וויליאמסבורג און איר היסטאריע

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25460
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

וויליאמסבורג און איר היסטאריע

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג פאברואר 12, 2009 5:59 pm

ווער עס געדענקט האבן מיר דא א קאלעקציע פון היסטארישע בילדער פונעם אידישען אינטערעסע, דערצווישן געפינען זיך אן-א-שיעור היסטארישע בילדער פון 'וויליאמסבורג' שבברוקלין.

עס וואלט געווען אינטערעסאנט צו הערן אביסל מער איבער וויליאמסבורג און איר היסטאריע סיי פון א אידישען שטאנדפונט און אויך פון א סעקולערע קוק-ווינקל, סוכ"ס איז וומ"ס דאס וויגעלע פון אסאך חסידישע קהלות אין אמעריקא.

בייגעלייגט איז א תשובה געדרוקט בשנת תרצ"ז וויאזוי צו שרייבן וויליאמסבורג אין א גט, ווי אויך א מודעה פון שנת תש"ד אין הפרדס איבער כשר פלייש אין וומ"ס (ווי איז האמבאלד סט., מאאר סט., סיגעל סט., און לענארד סט?)
צוגעלייגטע
12111_39.jpg
1850_50.jpg

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג פאברואר 12, 2009 7:00 pm

אינטערסאנט צו וויסן אויב זיינע השערות זענען אמת, צב"ש "א מיליאן מענטשן פארן אריבער דעם איסט ריווער יעדן טאג", אדער "דער איסט און האדסן [ער איז מסכים צו דעם אויסלייג, אנדערש ווי מיר שרייבן היינט] ריווער זענען בכלל נישט ראוי צום טרינקן אפילו פאר בהמות, מען נוצט עס נאר צום וואשן".

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4606
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דאנארשטאג פאברואר 12, 2009 9:33 pm

ר' יונה לאנדא געדענק איך האט יאהרן צוריק געשריבן אין זיין סעריע ארטיקלען אין דער איד אז דאס אידנטום אין וויליאמסבורג האט זיך אנגעפאנגן מיט דאס אויפבוי פונעם וויליאמסבורג בריק וואס דאס האט געגעבן א געלעגנהייט פאר די אידן וועלכע האבן געוואוינט אין ענגשאפט אין דער איסט סייד זיך אריבער צו ציען קיין וויליאמסבורג. וויליאמסבורג איז דאן געווען באזעצט מיט דייטשע אימיגראנטן, און איז געווען באקאנט אלס א פלאץ ווי עס וואוינען אדעל לייט.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4606
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דאנארשטאג פאברואר 12, 2009 9:41 pm

רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6658
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מיטוואך פאברואר 18, 2009 7:33 pm

מיללער האט געשריבן:.....(ווי איז האמבאלד סט., מאאר סט., סיגעל סט., און לענארד סט?)

האמבאלד סט. און לענארד סט. זענען און greenpoint
אויפען BQE נאך ווילימסבורג איז דא אן עקזיט ווואס הייסט McGuinnes Humbolt
לענארד לויפט אזוי וויא לארימער
מאאר לויפט אוויא גרענד
the SCY is the limit

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20278
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך פאברואר 18, 2009 7:45 pm

ר' שמחה, האמבאלדט שניידט אדורך גאנץ וויליאמסבורג אויף די אנדערע זייט בראדוועי און דערגרייכט ביז ווייטער ווי פלאשינג.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6658
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מיטוואך פאברואר 18, 2009 10:27 pm

דאכט זיך מיר, אז יענע זייט פון בראדוועי, דארט וויא האמבאלדט איז, דארט הייסט שוין אפיציעל גרינפאינט, ניין?

עס איז מיר געווען א שטיקעל פלא אז מיללער פרעגט וויא דאס איז.
זעהט אויס אז ער איז אפשר נישט אויפגעוואקסען און וויליאמסבורג?
the SCY is the limit

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25460
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג פאברואר 19, 2009 9:35 am

ר' שמחה,
איך קען וויליאמסבורג פון יעדן ווינקל, אבער נאר זייט די תש"מ יארען, פון האמבאלד סט. האב איך נישט געהערט.

