Advertisement

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

וואו זאל מען קובע זיין דעם חומש רש"י אשכול?

3
20%
2
13%
10
67%
0
נישטא קיין שטימען
 
סך הכל שטימען : 15

תשס"ז - חומש רש"י אשכול

מיטוואך אוקטובר 18, 2006 10:53 am

איז אזוי. פאר ווער ס'געדענקט נאך דער אלטער היים, איז געווען דארט דער מנהג אז אין די ווינטער וואכן פלעגן מיר זיך צונעזאם קומען יעדע וואך אין די קרעטשמע און מיר האבן געפילעוועט אין די חומש רש"י בדיבוק חבירים. איי איז דאס געווען זיסע צייטן..., ס'צומאל געגאנגען אויף די הויכע טענער אזש ס'האט זיך אומבאמערקבאר פארשאטן איין גלעזעלע נאכן צווייטן. מיר האבן לכבוד דעם שיעור אפי' געהאט דארט א באזונדער טישל אויבן אן, וואו אלע מיטגלידער האבן זיך באלד ביים אריינקומען אנגעשטויסן דערמיט. זה מה שהי' - דאס וואס איז געווען, נו שוין, געווען איז געווען, את הנעשה אין להשיב.

היינט צוטאגס - א יאר שפעטער - ווען מיר זיצן "אל סיר האבאסער" אין די ברייטע נייע מאדערענע קרעטשמע, וואס דער גשמיות מיט די רוחניות זענען פונאנדערגעשיידט יעדער אין זיין באזונדער ווינקל, איז די פראגע וואו מען זאל דעם טישל אויפשטעלן.

קודם איז די פראגע צו אין ס'מעדרעש פון די קרעטשמע אדער גאר אין די קרעטשמע גופא?, ואת"ל אין ס'מעדרעש איז די פראגע אינעם מידי שבוע בשבוע שטיבעל צו אפשר גאר אין די שיעור הקהלה, וואס די קהלה זאל בחברותא לערנען חומש רש"י?. שוין, יעדער קען זאגן זיין אייגענעם מיינונג אום געשטערט.

Advertisement

מיטוואך אוקטובר 18, 2006 11:06 am

מדי שבוע בשבוע

מיטוואך אוקטובר 18, 2006 11:08 am

מדי שבוע בשבוע

מיטוואך אוקטובר 18, 2006 11:41 am

מידי שבוע בשבוע, גראדע היינט אין שויער האביך זיך דערמאנט פון די געשמאקע שאלעס פון קרעמער איטליכע וואך, און ווי אויך פון געשמאקער.
אדרבה לאמיר אנהויבן פון פריש.

מיטוואך אוקטובר 18, 2006 1:20 pm

מדי שבוע בשבוע, וואדען באלאנגט אין יענעם רובריק אויב נישט חומש ורש"י ???

------

איך וויל זייער בעטן, פון וועמען עס וויל זיך מתנדב זיין לזכות את הרבים, אריבערצוברענגן די אלטע אשכולות אויף די סדרות פון אלט-קרעטשמע. למשל "פרשת נח" קומט אט אריין, לאמיר איבערבליקן אלע אלטע געשפרעכן וואס מיר האבן פאראיאר מחדש געווען אדער איבערגעקייט אויף נח וכדומה.

מיטוואך אוקטובר 18, 2006 2:09 pm

איך שטעל צו מיין עניית דעת צו רוב מעמבערס דערווייל, אז ס'באלאנגט ביי מדי שבוע בשבוע.

