערן אינמיטן קומענדיגע חודש מאי.

--שווערע פראטעסן זענען פארגעקומען אין בערלין דייטשלאנד נאכפאלגענדיג די נייע געזעץ וואס ערלויבט די פעדעראלע רעגירונג פון קאנצלער אנגעלע מארקעל איינצושטעלן קורפיו'ס און אנדערע צוימונגען, וועלכע האט געברענגט שטארקע קריטיק דורך עטליכע סטעיט גאווערנער'ס.
די קאנצלער פון איר זייט זאגט אז דאס לאנד קען נישט דערהייבן די פילע דרוק פון די שפיטעלער וואס זענען איבערגעפילט פון פאציענטן.

די פראטעסטן אין בערלין, דייטשלאנד

3500.jpg
3500.jpg (50.2 KiB) געזען 1413 מאל


--די רוסישע פרעזידעט ווילאדאמיר פוטין זאגט היינט אין זיין אנואלע סטעיט אוו דע נעישאן רעדע פאר די פארליעמענט אז לויט זיין סטראטעגיע זאל דאס לאנד גרייכן הערד אימיוניטי דעם קומענדיגע הערבסט, און האט דערביי גערופן דאס פאלק זיך צו קומען וואקסינירן.
די קרעמלין איז אבער אנטוישט פון די צאל וואקסינירטע מיט בלויז 8 מיליאן מענטשן וואקסינירט פון אירע 144 מיליאן איינוואוינער.

די רוסישע פרעזידעט ביי זיין טעלעוויזירטע רעדע היינט מיטוואך:

69cdc7a3-847c-4708-8610-6534aca8e5b1.jpg
69cdc7a3-847c-4708-8610-6534aca8e5b1.jpg (9.84 KiB) געזען 1413 מאל


--אינדיאנער שפיטעלער זעהן א שטארקע שארטעדזש פון אקסידזשען און אנדערע לעבנס וויכטיגע מאשינען נאך וואס דאס לאנד האט צו געזעהן מער ווי 200 טויזענט קעיסעס א טאג פאר די זיבעטע טאג אין א צי.

--די פאראייניגטע שטאטן האט ארויסגעשטעלט א ווארענונג אויף טרעוול קיין אינדיע נאכפאלגענדיג די שטארקע וואוקס פון קעיסעס.

--דאס לאנד סרי לאנקא רעכנט זיך אויך פון די לענדער וועלכע האט באריכטעט עטליכע פעלער פון בלוט-קלאטס ביי מענטשן וואס האבן גענומען די אקספארד וואקסין, לויט די ארטיגע געזונטהייט מיניסטער זענען 6 פעלער באשטעטיגט געווארן וואס 3 דערפון זענען געשטארבן.

--תימן האט אנגעהויבן מיט אירע וואקסין פראגראם נעכטן דינסטאג, עטליכע וואכן נאך וואס די ערשטע דאזעס זענען אנגעקומען אין לאנד.

--די יאפאנעזער גאווערמענט באטראכט א פלאן איינצושטעלן א סטעיט אוו עמערדזשענסי מיט קורפיו'ס און טרעוול באגרעניצונגען אין עטליכע גרויסע שטעט אריינגערעכנט די הויפטשטאט טאקיו נאך וואס דאס לאנד פלאגט זיך מיט א שטארקע וואוקס אין קעיסעס.
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך עירוב תבשילין »

די ערשטע ארדער פון וואקסינען האבן היינט דעגרייכט די צפון-מערב ראיאן פון סיריע דורך די צפון גרעניץ מיט טערקיי באב-על-האווא.
53,800 אקספארד-עסטרע זענעקא וואקסינען זענען היינט אנגעקומען צו די רעבעלן-דאמינירטע געגענט פון אידליב אונטער א ספעציעלע קאוועקס פראגראם געשטיצט דורך די וועלט געזונטהייט ארגאניזאציע.

2ac0979a-ab20-4593-b667-e08b5211a0dc.jpg
2ac0979a-ab20-4593-b667-e08b5211a0dc.jpg (23.64 KiB) געזען 1349 מאל


6239.jpg
6239.jpg (46.96 KiB) געזען 1349 מאל
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך עירוב תבשילין »

טערקיי האט היינט באריכטעט 362 קאראנע פאטאליטעטן. דאס איז די העכסטע צאל זינט די די אנהויב פון די מגיפה, באשטעטיגטע קעיסעס איז איבער 61 טויזענט.
עטליכע גרויסע שטעט געפינען זיך אונטער א שטייפער באגרעניצונגען.
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך עירוב תבשילין »

דאס אראביש לאנד אמאן ציילט זיך אויך פון די וועלכע האבן סוספענדירט טרעוול פון און אריין אינדיע נאכפאלגענדיג די לעצטיגע אויפשטייג פון קעיסעס אין אינדיע.
פאקיסטאן און באנגלאדעש זענען אויך ארויפגעלייגט געווארן אויף די ליסטע.
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך עירוב תבשילין »

עירוב תבשילין האט געשריבן:נייעס'לעך און אפדעיטס דינסטאג תזו"מ:


--די עסטרייכישע העלט מיניסטער רודאלף אנשאובער האט אין א סטעיטמענט געמאלדן אז גייט אפטרעטן פון אמט נאכפאלגענדיג די קאראנא קריזיס וועלכע האט פערזענליך אפעקטירט זיין געזונט צושטאנד.
די קאנסערווארטיווע מיניסטער אנשאובער איז געווארן העלט מיניסטער אונטער קאצלער סאבאסטיען קורץ פאראיאר הארט בעפאר די פאנדעמיע, און אצינד רעזיגנירט ער פון אמט נישט קענעדיג דערהייבן די דרוק.

די עסטרייכישע העלט מיניסטער רודאלף אנשאובער

773x435_cmsv2_69e00f1a-0467-53d4-a82a-9da1c5bbc326-5553022.jpg
773x435_cmsv2_69e00f1a-0467-53d4-a82a-9da1c5bbc326-5553022.jpg (28.18 KiB) געזען 1274 מאל




נאכפאלגענדיג זיין רעזיגנאציע איז א פרישע העלט מיניסטער אויפגענומען געווארן אונטער קאנצלער סאבאסטיען קורץ'ס גרין פארטיי.
וואלפגאנג מוקשטיין איז א בארימטער דאקטאר אין וויען און איז איינגעשוואוירען געווארן דורך'ן עסטרייכישע פרעזידענט אלעקסאנדער ווען דע בעללען פארלאפענעם מאנטאג, וועלכע האט צוגעלייגט אז מוקשטיין'ס ארבעט איז צו אראפברענגען די קאראנע ראטע אין לאנד וועלכע פלאגט זיך מיט א פרישע כוואליע.
אין א קאמישע ערשיינונג איז מוקשטיין ערשינען צום איינשווערונג צערעמאניע מיט טרעינערס.

ביים ווערן איינגעשוואוירען (מערקט די טרעינערס)

773x435_cmsv2_2bbf32c2-52af-5d30-854c-7eb905fa1e60-5574436.jpg
773x435_cmsv2_2bbf32c2-52af-5d30-854c-7eb905fa1e60-5574436.jpg (100.57 KiB) געזען 1280 מאל
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך עירוב תבשילין »

עגיפטן האט געשלאסן געשעפט פאר 20 מיליאן דאזעס פון די כינעזער סינאופארם וואקסין.
עגיפטן מיט א באפעלקערונג פון איבער 100 מיליאן זיכט ארויפצו ארבעטן זייער וואקסין דרייוו, און האט דעריבער באשלאסן זיך צו באנוצן מיט די כינעזער וואקסין,
דערווייל האט עגיפטן וואקסינירט בלויז 1 און א האלב מיליאן מענטשן מיט די אקספארד וואקסין.
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך עירוב תבשילין »

מאסן טעסטינג צענטערן ווערן אויפגעשטעלט אין די שטאט בערמינגהעם אין ענגלאנד נאך וואס עטליכע קעיסעס פון די סאוט-אפריקען סטרעין זענען אויפגעכאפט געווארן אין די געגענט.
באאמטע רופן די איינוואוינער זיך צו קומען טעסטן און צוריק האלטן א פרישע פארשפרייטונג.
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22676
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובה דורך סטיטשינער »

יש ברירה האט געשריבן:ענגלאנד האט ארויפגעלייגט אינדיע אויף זייער רויטע ליסטע פון לענדער וועלכע זענען פארשלאסן פאר טרעוועל. די סי-די-סי האט היינט אויך ארויסגעשטעלט א ווארענונג פאר רייזער צו פארמיידן פון גיין אויף אינדיע.

די ארטיגע קריזיס זעצט פאר אין פולן שוואנג

רויטע ליסטע מיינט אז מען דארף זיך קוואראנטינען אין א רעגירונג אנגעפירטע האטעל. קיין איין לאנד איז נישט פארשלאסן פאר טרעוועל
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9180
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך מטעמים »

א דאנק עירוב
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re:

תגובה דורך יש ברירה »

סטיטשינער האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:ענגלאנד האט ארויפגעלייגט אינדיע אויף זייער רויטע ליסטע פון לענדער וועלכע זענען פארשלאסן פאר טרעוועל. די סי-די-סי האט היינט אויך ארויסגעשטעלט א ווארענונג פאר רייזער צו פארמיידן פון גיין אויף אינדיע.

די ארטיגע קריזיס זעצט פאר אין פולן שוואנג

רויטע ליסטע מיינט אז מען דארף זיך קוואראנטינען אין א רעגירונג אנגעפירטע האטעל. קיין איין לאנד איז נישט פארשלאסן פאר טרעוועל


די האטעל איז נאר פאר בירגער אדער רעזידענטן. אנדערע מענטשן זענען גענצליך פארבאטן פון אריינקומען פון רויטע ליסטע לענדער.
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך יש ברירה »

פון די ניו יארק טיימס, אלע שטאטן אויסגעשטעלט לויט וויפיל קעיסעס זיי האבן צוגעזען (דורכשניט פון די לעצטע זיבן טאג) פער קעפיטע.

מישיגן איז די ערגסטע [ביי פאַר], קאליפארניע די בעסטע.
אטעטשמענטס
Screenshot_20210421-225918_Chrome.jpg
Screenshot_20210421-225918_Chrome.jpg (662.61 KiB) געזען 1093 מאל
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22676
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובה דורך סטיטשינער »

יש ברירה האט געשריבן:
סטיטשינער האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:ענגלאנד האט ארויפגעלייגט אינדיע אויף זייער רויטע ליסטע פון לענדער וועלכע זענען פארשלאסן פאר טרעוועל. די סי-די-סי האט היינט אויך ארויסגעשטעלט א ווארענונג פאר רייזער צו פארמיידן פון גיין אויף אינדיע.

די ארטיגע קריזיס זעצט פאר אין פולן שוואנג

רויטע ליסטע מיינט אז מען דארף זיך קוואראנטינען אין א רעגירונג אנגעפירטע האטעל. קיין איין לאנד איז נישט פארשלאסן פאר טרעוועל


די האטעל איז נאר פאר בירגער אדער רעזידענטן. אנדערע מענטשן זענען גענצליך פארבאטן פון אריינקומען פון רויטע ליסטע לענדער.

גערעכט. א דאנק.
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך עירוב תבשילין »

טעגליכע בולעטין פון דאנערשטאג אח"ק:

--איטאליע נעמט הייט אראפ עטליכע באגרעניצונגען מיט א ספעציעלע קאליר סיסטעם ווי יעדע געגענט פאר זיך ווערט קעטאגריזירט מיט א ספעציעלע קאליר געוואנדן לויט די קאראנע ראטע אין די געגענט.

--גריכלאנד וועט ערלויבן בארס און קאפעי הייזער זיך צו עפענען און סערווירן בלויז אוטדאאר דעם קומענדיגען מאי דעם 3'טן א נאציאנאלע חגא פאר קריסטן, און שולעס א וואך דערויף.

--שפאניע'ס טוריזם מיניסטער זאגט אז לויט די פלאן וועט מען מעגליך אריינלאזן בריטישע טוריסטן אויף די זוממער אין ליכט פון ענגלאנד'ס הויכע וואקסין ראטע.

--א באריכט אין ענגלאנד צייגט ווי די קאראנע וויירוס איז מער נישט די הויפט אורזאך פון טויט אין לאנד און מענטשן שטארבן ענדערש פון דיימענטשיע און אנדערע הארץ פראבלעמען רח"ל.

--פרעזידעט ביידען האט ארויסגעשטעלט א געבעהט פאר ביזנעסער אז זיי זאלן געבן צייט פאר זייער סטעף צו גיין נעמען די וואקסין.
יעדע אמעריקאנער העכער די 16 וועט פון מאנטאג זיך קענען וואקסינירן.

--טיילאנד וועלכע פלאגט זיך אויך מיט א שטארקע כוואליע איז איינגעגאנגען מיט רוסלאנד צו באשטעלן די רוסישע ספוטניק-ווי וואקסין.
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך עירוב תבשילין »

אינדיע פארנעמט היינט די וועלט העדליינס נאך וואס דאס לאנד האט צוגעזעהן די העכסטע צאל קעיסעס אין איין טאג איבער די וועלט זינט די מגיפה האט זיך אנגעהויבן. די צאל קעיסעס זענען געווען 314,835 פאטאליטעטן רעקארדירט איז איבער 2100 די העכסטע צאל אין אינדיע זינט די אנהויב.
שרעקעדיגע ווידיאוס ווערט געזעהן ווי פאציענטן קומען אריין אין די שפיטעלער און בעטן זיך פאר אקסידזשען אבער די שפיטאל באאמטע מוזן אפזאגן זייער געבעהט צוליב א דזשארטעדש אין מאשינען.
כינע'ס אויסערן מיניסטער האט אין א סטעיטמענט געמאלדן אז זיי זענען גרייט צו שטיין צו הילף פאר אינדיע.
פייזער האלט אפ געשפרעכן מיט אינדיע צו אנהויבן שיקן זייער וואקסינען פאר א ביליגערע פרייז אין א פרואוו צו רעדוצירן די צאל קעיסעס.

די פראנט פעידזשעס פון די אינדיאנער צייטונגען היינט דאנערשטאג:

516.jpeg
516.jpeg (448.26 KiB) געזען 996 מאל


hindu.750.jpeg
hindu.750.jpeg (749.64 KiB) געזען 996 מאל


640.jpg
640.jpg (46.99 KiB) געזען 996 מאל
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך יש ברירה »

פייזער באריכט אז מאנכע אין מעקסיקא און אין פוילן פארקויפן פאלשע וואקסינען, געוויסע פאר ביז צוויי און א האלב טויזנט דאלער א שטיק...

איין קליניק אין מעקסיקא האט וואקסינירט אכציג מענטשן מיט די פאלשע וואקסינען. זיי האבן זיך ארויסגעשטעלט צו זיין אומשעדליך, אבער שטעלן נישט אהער קיין שום שוץ קעגן קאוויד. אין פוילן האט מען פארקויפט וואקסינען וועלכע זענען באמת געווען אנגעפילט מיט א געוויסע סובסטאנץ וועלכע פארמיידט די הויט פון באקומען קנייטשן.
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך עירוב תבשילין »

די פאראייניגטע אראבישע עמיראטן האט אויך סוספענדירט טרעוול פון אין אריין אינדיע אין ליכט פון די הויכע קאראנע ראטע אין אינדיע.
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך עירוב תבשילין »

באאמטע אין טוניזיע, אפריקע באריכטן איבער א דזשארטעדש פון שפיטאל בעטן נאך וואס דאס לאנד פלאגט זיך מיט א שווערע כוואליע.
לויט די געזונטהייט באאמטע אין לאנד איז די ווידער פארשפרייטונג אלס רעזולטאט פון די בריטישע סטרעין.
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך יש ברירה »

אינדיע מיט א פרישע רעקארד 332,503 קעיסעס און 2,256 טויטפעלער.
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך יש ברירה »

אויב זענען די צרות אין אינדיע נישט גענוג, האט א פייער אין א ארטיגע שפיטאל אומגעברענגט דרייצן קאוויד פאציענטן.
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך יש ברירה »

זיבן טאג דורכשניט אראפ אונטער דריי מיליאן. מעגליך אז אמעריקע הייבט אן גרייכן א וואנט...
אטעטשמענטס
Screenshot_20210422-223829_Chrome.jpg
Screenshot_20210422-223829_Chrome.jpg (265.2 KiB) געזען 775 מאל
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך עירוב תבשילין »

טעגליכע בולעטין פון פרייטאג אח"ק:

--ענגלאנד האט שוין אויפגעכאפט דערווייל 55 קעיסעס פון די אינדיען וועריענט אין עטליכע געגענטער.

--האלאנד האט רעקארדירט איבער 9,000 פרישע קאראנע קעיסעס אין די לעצטע 24 שעה, דאס איז די העכסטע צאל זינט פארלאפענעם יאנואר.

--יאפאן האט איינגעשטעלט פרישע שטרענגער רעגולאציעס אין ליכט פון א ווידערפארשפרייטונג אין לאנד, בלויז 3 חדשים פאר יאפאן גרייט זיך אויפן היי יעריגן אלימפיקס וואס קומט פאר אין יאפאן.

--די שטאט פערט אין מערב אויסטראליע גייט אריין אין א 3 טאגיגע לאקדאון נאך וואס א מאן האט געטעסט פאזיטיוו פאר די וויירוס.

--די דימענד פאר וואקסינען אין מערערע שטעט אין די פאראייניגטע שטאטן ווערט מער און מער רעדוצירט נאך וואס זיי טוען סוקסעספול וואקסינירן זייער איינוואוינער.
לוזיאנא האט געבעטן די רעגירונג נישט צו שיקן די פילע באשטעלונג און אזוי אויך אין עטליכע קאונטיס אין קענסעס.
מיסיסיפי באאמטע האבן געבעטן צו שיקן קלענערע קוואנטומען פון די וואקסינען נאך וואס א דריי פערטל איינוואוינער זענען שוין וואקסינירט.

--מדינת ישראל און באכרעין זענען איינגעגאנגען אויף א דיעל צו אנערקענען די גרינע וואקסין פאספארט איינע פון די אנדערע דאס מיינט אז רייזענעדע פון לענדער וועלן מער נישט דארפן זיין אין קווראנטין.
פארשפארט

צוריק צו “קאראנא וויירוס”