מיינע זכרונות פון וויליאמסבורגער גאסן אין די תש"מ-נ יארען

איך וועל אנפאנגען פון דיוויזשאן ביי ווייט וואס איז דענסמאל געווען דאס לעצטע גאס אונטען אויף די רעכטע זייט פון וומ"ס (אראפקומענדיג פון וומ"ס בריק) און ראובלינג ביי בראדוועי פון אויבן (דאס איז געווען צווישן די צוויי מאל וואס די סאוט-סייד איז/געווען באוואונט מיט אידן)

וויזנער דרייגודס איז געווען א סטאפ וועלכע מיר האבן געמאכט פאר קעמפ אדער פאר פסח איינצוקויפן, דאס געשעפט איז פון אלעמאל געווען א עקספיריענס זייענדיג לכאורה די גרעסטע ריטעיל סטאר אין וומ"ס, אנצוקומען אהין איז געווען היבש שרעקעדיג אדורכגייענדיג עטליכע גויאישע געשעפטן, צו די בר מצוה זענען מיר נאכאמאל געגאנגען אהין יענע געגנט פאר א ביבער-הוט ביי 'קרויס הוט סאטר' (פארן מופען).

א פארק ביי ווייט און דיוויזשאן (היינט לעבן די דושינסקיא הייזער) איז אויפגעשטעלט געווארן אין די אנהייב נ' יארען, קליינע שקצים פלעגט אפהאלטן פארשידענע ספארטס פארמעסטן דארטן, וואס פלעגט ציען די וומסער אינגעלעך מיט די ווינטער-קאפלעך אריינצוקוקען דורך די גראטעס, בשעת וואס דאס גויאישע געשעפט 'סי-טאון' איז דארט געשטאנען (היינט לאנדא כשר סופערמארקעט) ביים ווינקל פון קאלעמענטי.

L&K געשעפט, די בתי מדרשים ד'יערעש און מישקאלץ זענען נישט געווען פון אונזערע סטאנציעס, און אזוי אויך דער בנין פון התאחה"ר דאראה"ב וקאנאדא (די קאנאדישע רעגירונג ווייסט אז זיי האבן דא אן אפיס?)

די ראובלינג-מארסי פראזשעקטס, אנדערש ווי אירע קאלעגעס ביי טעילאר-ווילסאן, איז שטענדיג געווען מער שרעקעווידג, ווי דערמאנט אינעם אשכול פון קאלישער רב, האט ער מיר אמאל (אומגעפער בשנת תשנ"א) געשיקט אהין צו זיין וואונינג רופן זיינס אן אייניקל, אסאך עלטערע אידן האבן געהאט זייער וואוניג אין די פראזעקטס קריגנדיג פון די רעגירונג קאמפענסאציע דירות נאכן קאנפעסקירען זייערע דירות צו בויען די פראזשעקטס אדער די הייוועי, בשנת תשנ"ד בין איך טאקע געגאנגען דאוענען בבית האבל ווען ר' ? לאקס פון די סחורה געשעפט איז נפטר געווארן אינעם בנין אויף 190 מארסי (האט איר באמערקט אז מארסי עוו. ווערט ראסס סט. און טוישט דירעקציע?)

המשך יבא.

אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

תגובהדורך סתם_אזוי » דאנארשטאג פאברואר 19, 2009 10:22 am

ווען האט מען געבויט די BQE?
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25460
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג פאברואר 19, 2009 10:32 am

סתם_אזוי האט געשריבן:ווען האט מען געבויט די BQE?


דער BQE איז פארטיג געווארן בשנת תשכ"ד ולמס' 1964

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4606
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דאנארשטאג פאברואר 19, 2009 12:17 pm

מיין מאמע האט אלס קינד געוואוינט אויף MOORE סטריט,
אויף בעדפארד עוועניו לאמיר אראפ שפאצירן פון דיוויזשאן עוועניו (פריער פון דאס זאל מיר אין חלום נישט קומען), אויף דער לינקער זייט געפונט זיך 500 בעדפארד דאס איז דער סאטמארער רב ז"ל וואוינונג און שוהל היינט איז דאס רב טוב מיט אנדערע סיניאר סיטיזען שיעורים וכדו', קעגן איבער אויף די רעכטע זייט איז דער קאפישער שוהל וואס איז אמאל געווען דער באסטאנער שוהל, דערנאך אויפן נעקסטן קארנער קליימער געפונט זיך דער תפארת ישראל שוהל, אויך גערופן דער קליימער סטריט שוהל, דאס האט אמאל געהייסן דער בריסקער שוהל, און שפעטער דאכט זיך מיר איז דאס געווען דער מאדזיצער שוהל, אויפן קארנער טעילער שטייט דער וויענער חדר, אויף בעדפארד קארנער ראסס אויף דער לינקער זייט געפונט זיך 550 בעדפארד וואוינונג פון בעל ברך משה זצ"ל מסאטמאר ובנו הגרז"ל שליט"א מסאטאמר, קעגן איבער אויף דער רעכטע זייט געפונט זיך דער כולל אלטא פייגא און בית מדרש בני יואל, אויף די נעקסטע גאס אין די אפארטמענט הויז געפונט זיך דער באניער שוהל אויפן ערשטן שטאק, דערנאך איז דער צעהלימער שוהל, אויף די נעקסטע קארנער געפונט זיך יאנג איזראעל ע"ה וועלעכע דינט היינט אלס דער וויענער מיידל שולע און דער סקווערער שטיבל, דערנאך איז 571 בעדפארד ווי ס'איז דער סקווירא'ר שטיבל און וואוינונג פונעם סקווערער רבי זצ"ל, דערנעבן איז דער ספינקער חדר מיט דער ספינקער בית מדרש בית שמואל צבי, אויפן דריי עק איז קעניגס פאלאפעל (ווער געדענקט נאך ווען בערי קליין האט געבויט זיין תיבה, מען האט זיך געקענט אויס'משלן וויאזוי ס'האט אויס געזעהן ווען נח האט געבויעט זיינס).
גייט מען אריבער דעם בריק, שטייט היינט אויפן פלאץ פון דער אמאליגער אגודת ישראל שוהל, דער ביקסאדער שוהל און אויף די לינקע זייט קעגן איבער דער קארלסבורגער שוהל, און לעבן ביקסאד איז דער קלויזנבורגער מיידל שולע וועלכע האט פאר דעם אויך געדינט אלס א שוהל, אויפן נעקסטן קארנער שטייט דער טיסא-סאלקער שוהל, לעבן דעם איז דאכט זיך היינט דא א בית הוראה, און נאכדעם שטייט דער פאפא קטנה בנין וועלכע איז היינט איבער גענומען דורך די מנוחה ושמחה זאלן, די נעקסטע גאס שטייט דער פראכטפולער פאפא בית המדרש, און קעגן איבער זענען די שוהלן פון מעליץ, ר' יחזקאל'ע מערץ, און ספינקא תולדות צבי, עד כאן איז וואס ס'איז געווען אין מיינע צייטן.
אויף ראסס צווישן בעדפארד און לי זענען דא דושינסקי, ר' משה יאזעפאוויטש, גור, פוילישער שטיבל, בית המדרש של הדיין, קאלוב-באר מנחם (נאך די שריפה אין מונקאטשער שוהל האט מען געדאוונט לויט ווי כ'געדענק אין אן אפארטמענט געביידע לעבן דעם, כ'געדענק אז ס'איז געשטאנען א סיין אזוי), זידיטשוב (אמאל געווען בעלזא) דעעש. סך הכל 7-8 שוהלן.
אויף ראדני צווישן בעדפארד און לי זענען דא, צעהלים, סקווער (יאנג איזראעל), אמשינוב, מישקולץ, ישראל והזמנים, סאטמאר, חרדים, לאנצהוט, נייטרא (אמאל געווען סטאלין און רב קאפלמאן'ס ישיבה). סך הכל 9 שוהלן.

א ריכטיגער עיר ואם בישראל
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
קל_וחומר
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 28, 2008 6:25 pm
לאקאציע: אינעם נעץ

תגובהדורך קל_וחומר » דאנארשטאג פאברואר 19, 2009 1:14 pm

בן בוזי, די ביסט געגאנגען ריקווערטס פון דיוויזשאן בי די הייוועי?
אויף בעדפארד עוועניו לאמיר אראפ שפאצירן פון דיוויזשאן עוועניו, אויף דער לינקער זייט געפונט זיך 500 בעדפארד, קעגן איבער אויף די רעכטע זייט איז דער קאפישער שוהל, אויף בעדפארד קארנער ראסס אויף דער לינקער זייט געפונט זיך 550 בעדפארד, קעגן איבער אויף דער רעכטע זייט געפונט זיך דער כולל אלטא פייגא,

דא האט ער זיך שוין אויסגעדרייט!
דער ביקסאדער שוהל, און אויף די לינקע זייט קעגן איבער דער קארלסבורגער שוהל
אז עס גייט נישט וויאזוי מ'וויל, דארף מען ווילן וויאזוי עס גייט.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג פאברואר 19, 2009 1:47 pm

בן בוזי;

די תפארת ישראל שוהל שטייט שוין לאנג נישט.

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4606
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דאנארשטאג פאברואר 19, 2009 2:51 pm

אה דו האסט געמאכט פון מיר א מעידזשער קל וחומר,
איך האב בשעת'ן שפאצירן נישט אויפגעפאסט ווי דער קאפ האט זיך מיר געדרייט אהין און צוריק
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am

תגובהדורך איזאק » דאנארשטאג פאברואר 19, 2009 3:59 pm

מיללער האט געשריבן:
סתם_אזוי האט געשריבן:ווען האט מען געבויט די BQE?


דער BQE איז פארטיג געווארן בשנת תשכ"ד ולמס' 1964


די BQE איז קיינמאל נישט פארטיג געווארן.

מיללער, שיין באשריבן דיינע זכרונות.

badatz
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 17, 2008 5:28 pm

תגובהדורך badatz » דאנארשטאג פאברואר 19, 2009 4:09 pm

מיללער האט געשריבן:
סתם_אזוי האט געשריבן:ווען האט מען געבויט די BQE?


דער BQE איז פארטיג געווארן בשנת תשכ"ד ולמס' 1964





cww
ב''ה
התחילו לנסוע על הבי .קיו. אי . בראש השנה תשי''ט .והנוסע הראשון הי' המעיאר ראבערט וואגנער הוא
חינך אותו .

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25460
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג פאברואר 19, 2009 4:42 pm

שיינע זכרונות הרב הבד"צ, דאס גייט שוין צוריק א צירקע 40-50 יאר פון ווען ר' ראובן האט פארגעלערנט אין תפארת ישראל, הא?

אז מען רעדט פון בתי מדרשים אין יענע געגנט איז דער קליוולאנדער שוהל אויף בעדפארד עטליכע הייזער נאך קאפיש, און דער מאדאר ביהמ"ד אויף דיוויזשאן ביי דריגס, היינט איז דא א שאצער ביהמ"ד דארט קעגן איבער און אויך דער וויזשניצער ביהמ"ד אויף 2 ליע עוו.

צוריק צו מיינע זכרונות;

אויף בעדפארד עוו. צווישן ווילסאן און ראסס סט. ווי מען בויעט היינט די סאטמארער ביהמ"ד איז געשטאנען טרעילארס, איינס איז געווען 'אונזער פארמאסי' וועלכער האט שפעטער געמופט אונטער די 'בעדפארד הייזער' לעבן בעדפארד גארדענס.

אויף קליימער צווישן בעדפארד און ווייט, בעדפארד צווישן טעילאר און מארטאן, איז געווען פוסט און וויסט, די שפעטערדיגע 'ברוקלין ווילאס פאזע 2' איז געבויעט געווארן דארט צולייגנדיג א 'זשוליאנא פלעיס' און וומ"ס.

'ברוקלין ווילאס פאזע 1' איז געבויעט געווארן אין די מ-נ' יארען אויף די גאסען; קליימער, טעילאר, ווילסאן און ראסס, צווישען ווייט און קענט עוו. עס איז געווען גאר סענזאציאנעל ווען די בנינים זענען דעליווערט געווארן אויף טרעילארס און געשטעלט געווארן מיט קרעינס, דער איבראנער ביהמ"ד האט זיך דאן געגרינדעט אין די געגנט און שפעטער דער דאראגער כולל אביסל אראפציהר.

המשך יבא

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20278
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג פאברואר 19, 2009 4:58 pm

בן בוזי האט געשריבן:
אויף ראסס צווישן בעדפארד און לי זענען דא דושינסקי, ר' משה יאזעפאוויטש, גור, פוילישער שטיבל, בית המדרש של הדיין, קאלוב-באר מנחם (נאך די שריפה אין מונקאטשער שוהל האט מען געדאוונט לויט ווי כ'געדענק אין אן אפארטמענט געביידע לעבן דעם, כ'געדענק אז ס'איז געשטאנען א סיין אזוי), זידיטשוב (אמאל געווען בעלזא) דעעש. סך הכל 7-8 שוהלן.

איר האט ארויסגעלאזט "שארמאש", און ביהמ"ד הנקרא 141 ראסס סט.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4606
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דאנארשטאג פאברואר 19, 2009 5:17 pm

farshlufen האט געשריבן:
בן בוזי האט געשריבן:
אויף ראסס צווישן בעדפארד און לי זענען דא דושינסקי, ר' משה יאזעפאוויטש, גור, פוילישער שטיבל, בית המדרש של הדיין, קאלוב-באר מנחם (נאך די שריפה אין מונקאטשער שוהל האט מען געדאוונט לויט ווי כ'געדענק אין אן אפארטמענט געביידע לעבן דעם, כ'געדענק אז ס'איז געשטאנען א סיין אזוי), זידיטשוב (אמאל געווען בעלזא) דעעש. סך הכל 7-8 שוהלן.

איר האט ארויסגעלאזט "שארמאש", און ביהמ"ד הנקרא 141 ראסס סט.


שארמאש איז אויף ווילסאן דאכט זיך מיר, און 141 ראסס איני יודע מה הוא.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25460
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג פאברואר 19, 2009 5:28 pm

שארמאש איז אויף ראסס סט נאך דר. פעטעל און סאטמאר ביקור חולים, און 141 ראסס איז א סאטמארער ביהמ"ד אינעם בנין פון דיין דערמאנטן מונקאטשער שטיבל.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25460
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג פאברואר 19, 2009 5:32 pm

בד"צ,
לכאורה געדענקען ווייניג אירע דא פאר די טעילאר פראזשעקטס זענען געשטאנען.

נאנאשער רב הרב פעקעטע האט געהאט זיין ביהמ"ד אויף דיוויזשאן ביי ראסס סט, היינט איז דארט משמש זיין איידעם הרב ר' ברוך ראזענבוים בן אדמו"ר מקאראקאס.

דער ר' יהושע בוימל איז געווען א לובלינער תלמיד? וויזאוי איז ער נחום לאמ'ס פון רייטס זיידע?

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20278
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג פאברואר 19, 2009 5:36 pm

הרב בוזי,
שארמאש איז היינט צוטאגס אויף 136 ראסס סט., יארן צוריק איידער מ'האט אראפגעווארפן די הייזער אויף ווילסאן דארט ווי עס שטייט היינט א סקעלעטאן פון א שול איז געווען דארט די שארמאשע ביהמ"ד.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » דאנארשטאג פאברואר 19, 2009 5:58 pm

141 ראסס געהער פאר מונקאטש בירושה, דארט איז אויך דא א אלכסנדר שטיבל, יוצאי הישיבה פון בארא פארק.

ווער געדענקט נאך "אונזער פארמאסי" ווען עס איז געווען אויף בעדפארד נעבן וואו עס איז היינט, דעם סקאליע בית מדרש.
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25460
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג פאברואר 19, 2009 6:24 pm

בד"צ,
תודה להעמידינו על נכון ביחוסו של ר' ברוך ראזענבוים מנאנאש.

ביקסאד,
איך האב שוין דערמאנט אונזער פארמאסי אין די זכרונות.

אוועטאר
קל_וחומר
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 28, 2008 6:25 pm
לאקאציע: אינעם נעץ

תגובהדורך קל_וחומר » פרייטאג פאברואר 20, 2009 12:02 am

מיללער האט געשריבן:אויף בעדפארד עוו. צווישן ווילסאן און ראסס סט. ווי מען בויעט היינט די סאטמארער ביהמ"ד איז געשטאנען טרעילארס, איינס איז געווען 'אונזער פארמאסי' וועלכער האט שפעטער געמופט אונטער די 'בעדפארד הייזער' לעבן בעדפארד גארדענס.

להוי ידוע אז פאר 'אונזער פארמאסי' איז געווען ביי בעדפארד ווילסאן איז עס געווען ביי בעדפארד ראדני, קעגען צעלימער ביהמ"ד. ווען מען האט זיך גענומען איבערבויען די 'בעדפארד הייזער' איז עס צייטווייליג געווען אין די טרעילארס ביי בעדפארד ווילסאן.
אז עס גייט נישט וויאזוי מ'וויל, דארף מען ווילן וויאזוי עס גייט.


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: א מחי' און 9 געסט