די רבנים מארש אין וואשינגטאן ז' תשרי תש"ד

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4723
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

די רבנים מארש אין וואשינגטאן ז' תשרי תש"ד

תגובהדורך בן בוזי » דאנארשטאג מארטש 19, 2009 5:18 pm

לעצטנס זענען געווען -דא אין ווערצהויז- עטליכע בילדער פון די רבנים מארש אין וואשינגטון ווי די רבנים האבן מיט א פאראייניגונג אפעלירט צום פרעזידענט רוזוועלט צו מאכן אן ענדע איבער די שחיטות אין אייראפע.
אט דא מעלדט מען אין הפרדס נובמבר 1943 איבער דעם אפמאך פון גיין מפגין זיין און אז די אגודת האדמורים וועט זיך אויך צושטעלן.
ה ב ק ש ו ת
א) לבקש מנשיא ארצות הברית להצלת שארית ישראל מארצות הנאצים.
ב) לבקש מהנשיא אשר יכריז אזהרה גדולה להעולם, כי דם ישראל איננו הפקר.
ג) לבקש מהנשיא, להשפיע כי שערי ארץ ישראל יפתחו עבור יהודים פליטים, וארצות הניטראלי יסדרו ערי מקלט עבור הפליטים.
ד) לבקש מהנשיא, ליסד סוכנות מיוחדה, אשר המה ישתדלו לחשוב אופני הצלה לעם ישראל.

אין הפרדס חשון תש"ה שטייט א באריכט איבער וויאזוי און וואס ס'איז פארגעקומען ביי די הפגנה.

בער ווער זענען געווען די 500 רבנים איז פונקט אינטערעסאנט צוריק צו קוקן אין הפרדס אלול תש"ג ווי ס'איז דא א ליסטע פון 500 אמעריקאנער רבנים.

ווייטער אין הפרדס כסלו תש"ד ווערט איבער געגעבן וויאזוי וואשינגטון האט רעאגירט.

אין נעקסטן הפרדס טבת תש"ד ווערט פארציילט איבער דעם אז דער סאטמארער רבי איז ניצול געווארן.
צוגעלייגטע
rabbi_09steps_255_199.jpg
rabbi_09steps_255_199.jpg (38.77 KiB) געזעהן 3826 מאל
Marsh1.jpg
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » דאנארשטאג מארטש 19, 2009 6:26 pm

דער ערשטער בילד איז וואו הרה"צ בעל ברכת יצחק מ'מעליץ,
זאגט פאר דעם מלא אויף די טרעפ פון דעם לינקלאן מעמאריעל.
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25680
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג מארטש 19, 2009 6:56 pm

א דאנק בן-בוזי, פונקט נעכטן האב איך געקלערט צו עפענען אן אשכול דערוועגן.

מיר האבן שוין געהאט נאך בילדער און די 'היסטארישע בילדער' אשכול פונעם מארש, אפשר קען איינער עס אפירזוכען.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25680
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג מארטש 23, 2009 10:03 am

ר' אליעזר זילבר פון סינסינעטי ביי זיין דרשה, און פארלייענען פון די פעטיציע, ווערט געזעהן דער דעמאלטסדיגער וויצע-פרעזידענט פון די יו. עס.
צוגעלייגטע
50622887.jpg
50622889.jpg

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21829
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג מארטש 23, 2009 12:16 pm

הרב מיללער, אמאל האב מיר אביסל געלייענט איבער דעם פראטעסט, אבער איך געדענק נישט אלע דעטאלן.

עטליכע פראגן נאר:
הלל קוק און ברוך ראבינאוויטש [נכד הבעשה"ק] און זייערס גלייכן האבן געארבעט פאר איינעם אדער אויף די אייגענע האנט?

ווי אזוי איז צושטאנד געקומען דער צוזאמענשטעל פון די פרייע חברה מיט די רבנים?

ווען דער פראטעסט איז פארגעקומען איז געווען עפעס א קעגנערשאפט דערצו אינערהאלב דער אמעריקאנער אידנטום?

אויב איז אמת אז ברוך ראבינאוויטש איז געווען נאענט מיט סטיפען ווייז ימ"ש דאן ווען און אויף וואס פאר א סיבה האבן זיי זיך געטיילט?
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4723
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מאנטאג מארטש 23, 2009 12:28 pm

איך וויל נישט צוטירן דא דעם פארווערטס אבער כדי צו פארשטיין ווי עס האט זיך אפגעטיילט די מיינונג פון הלל קוק (בערגסאן) מיט ווייז שר"י גוט א קוק דא
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12565
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג מארטש 23, 2009 1:00 pm

אינעם שטערן אדער שפאקטיוו פון חודש טבת איז געוווען זייער א שיינער באשרייבונג איבער דעם נושא.

ביים אמעריקאנער אידנטום (די פרייע) איז קלאר געווען א קעגנערשאפט, אבער זיי האבן גארנישט געקענט טון.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21829
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג מארטש 23, 2009 1:02 pm

סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am

תגובהדורך איזאק » מאנטאג מארטש 23, 2009 1:02 pm

סטיפען ווייז איז געגאנגן מיט די ווייצמאן, גרינבוים שיטה פון רק בדם, ער האט געהאט דאס מערסטע בלוט אויף זיינע הענט בנוגע די אמעריקאנער זיך נישט וויסענדיג מאכן פון די הריגות.

ימ"ש.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21829
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג מארטש 23, 2009 1:06 pm

בן בוזי, איר מיינט צו זאגען אז דאס וואס די זשאבאטינסקי חברה האבן זיך געריסען מיט די הויפט-שטראם ציונים האט זיי געמאכט זיך טיילן בשיטה לגבי די נושא פון ראטעווען אידן?
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25680
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג מארטש 23, 2009 1:50 pm

איך האב קיינמאל נישט געהעריג דורכגעטאן דעם נושא, אבער פארשלאפן, דארט אינעם לינק וואס איך האב געברענגט איבער דעם ר' ברול ראבינאוויטש, קענסטו זעהן אביסל בעקראונד.

אין אלגעמיין ווערט 'הלל קוק-בערגסאן' באשריבען אפי' ביי די היימישע קרייזן אלס איינער וועלכע דעזערווט אסאך קרעדיט אויפצוועקן די אמעריקאנער אידנטום, אפגעזעהן בנוגע זיין שטעלונג איבער ציונות וכדו'.

און ווי איזאק זאגט, ווערט ווייז געדענקט אלס איינער וועלכער האט א חלק אינעם פארקיקונג דערפון.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21829
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג מארטש 23, 2009 2:35 pm

מיללער, ווייזט אויס אז דו האסט נישט גערונדלעך אדורכגעלייענט דעם פון דיר אנגעגעבענעם לינק, ער שטעלט צוזאם ברוך ראבינאוויטש אלס א נאענטער מענטש מיט ווייז.

אהובי ידידי, פארוואס געסטו ענדערש פאר ברוך ראבינאוויטש דעם טיטל ר' ווי פאר הלל קוק'ן?

פון דעם בילד דארט און לויט דעם מיט וועמען ער האט זיך אנגעהערט, זעט מיר דער ברוך נישט אויס ווי קיין גרויסער ירא שמים, א מאן דאמר אפשר יא ווייל לכאורה האבן סיי קוק און סיי ראבינאוויטש געקענט פיין לערנען.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25680
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג מארטש 23, 2009 2:52 pm

דארט שטייט אז אפי' ער האט אנגעקערט מיט ווייז, אבער לגבי די דעמאנסטרעישאן האט ער געארבעט מיט קוק.

(וועגן דעם ר', פשוט ווייל ער איז קודם געווען א רב בישראל, וזכות אבותיו שהיה לו)

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25680
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג מארטש 26, 2009 1:15 pm

נאך א בילד פונעם מארש וואס איך האב געטראפען אין מיינע ארכיוון, ווערט געזעהן צווישן אנדערע הרה"ג ר' אברהם קאלמאנאוויטש זצ"ל ר"י מיר בארה"ב.
צוגעלייגטע
RabinicMarsh2.jpg
RabinicMarsh2.jpg (37.34 KiB) געזעהן 3558 מאל

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25680
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך מאי 06, 2009 12:34 pm

איך האב געטראפן אן אינטערסאנטער ספר-ביכל איבער די פעולות פונעם 'וועד הצלה' פון אמעריקא ביי די קריג און נאך די קריג, הרב ר' אליעזר סילבר ז"ל האט געדינט אלס יו"ר פונעם וועד הצלה, ער שרייבט דארט די הקדמה, דערנאך זענען דא פארשידענע היסטארישע פרטים און דאקומענטן איבער די פעולות ההצלה והמתסתעף.

חורבן און רעטונג

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25680
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך מאי 06, 2009 1:06 pm

צצוישן די רבנים ועסקנים אינעם וועד הצלה רעכנט הרב סילבר אויז די פאלגענדע;

די רבנים פון וועד הצלה:
ר' ישראל ראזענבערג
ר' דוב בער לעווינטאהל
ר' יוסף קאנוויץ (חתן הרידב"ז)
ר' יעקב לעווינסאהן
ר' ישעי' קרלינסקי
ר' אהרן טייטלבוים
ר' זאב גאלד
הרב מושקין
הרב כ"ץ מאינדינאפאליס
ר' אפרים אפשטיין פון שיקאגו
ר' יהודה לייב זעלצער
ר' משה דן שיינקאפף פון ספרינגפיעלד
ר' נפתלי צבי יהודה ריף פון קעמדען נ. זש. (נכד הנצי"ב)

הרה"צ ר' חמ"ד ווייסמאנדל
הרי"א הרצוג פון אירלאנד-ארץ ישראל
ר' חזקי יוסף מישקובסקי פון אר"י
ר' חיים ישראל אייז פון שווייץ
ר' אלימלך טרעס פון ניו-יארק
ד"ר שמואל שמידט פון סינסינעטי

און נאך אסאך רבנים ועסקנים יהא זכרם ברוך, זכותם יגן עלינו.

צצווישן אנדערע היסטארישע פאקטן ברענגט דארט הרב סיעלבר די טעקסט פונעם ברייוו וועלכע ער האט פארגעלייענט אינעם מארש אין וואשינגטאן (אויף לה"ק) אונטערגעשריבען דורך די דריי הויפט רבנים פפון די אגוה"ר, ר' ישראל ראזענבערג, ר' אליעזר סילבר און ר' דוב בער לעווענטאהל פון פילעדעלפיא.

איך זאג ענק, עס איז כדאי אלליינס צו לייענען די הארצרייסנדע ווערטער פון ר' אליעזר ז"ל.

ר' אליזר דערמאנט דעם US סענטאר ראבערט טעפט פון אהייהו אלס איינער וועלכער האט אים שטארק געהאלפן אין וואשינגטאן, וואונענדיג אין סינסינעטי אהייאו האט הרב סילבר אנגעקניפט גאר נאנטע באציאונגען מיט דעם סענעטאר, וועלכער איז געווען א זוהן פון פרעזידענט וויליאם טעפט.

אויך דערמאנט ער סענטאר בארקלי וועלכער איז געווען וויצע-פרעזידענט אין טרומאנס צווייטע טערמין וועלכער האט ארויסגעהאלפן נאך די קריג פאר די וועד הצלה צו קריגען אנערקענונג אין אנדערע לענדער ביי זייערע באזוכען לטובת הפליטים.

צום סוף רעדט ער פון פרעזידענט אייזנהאוער און עטליכע פערזענליכע מעשיות ווי דער פרעזידענט איז געשטאנען צו הילף פאר די וועד הצלה, נאך פאר ער איז געווארן פרעזידענט.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25680
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך מאי 06, 2009 1:18 pm

אינעם ספר הנ"ל איז אויך דא קאפיעס פון היסטארישע דאקומענטן, בייגלייגט איז דריי הארצרייסנדע טעלעגראפן מיט פארלאנגען פאר וויזאס פאר רבנים וראשי ישיבות, דאס איז געווען איינע פון די פראיעקטן פוונעם וועד-הצלה.

דאס ערשטע איז פונעם בריסקער רב הגרי"ז זצ"ל, ווי ער בעט וויזאס פאר זיין איידעם ר' מיכל פיינשטיין, פאר ר' ארי' לייב מאלין פון בריסק און פאר נאך גדולים.

דאס צווייטע איז פון א גורער חסיד ר' אברהם זאלמאנאוויטש ווי ער בעט בשם די גורער חסידים א וויזא פארן אמרי אמת פון גור.

און דאס דריטע איז פון ר' זעליג ראובן בענגיס פאר זיין זוהן ר' שמעון און פאר נאך איינעם.
צוגעלייגטע
hebrewbooks_org_22673_77.jpg

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25680
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך סעפטעמבער 23, 2009 10:13 am

אין די טעג ווערט 66 יאר פון די באקאנטע מארש אין וואשינגטאן, איך האב היינט געטראפן אז אדער 'וויימאן אינסטיטוציע פאר האלאקאוסט שטודיעס' האט מיט א צוויי יאר צוריק זאמגענומען חתימות פון צענדליגער אפשטאמיגע און קרובים פון די רבנים וועלכע האבן דעמאלטס מארשירט אין די גאסען פונעם אמעריקאנעם הויפטשטאט, בעטנדיג אז דער האלאקאוסט מוזעאום זאלן זיי פאראייביגען אלס די וועלכע האבן אויפגעוועקט די רעגירונג זיך א שאקל צו געבן לטובת אחב"י.

זעהט דא דעם בריוו מיט די פעטיציעס.

א באשרייבונג איבער הלל קוק-פיטער בערגסאן.

א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1068
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 04, 2009 11:07 pm

תגובהדורך א טענצל! » מיטוואך אוקטובער 14, 2009 5:24 pm

עס איז ידוע אז זיי זענען דעמאלטס נישט אויפגענומען געווארן ביים פרעזידענט גופא, צוליב דעם וואס סטיווען ווייז ימ"ש איז געווען דארט גרויס.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25680
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג אוקטובער 19, 2009 11:22 am

נאך א בילד
צוגעלייגטע
medoff_art.jpg
medoff_art.jpg (19.78 KiB) געזעהן 3185 מאל

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25680
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך אוקטובער 28, 2009 10:08 am

דא איז דא א טיילווייזע רשימה פון די רבנים המשתתפים (זעה בייגעלייגט) עס וואלט כדאי געווען דאס איבערצוזעצן מיט ביאגראפישע שטריכען, מי מתנדב?

אויך געפונט זיך דארט היסטארישע דאקומענטן און צייטונגס אויסשניטען איבער די מארש.
צוגעלייגטע
list1.jpg
list2.jpg

א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1068
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 04, 2009 11:07 pm

תגובהדורך א טענצל! » מיטוואך אוקטובער 28, 2009 10:32 am

מיללער האט געשריבן:דא איז דא א טיילווייזע רשימה פון די רבנים המשתתפים (זעה בייגעלייגט) עס וואלט כדאי געווען דאס איבערצוזעצן מיט ביאגראפישע שטריכען, מי מתנדב?

אויך געפונט זיך דארט היסטארישע דאקומענטן און צייטונגס אויסשניטען איבער די מארש.


און איך וועל צולייגן די בקשה צו מוה"ר ידידינו מיילעך שליט"א, אז נאכדעם ווען עס וועט געמאכט ווערן די ביאגראפישע שטריכן, זאלט איר מוסיף זיין א פיקשטער פון די מציבות...

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25680
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך אוקטובער 28, 2009 11:19 am

טענצל האט א פונקט, לאמיר אבער נעמען אחת אחת; בייגעלייגט איז א שטיקל מיט 6 'האלבערשטאמם' נעמען, מען ברויך געדענקען אז מ'רעדט דא פון עשרת ימי תשובה שנת תש"ד; ווער קען די 6 נכדי מרן הדברי חיים:

1. אהרן האלבערשטאם
2. בנימין האלבערשטאם
3. יחזקאל האלבערשטאם
4. י. האלבערשטאם
5. מענדל האלבערשטאם
6. יעקב האלבערשטאם
צוגעלייגטע
list1a.jpg
list1a.jpg (4.29 KiB) געזעהן 3123 מאל

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21829
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך אוקטובער 28, 2009 11:49 am

#1 גארליץ
#3 גארליץ
#6 טשאקאווע.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25680
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך אוקטובער 28, 2009 11:58 am

#2 רודניק אדער צאנזער רבי ר' מנחם בנימין בנציון


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט