קברי צדיקים וחסידים בביה"ח הישן בווארשא

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25428
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך דעצמבער 02, 2009 9:01 am

אין ווארשא איז געווען א גרויסע רבנישע משפחה בשם 'זילבערבערג' (ר' צבי מאיר איז אויך פון די משפחה) דא איז דער בילד פון די מציבה ר' חיים יעקב נפתלי זילבערבערג פון ווארשא ב"ר אברהם בנימין ז"ל.

אין פיטסבורג איז געווען ר' אברהם בנימין זילבערבערג ז"ל וועלכער האט זיך אפגעגעבן מיט דרוקן ספרי מהרא"ל דער פלאצקער גאון.
צוגעלייגטע
photo.jpg

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » זונטאג מארטש 07, 2010 9:19 pm

ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25428
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג מארטש 08, 2010 8:28 am

ביקסאד האט געשריבן:אתרוג

יישר כח הרב מביקסאד, עס איז דא דארט שיינע בילדער.

תמונות מצבות, הרה"ג ר' יעקב געזונדהייט אב"ד ווארשא ומח"ס תפארת יעקב, ומציבת ר' אברהם יצחק לאמשטיין אב"ד פעלצאוויזנא וחברי המזכירת אגודת ישראל בפוילן.
צוגעלייגטע
Gezundhiet.jpg
genery430_RO11.jpg

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » מיטוואך מארטש 10, 2010 12:58 pm

ביקסאד האט געשריבן:אתרוג

המשך
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » מיטוואך אוגוסט 11, 2010 8:01 pm

נאך אביסל תגובות אודים מוצלים מאש

הודעהדורך מיללער אום מיטוואך יוני 30, 2010 3:45 pm
א גוטע ליסטע מיט אנווייזונגען פון קברי צדיקים אויפן ווארשא ביה"ח

מיללער
שר עשרת אלפים
הודעות: 10401


הודעהדורך בןהרחמן אום מיטוואך יוני 30, 2010 9:06 pm

מיללער האט געשריבן:א גוטע ליסטע מיט אנווייזונגען פון קברי צדיקים אויפן ווארשא ביה"ח



א גרויסן דאנק הרב מיללער

איך זעה דארט אינמיטן די ליסטע שטייט עטליכע נעמען וואס זענען נקבר בשבילי בית הקברות, וואס מיינט דאס?
אויך רעכנט ער דארט אויס צווישן יענע פאר נעמען ר' זאב וואלף לייפציגער בן ר' מיכל, אן א זמן הפטירה, וואס איז פשט? אפשר איז דאס שוין א גאר אלטע מצבה? אזוי קוקט אויס פון די דערנעבענדיגע פאר וואס זענען מסוף שנות ת"ק ותחילת ת"ר.

בןהרחמן
סעקרעטאר
הודעות: 1109


הודעהדורך מיללער אום דאנערשטאג יולי 01, 2010 12:45 pm
איך ווייס נישט פונקטליך אדון הרחמן, בכלל דער גאנצער וועב-זייט איז מיר נישט געהעריג קלאר עפעס א סארט צאמווארף, אבער בכ"א איז דאס א גוטער ליסטע, וואס מיר ארט איז אז טייל פון די מציבות וועלכע ווערן דארט דערמאנט האב איך נישט באוויזען צו טרעפן אויפן ווארשא וועב-סייט, לדוגמא; ר' יואל סופר-שרייבער בן המכתב סופר, ר' שלמה אייגער ב"ר אברהם בן הגרעק"א און נאך, הייסט דאס אז דער סייט האט נישט אלעס אדער אז איך האב נישט גוט געזוכט?

פשפש ולא מצא, יתלה ב?

מיללער
שר עשרת אלפים
הודעות: 10401


הודעהדורך בןהרחמן אום דאנערשטאג יולי 01, 2010 9:33 pm
איך מיין אז דאס וואס ער שרייבט דארט ר' שלמה אייגער ב"ר אברהם איז א שטיקל טעות, ווייל ער שרייבט ר' שלמה אייגער מלובלין, און לכאורה איז דאס ר' שלמה דוד אייגער בן ר' ליב'לע אייגער מלובלין, וואס דו האסט שוין געברענגט זיין מצבה אינעם אשכול פון הגרעק"א.

בןהרחמן
סעקרעטאר
הודעות: 1109

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25428
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג אוגוסט 12, 2010 12:25 pm

לאור פון דעם נייעם פאוסט פון ידידינו ר' ברוך אמסעל הי"ו אויף קברים.קאם וועלכע רעפרעזענטירט די מציבה פון הרב ר' אליעזר אלימלך זאמבראווסקי ז"ל דער רב הצעיר פון סיראקיוז נ.י. בן ר' יהושע הלוי זאמבראווסקי אב"ד סיראקיוז ולאחריו רב לאגודת הקהלות בבאפאלא נ.י. האב איך געזוכט אביסל איבער די משפחה, וזה מה שעלתה מצודתי.
http://kevarim.com/rabbi-eliezer-elimelech-zambrowsky/

ר' יהושע איז געבארען צו זיין פאטער ר' ישראל יצחק הלוי זאמבראווסקי איז קודם געווען ראב"ד אין ווארקא און שפעטער איז ער אריבער קיין ווארשא ווי ער האט געדינט אלס רב ומו"ץ פאר אריבער 45 יאר, נפטר ונטמן שם בשנת תרע"ו. זיין זון ר' יהושע איז אויך געווען א דיין ומ"מ אין ווארשא ווי ער האט בשנת תרס"ז געדרוקט זיין חיבור אויף תהלים בשם עטרת יהושע
http://www.hebrewbooks.org/6088 דערנאך איז ער געקומען קיין אמעריקא כאמור קודם קיין סיראקיוז ווי ער האט געדרוקט זיין חיבור 'חמדת יהושע' http://www.hebrewbooks.org/3154 און דערנאך איז ער אריבער קיין באפאלא.

זיין זון ר' אליעזר אלימלך האט משמש געווען ברבנות אין סיראקיוז על ידי אביו, ווי ער איז ליידער אוועק בחיי אביו אין די עלטער פון 52 יאר, ושם מנ"כ.

די מציבה פון ר' ישראל יצחק הלוי זאמבראווסקי מו"ץ בווארשא ובנו ר' נתן נטע משם, על הביה"ח בווארשא
צוגעלייגטע
Zambrowsky.jpg
Zamb2.jpg

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25428
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג פאברואר 28, 2011 11:48 am

יהיה כן האט געשריבן:פון דער ווארשאווער בית החיים קען מען דאך רעדן א גאנצע נאכט און אויך מער
עס ליגן דארט לייבן!!
רבי חיים בריסקער, דער נצי"ב פון וואלאזין, דער חמדת שלמה, דער פלאצקער גאון מהרא"ל, ר' יעקב געזונדהייט בעל תפארת יעקב, רבי אברהם לופטביר בעל זרע אברהם וחתן האור שמח, ר' ישעיה מושקאט מפראגא ר' דוב בעריש מייזליש אב"ד קראקא ווארשא, רבי יהושע מאסטראווע בעל תולדות אדם, רבי אברהם מרדכי בן החידושי הרי"ם, ר' נחמי' אלתר, רבי עמנואל וועלטפרייד מפשעדבורז, ר' מענדלי ווארקער וצאצאיו, רבי יעקב ארי' מראדזימין, רבי ישראל ממאדזיץ בעל דברי ישראל, אדמור"י בית לאמאז פלאוו וקאצק, רבי שלמה חנוך מראדאמסק, וחתנו הי"ד, ועוד רבות גדולי וקדושי מצוקי ארץ. זכותם הגדול יגן עלינו ועל כל ישראל להכתב בספר גאולה וישועה, ולהפקד בדבר ישועה ורחמים.


ר' אברהם לופטביער נולד לאביו ר' לייבל שהי' נקרא ר' לייבל מוהל ולאמו מרת חנה יהודית בת ר' מנשה כבן יחיד, אביו היה נגיד ומפורסם בווארשא וחינך את בנו לתורה ולתעודה, משחר טל ילדותו ניכרו בו סימני גאונות וחריפות עד שהגאון ר' מאיר שמחה מדווינסק בחר בו כחתנו בעל לבתו היחידה והמושלמת, ולא זז מלחבבו ולהשתעשע עמו בדברי תורה.

ר' אברהם התפרסם בגדלותו בתורה וגם היה לו חלק במסחרי אביו ויהי בבחינת תורה וגדולה במקום אחד, אולם למרבית הצער לא זכה להבנות ולראות זש"ק עד שנגדע הארז בלבנון ונפטר בחיי אביו וחותנו הגדול ביום כ"ג ניסן תרע"ה והובל למנוחות בסביבות אהל בעל חמדת שלמה בווארשא.

בחיים חיותו זכה ר' אברהם להיות נמנה בסגל חבורות הלומדים המופלגים בווארשא; הגאון ר' מנחם זעמבא, ר' מרדכי קאלינא, ור' נתק'ע שפיגעלגלאס (עליו הרחבנו באשכול מיוחד) לאחר פטירתו נשא עמיתו ורעו ר' נתן שפיגעלגלאס על עמצו להדפיס חידושי תורת חבירו ולפרסמו להנצחת זכרו הבהיר וקראו בשם 'זרע אברהם' (להקים זרע לאברהם שלא זכה לזש"ק) כמו"כ נדפס אח"כ שו"ת זרע אברהם והוא ילקוט שו"ת בינו ליבו הגאון ר' מנחם זעמבא מפראגא-ווארשא הי"ד-זצ"ל.

מציבת ר' ליבל לופטביער-מוהל (לפלא שלא נחרת שם אביו רק שהיה אביו של הזרע אברהם) ומציבת בנו ר' אברהם חתן האור שמח (כנראה שחידשו אותו אחרי שאביו כבר נזכר בתורה "זל')
צוגעלייגטע
LuftLie.jpg
Luftvier.jpg

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » מיטוואך מאי 04, 2011 6:06 pm

אינעם לעצטן אפדעיט פון היברו-בוקס האבן זיי ארויפגעלייגט דעם חיבור נחלת עולמים, וואס האט מעתיק כמה וכמה נוסחאות מצבות פון רבנים וחשובים ואנשי שם הנקברים בביה"ח בעיר ווארשא (ווי אויך עטליכע מצבות פונעם ביה"ח במגרש פראגא וואס מען פלעגט דארט באערדיגן ביז עס איז נתייסד געווארן די גרויסע ביה"ח בשנת תקס"ז), דער חיבור איז געדרוקט געווארן בשנת תרמ"ב, עס קוקט אויס צו האבן אסאך אינטערעסאנטע און חשוב'ע ידיעות.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25428
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג מאי 05, 2011 10:04 am

יישר-כח בן הרחמן,
עס זעהט אויס זייער אינטערעסאנט.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25428
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג נובעמבער 25, 2011 11:30 am

מציבת ר' אליעזר גיטלער מו"ץ בדאמבראווא ב"ר אברהם מאיר גיטלער אב"ד סאסנאווצא בביה"ח בעיר ווארשא, ר' אליעזר נפטר בשבועות תרע"א בעת שהותו בעיר ווארשא
צוגעלייגטע
photo.jpg

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25428
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 6:04 pm

מיללער האט געשריבן:לאור פון דעם נייעם פאוסט פון ידידינו ר' ברוך אמסעל הי"ו אויף קברים.קאם וועלכע רעפרעזענטירט די מציבה פון הרב ר' אליעזר אלימלך זאמבראווסקי ז"ל דער רב הצעיר פון סיראקיוז נ.י. בן ר' יהושע הלוי זאמבראווסקי אב"ד סיראקיוז ולאחריו רב לאגודת הקהלות בבאפאלא נ.י. האב איך געזוכט אביסל איבער די משפחה, וזה מה שעלתה מצודתי.
http://kevarim.com/rabbi-eliezer-elimelech-zambrowsky/

ר' יהושע איז געבארען צו זיין פאטער ר' ישראל יצחק הלוי זאמבראווסקי איז קודם געווען ראב"ד אין ווארקא און שפעטער איז ער אריבער קיין ווארשא ווי ער האט געדינט אלס רב ומו"ץ פאר אריבער 45 יאר, נפטר ונטמן שם בשנת תרע"ו. זיין זון ר' יהושע איז אויך געווען א דיין ומ"מ אין ווארשא ווי ער האט בשנת תרס"ז געדרוקט זיין חיבור אויף תהלים בשם עטרת יהושע
http://www.hebrewbooks.org/6088 דערנאך איז ער געקומען קיין אמעריקא כאמור קודם קיין סיראקיוז ווי ער האט געדרוקט זיין חיבור 'חמדת יהושע' http://www.hebrewbooks.org/3154 און דערנאך איז ער אריבער קיין באפאלא.

זיין זון ר' אליעזר אלימלך האט משמש געווען ברבנות אין סיראקיוז על ידי אביו, ווי ער איז ליידער אוועק בחיי אביו אין די עלטער פון 52 יאר, ושם מנ"כ.

די מציבה פון ר' ישראל יצחק הלוי זאמבראווסקי מו"ץ בווארשא ובנו ר' נתן נטע משם, על הביה"ח בווארשא


ר' ישראל יצחק מו"ץ בווארשא ב"ר נתן נטע הלוי חיבר ספר 'גרש כרמל' עה"ת והוא לו נדפסה ביחד עם החיבור 'רביד הזהב' עה"ת.

ח"א וב':
http://hebrewbooks.org/14168

חלקי ג'-ה':
http://hebrewbooks.org/14167

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25428
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג מארטש 12, 2012 11:35 am

ידידינו הוותיק ועושה חסד ר' אברהם שלמה פון בעטלאהן-קאלאמייא האט מיר צוגעשיקט דעם פאלגענדן לינג וואס אנהאלט עטליכע צענדליגע בילדער פונעם ווארשאווער בית עולם, חשבתי שלא אמנע טוב און עס דא צושטעלן.
http://www.pbase.com/jolka/image/74304853

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4599
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » זונטאג אוגוסט 19, 2012 1:14 pm

מיללער האט געשריבן:אין ווארשא איז געווען א גרויסע רבנישע משפחה בשם 'זילבערבערג' (ר' צבי מאיר איז אויך פון די משפחה) דא איז דער בילד פון ר' חיים יעקב נפתלי זילבערבערג פון ווארשא ב"ר אברהם בנימין ז"ל.

אין פיטסבורג איז געווען ר' אברהם בנימין זילבערבערג ז"ל וועלכער האט זיך אפגעגעבן מיט דרוקן ספרי מהרא"ל דער פלאצקער גאון.


אין ברוקלין איז פאר יאהרן צוריק געווען איינער וועמען מ'האט גערופען דער ירושלימ'ער רבי, ער האט געהייסן ר' אברהם בנימין ביינוש אויערבאך, דער אויערבאך/זילבערבערג משפחה איז פארבונדן דורך דעם וואס ר' משה יהודה לייב זילבערבערג מקוטנא'ס מאמע איז געווען ר' זאב וואלף אויעבראך'ס טאכטער, דער ר' אברהם בנימין -פאטער פון ר' חיים יעקב נפתלי- האט אויך געהייסן "אברהם בנימין בייניש".

דא שרייבט זיך דער ירושלים'ער רבי אונטער "מגזע משפחת אויערבאך וזילבערבערג המפורסמת בפולני' ובירושלים עיה"ק", דער ר' חיים יעקב נפתלי זילבערבערג פון ווארשא האט געהאט אן איידעם ר' יצחק אויערבאך אין ירושלים, זעהט זיך אויס אז די משפחה איז געווען געקניפט און געבונדען, קען זיין אויף נאך אופנים.

מיר איז נוגע צו וויסן ווער אזאנס עס איז געווען דער דאזיגער ירושלים'ער רבי וועלכע האט געוואוינט אין ברוקלין, וואס עפעס האט מען איהם גערופען "ירושלימ'ער רבי", ווען איז ער געקומען, ווי האט ער געוואוינט וכו'.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4599
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » זונטאג אוגוסט 19, 2012 1:28 pm

כ'זעה שוין אז ער האט שוין דא א שנירל. קומט טאקע אויס אז ער איז נישט געווען קיין רבי'ש אייניקל און טאקע א זוהן פון דעם ר' יצחק אויערבאך איידעם פונעם ווארשעווער דיין.

צו זיין פטירה איז באריכטעט אין המאור ישב כל ימיו באהלה של תורה בבית מדרשו, ולא יצא משם כל ימיו אפי' לביה"ח להתרפא ונסתלק על מטתו בביתו. ווידער אין דער צוגעצייכנטע קברים שנירל שטייט אז ער איז געווען יא געווען אין וואשינגטאן צווישן די רבנים ביים מארש, און אויף די ליסטע פון אגודת האדמו"ר'ים איז ער דארט אויכעט אויסגערעכנט, דארף נאכאלס פארענטפערט ווערן ווי אזוי ער האט זיך ארויף גערוקט אויף די שורה פון חסידישע אדמורים, קאן אפשר זיין דורך זיין שווער דער יאססער רבי ר' אברהם יוסף יוסקא גאטעסמאן.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2311
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

רבי אברהם בנימין בייניש אויערבאך

תגובהדורך נחוניא » זונטאג אוגוסט 19, 2012 2:12 pm

יש לו נכדים חשובים משפחת אייזענבערג הע"י

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4599
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » זונטאג אוגוסט 19, 2012 2:32 pm

ר' ברוך'ס טאטע איז געווען אן איידעם ביי איהם?
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25428
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 11:33 am

בן הבוזי,

זעה דא:
http://www.otzar.org/forums/viewtopic.p ... 620#p43620
עטוואס פרטים איבער די קשר פון די משפחות

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25428
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך יוני 05, 2013 3:58 pm

אהל האדמו"ר ר' ברוך שפירא מציזעווע/טשיזעוו על הביה"ח בווארשא:
http://cemetery.jewish.org.pl/id_118766 ... zpiro.html


אלפסי אין 'החסידות' שרייבט איבער אים אין קורצן:

רבי ברוך שפירא מטשיזעוו
נפטר ר"ח אדר תרל"ז, מגדולי תלמידיהם של רבי בונם מפרשיסחא,רבי מנדלי מקאצק, רי"מ מגור ורבי יצחק מנשכיז.
משהת תרכ"ח אדמו"ר בסטוטשין הליטאית וממנה עבר לטשיזעוו.
על קברו בווארשא נבנה אוהל.

(מקור; מתפעל בח"ח)

עס איז דא דארט אין ווארשא עטליכע מצבות פון זיינע קינדער/אייניקלעך
צוגעלייגטע
photo.jpg

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4599
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מיטוואך נובעמבער 06, 2013 3:06 pm

א מעלדונג אין אונזער אקספרעס מתפלל צו זיין פאר דער געזונט צושטאנד פון רבי נפתלי זילבערבערג וויעראשאווער רב.

אינעם קומענדיגער אקספרעס ווערט דערציילט וועגן זיין פטירה און לוי'.
צוגעלייגטע
n zilberberg tfilla.PNG
n zilberberg tfilla.PNG (8.92 KiB) געזעהן 2941 מאל
n zilberberg.PNG
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4599
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מיטוואך נובעמבער 06, 2013 4:07 pm

מציבת מרת מרים גוטשעכטער בת רבי שלמה גוטראד, (אינעם ווארשאווער-גענשא בית עולם) רעבעצין פונעם ווארשאווער ראבינאט מיטגליד הג"ר חיים יהושע גוטשטעכער אויף וועמען

מיללער האט געשריבן: דא

ר' חיים יהושע גוטטשעכטער ז"ל
תלמיד וואלאזין והגר"ח מבריסק, ידוע כבקי נפלא בחו"מ וניהל הדיני תורות בווארשא, נפטר בי"ג ניסן תש"ב (מצאתי כתוב עליו הי"ד, אולי נהרג שם בימי הזעם, חסרים הרבה פרטים, אולי יש מישהו שיכול להמציאם)

חתנו היה ר' דוד שפירא ז"ל שכם הוא נתמנה בתרצ"ו כחבר וועד-הרבנים
צוגעלייגטע
photo.jpg
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אורח לרגע
שר חמישים
תגובות: 82
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 20, 2008 7:02 pm

תגובהדורך אורח לרגע » דינסטאג פאברואר 04, 2014 9:01 am

מצבת הגאון רבי מרדכי יהודה לייב אברהמזאהן,
הגאון הגדול נשא בעול הוראה פה עיר ווארשא במשך שלשים שנה, הרביץ תורה ברבים והעמיד תלמידים.

כמעט לא מצאתי זכרו בספרים, מה תולדותיו? ומה יחוסו?
צוגעלייגטע
מצבת מרדכי יהודה אברהמזאהן.jpg

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25428
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג פאברואר 04, 2014 12:32 pm

אורח לרגע האט געשריבן:מצבת הגאון רבי מרדכי יהודה לייב אברהמזאהן,
הגאון הגדול נשא בעול הוראה פה עיר ווארשא במשך שלשים שנה, הרביץ תורה ברבים והעמיד תלמידים.

כמעט לא מצאתי זכרו בספרים, מה תולדותיו? ומה יחוסו?

מכתב ממנו בספר זכרון שלמה:
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =&pgnum=10

מציבת אחיו ר' שלמה יצחק ואביו ר' יעקב יוסף ב"ר מרדכי בווארשא:
,בילד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25428
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג פאברואר 04, 2014 12:39 pm

מצבת אמו מרת דבורה יוכבד ב"ר דוד אהרן באכווייץ - אשת ר' יעקב יוסף אבראמזאהן

בילד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25428
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג פאברואר 04, 2014 12:42 pm

מציבת אשתו הרבנית לאה ב"ר צבי הירש הלוי בלייווייס - אשתר הרב ר' מרדכי יהודה ליב אבראמזאהן

בילד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25428
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג פאברואר 04, 2014 12:48 pm

מיללער האט געשריבן:מציבת אשתו הרבנית לאה ב"ר צבי הירש הלוי בלייווייס - אשתר הרב ר' מרדכי יהודה ליב אבראמזאהן


חמיו רבי צבי הירש הלוי בלייווייס מווארשא הדפיס את חידושי הרשב"א על הש"ס בתוס' פירושו כור לזהב:
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 11&pgnum=1

וכנראה שזו מצבתו בעיר ווארשא, בנו של ר' אכסנדר זיסקינד הלוי:
http://cemetery.jewish.org.pl/id_55663/ ... iweis.html


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 11 געסט