Advertisement

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

וועלכע ניק זאל איך נעמען?

די פאול האט זיך פארמאכט אום זונטאג דצמבר 31, 2006 2:25 am

0
נישטא קיין שטימען
0
נישטא קיין שטימען
0
נישטא קיין שטימען
0
נישטא קיין שטימען
0
נישטא קיין שטימען
3
75%
0
נישטא קיין שטימען
1
25%
0
נישטא קיין שטימען
0
נישטא קיין שטימען
 
סך הכל שטימען : 4

אויף וואספארא ניק זאל איך טוישן?

זונטאג דצמבר 24, 2006 2:25 am

מורי ורבותי. אזוי ווי אייניגע חברים האבן מיר גע'עצה'ט צו טוישן מיין ניק, וויל איך דא פרעגן דעם מיינונג פונעם ציבור, וועלכע ניק איך זאל נעמען.
ביטע שרייבן וועלכע און פארוואס, און אז מ'האט א פרישע איידיע קען מען מיר עס אויך אריינשרייבן.

Advertisement

זונטאג דצמבר 24, 2006 8:26 am

אויפן ערשטן קלער: בלייב מיטן אלטן... פשוט, מען איז שוין צוגעוואוינט דערצו.

אבער אויב טוישן, וואלט איך געלאזט די באשלוס פאר דיר אליין, ווייל דו ברויכסט זיך שפירן באקוועם מיטן נאמען וואס וועט ווערן די ערשטע נאנטסטע זאך צו דיר נאך דיין אידישן נאמען...

לאמיר אבער דאך פרובירן עפעס צוגעפאסט צו דיר... אממממ לויט דיין בלאגעלע "מיינע מחשבות" וואלט איך דיר אנגערופן "קלערער" אדער "דענקער" (לויט די צייט פון דיין תגובה: "נאכט פויגל").

זונטאג דצמבר 24, 2006 11:55 am

איך זעה נישט פארוואס די זאלסט דארפן טוישן, אויב די ווילסט יא טוישן ווייסך איך דיר נישט וואס צו זאגן.

זונטאג דצמבר 24, 2006 12:06 pm

3x0 האט געשריבן:איך זעה נישט פארוואס די זאלסט דארפן טוישן, אויב די ווילסט יא טוישן ווייסך איך דיר נישט וואס צו זאגן.


נאך א טיפישע (טיפיקל בלעז) דריי-מאל-נול תגובה... "איך זעה נישט און איך ווייס נישט"... (געשריבן געווארן צוליב איין סיבה: אויפצולעבן די פארשלאפענע קרעטשמע אין א בלויען זונטאג, און נישט סתם א בלויע זונטאג, נאר א זונטאג וואס געפאלט נאך אכט טעג חנוכה פארטיס).

זונטאג דצמבר 24, 2006 12:34 pm

ר' תרועה (אגב, וויל איך פארשטיין, תרועה איז דאך צוזאמגעשטעלט פון דריי מאל דריי, טא פארוואס הייסטו דריי מאל זעראו? וואלסט געדארפט הייסן דריי מאל דריי, אדער זאלסטו טוישן דיין ניק צו שברים).
למעשה בין איך נישט קלוגער געווארן פון דיין תגובה.

קרעמער, איך פארשטיי אז איך דארף זיך טאקע פילן נאנט און פארבינדן מיט מיין ניק, אבער איך קען דאך באשטיין צו הערן פונעם עולם וואספארא ניק מ'האלט פאר "א גוטס".

איך זעה דערווייל האלטן "הונדערט פראצענט" פון די וויילער אז איך זאל טוישן דעם ניק אויף נואם הכבוד. ניתי ספר ונחזי, עמיר ווארטן ביז דער גאנצער עולם וועט אפגעבן זייערע שטימען.

זונטאג דצמבר 24, 2006 1:02 pm

איך בעט דיך בלייב אזוי סוועט נאר צומישן

זונטאג דצמבר 24, 2006 1:04 pm

מצידי, קענסטו בלייבן מיטן נאמען 'אני הקטן'. כ'מיין, וועם שטערט דאס? ולמאי נפק"מ דער נאמען דער עיקר איז די כתיבה...

נאר, אז דאתאן להכי וועל איך זיך ערלויבן צו פרעגן: וואס עפעס האסטו בוחר געווען ארויסצולייגן פארן פובליק פונקט די צען נעמען? וואס א שטייגער איז שלעכט מיט כאצקל, בערל, שרייבער, זוכער, מוישע וכו' וכו'?, האבן די צען נעמען עפעס א ספעציעלע כוונה אז דו ווילסט דוקא איינע פון די צען?.

און אצינד אפאר הערה'ס בנוגע די צען:
ווי איך פארשטיי, פון די צען אויסוואלן וואס דו האסט ארויסגעלייגט, זוכסטו א ניק וואס זאל פארשטעלן איינע פון די צוויי: 1] דער ניק זאל זיין דאס מערסטע פאסיג און דאס בעסטע ארויסברענגען דיין אנוועזנהייט אין די קרעטשמע. 2] דאס מערסטע הומאריסטיש צוגעפאסט צו די עניני הקרעטשמע. דעריבער וועל איך איבערגיין אחד לאחד און זען.

1. אני_הגדול = למאי נפק"מ בין 'אני הגדול' ל'אני הקטן'?, פארוועם ס'שטערט דיין קטנות וועט אים שטערן דיין גדלות צוגלייך.

2. וואסינייעס = אויב קומסטו בלויז אין די קרעטשמע צו ברענגען אדער הערן נייעס דאן איז דאס דער פאסיגסטער נאמען וואס נאר שייך, א חוץ אויב דו מיינסט דעם הומאריסטישן חלק דערפון, און דו האסט דאס ארויסגעלייגט ע"ש דעם וועב-זייטל פון 'וואסינייעס'.

3. לעכט_פאכטער = מה זה? ביסט אפשר א ליכט פאבריקאנט אדער א פאכמאן אין מאכן ליכט?. אויב יא דאן איז דאס גאנץ גוט.

4. שטייער_באאמטער = וואס פאר שייכות האט דער ניק מיט די קרעטשמע אדער מיט דיר?, חוץ, אפשר, אז דאס איז דיין פרנסה?

5. יעקב_אלי'ס_ערשטע_קאזין = יעקב אלי' מיט זיין ברודער ביידע קריכן 'מיר' שוין פון די נאז לעכער, ווילסטו 'מיר' נאך אריינברענגען א שוועסטער קינד זייערער?...
אזויפיל קאן איך דיר זאגן: וועלכע ניק 'יא' בוחר צו זיין, ווייס איך דיר נישט וואס צו זאגן, אבער אויף וועלכע ניק 'נישט' בוחר צו זיין, האסטו אויף דעם ניק גלייך געוואונען מיין שטומע... (כ'בין אצינד, נאך מיינע ווערטער, גערישט אויף א ניק וואס וועט זיך דייקא יא רופן אויף דעם נאמען...)

6. ליידיגגייער = געווענד זיך צו ביסט טאקע...

7. מגיד_מישרים = ביסטו דען א מגיד מישרים אין ווירקליך צו אין ווירטואל? אויב יא, וואו?

8. נואם_הכבוד = כנ"ל

9. רעדאקטאר = אפשר טאקע?. מען דארף מאכן א סקר, אבער לעת עתה ביסטו נאך נישט. אולי וועט די הערה מיינע פירן צו דעם...

10. אורח_עכראי = ???

זונטאג דצמבר 24, 2006 1:15 pm

זארעח, על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון.
די צען נעמען וואס איך האב ארויסגעלייגט, איז פשוט ווייל דאס איז מיר בייגעפאלן. חאצקל און בערל איז מיר פשוט נישט בייגעפאלן.
1. אני הגדול. וויבאלד טייל מעמבערס האבן גע'טענה'ט אז איך בין שוין נישט אזוי קטן, וואס דאס האט מיך באוואויגן צו עפענען דעם אשכול, האב איך געטראכט אז אפשר אני הגדול וועט זיין דער פאסיגער ניק. נישט ווייל איך האלט ח"ו אז איך בין א גדול, אבער דאך... אביסל שמונה פעמים שמונים מעג איך האבן...
2. וואסינייעס. געמיינט דעם הומאריסטישן חלק דערפון
3-4. לעכטפאכטער און שטייער באאמטער. ניין דאס איז נישט מיין פרנסה. ס'באציעט זיך בלויז צום דערפל, וואו ס'שוין געווען א וואסער טרעגער און א האלץ העקער, אבער די צוויי אמטן האט נאך - דוכט זיך - קיינער דא נישט געהאט. ס'וואלט נישט געטראגן קיין שום באדייט, נאר בלויז סימבאליש.
5. איך וועל דיר צוליב טון. ולא יזכר שם יעקב אלי' עוד בתוך ניקי.
6. ליידיגגייער. וואס דען בין איך, אז נישט דאס?
7-8. מגיד מישרים און אורח הכבוד. נישט ווירקליך, נאר ווירטואל, און אויך נאר לדעתי הקלושה.
9. רעדאקטאר. איך האב נאכנישט דעם אמט, אבער איך האב חשק... WINK WINK...
10. אורח עכראי. א שפילווארט אויף עורך אחראי. אין אידיש וועט זיך עס אפטייטשן: דער עקלדיגער גאסט... וואטעווער...

זונטאג דצמבר 24, 2006 3:22 pm

מיך באדערט נישט דיין אלטע נאמען, און אויב עפעס צו סימבאליזירן די קרעטשמע דאן ענדערש איינע פון די ווי פאלגעגנד, פריץ, מאשקע, סטעפאן, אלעקס, וכדומה.

זונטאג דצמבר 24, 2006 3:25 pm

די נאמען מאשקע געפעלט מיר זייער. איך גיי עס ערנסט אין באטראכט נעמען. דער עולם ווערט געבעטן ווייטער צו לאזן הערן זייערע מיינונגען.
אגב, ווי איז דאס געהערט געווארן אז דער סעקרעטאר זאל אויפשטיין 3:22 אחר הצהרים?

זונטאג דצמבר 24, 2006 4:09 pm

בעטער לעטער דען עווער.

זונטאג דצמבר 24, 2006 4:21 pm

עווער??? לא עלינו.

זונטאג דצמבר 24, 2006 4:25 pm

ערשט יעצט באמערק איך דעם טעות פונעם סעקרעטאר. איי עווער סאו סאטש עי מיסטעיק.
דאס קומט ארויס פון טייפן אזוי שנעל, מ'לאזט אויס ווערטער. שיין זעהט מען אויס. קוקטס נאר ווי ער טייפט ווי א חי' דארט.

זונטאג דצמבר 24, 2006 5:11 pm

פראביר ארויס צו נעמען די גוטע זאכן דערפון.

זונטאג דצמבר 24, 2006 5:14 pm

שוין לאנג ארויסגענומען. ס'גארנישט געבליבן...

זונטאג דצמבר 24, 2006 7:24 pm

מאשקע געפעלט מיר אויך גאנץ גוט.

זונטאג דצמבר 24, 2006 8:14 pm

פשעמישל

זונטאג דצמבר 24, 2006 8:54 pm

פשעמישל? וואס עפעס?
דאכט זיך ס'איז א נאמען פון א שטאט.

מאנטאג דצמבר 25, 2006 12:41 am

מיר דאכט זיך גארנישט, כ'ווייס פאר א פאקט אז פשעמישל איז א נאמען פון א שטאט. ווייזט אויס אז דארט פלעגן וואקסן שוועמלן, דערפאר ווען דער שוועמל קלערט עפעס, שווימט (שוועמלט) אים אויף אין געדאנק די שטאט פשעמישלא.

מאנטאג דצמבר 25, 2006 12:45 am

קרעמער, איז דער שטאט נישט פערצופאל פארבינדן מיט'ן ישמח משה זי"ע?
אדער מאך איך נאר א טעות?

מאנטאג דצמבר 25, 2006 1:31 am

פשעמישל איז אזא קרעטשמעאישע נאמען

מאנטאג דצמבר 25, 2006 8:13 am

אני_הקטן האט געשריבן:קרעמער, איז דער שטאט נישט פערצופאל פארבינדן מיט'ן ישמח משה זי"ע?
אדער מאך איך נאר א טעות?


וואס ווייס איך? פרעג דעם באקאנטן שריפטשטעלער...

מאנטאג דצמבר 25, 2006 1:02 pm

אני_הקטן_גדול_וכו'. אז די וועסט טוישן יעצט ניק וועסטו דארפן צו שווער ארבעטן אנצוקומען צו דיין ציל (שר עשרת אלפים).

מאנטאג דצמבר 25, 2006 1:05 pm

וואלדעק האט געשריבן:אני_הקטן_גדול_וכו'. אז די וועסט טוישן יעצט ניק וועסטו דארפן צו שווער ארבעטן אנצוקומען צו דיין ציל (שר עשרת אלפים).

וועלקאם בעק,

עס איז נישט וויאזוי די זאגסט, די רעדע איז נישט פון מאכן א נייע ניק, עס איז נאר צו ער זאל טוישן זיין יעצטיגע. ניק

מאנטאג דצמבר 25, 2006 1:12 pm

און וואלדעק, (אגב, די נאמען איז וולאדעק, די למ"ד פאר די אל"ף), ווער זאגט דיר וואס מיין ציל איז?
שרייב א תגובה

Advertisement