אריינלאגן און איינשרייבן פראבלעמען
- פארוואס דארף מען זיך איינשרייבן?
- צו ליינען דארף מען זיך טאקע נישט איינשרייבן. אבער כדי צו קענען שרייבן אדער קאמענטירן, שטימען אין די אנקעטעס און קאמוניקירן פריוואט מיט אנדערע באנוצער דורך פריוואטע מעסעדזשעס אדער אימעיל, דארף מען זיין איינגעשריבן
- וואס איז COPPA?
- COPPA, אדער the Children’s Online Privacy Protection Act פון יאר 1998, איז א געזעץ אין די פאראייניגטע שטאטן, וואס פארלאנגט פון געוויסע וועבזייטלעך נישט צו נעמען אינפארמאציע פון יוגענטליכע אונטער 13 יאר בלויז מיט א געשריבענעם בריוו פון איינער פון די עלטערן. אויב קלערסטו אז דאס איז נוגע פאר דיר, ביטע זיך פארבינדן מיט די מנהלים.
- פארוואס קען איך זיך נישט איינשרייבן?
- די מנהלים האבן מעגליך אפגעשפארט אייער IP אדרעס פון זיך איינצושרייבן פון דארט, אדער ערלויבן זיי נישט צו נוצן די ניק וואס איר פרובירט. עס איז אויך מעגליך אז די מנהלים האבן אויף דערווייל אינגאנצן אפגעשטעלט רעגיסטראציע פאר נייע באנוצערס. איר קענט פרובירן זיך צו פארבינדן מיט די מנהלים פאר מער אינפארמאציע.
- איך האב זיך איינגעשריבן, פארוואס קען איך נישט אריינסיינען?
- ווען איר שרייבט זיך איין, דארף אייער ניק באשטעטיגט ווערן דורך איינע פון די מנהלים צו ווערן אקטיוויזירט. אויב גייט אריבער אפאר טעג און אייער ניק איז נאכנישט אקטיוויזירט, שיקט אן אימעיל צו ארענדאר.
- מיין ניק איז שוין אקטיוויזירט, אבער איך קען נישט אריינסיינען?
- די ערשטע זאך קוקט איבער אויב איר האט אריינגעלייגט אייער ניק און פעסווארד ריכטיג. אויב איז אלעס ריכטיג, דאן פארבינדט אייך מיט איינע פון די מנהלים. (זיכער צו מאכן אז איר האט נישט קיין חסימה ח"ו).
- איך האב זיך איינגעשריבן, און נישט געשריבן פאר א לאנגע תקופה. און יעצט קען איך מער נישט אריינסיינען?
- עס קען זיך מאכן אז די מנהלים זאלן דעאקטיוויזירן א ניק וואס האט נישט געשריבן פאר גאר א לאנגע צייט. איר קענט זיך פארבינדן מיט איינער פון די מנהלים, צו זען אויב אייער ניק איז נאר פארמאכט פאר צייטווייליג, אדער עס איז אינגאנצן פארמעקט, וואס דאן וועט איר מוזן מאכן א נייע ניק.
- אוי וויי, איך האב פארגעסן מיין פעסווארד?
- פאלט נישט אריין אין קיין פאניק! מען קען טאקע נישט ריקאווערן דעם פעסווארד, אבער איר קענט מאכן א נייעם, דורכ'ן דריקן אויפן "אוי וויי, איך האב פארגעסן מיין פעסווארד" קנעפל. אויב איר קענט נישט אדער עס געלונגט אייך נישט צו מאכן א נייע פעסווארד, זאלט איר קאנטאקטן איינע פון די מנהלים.
- פארוואס ווער איך אסאך מאל אטעמאטיש ארויסגעסיינט?
- דאס פאסירט געווענליך אויב איר האט נישט געדרוקט דעם "געדענק מיך" קנעפל, ווען איר האט אריינגעלאגט. די סיסטעם סיינט אייך ארויס נאך א געוויסע צייט, צו זיין באווארנט פון פרעמדע מענטשן. די געדענק מיך קנעפל ארבעט נישט אין ביי א קאמפיוטער וואס ווערט באנוצט דורך אסאך מענטשן למשל א קיאסק.
- וואס טוט דער אפציע "מעק אויס פארום קוקיס"?
- עס טוט אויסמעקן אלע קוקיס וועס זענען געווארן פראדוצירט דורך phpBB וואס ווערט כדי אייך צו האלטן אריינגעסיינט. אויב האט איר פראבלעמען אריינצוסיינען אדער ארויססיינען, קען פארמעקן די קוקיס העלפן.