גריסן און שמועסן
פרייטאג נובמבר 24, 2006 9:15 am
מעלדונג פון די כעוורעקעדישע!
אין אונזער בעס-אוילעם, קענען באגראבן ווערן אלע מעמבערס פון אונזער קהלה פריי אן אן אפצאל. אנטי מעמבערס וועלן בשום פנים ואופן נישט גראבן ווערן אפי' מיט אן אפצאל. קהל מעלדט אז ס'עט נישט העלפן קיין פודינו-געלט און אוודאי נישט קיין מצילנו-געשרייעכצער, ביטע דאס נעמען אין קענטעניס.
צו באקומען א שיין פלאץ אין אונזער בעסכאייעם, אדער אלע מעלדונגען; אנאנסען; און נייעס איבער אונזער כעוורע-קעדישע און אירע אקטיוויטעטן, זעט
דא אין אונזער בולעטין באורד.
--
פה נטמן
אותו נערא דקהלתא הדין, והוא נער בן ששה חדשים. נפל בפתע פתאום על נהרא דהאדס"ן, ביומא קצרא דימי חורפא (תרתי משמע). ויבכו אותו כל הנערים. תהא ניקתו צרורה עד יעמוד לתחייה.
לעצט פאראכטן דורך
זארעכפעפער אום זונטאג נובמבר 26, 2006 4:40 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
Advertisement
פרייטאג נובמבר 24, 2006 9:34 am
וואס זענען די תקנות
פרייטאג נובמבר 24, 2006 9:44 am
דיין קשיא קערט זיך אן צום בולעטין אשכול. פרעג אים דארט.
דא האסטע א שארטקאט אהין
פרייטאג נובמבר 24, 2006 10:12 am
אה נא, איך האלט אז ווער ס'זאל ווערן בערדיגט, און ווי טיף, ובכלל דער גאנצער עסק בלאנגט אויסדרוקליך פאר די נפטרים זעלבסט.
זיי זענען די הויפט מחותנים, קיינער האט נישט קיין רעכט זיך אריינצומישן און זייער פערזענדליכע שמחות
סארא חוצפה איז דאס, שטעלט אייך פאר די נפטרים זאלן אונז איינטיילן ווען און וואס מיר מעגן שרייבן...
פרייטאג נובמבר 24, 2006 10:30 am
נו, שלאג עס פאר אין בולעטין, מ'וועט עס דארט אויסארבעטן און אויסקנעטן.
אויך וועלמער ווארטן צו הערן וואס קהל זאגט אויף דיין פארשלאג.
טוה א קוועטש דא צום בולעטין און לייג ארויף דיין טאנע אויפן טיש, עמער זען וואס דער אוילעם האלט דערוועגן.
דאנערשטאג נובמבר 30, 2006 5:59 pm
וויפל מענטשן זענען שוין דא ? = עס איז שוין דא מנין ?
דאנערשטאג נובמבר 30, 2006 7:30 pm
זארעכ; איך מיין אז דו באקומסט דעם פאסטן פון "אנדערטעיקער"
דאנערשטאג נובמבר 30, 2006 8:10 pm
ברוכים הבאים בעני !!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
יוי ביסטו אונטערגעוואקסן,,,,,,,,,, קיינעהארע
קוקסט שוין באלד אויס ווי דיין פאטער אב הרחמן
אוי,,,, מיט זיין שניי ווייסע בארד. אוי האט ער געהאט א צורה ..... פשי האאאאאאא
דאנערשטאג נובמבר 30, 2006 8:43 pm
בעני איז צוריקגעקומען ווייל די כעוורע קאדישע האבן איהם נישט געוואלט באגראבען ווייל ער האט זיך נישט געהאט איינגעשריבען ..
אין דאס איז א סעמפעל פאר יעדעם איינעם ווילט איהר נישט אויסקוקען ווי בעני דאן שרייבט אייך שוין איין ....
דינסטאג פבואר 20, 2007 1:29 pm
בד"ה דארפסמאן.
