Geni.com - דער יחוס סייט

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

דער רואיגער
שר מאה
תגובות: 141
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 16, 2017 4:40 pm

תגובהדורך דער רואיגער » דאנארשטאג פאברואר 14, 2019 5:06 pm

ס'האט נישט געהאלפן ס'בלייבט ליידיג

לצבאותיכם
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 9:18 pm

תגובהדורך לצבאותיכם » מאנטאג פאברואר 18, 2019 9:51 pm

מיין עקספעריענס מיט GENI איז אז עס פול מיט דמיונות און האלבע זאכן דער עיקר פראבלעם איז אז מיינע קינדער אי"ה וועלן דאס ניצן פאר א מקור מוסמך פון איבער 50 יאר צוריק,
אגב, איך האב דארט געפונען אז מיין עלטער זיידע איז געווען א איידעם ביי משפחת שירמער פון סטראפקוב, צו ווייסט אפשר איינער צו עס האט בכלל עקזעסטירט אזא משפחה אין סטראפקוב? ביטע ארייקומען קלאר מיט פרטים אויב שייך

הסרפד
שר האלף
תגובות: 1566
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

תגובהדורך הסרפד » מאנטאג פאברואר 18, 2019 9:54 pm

לצבאותיכם האט געשריבן:אגב, איך האב דארט געפונען אז מיין עלטער זיידע איז געווען א איידעם ביי משפחת שירמער פון סטראפקוב, צו ווייסט אפשר איינער צו עס האט בכלל עקזעסטירט אזא משפחה אין סטראפקוב? ביטע ארייקומען קלאר מיט פרטים אויב שייך

יא. זוך אויף JewishGen, אונגארישע רעקארדס, ותמצא

קיסריה
שר חמש מאות
תגובות: 511
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

תגובהדורך קיסריה » דינסטאג פאברואר 26, 2019 2:53 pm

עס קומט צום לאכן אדער וויינען, צי זעהן וואס רשעים אדער סתם עמי הארץ האבן אריינגעריקט אין GENI, און מ'קען עס ליידער נישט אויסקלינען.

די צווייג ביז דוד המלך איז אנגעפילט מיט ערלים, אראבער און קריסטן רח"ל. יעדער ווייס אז רב האי גאון האט נישט איבערגעלאזט קיין קינדער, קומט אבער GENI און טראסקעט אן מיט טינופות קינדער און אייניקלעך גוים. ממש אן עקל.

גיט נאר א קוק

רב האי גאון.jpg
רב האי גאון - פאלשע קינדער (בנים לא אמון בם).
רב האי גאון.jpg (118.05 KiB) געזעהן 2652 מאל

קיסריה
שר חמש מאות
תגובות: 511
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

תגובהדורך קיסריה » דינסטאג פאברואר 26, 2019 2:59 pm

די גאנצע מעשה אז רבי האי גאון האט געהאט א זון רבי יוסף מרומי האט נישט קיין שום מקור.

רבי שמואל הנגיד (הספרדי) אין זיין קינה אויף רבינו האי גאון שרייבט כהאי לישנא:
"ואם הלך ואין לו בן, ביום הלכו לתחתיה, ולא ילדה תעודתו ולא חזרה באכסניא, ולא זכה לבן ישיב, בכל זדון ושגיה".

(כלומר, המשורר מקונן שרב האי לא השאיר אחריו זש"ק)

קומען אזויגערופענע היסטאריקער און רוקן אריין דורי דורות מיט ערלים רח"ל.

רב האי גאון.jpg
רב האי גאון.
רב האי גאון.jpg (212.82 KiB) געזעהן 2648 מאל

קיסריה
שר חמש מאות
תגובות: 511
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

תגובהדורך קיסריה » דינסטאג פאברואר 26, 2019 3:01 pm

הקינה של רבי שמואל הנגיד (בעל כללי הש"ס)
זכרון לראשונים א' 49-45

ואם הלך ואין לו בן ביום הלכו לתחתיה
ולא ילדה תעודתו ולא חזרה באכסניה
ולא זכה לבן ישיב בכל זדון ובשגיה;
ילדים לו בכל ארץ ערבית ואדומיה
אשר גידל עלי תלמוד וגם טיפח להוריה
כמו משה אשר הוליד בני אחיו לתושיה

אוועטאר
בערלשמערל
שר מאה
תגובות: 100
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 30, 2014 8:39 pm

תגובהדורך בערלשמערל » דינסטאג פאברואר 26, 2019 3:21 pm

[quote="קיסריה"]עס קומט צום לאכן אדער וויינען, צי זעהן וואס רשעים אדער סתם עמי הארץ האבן אריינגעריקט אין GENI, און מ'קען עס ליידער נישט אויסקלינען.

עס איז יא דא צי וועם צי רעדען
דער חברה'מאן איז מנהל אין ער קעען העלפען פארעכטען
Eric Randol Schoenberg, Geni Curator
שיק אים א message

קיסריה
שר חמש מאות
תגובות: 511
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

תגובהדורך קיסריה » דינסטאג פאברואר 26, 2019 4:40 pm

איך געב א שנעלן בליק וויאזוי איך בין אן אייניקל בן אחר בן פון אדם הראשון... און איך טרעף מיך מיט צעדרייטע געבאקענע נעמען און דורות וועלכע הייבן נישט אן און לאזן זיך אוודאי נישט אויס.

מ'קען שיסן פאר געלעכטער פון מאמעס און באבעס אנגעהויבן פון אדם הראשונ'ס קינדער און אראפ.

פארוואס קען נישט דער שוטה גיין צו אדם - שת - אנוש, ווי א נארמאלער מענטשן.
צי וואס שיסט אריין אז איך בין אן אייניקל פון אהרן הכהן ווען איך בין נישט קיין כהן (אייניקלעך פון א ריזיגע משפחה ישראלים).
צי וואס לייגט אז ער יוכבד'ס מאמע איז געווען עפעס א ... רח"ל. ווען לוי איז געווען איר טאטע און איר מאמע איז געווען איינע פון די תאומות פון לוי - כמבואר במדרש.


איך האב ארומגערינגלט עטליכע פונקטן ווי דזשעני איז ערנסט צעמזיקט.

יעדער איינער קען פראבירן צי זעהן וויאזוי ער איז אן אייניקל צו אדם און ס'לוינט צו כאפן א בליק.

אדם הראשון - יציר כפיו של הקב"ה



אדם הראשון.jpg
אדם הראשון
אדם הראשון.jpg (211.58 KiB) געזעהן 2615 מאל

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2086
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » דינסטאג פאברואר 26, 2019 4:51 pm

קיין אהנונג וואס איר ווילט, נישטא ביי זיי אזא זאך ווי בן-אחר-בן, ביי נישט-אידן איז דאס קיין ארטיקל בכלל, סא זיי האבן דיר געגעבן די נענסטע וועג פון דיר ביז אדם הראשון, אז עס אין בן או בת גייט זיי נישט אהן.

קיסריה
שר חמש מאות
תגובות: 511
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

תגובהדורך קיסריה » דינסטאג פאברואר 26, 2019 5:03 pm

דממה דקה האט געשריבן:קיין אהנונג וואס איר ווילט, נישטא ביי זיי אזא זאך ווי בן-אחר-בן, ביי נישט-אידן איז דאס קיין ארטיקל בכלל, סא זיי האבן דיר געגעבן די נענסטע וועג פון דיר ביז אדם הראשון, אז עס אין בן או בת גייט זיי נישט אהן.


נישטא אזעלכע ברואים אויף דעם עולם. עס איז אנגעפילט מיט לאקשן. אויב דיר איז עס גוט רוף זיך @דממה דקה בן ארם.

וועלכער בר דעת פארשטייט נישט אז ס'איז ממש א גרויל צו זעהן אזעלכע פאלסיפיקאציעס.

קיסריה
שר חמש מאות
תגובות: 511
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

תגובהדורך קיסריה » דינסטאג פאברואר 26, 2019 5:13 pm

דאס איז דער יחוס פון יעדן איינעם (בערך) ביז אברהם אבינו.

אויך אנגעפילט מיט שטותים פאלשע פאבריצירטע נעמען און, ער לייגט אריין קינדער פאר יוסף הצדיק וועלכע עקזעסטירן נישט, און זיי ווערן אויפאמאל כוהנים גדולים (בן אחר בן'ס). פרעג פארווואס דזשעני טוט דאס:

אברהם אבינו - פאלשע יחוס

יוסף הצדיק'ס געבאקענע אייניקל ווערט עפעס א כהן גדול, נישט סתם נאר גאר יהודע הכהן, וועלכער איז געווען דער פארטער פון זכריה.

יהודע איז געווען בערך 500 יאר נאך יוסף הצדיק, ווערט עפעס אן איינקל פון יוסף דורך א בן אחר בן אזוי:
אברהם - יצחק - יעקב - מנשה - יוסהפה ?- בן זכריה שלא נודע למי - בניאה ? - יהודע כהן גדול -

ממש א גועל נפש.

קיסריה
שר חמש מאות
תגובות: 511
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

תגובהדורך קיסריה » דינסטאג פאברואר 26, 2019 5:15 pm

אברהם אבינו.jpg
אברהם אבינו - פאלשע יחוס
אברהם אבינו.jpg (296.38 KiB) געזעהן 2595 מאל

הסרפד
שר האלף
תגובות: 1566
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

תגובהדורך הסרפד » דינסטאג פאברואר 26, 2019 5:23 pm

דער יחוס פון קדמונים אויף Geni איז א צוזאם געשמאלצענע פשרה פון תורה"ק ולהבדיל אא"ה מוזלימענע שטותים, מיט מצרי'שע און יווני'שע געטשקעס וכו' נאך דערצו, היפלא אז עס זעהט אויס אזוי?

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2021
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » דינסטאג פאברואר 26, 2019 6:17 pm

הסרפד האט געשריבן:דער יחוס פון קדמונים אויף Geni איז א צוזאם געשמאלצענע פשרה פון תורה"ק ולהבדיל אא"ה מוזלימענע שטותים, מיט מצרי'שע און יווני'שע געטשקעס וכו' נאך דערצו, היפלא אז עס זעהט אויס אזוי?

ריכטיג, די פעלקער האבן דאך זייערע אייגענע ווערסיעס פאר די פריערדיגע דורות. נו, וועמען ברויכן די GENI קורעיטערס גלייבן? ביי די פרייע חברה האט - ליידער - די תורה הק' די זעלבע VALUE ווי להבדיל אא"ה די אנדערע.

די ערשטע דורות גייט מיר גאנץ ווייניג אן זיי שרייבן, ביי מיר איז אלעס כתוב וחתום אין תנ"ך און אין חז"ל וסדר הדורות וכו'; און אויב איז די אנליין אינפארמאציע נישט גענצליך קאפירט פון אונזער מסורה, גייט מיר קנאפ אן וואס עס שטייט דארט. מער וויכטיגער איז אז די אידישע דורות פאר די לעצטע כמו טויזענט יאר זאלן זיין אקוראט. ווייל די טעות ווערן אריבערקאפירט צו אנדערע פריוואטע אילני יחוס, און איינמאל עס איז געדרוקט איז עס שוין בגדר מעות לא יוכל לתקון.
"ווען דו דאווענסט ברויכסטו קודם וויסן צו וועמען דו רעדסט. פירוש המילות איז שוין לומדות." — הגה"צ רבי מרדכי דוד קאהן זצ"ל

מפתח

אוועטאר
ירום הודו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 297
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 18, 2018 8:28 pm

תגובהדורך ירום הודו » דינסטאג פאברואר 26, 2019 8:55 pm

קיסריה האט געשריבן:הקינה של רבי שמואל הנגיד (בעל כללי הש"ס)
זכרון לראשונים א' 49-45

ואם הלך ואין לו בן ביום הלכו לתחתיה
ולא ילדה תעודתו ולא חזרה באכסניה
ולא זכה לבן ישיב בכל זדון ובשגיה;
ילדים לו בכל ארץ ערבית ואדומיה
אשר גידל עלי תלמוד וגם טיפח להוריה
כמו משה אשר הוליד בני אחיו לתושיה


כלל נישט מוכרח פון דא אז ער האט נישט איבערגעלאזט קיין זש"ק.
אם תמצי לומר:
א' - הניח בן, אבל.... ולא זכה שישוב בתשובה על כל זדון ושגגה (עיין ערך באר מים חיים כנודע), ועל זה עצמו מקונן המקונן, ובשורה הבאה מתנחם במקצת על העמידו תלמידים שהם כילדים בכל ארץ ערביי ואדום. וכן משמע קצת מלשון ולא חזרה באכסניא דכוונתו לאכסניא של תורה. וגם הדמיון למשה רבינו שהשאיר זש"ק אבל היחוס של בני אחיו הכהנים המתייחסים אליו מחמת כל הלומד את בן חבירו וכו' חשוב יותר מצאצאיו.

