בלאט 1 פון 1

גוטע ברידער הארציגע ברידער איינס צוויי דריי פיר....

געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 20, 2020 12:41 am
דורך הענדימען
אקעי רבותי. לאמיר זינגען צוזאמען

מיר זענען ברידער און מיר האבן זיך באמת ליעב אהבת נפש

מיר וועלן זיך אויסטוהן דעם לעצטן העמד פאר א צווייטן איד

מיר העלפן זיך איינער דעם אנדערן וויפיל ס'איז שייך

מיר האלטן זיך נישט אפ פון האנדלען מיט א צווייטן איד ווייל ער איז אפיליאירט מיט "די אנדערע" פאליטישע פארטיי

פארוואס זאלן מיר פירן אזא האספולע און פערזענליכע מערכה קעגן יענעם נאר ווייל ער האלט אז טראמפ האט נישט\יא געווינען\רעכט\שכל\וואטעווער?

עס טוט וויי דאס הארץ צו זעהן וויאזוי אידן קענען זיך פערזענליך ווייטוהן איינער דעם אנדערן איבער אזעלכע נארישקייטן וואס מאכן אפילו נישט אויס. איינער רעדט זיך איין אז איינער אין וואשינגטאן גייט עפעס טוהן ווייל אויף אייוועלט האט מען געזאגט אזוי אדער אזי?

איינער האלט נאך חשבון ביי וועלכע פאל די ניגון האלט יעצט? איך נישט

מיר זענען אלע ערליכע אידן, חסיד'ישע אידן. חסידות מיינט לפנים משורת הדין. מצער זיין א איד איז אן איסור דאורייתא!!! ס'קומט זיך אים? ווייל ער וויל גלייבן אז עפעס וואס איז נישט מעלה ומוריד איז יא אדער נישט געשעהן מעג מען מצער זיין?

אוי וואסדזשע טוסטו אויף דער וועלט און וואס וועסטו ענטפערן אויף יענע וועלט



יעצט וויל איך זיך אנטשולדיגן פאר ווער ס'האט זיך אפשר איינגערעדט אז דא קומט סיי וועלכע פאעזיע צו וואס. איך הייב נישט אן קענען אפילו איין גראם מאכן


נו פארוואס אן עקסטער אשכול? פארוואס קעמעניש אריינלייגן דארט וואו ס'פעלט אויס און שוין?

איז אזוי. איך בין ב"ה זייער זייער פארנומען די לעצטע שטיק צייט און האב נישט קיין סאך צייט סאו זיץ איך נישט אזויפיל אין די פאליטישע אשכולות אבער דא דארט פאל איך אריין און זעה אז כ'האב נאך אזא 20 בלעטער צו ליינען אין יענע אשכול אליינס פיץ איך אפ און דאן קום צוריק נאר צו טרעפן אז די טשעפערייען זענען נאר געווארן שארפערע און מער פערזענליכע

איך האב באמת געגלייבט אז איינער גייט עפעס טוהן ווייל כ'ווייס אז ס'באדערט פאר נאך אנדערע וואס ס'גייט פאר אבער למעשה האב איך עס נישט געזעהן געשעהן האב איך באשלאסן צו שרייבן דעם דאזיגן געשרייבעכץ

אזוי טראכטענדיג זעה איך דאס אבער כאטש איך האף אז מיין געשרייבעכץ איז שוין גענצליך איבעריג האב איך נאכאלץ גענומען די מיה צו שרייבן ווייל אפשר דאך וועט עפעס ארויסקומען


ווער ס'וויל האבן א חלק אין ברענגען שלום צווישן אידן זאל ביטע טוהן אלעס וואס ער קען צו דערמאנען אנדערע חברים


את חטאי אני מזכיר. איך קען אויך אמאל ווערן ברוגז און אריינפליקן איינעם וואס טענה'ט אנדערש ווי מיר און איך האף צו געדענקען מער נישט צו טוהן אזוי

Re: גוטע ברידער הארציגע ברידער איינס צוויי דריי פיר....

געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 20, 2020 12:43 am
דורך חוח בין השושנים
;l;p-

אין דעם זכות וועט אונז השי"ת אויסלייזן איינס צוויי דריי...

Re: גוטע ברידער הארציגע ברידער איינס צוויי דריי פיר....

געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 20, 2020 12:49 am
דורך עמרם
קיינער מיינט נישט זיך צו קריגן ח"ו, עס איז נאר דא וואס האלטן אז דאס גרעניצט זיך מיט יהדות,

געוויסע טענה'ן שוין לאנג אז רעליגיע איז נישט גוט פאר די מענטשהייט............

אופס.... שוין ווייטער אריינגעפארן אין די בלאטע.......

נעווער מיינד

Re: גוטע ברידער הארציגע ברידער איינס צוויי דריי פיר....

געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 20, 2020 1:05 am
דורך Goodmorning
יעצט געזען צום ערשטן מאל, דו שרייבט דאך בעסער ווי גוט, פאר די סיבות נעם איך מיר פאר יעדע וואך צוויי מער נישט צו שרייבן דא, אבער די 2020 האט דאך אזויפיל דראמא אז איך קען מיר נישט איינהאלטן.
ווען משיח וועט קומען וועט ער נישט ווייזן מיט די פינגער וועלכע קאנדידאט איז גערעכט אבער יא וויפיל מען האט איינגעהאלטן די פינגער פון טייפן א גוטן שטעך און איינגעהאלטן די אויגן פון מיט האלטן אן אינטערעסאנטע פרעג קאנפערענס וכדומה ווי מען קען געשטרויכעלט ווערן.
א דאנק פארן דערמאנונג אינמיטן די היץ דא.

Re: גוטע ברידער הארציגע ברידער איינס צוויי דריי פיר....

געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 20, 2020 1:09 am
דורך חיימאוויטש
אין די וואך אויסגאבע נאכן וואלן האט דער אנטי-טראמפער אינעם דעבאטע אויסגעפירט מיט א שטארקע ליניע פאר זיינע חבירים וואס גלייכן טראמפ, וואס האט מיר זייער געכאפט:

זאל דיר טראמפ נישט מאכן מיר פיינט האבן בלויז ווייל איך האב אים נישט ליב... אפגעזען אויף וועם האט דאס געשריבן, איז די נקודה ריכטיג. מיר דארפן זיך האלטן גראד און קיינמאל קיינמאל נישט קיין טראפ'קעלע מזלזל זיי בכבוד פון אונזערע היימישע אידישע ליבליכע ברידער אפי' יענער איז אן אויסגערופענער הייסער פרא אדער אנטי סיי וועלכע קאנדידאט פארקערט ווי דיין מיינונג.

#כ'רעד צו מיר אליין אויך.

Re: גוטע ברידער הארציגע ברידער איינס צוויי דריי פיר....

געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 20, 2020 2:59 am
דורך אוראייניקל
חוח בין השושנים האט געשריבן:;l;p-

אין דעם זכות וועט אונז השי"ת אויסלייזן איינס צוויי דריי...

איז לאמיר זיך נעמען דערצו איינס צוויי...

Re: גוטע ברידער הארציגע ברידער איינס צוויי דריי פיר....

געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 20, 2020 3:01 am
דורך חיימאוויטש
.

Re: גוטע ברידער הארציגע ברידער איינס צוויי דריי פיר....

געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 20, 2020 12:45 pm
דורך הענדימען
Goodmorning האט געשריבן:יעצט געזען צום ערשטן מאל, דו שרייבט דאך בעסער ווי גוט, פאר די סיבות נעם איך מיר פאר יעדע וואך צוויי מער נישט צו שרייבן דא, אבער די 2020 האט דאך אזויפיל דראמא אז איך קען מיר נישט איינהאלטן.
ווען משיח וועט קומען וועט ער נישט ווייזן מיט די פינגער וועלכע קאנדידאט איז גערעכט אבער יא וויפיל מען האט איינגעהאלטן די פינגער פון טייפן א גוטן שטעך און איינגעהאלטן די אויגן פון מיט האלטן אן אינטערעסאנטע פרעג קאנפערענס וכדומה ווי מען קען געשטרויכעלט ווערן.
א דאנק פארן דערמאנונג אינמיטן די היץ דא.


גיימער עס לייגן אין די אונטערשריפט

Re: גוטע ברידער הארציגע ברידער איינס צוויי דריי פיר....

געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 20, 2020 12:55 pm
דורך הענדימען
חיימאוויטש האט געשריבן:אין די וואך אויסגאבע נאכן וואלן האט דער אנטי-טראמפער אינעם דעבאטע אויסגעפירט מיט א שטארקע ליניע פאר זיינע חבירים וואס גלייכן טראמפ, וואס האט מיר זייער געכאפט:

זאל דיר טראמפ נישט מאכן מיר פיינט האבן בלויז ווייל איך האב אים נישט ליב... אפגעזען אויף וועם האט דאס געשריבן, איז די נקודה ריכטיג. מיר דארפן זיך האלטן גראד און קיינמאל קיינמאל נישט קיין טראפ'קעלע מזלזל זיי בכבוד פון אונזערע היימישע אידישע ליבליכע ברידער אפי' יענער איז אן אויסגערופענער הייסער פרא אדער אנטי סיי וועלכע קאנדידאט פארקערט ווי דיין מיינונג.

#כ'רעד צו מיר אליין אויך.

;l;p- ;l;p- ;l;p-