דינסטאג פבואר 20, 2007 1:38 pm
ברוך מחי' המתים באני רעביט.
דינסטאג פבואר 20, 2007 1:40 pm
מאשקע, זאג פאר די איבערדרייער דארט אויבן, אז זיי זאלן זיך אויפהערן ארומפאטשן און שלאגן, זיי וועלן נאך אנקימען אין בית החיים..
פרייטאג פבואר 23, 2007 8:06 am
צייטליך האט געשריבן:מאשקע, זאג פאר די איבערדרייער דארט אויבן, אז זיי זאלן זיך אויפהערן ארומפאטשן און שלאגן, זיי וועלן נאך אנקימען אין בית החיים..
קיי היות מאשקע האלט נישט ביים זאגען, העל איך יאווען,
צייטליך פארמינער די געקפראסקעריי, איידער דיין בייכעל באטרעפט דעם בית החיים.
ובזה יצאתי.
פרייטאג פבואר 23, 2007 11:07 am
פון וואנעט ביסטע ארויס? הא?
פרייטאג פבואר 23, 2007 11:08 am
רוב זעכער פון די אשכול...
שבת פבואר 24, 2007 9:09 pm
cano האט געשריבן:צייטליך פארמינער די געקפראסקעריי, איידער דיין בייכעל באטרעפט דעם בית החיים.
איך האב עס איבערגערעכנט עטליכע מאל, און די גימטריא שטימט נישט. ס'באטרעפט בכלל נישט די זעלבע, נישט מיט'ן כולל און נישט מיט די קהלה ומוסדות.
שבת פבואר 24, 2007 10:32 pm
מאשקע האט געשריבן:cano האט געשריבן:צייטליך פארמינער די געקפראסקעריי, איידער דיין בייכעל באטרעפט דעם בית החיים.
איך האב עס איבערגערעכנט עטליכע מאל, און די גימטריא שטימט נישט. ס'באטרעפט בכלל נישט די זעלבע, נישט מיט'ן כולל און נישט מיט די קהלה ומוסדות.
פארפאלן, א גוטס.
זונטאג פבואר 25, 2007 10:42 am
מאשקע, ביסט איבערגעוואלדיג.
זונטאג פבואר 25, 2007 3:32 pm
כאטש פון מיין זייט זעט עס אויס ווי איך וויל פלעין מוסיף זיין א תגובה, וועט מיך דאס נישט אנגיין, איך מוז גראטולירן מאשקע'ן פאר די וויץ.
זונטאג פבואר 25, 2007 5:12 pm
מאשקע, מצטרף אני לכל אשר יהללוך.
זונטאג פבואר 25, 2007 5:17 pm
סאכדעס האט געשריבן:מאשקע, מצטרף אני לכל אשר יהללוך.
ברויך ווען נישט שטיין, לכל אשר הללוך?
זונטאג פבואר 25, 2007 5:32 pm
ווענט זיך צי נאך איינער העט זיך מעלדען מיט לויב ווערטער נאך סאכדעסען געוואנדען צי מאשקע'ן.
והמבין יבין.
זונטאג פבואר 25, 2007 5:47 pm
איך_הער האט געשריבן:סאכדעס האט געשריבן:מאשקע, מצטרף אני לכל אשר יהללוך.
ברויך ווען נישט שטיין, לכל אשר הללוך?
ניין
זונטאג פבואר 25, 2007 5:52 pm
זארעכ'ל, איך מוז איבערהאקן די שמועס, איך פיל אז מיינע טעג זיינען גיציילטע.
איך האב שוין געפרעגט ביים בולעטין און אין קול ואין עונה.
איך וויל וויסן אויב מיינע חברים וועלן האבן די רעכט צו שטעלן שיינע פענסי רויטע און בלויע ליכט אויף מיינע קעיבער.
ביטע ענטפערן ווי שנעלער, ווייל ....... יו ס'ווערט מיר שלעכט..
שנעלער........
זונטאג פבואר 25, 2007 5:58 pm
כ'זאגט דיר לחיים ולברכה, יאך העל עס ערלעדיגן.