איך בין זיך אליין שולדיג, אבער פארפאלן ס'האט מיך אויפגערעגט, און איך שיס פאר כעס.
שטייענדיג און די טעג וואס כלל ישראל נעמט זיך שרייבן לאנגע תגובות, און אינטערשטעליג וויל איך נישט זיין, האטס זיך דא געמאכט אזא מעשה, לייגט צו מוח ווייל איך וועל אייך דאס נישט געבן.
אפטייפנדיג א שטיקל אריכות, ס'האט גענומען צייט, די פאנטאזיע האט געארבעט אויף כח, איך דריק שלח
שוין פון דא און ווייטער דארף איך נישט רעדן, ס'טוט זיך אזעלכע בכיות אז ס'דינערט הימלען.
איך האב אפירגענומען אלע מיינע גולמים, עדות וואס האבן צוגעזעהן מיין גאנצע הודעה, אלע מענטשלעך פון די רעכטע זייט פון דעם עמוד:
סמיילים
ראה עוד סמיילים
איך האב זיי איבערגעפרעגט, קען מיר איינער איבערזאגן אות ב'אות וואס איך האב געשריבן? הא?
יעדער מיט זיין פאקס קוקט מיט די אויגן שמייכלט מיט די נאז, אבער די הודעה איז פארלוירן
יוי קען מען פלאצן. פאררררר...
און פון ווי איז געשען מיין מיסטעק, פשוט, איך בין געווען אריינגעסיינט, נאר די תגובה האט גענומען עטוואס מער ווי א האלבע שעה, און גארנישט.
ביטע מאכט נישט דאס זעלבע טעות ווי איך, הצלחה