מיטוואך אוקטובר 18, 2006 2:24 pm

גראדע איך האב געשטימט פאר "היימישע קרעטשמע"

ווייל כ'האלט אז רוב עולם פאלט אריין אין די "קרעטשמע" ווייל דאס איז דער צענטער פונעם בנין, אין די אלע זייטיגע שטובלעך פאלן נאר אריין אזעלכע וואס זענען בדייקא אינטערסירט אין דער נושא אויף וועלכן דער שטוב'ל איז געשטעלט, דעריבער האלט איך אז אויב וועט דער אשכול ליגן אין די "קרעטשמע" וועט א גרעסער עולם לערנען דערין, הנאה האבן דערפון און צומאל ציווארפן א הערה'לע, משא"כ אז ס'וועט ליגן אין אן אנדער שטוב'ל וועלן נאר אהין די יעניגע באזוכער וועלכע זענען ספעציעל אינטערסירט דערין.

מיטוואך אוקטובר 18, 2006 3:29 pm

נו, יעדער איז בארעכטיגט צו האבן א דעה, הגם - דערווייל - א דעת יחידאה.

מיטוואך אוקטובר 18, 2006 3:32 pm

זארעכפעפער די האסט א פאונט, אזא וויכטיגע זאך, ווי חומש רש"י, ברויך ווערן אריינגעברענגט אין די "קרעטשמע זעלבסט"
ווי איז דא נאך א וויכטיגערע זאך פון דעם.

איך האב גראדע געשטומט "בטעות" פאר מדי שבוע בשבוע,
איינער ווייסט וויאזוי איך קען עס טוישן.

מיטוואך אוקטובר 18, 2006 7:40 pm

לכל זמן ועת לכל חפץ, יעדע זאך האט זיך זיין פלאץ, דו האסט טאקע א גוטע סברה אז מער מענטשן וועלן עס לערנען, אבער נאך אלץ באלאנגט עס אין בית המדרש, און איך בין כמעט זיכער אז ס'איז דא נאר א מועט מן המועט וואס דרייען זיך דוירך די קרעטשמע און נעמען זיך נישט די מיה, אריין צו גיין אין בית המדרש קוקן א גוט ווארט.

מיטוואך אוקטובר 18, 2006 10:10 pm

שלאק;

טוישן א שטומע? נישט אין דעם גלגול (ליין: נישט מיט דעם ניק).

מיטוואך אוקטובר 18, 2006 11:01 pm

מיט אן אנדער ניק קען ער יא טוישן א שטימע? ( ס'איז נאר אגב )

דאנערשטאג אוקטובר 19, 2006 11:15 am

פרעג די וואס האבן צוויי ניקס, איך מיין אז די ענטפער איז: יא

דאנערשטאג אוקטובר 19, 2006 8:23 pm

עכט קומט נישט דא אריין די גאנצע נושא, אבער מ'רעדט דא דערפון וועל איך דא פרעגן, און איך האף נישט צו טרעטן אויף די געהירן פון די וואס קענען נישט דערליידן ווען "אן אנדערער" פארדרייט אן אשכול, עניוועי לענינינו, קרעמער וואלסטו מיר געקענט מסביר זיין פארוואס דו מיינסט אז מיט אן אנדער ניק קען מען טוישן א שטימע?

פרייטאג אוקטובר 20, 2006 11:20 am

איכער; הגם סיקומט נישט דא אריין, אבער קען זיין אז קרעמער האט עס גענומען נאך די גאנצע שערורי' איבער דעם חזן און דעם ויברח'ניק, האט ער באמערקט אז דער ניק'ויברח האט געטוישט די שטימע פון דעם חזן.

פרייטאג אוקטובר 20, 2006 1:56 pm

א שיינע פשעטל.

פרייטאג אוקטובר 20, 2006 2:22 pm

פארענפער דיין פראגע אדער נישט?

פרייטאג אוקטובר 20, 2006 2:26 pm

נאכנישט עכט, ( און אויב דו פלאנסט צו ציען דעם שמועס צי זיך אריבער אינעם שמועסן אשכול.)

פרייטאג אוקטובר 20, 2006 3:07 pm

וואו זאל יעך מיר אריבערציען?

זונטאג אוקטובר 22, 2006 1:54 am

קודם אוועק פון דא און נאכדעם קוק ווי דו באלאנגסט.
שרייב א תגובה

Advertisement