"קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

הבדלה וויין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 268
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 12, 2012 2:48 am

תגובה דורך הבדלה וויין »

עוד הם מדברים האט געשריבן:לאמיר האפן אז ס'וועט נישט קומען צו א מצב ווי מענטשן מיט אזעלכע סארט גערעדעכטצער וועלן נישט קענען זאגן ידינו לא שפכו... דאס איז אין פולסטן זין פון ווארט א מגיפה... ווי קליין? ווי גרויס? קען שוין ווערן דעבאטירט. יש סברות לכאן ולכאן...

עטליכע פאקטן וואס ווייזט אויף די ערנסטקייט פון די זאך:

1. טשיינע איז די צווייט גרעסטע עקאנאמיע אין די וועלט, זיי האבן דאס אלעס אפגעשטעלט און זיי פארלירן טריליאנען דאלארן, וואס עקספערטן זאגן אז זיי גייען זייער שווער זיך קענען אינגאנצן אויסקורירן דערפון. פארוואס? ווייל ס'איז דא עפעס א פלו'לעכל???

2. איטאליע האט צוגעמאכט די דריי גרויסע סיטי'ס אין יוצא ואין נכנס, שטעלנדיג זייער גאנצע עקאנאמיע אין ערנסטן געפאר פון אינגאנצן צוזאמפאלן... פארוואס? ווייל ס'איז דא עפעס א נארישע פלו סיטואציע???

3. מדינת ישראל שטעלט אין געפאר גרויסע חלקים פון זייער עקאנאמיע. אויך נאר ווייל זיי ווילן נישט קיין פלו אין לאנד. הא?

4. ספארטס טימס ארום די וועלט וואס מאכן מיליאנען דאלארן פון יעדעס איינציגע שפיל, שפילן יעצט צו ליידיגע סטעדיומ'ס... אויך נאר ווייל זיי ווילן נישט קיין פארקילעכטס דארט??

5. הערט דאס: איטאליע האט גאר א גרויסע נאמבער אנגעשטעקטע און דערווייל האבן זיי די בעסטע סיסטעם פון רעקארדירן אנגעשטעקטע, קראנקע און ל"ע געהרג'טע. לפי זייערע נומבערס דארפן צען פראצענט פאציענטן באקומען באהאנדלונג אין שפיטאל, דאס הייסט אז יעדע טויזענט אנגעשטעקטע דארפן הונדערט ווערן שפיטאליזירט, אמעריקע האט 2.8 שפיטאל בעטן פער טויזענט מענטשן און צו יעדע צייט איז ארום 65% שפיטאל בעטן פול, וואס דאס לאזט איבער ארום איין בעט פער טויזענט אנגעשטעקטע... יעצט טראכט אריין חלילה אויב ווערן די שפיטאל בעטלעך פול (וואס איז א פאקט אין אלע אנגעשטעקטע געגנטער) און דער לויער פון וועסטשעסטער באקומט דעם וויירוס, ווייטער פון דעם וויל איך נישט זאגן... די אלע נומבערס קענט איר נאכקוקן, גלייבט מיר נישט בלינדערהייט.

6. אין וואשינגטאן זענען אין א האום געשטראבן 12 עלטערע מענטשן, און עולם גולם זאגט יא ס'זענען געווען עלטערע מענטשן... (וואס דרך אגב זענען זיי נישט געווען אין קיין שום וועג שטערבליך קראנק, פשוט עלטערע לייט) רבותי.. איר האט א אהנונג וויפיל אזעלכע אידן דרייען, וואוינען צווישן אונז בלי עין הרע??? אין די טויזענטער! איז עמיצער גרייט צו זאגן ס' איז אקעי.. נאר די עלטערע שטארבן דערפון? יעדע גאס, שוהל, האום האט קע"ה פול מיט אזעלכע אידן. מיר באזוכן זיי, קומען אין בארירונג מיט זיי וכו' וכו'

7. יעצט צום פלו, די העכסטע ראטע פון די וואס ווילן זאגן אז די פלו איז טויטליך איז ביי ארום 0.7 פראצענט, דאגעגן די אלגעמיינע ראטע פון טויטע ביי קאראנע איז יעצט ביי ארום 3.4%... יבא הקהל וישפוט..

דאס זענען נאר אפאר פאקטן וואס גיבט אביסל א שיין אויף די ערנסטקייט פון די זאך...

איך זאג עס בכלל נישט אפצושרעקן דעם עולם, מ'טאר נישט פאניקן און מ'זאל נישט פאניקן, מ'דארף טוהן וואס מ'דארף, אבער זיך אויסלאכן דערפון איז א שאלה פון פארגיסן בלוט...



במחילת כבודך צו זאגן אזוי ווייזט אז אונז זענען זייער פארגוי'אישט געווארן און אונז האבן נישט קיין בטחון און אמונה, די גוי לעבט ליידער א לעבן אז ער האלט אז ער קען יעדע זאך פראטעקטען און ער דארף האבן א סאלושען פאר יעדע פראבלעם, און ער רעדט זיך איין אז מען קען זיך באשיצן פונעם אייבערשטען'ס הענט, למעשה וואס האבן זיי דא געטוען, געהרגט בידים די בעסטע עקאנאמיע וואס איז געווען די שטערקסטע פון יארן אין א רייע, די דזשאב מארקעט האלט ביי א 50 יאר לאו, און וואס קענען זיי ווייזן פארדעם? זילטש.
אוודאי איז דא א חיוב ונשמרתם מאוד לנפשותיכם, און יא א מענטש מיט א שוואכע אימיון סיסטעם זאל וואטשען ווי מער נישט אריינצואטעמען פון אנדערע, וואס דאס איז אגב גוט אייביג און פאר יעדעם כ"ש יעצט. די זאגסט וועגן די נורסינג האום, די האסט אן אנונג וואס עס טוט זיך אין אזא האום? זיי פארברענגען א גאנצע טאג צוזאמען און איינער בטעות שפייט אויף א צווייטען, און עס רינט פון אלע זייטן וכו' אוודאי איז דא מער טשענסעס זיי זאלן עס כאפן. און איך גלייב און האף אז יעדע האום און האספיטאל האט איינגעשטעלט מער באווארענונגען יעצט, אבער גיין אפשפארן די וועלט?, ווען עס גייט סיי ווי נישט העלפן גארנישט, אזוי ווי עס איז געפראווט געווארן.
אמעריקע האט פאר בע' דריי חדשים אפגעשפארט די טירן פאר טשיינע, וואס האט עס אויפגעטוען? ס"ה אפגעשטופט אויף אביסל.
איך זאג נישט, די רגע עס איז דא א וואקסין וואס ארבעט, וועט מען דארפן עס נעמען אלץ ונשמרתם מאד.
ביי די שווארצע מגיפה ווען די וועלט איז נישט געווען אזוי קאנעקטעד און פארגעשריטען זענען לויט טייל געשטארבן כמעט א דריטל וועלט, אויב רעדט זיך דא איינער איין אז אויב דער רבוש"ע וויל עס טוען היינט קען ער נישט? לאמיר זען צי די אלע וואס אידישע קוועלער וואס זייען אן פאניק, האבן געזאגט אן עקסטערע צען קאפיטלעך תהילים היינט.
אוודאי, וויל איך נישט דא זאגן אז מען דארף נישט טוען נארמאלע השתדלות, יא מען דארף טוישן צו פעפער טאועל אנשטאט האנטוכער אין די שולן, וואס אגב איז אייביג עס גוט נאר עס קאסט אסאך געלט. מען דארף ארבעטען נישט צו רירן מיט הענט פון גאס די מויל, נאז, אויגן פאר אפוואשן עס מיט זייף/וואסער. אבער נישט לעבן אין א פאניק, און זיך פארלאזן אויף די רבוש"ע, אז ער ווייסט וואס ער טוט און עס קומט פון אים, און טוען מער תפילה צו אים און תשובה טוען.
אוועטאר
רואיג!
שר האלף
תגובות: 1865
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

תגובה דורך רואיג! »

אחת ואחת האט געשריבן:
לעכטל האט געשריבן:איינער קען מיר מסביר זיין וואס האט טשיינע געטוהן אז ס'האט זיך פארמינערט די צאל איינגעשטעקטע?!

אויפגעהערט צו ארויסצוגעבן נאמבערס.

אנהייב האבן זיי עס פראבירט צו באהאלטן, נאכדעם האבן זיי געזען אז מען קען נישט באהאלטן אזא גרויסע עלעפאנט, האבן זיי ארויסגעגעבן קלארערע נאמבערס. דו טראכסט אז יעצט פעלשן זיי נאכאמאל עס זאל אויסזען גוט? קען זיין, אבער איך קויף עס נישט. אויב די נאמבערס גייען ווייטער ארויף און זיי פארציילען אז די נאמבערס גייען אראפ, וועט נישט נעמען צו לאנג אז יעדער זאל זען אז זיי האבן געפעלשט די נאמבערס. זענען זיי אזוי נאריש?

עס איז מער מסתבר לדעתי אז זייער מהלך ארבעט. זיי האבן א שטארקע קאנטראל אויף דעם עולם, ווען זיי זאגן בלייבן אינדערהיים, בלייבט מען אינדערהיים, זייערע ראודס זענען ליידיג, מען פארט נישט, מען קומט נישט. אין יעדע פרייע לאנד וועט קיינער נישט זיין אזוי פאלגזאם.
אוועטאר
נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2494
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 13, 2015 12:47 am

תגובה דורך נו שוין »

לויט די יעצטיגע טרענד גייט טשיינע זיין די צווייטע אדער דריטע אין די ליסטע פון אקטיווע קעיסעס, א יעדן טאג גייט אראפ די נומערן.
#בשיטה נישט
אוועטאר
בעריש'ל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4027
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 3:36 pm

תגובה דורך בעריש'ל »

רואיג! האט געשריבן:
אחת ואחת האט געשריבן:
לעכטל האט געשריבן:איינער קען מיר מסביר זיין וואס האט טשיינע געטוהן אז ס'האט זיך פארמינערט די צאל איינגעשטעקטע?!

אויפגעהערט צו ארויסצוגעבן נאמבערס.

אנהייב האבן זיי עס פראבירט צו באהאלטן, נאכדעם האבן זיי געזען אז מען קען נישט באהאלטן אזא גרויסע עלעפאנט, האבן זיי ארויסגעגעבן קלארערע נאמבערס. דו טראכסט אז יעצט פעלשן זיי נאכאמאל עס זאל אויסזען גוט? קען זיין, אבער איך קויף עס נישט. אויב די נאמבערס גייען ווייטער ארויף און זיי פארציילען אז די נאמבערס גייען אראפ, וועט נישט נעמען צו לאנג אז יעדער זאל זען אז זיי האבן געפעלשט די נאמבערס. זענען זיי אזוי נאריש?

עס איז מער מסתבר לדעתי אז זייער מהלך ארבעט. זיי האבן א שטארקע קאנטראל אויף דעם עולם, ווען זיי זאגן בלייבן אינדערהיים, בלייבט מען אינדערהיים, זייערע ראודס זענען ליידיג, מען פארט נישט, מען קומט נישט. אין יעדע פרייע לאנד וועט קיינער נישט זיין אזוי פאלגזאם.

איך פארשטיי אבער נישט, איינמאל מען עפענט דער קוואראנטין איז אודך? ניין?
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובה דורך דממה דקה »

נו שוין האט געשריבן:לויט די יעצטיגע טרענד גייט טשיינע זיין די צווייטע אדער דריטע אין די ליסטע פון אקטיווע קעיסעס, א יעדן טאג גייט אראפ די נומערן.
אויב עס וועט נאך זיין מענטשן דארט...
אוועטאר
לעכטל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3984
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

תגובה דורך לעכטל »

דממה דקה האט געשריבן:
נו שוין האט געשריבן:לויט די יעצטיגע טרענד גייט טשיינע זיין די צווייטע אדער דריטע אין די ליסטע פון אקטיווע קעיסעס, א יעדן טאג גייט אראפ די נומערן.
אויב עס וועט נאך זיין מענטשן דארט...

וואס רעדסטו?
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובה דורך איסר האטלקי »

רואיג! האט געשריבן:
אחת ואחת האט געשריבן:
לעכטל האט געשריבן:איינער קען מיר מסביר זיין וואס האט טשיינע געטוהן אז ס'האט זיך פארמינערט די צאל איינגעשטעקטע?!

אויפגעהערט צו ארויסצוגעבן נאמבערס.

אנהייב האבן זיי עס פראבירט צו באהאלטן, נאכדעם האבן זיי געזען אז מען קען נישט באהאלטן אזא גרויסע עלעפאנט, האבן זיי ארויסגעגעבן קלארערע נאמבערס. דו טראכסט אז יעצט פעלשן זיי נאכאמאל עס זאל אויסזען גוט? קען זיין, אבער איך קויף עס נישט. אויב די נאמבערס גייען ווייטער ארויף און זיי פארציילען אז די נאמבערס גייען אראפ, וועט נישט נעמען צו לאנג אז יעדער זאל זען אז זיי האבן געפעלשט די נאמבערס. זענען זיי אזוי נאריש?

עס איז מער מסתבר לדעתי אז זייער מהלך ארבעט. זיי האבן א שטארקע קאנטראל אויף דעם עולם, ווען זיי זאגן בלייבן אינדערהיים, בלייבט מען אינדערהיים, זייערע ראודס זענען ליידיג, מען פארט נישט, מען קומט נישט. אין יעדע פרייע לאנד וועט קיינער נישט זיין אזוי פאלגזאם.

לויט אסאך איז די גאנצע וויירוס א רעזולטאט פון א כינעזער בילאגישע וואפן. עס איז זייער מסתבר אז זיי פעלשן נאכאלץ אין גרויסן און זיי ווילן אז די וועלט זאל אויפהערן קוקן אויף זיי.

ווילאנג זיי לאזן נישט קיין פרעמדע אויגן דורכקוקן זייערע ביכער, זענען זיי נישט באגלייבט אויף גארנישט. זיי זענען באוואוסט אז וועלט'ס גרעסטע שקרנים נישט פון היינט, נאר פון 50 יאר צוריק.
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובה דורך איסר האטלקי »

נו שוין האט געשריבן:לויט די יעצטיגע טרענד גייט טשיינע זיין די צווייטע אדער דריטע אין די ליסטע פון אקטיווע קעיסעס, א יעדן טאג גייט אראפ די נומערן.

ס'גייט אראפ ווי די קריימס אין ניו יארק סיטי...
אוועטאר
ימות המשיח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 478
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 31, 2019 6:17 am
לאקאציע: אויף אַ ווייַסע פערד

תגובה דורך ימות המשיח »

נומער 29 אין ארץ ישראל
אַ געשעפט האָב איך............
אבן יקרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובה דורך אבן יקרה »

די נומער 29 איז שוין א נייע מצב
ס'איז איינער וואס איז איינגעשטעקט אין אר"י, נישט וואס איז ערגעץ ווי געוועהן אדער געהאט א שייכות מיט עימעצער פון אויסלאנד.
אוועטאר
רואיג!
שר האלף
תגובות: 1865
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

תגובה דורך רואיג! »

בעריש'ל האט געשריבן:
רואיג! האט געשריבן:
אחת ואחת האט געשריבן:
לעכטל האט געשריבן:איינער קען מיר מסביר זיין וואס האט טשיינע געטוהן אז ס'האט זיך פארמינערט די צאל איינגעשטעקטע?!

אויפגעהערט צו ארויסצוגעבן נאמבערס.

אנהייב האבן זיי עס פראבירט צו באהאלטן, נאכדעם האבן זיי געזען אז מען קען נישט באהאלטן אזא גרויסע עלעפאנט, האבן זיי ארויסגעגעבן קלארערע נאמבערס. דו טראכסט אז יעצט פעלשן זיי נאכאמאל עס זאל אויסזען גוט? קען זיין, אבער איך קויף עס נישט. אויב די נאמבערס גייען ווייטער ארויף און זיי פארציילען אז די נאמבערס גייען אראפ, וועט נישט נעמען צו לאנג אז יעדער זאל זען אז זיי האבן געפעלשט די נאמבערס. זענען זיי אזוי נאריש?

עס איז מער מסתבר לדעתי אז זייער מהלך ארבעט. זיי האבן א שטארקע קאנטראל אויף דעם עולם, ווען זיי זאגן בלייבן אינדערהיים, בלייבט מען אינדערהיים, זייערע ראודס זענען ליידיג, מען פארט נישט, מען קומט נישט. אין יעדע פרייע לאנד וועט קיינער נישט זיין אזוי פאלגזאם.

איך פארשטיי אבער נישט, איינמאל מען עפענט דער קוואראנטין איז אודך? ניין?

נאך א שטיק צייט איז יעדער אויסגעהיילט, (אדער נישט בין החיים ר"ל). און די וויירוס שטארבט אפ. א וויירוס דארף האבן א בע"ח אין וואס עס לעבט, עס קען נישט לעבן פאר זיך מער ווי א טאג צוויי.

אגב, עס איז מעגליך אז ווען די וועטער וועט ווערן ווארעמער וועט די וויירוס ווערן אפגעשוואכט אזויווי די פלו. קיינער ווייסט פשוט נישט, נאר דער באשעפער.
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

תגובה דורך טשאלענט »

איסר האטלקי האט געשריבן:לויט אסאך איז די גאנצע וויירוס א רעזולטאט פון א כינעזער בילאגישע וואפן. עס איז זייער מסתבר אז זיי פעלשן נאכאלץ אין גרויסן און זיי ווילן אז די וועלט זאל אויפהערן קוקן אויף זיי.

ווילאנג זיי לאזן נישט קיין פרעמדע אויגן דורכקוקן זייערע ביכער, זענען זיי נישט באגלייבט אויף גארנישט. זיי זענען באוואוסט אז וועלט'ס גרעסטע שקרנים נישט פון היינט, נאר פון 50 יאר צוריק.

לכאורה איז דאס דער אמת, נאר אזויווי יעצט איז מען פארנומען מיט וויכטיגערס, נעמליך בייקומען דעם וויירוס, פארשט מען עס נאך נישט אזוי שטארק אויס.

אבער עס איז זיכער אז אויב ווערט דאס טאקע געפונען אמת וועט כינע באצאלן א גאר טייערער פרייז דערויף.

בעק טא סאבדשעקט!
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
אוועטאר
לעכטל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3984
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

תגובה דורך לעכטל »

רואיג! האט געשריבן:
בעריש'ל האט געשריבן:
רואיג! האט געשריבן:
אחת ואחת האט געשריבן:
לעכטל האט געשריבן:איינער קען מיר מסביר זיין וואס האט טשיינע געטוהן אז ס'האט זיך פארמינערט די צאל איינגעשטעקטע?!

אויפגעהערט צו ארויסצוגעבן נאמבערס.

אנהייב האבן זיי עס פראבירט צו באהאלטן, נאכדעם האבן זיי געזען אז מען קען נישט באהאלטן אזא גרויסע עלעפאנט, האבן זיי ארויסגעגעבן קלארערע נאמבערס. דו טראכסט אז יעצט פעלשן זיי נאכאמאל עס זאל אויסזען גוט? קען זיין, אבער איך קויף עס נישט. אויב די נאמבערס גייען ווייטער ארויף און זיי פארציילען אז די נאמבערס גייען אראפ, וועט נישט נעמען צו לאנג אז יעדער זאל זען אז זיי האבן געפעלשט די נאמבערס. זענען זיי אזוי נאריש?

עס איז מער מסתבר לדעתי אז זייער מהלך ארבעט. זיי האבן א שטארקע קאנטראל אויף דעם עולם, ווען זיי זאגן בלייבן אינדערהיים, בלייבט מען אינדערהיים, זייערע ראודס זענען ליידיג, מען פארט נישט, מען קומט נישט. אין יעדע פרייע לאנד וועט קיינער נישט זיין אזוי פאלגזאם.

איך פארשטיי אבער נישט, איינמאל מען עפענט דער קוואראנטין איז אודך? ניין?

נאך א שטיק צייט איז יעדער אויסגעהיילט, (אדער נישט בין החיים ר"ל). און די וויירוס שטארבט אפ. א וויירוס דארף האבן א בע"ח אין וואס עס לעבט, עס קען נישט לעבן פאר זיך מער ווי א טאג צוויי.

אגב, עס איז מעגליך אז ווען די וועטער וועט ווערן ווארעמער וועט די וויירוס ווערן אפגעשוואכט אזויווי די פלו. קיינער ווייסט פשוט נישט, נאר דער באשעפער.

דאס איז זיכער אז ווען עס ווערט ווארימער, ארבעט די אימיאן סיסטעם בעסער, און במילא ווערט עס ראיגער.
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
אוועטאר
רואיג!
שר האלף
תגובות: 1865
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

תגובה דורך רואיג! »

איסר האטלקי האט געשריבן:
רואיג! האט געשריבן:
אחת ואחת האט געשריבן:
לעכטל האט געשריבן:איינער קען מיר מסביר זיין וואס האט טשיינע געטוהן אז ס'האט זיך פארמינערט די צאל איינגעשטעקטע?!

אויפגעהערט צו ארויסצוגעבן נאמבערס.

אנהייב האבן זיי עס פראבירט צו באהאלטן, נאכדעם האבן זיי געזען אז מען קען נישט באהאלטן אזא גרויסע עלעפאנט, האבן זיי ארויסגעגעבן קלארערע נאמבערס. דו טראכסט אז יעצט פעלשן זיי נאכאמאל עס זאל אויסזען גוט? קען זיין, אבער איך קויף עס נישט. אויב די נאמבערס גייען ווייטער ארויף און זיי פארציילען אז די נאמבערס גייען אראפ, וועט נישט נעמען צו לאנג אז יעדער זאל זען אז זיי האבן געפעלשט די נאמבערס. זענען זיי אזוי נאריש?

עס איז מער מסתבר לדעתי אז זייער מהלך ארבעט. זיי האבן א שטארקע קאנטראל אויף דעם עולם, ווען זיי זאגן בלייבן אינדערהיים, בלייבט מען אינדערהיים, זייערע ראודס זענען ליידיג, מען פארט נישט, מען קומט נישט. אין יעדע פרייע לאנד וועט קיינער נישט זיין אזוי פאלגזאם.

לויט אסאך איז די גאנצע וויירוס א רעזולטאט פון א כינעזער בילאגישע וואפן. עס איז זייער מסתבר אז זיי פעלשן נאכאלץ אין גרויסן און זיי ווילן אז די וועלט זאל אויפהערן קוקן אויף זיי.

ווילאנג זיי לאזן נישט קיין פרעמדע אויגן דורכקוקן זייערע ביכער, זענען זיי נישט באגלייבט אויף גארנישט. זיי זענען באוואוסט אז וועלט'ס גרעסטע שקרנים נישט פון היינט, נאר פון 50 יאר צוריק.

איך וועל לאזן די קאנספיראציע טעאריעס אין א זייט.

עס איז אמת אז זיי זענען גרויסע שקרנים, און זיי האבן באמת נישט קיין פראבלעם צו זאגן ליגנט, אבער זיי זענען נישט קיין נאראנים. זיי האבן ארויסגעגעבן די גרעסערע נאמבערס און יעצט האבן זיי מחליט געווען צו פעלשן נאכאמאל? דאס דארף א הסבר, און איך קויף עס נישט.
!want to be good
שר חמש מאות
תגובות: 698
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 5:48 am

תגובה דורך !want to be good »

What is happening in Italy
?
Officials announced the record daily death toll in a statement on Friday

They said the number could not be officially confirmed until health officials had "established the actual cause of death"

The national health institute said the average age of those who have died was 81, with the majority suffering from underlying health problems. An estimated 72% of all those who have died were men

According to government data, 4.25% of individuals confirmed to have the coronavirus in Italy have died, the highest rate in the world

The country has one of the world's oldest populations

The government this week ordered the closure of all schools for 10 days as it battles to contain the outbreak
לעצט פארראכטן דורך !want to be good אום זונטאג מארטש 08, 2020 3:52 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.