ב - אם תדייק בלשון 'הלך ואין לו בן ביום הלכו' ולא כתיב 'לא ילד בן' יש מקום לומר שהיה לו בן או בנים שנסתלקו בחייו ומאן יימר שלא השאירו זש"ק. ואף אמנם כתב להלן ולא ילדה תעודתו, אפשר לפרש כוונתו שלא השאיר תמורתו, דהיינו שלא נתקיים אצלו הפסוק 'וענתה השירה הזאת לפניו לעד כי לא תשכח מפי זרעו'.

ג - ואת"ל אמנם בן לא השאיר אבל בנות מי נזכר כאן שלא השאיר.
ברוך שחלק מחכמתו ליראיו

מצלמה
שר האלף
תגובות: 1085
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 25, 2015 7:37 pm

תגובהדורך מצלמה » דינסטאג פאברואר 26, 2019 10:30 pm

ירום הודו האט געשריבן:
קיסריה האט געשריבן:הקינה של רבי שמואל הנגיד (בעל כללי הש"ס)
זכרון לראשונים א' 49-45

ואם הלך ואין לו בן ביום הלכו לתחתיה
ולא ילדה תעודתו ולא חזרה באכסניה
ולא זכה לבן ישיב בכל זדון ובשגיה;
ילדים לו בכל ארץ ערבית ואדומיה
אשר גידל עלי תלמוד וגם טיפח להוריה
כמו משה אשר הוליד בני אחיו לתושיה


כלל נישט מוכרח פון דא אז ער האט נישט איבערגעלאזט קיין זש"ק.
אם תמצי לומר:
א' - הניח בן, אבל.... ולא זכה שישוב בתשובה על כל זדון ושגגה (עיין ערך באר מים חיים כנודע), ועל זה עצמו מקונן המקונן, ובשורה הבאה מתנחם במקצת על העמידו תלמידים שהם כילדים בכל ארץ ערביי ואדום. וכן משמע קצת מלשון ולא חזרה באכסניא דכוונתו לאכסניא של תורה. וגם הדמיון למשה רבינו שהשאיר זש"ק אבל היחוס של בני אחיו הכהנים המתייחסים אליו מחמת כל הלומד את בן חבירו וכו' חשוב יותר מצאצאיו.

ב - אם תדייק בלשון 'הלך ואין לו בן ביום הלכו' ולא כתיב 'לא ילד בן' יש מקום לומר שהיה לו בן או בנים שנסתלקו בחייו ומאן יימר שלא השאירו זש"ק. ואף אמנם כתב להלן ולא ילדה תעודתו, אפשר לפרש כוונתו שלא השאיר תמורתו, דהיינו שלא נתקיים אצלו הפסוק 'וענתה השירה הזאת לפניו לעד כי לא תשכח מפי זרעו'.

ג - ואת"ל אמנם בן לא השאיר אבל בנות מי נזכר כאן שלא השאיר.


1) קודם איז שווער זיך צו שטעלן אויף חרוזים והמבין יכין.

2) אין ה׳ אלפים תש19 זאל מיר קיינער נישט ברענגען קיין יחוס פןן רב האי גאון. - דאס האט מען געדארפט טאן אין ד׳ אלפים יארן. (די טרעין איז שוין לאנג אוועקגעפארן פון יענע סטאציע, אז מ׳זאל קענען מחדש זיין עפעס) - ס׳איז אחר חתימת היחוס ! ! !

3) איז עס אנגעפירקלט מיט אראבער, מינים ממינים שונים. א ווייטאג עס צו זעהן.

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2870
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » מיטוואך פאברואר 27, 2019 12:26 am

א הערה קטנה אין סדר הדורות ברענג ער אראפ דריי מענטשן מיטן נאמען רב האי גאון

קיסריה
שר חמש מאות
תגובות: 511
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

תגובהדורך קיסריה » מיטוואך פאברואר 27, 2019 10:38 am

Gevald Geshrigen האט געשריבן:א הערה קטנה אין סדר הדורות ברענג ער אראפ דריי מענטשן מיטן נאמען רב האי גאון


רב האי בן רבי שרירא גאון = 1

איינמאל. פון או דעם גרויסן גאון און יחסן מפורסם רעדט מען געווענטליך.

רב האי בן רבי שרירא
חתן רבי שמואל בן חפני הכהן.

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2870
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » מיטוואך פאברואר 27, 2019 4:19 pm

דאס ווייס איך אויך. מיין עיקר תגובה איז געווען לגבי דעם אז רב האי גאון האט נישט געהאט קיין קינדער און עס איז דא וואס רעדן פון א רבי יוסף מרומי בן רב האי גאון (א זאך וואס האט לכאורה נישט קיין שום מקור) אז אויב זאל דאס זיין אמת אז רבי יוסף מרומי בן רב האי האט יא עקזיסטירט קען זיין אז עס איז פון איינע פון די אנדערע מענטשן וואס האבן אויך אזוי געהייסן

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2665
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » מאנטאג מאי 06, 2019 11:27 am

האט איינער עקספיריענס מיט מיי-הערעטידז myheritage.com ? דזעני רעפרירט אסאך מאל אהין, און בכלל ווען מזיכט אויף גוגל קומט ארויף אז זיי האבן דאקומענטן וכדומה,

האט איינער עקספיריענס מיט זיי?
לוינט זיך די יערליכע מעמבערשיפ?
Professional bookkeeping for your small business
benyomin@thebookkeepingpro.com | 347-708-2079

אוועטאר
מים חיים
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

תגובהדורך מים חיים » דאנארשטאג יוני 27, 2019 5:56 pm

משיח האט געשריבן:האט איינער עקספיריענס מיט מיי-הערעטידז myheritage.com ? דזעני רעפרירט אסאך מאל אהין, און בכלל ווען מזיכט אויף גוגל קומט ארויף אז זיי האבן דאקומענטן וכדומה,

האט איינער עקספיריענס מיט זיי?
לוינט זיך די יערליכע מעמבערשיפ?

איך בין גאנץ צופרידען פון זיי
בחנם קען מען 250 נעמען רוב עדווענסד זאכן זענען נאר פאר די complete plan וואס קאסט $299 א יאר

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2021
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » דאנארשטאג יוני 27, 2019 9:19 pm

myheritage האט כמה סערטש פיעטשערס וואס איז נאר אוועילעבל פאר באצאלטע מעמבערס.
שוין די צווייטע יאר וואס איך האב געצאלט האלב פרייז. זיי אפערן א קיופאן פון צייט צו צייט.
"ווען דו דאווענסט ברויכסטו קודם וויסן צו וועמען דו רעדסט. פירוש המילות איז שוין לומדות." — הגה"צ רבי מרדכי דוד קאהן זצ"ל

מפתח

מחשב
שר האלף
תגובות: 1095
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » דאנארשטאג יוני 27, 2019 10:23 pm

און פאר די שנארערס איז צוגעשטעלט צוויי מאל 14 טעג פרי טרייעל פער אימעיל אדרעסס.
הוי מחשב...

אוועטאר
אחת ואחת
שר האלף
תגובות: 1116
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: איך קום שוין

תגובהדורך אחת ואחת » מאנטאג יולי 01, 2019 10:33 am

איך ניץ די סייט בחנם וואס איז גילטיג פאר ביז 250 נעמען, ווען איך האב איינגעזען אז וועל דארפען מער ווי 250 האב איך צוטיילט מיין משפחה און צוויי אקאונטס
ד.ה. איין אקונט פאר מיין טאטענס משפחה און אן אנדערע פאר מיין מאמעס משפחה, (פאר מיין שווערס זייט האב איך א שוואגער וואס האט אן עדווענס אקאונט)
איי די די דיי דיי איי די די דיי דיי אחת ושבע

אוועטאר
ירח וכוכבים
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 3:26 pm

תגובהדורך ירח וכוכבים » דאנארשטאג יולי 04, 2019 8:29 am

איך האב געטראפן אויף geni אין אויף my heritage אז מיין זיידע ר' נחמן זאב אוירבאך פון מאנסטרישץ איז געווען א איידעם ביי ר' נחמן מברעסלוב (זיין ווייב שפרה פייגא איז געווען א טאכטער) קען איך מיך פארלאזן אויף די סייטס? וויסט איינער אפשר מער איבער די יחוס פון ר' נחמן זאב אוירבאך?
אֶת הַיָּרֵחַ וְכוֹכָבִים לְמֶמְשְׁלוֹת בַּלָּיְלָה כִּלְ"חַ


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט