Advertisement

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

איך פרעס טשוקלאד

דאנערשטאג אוקטובר 05, 2006 9:04 am

אנטשולדיגט'ס מיר, אבער דא אין אפיס איז געפערליך. שטיקלעך טשוקלאד ליגן אויסגעלייגט איבערן גאנצן פרידזשידער, יעדער ארבעטער מיט זיין נאמען, וואס גייט דא זיין.

ס'האט זיך אנגעהויבן אינמיטן אלול, ס'איז אריינגעקומען א פרישער יונגערמאן, די שנה ראשונה צייכענעס ליגט אים אויפן פנים (נישט פארטוישן מיט די כולל-פלעק אויפן שטערן) און איינע פון זיינע שיינע מנהגים נאך פון די בחורישע יארן, איז, אז מ'קויפט 4 פעקלעך טשוקלאד אנהייב טאג, און במשך פון אפאר שעה איז נישטא מער ווי דער פאפיר פון די פיקטשער פון די קוה, אדער פון די רינעדיגע קרים. ער ריקט אריין א קעסטל נאך קעסטל, א שטיין נאך א שטיין, און איינער וואס שטייט פון דערזייט קען זעהן ווי דאס געהט אים צוה א שטיק חיות.

נו, זעהנדיג אזעלכע שיינע רינדיגע באקן קייען טשוקלאד מיט א געשמאק, איז געווארן נתוספו ספסלי בית המדרש, און נאך איינער האט אנגעהויבן, ביז ווי נישט ווי האב איך מיך אביסל דערלערנט די פאך, מ'דארף נאר האבן אפאר דאלער און קענען אויפרייסן די פעקל טשוקלאד, און דעטסאיט. דו ביסט פון אונזערע מענטשן...

יעצט "זיסע ליינער'ס", אויסער ווערן שמוציג די פינגער'ס, איז דא א פראבלעם דערמיט? איז עס נישט געזונט וכדו'?, אויב אלעס איז דערמיט בסדר, פארוואס זענען דא געוויסע אפיסעס וואס מ'עסט נישט אזויפיל טשוקלאד א טאג?....

Advertisement

דאנערשטאג אוקטובר 05, 2006 9:14 am

ביי אונז אין שטעטל האט זיך אויך אריינגעריקט די וואך אינעם ווינקל מערבית דרומית (אדער גאר מזרחית צפונית כ'דענק שוין נישט) אזא באקסל מיט טשאקלאד, עס איז שוין באלד נישטא קיין זכר דערפון, כ'אף אז דער ארענדאר וועט צושטעלן נאך פון די סחורה.

אבער דאס וואס דו פרעגסט איבער געזונטהייט, ביי אונז פירט זיך דער ארענדאר צו זאגן, עס נישט צו פיל, ווייל דא איז נאר דא איין ביה"כ, איבער אנדערע פראבלעמען רעדט ער זיך נישט אפ, אבער וואס ווייס איך.

דאנערשטאג אוקטובר 05, 2006 9:27 am

וואס טשאקלאד ווען טאאקלאד וואו טשאקלאד ?????

איך פארשטיי נישט קיין ווארט פון וואס מען רעדט דא , איים סאררי

דאנערשטאג אוקטובר 05, 2006 10:20 am

איך פארשטיי נישט, צוויי חבירים האב שוין מגיב געווען און זיי האבן נישט געזען אז עס איז דא א טעות אין די נאמען פון די אשכול?

מיר קוקט אויס ווי עס איז אריין געפאלען א פ' און א ר' צווישען איך און עס טשוקלאד.


עניוועיס,

יגר, די וויסט וויסן אויב עס איז געזינט? קוק דעס.
http://www.yousendit.com/transfer.php?a ... F354873448

דאנערשטאג אוקטובר 05, 2006 10:36 am

אויסצוג פון ק.נ.א. נייעס ביום ה' במדבר העעל"ט (עס זענען דא נאך פיינע נייעס איבער טשאקלעד אין אונזערע ארכיוון, איך קען זיי דערווייל נישט טרעפן).

געזונטהייט נאטיץ
א נייע שטודיע צייגט אז עסן מילכיגע אדער שווארצע טשאקאלאדע טוט אויפלעבן דעם מח, און מאכט אז דער מענטש זאל קענען בעסער טראכטן, און מער צולייגן קאפ צו דאס וואס מען טוט!

דאנערשטאג אוקטובר 05, 2006 12:05 pm

יישר כחכם.

נו שטעלט זיך יעצט די הארבע פראגע: ווי קען געמאלט זיין א איד וואס האט א ברייטן הוט, וואלענעם טלית קטן, זאל נישט מקיים זיין דעם ונשמרתם מאוד לנפשותיכם? ווי נעמט מען דעם היתר נישט צו עסן מינומים צוויי באר'ס טשוקלאד יעדן טאג נאך די שש זכירות, און אני מאמין...

שומי שמים, ס'איז דאך לעבנס וויכטיג, און צידערזייט, ס'איז אויך גוט...

נ.ב. קרעמער, זאל נישט אויסגערעדט זיין, אבער פון ווען איך האב אנגעהויבן צו עסן דעם "געזונטן" מאכל, וואס לעבט אויף די מח, האב איך אויפגעהערט דא צו שרייבן. מיינט דאס צו זאגן אז א מענטש מיט א קלארן מח שרייבט נישט אין אזא פורום?... ... איך ציטער נאר אפילו צו טראכטן אז דו גייסט זיך באליידיגן פון מיין קשיא..

דאנערשטאג אוקטובר 05, 2006 1:07 pm

די וואס ליידן אויף מאגן עסעט'ס קענען דאס נישט פארנעמן, מחמת העסעטס שבו, אבער יאך האב שוין געשריבן אין די נאש אשכול, אז יאך גלייך זייער טשאקלאד, ס'פלעגט זיין זמנים אז אלע טאג ביי פרישטאג האט מען צו די קאפי אריינגערוקט א באר טשאקלאד.

דאנערשטאג אוקטובר 05, 2006 2:19 pm

יגרסהדותא האט געשריבן:נ.ב. קרעמער, זאל נישט אויסגערעדט זיין, אבער פון ווען איך האב אנגעהויבן צו עסן דעם "געזונטן" מאכל, וואס לעבט אויף די מח, האב איך אויפגעהערט דא צו שרייבן. מיינט דאס צו זאגן אז א מענטש מיט א קלארן מח שרייבט נישט אין אזא פורום?... ... איך ציטער נאר אפילו צו טראכטן אז דו גייסט זיך באליידיגן פון מיין קשיא..


ווער האט געשריבן אט דעם תגובה, צוזאמען מיט די אנדערע אומצאליגע זאכליכע תגובות דא אין קרעטשמע על שם "יגרסהדותא" אויב נישט דו, טשאקלעד-פרעסער?

דאנערשטאג אוקטובר 05, 2006 2:21 pm

נו, ער רעדט פון די אטאקע עפעס ענליכס צו סאכדעס'ןס.

דאנערשטאג אוקטובר 05, 2006 5:45 pm

יאכער כ'פארשטיי נישט וואס דו שרייבסט דא.

דאנערשטאג אוקטובר 05, 2006 10:19 pm

איך האב מורא אז דו האסט נישט גוט איבער געליינט די דין ודברים צווישן יגר'ן און קרעמער, אויב יא זאג מיר, און איך וועל דיר ערקלערן וואס איך האב געשריבן.

פרייטאג אוקטובר 06, 2006 9:31 am

יאכער גערעכט גערעכט, כאב מיספארזעהן איין שורה.

פרייטאג אוקטובר 06, 2006 1:29 pm

היינט איז געווען גאנץ א גוטע טאג פאר מיר, סאכדעס האט גענויגט צו מיר עטליכע מאל. ( הגם דאס האט גארנישט מיט טשאקאלאד.)

זונטאג אוקטובר 22, 2006 4:19 pm

הער אויס, די ווייסט דאך מן הסתם גאנץ פיין אז פון די שנה ראשונה'ניקעס איז נישט ראטזאם זיך אפצולערנען. זייער גאנצע אויפירעכץ איז דאך א שטיק לא תלבש. זיי זענען נאך נישט גענוג צוגעוואוינט צו דעם ריח פון אליזאבעט ארדען'ס בית כסא וואסער, און דאס פאר'שיכור'ט זיי אזש ביז צו אזוינע טהאטן ווי אריינברענגען אן אריח ולבינה טשוקולאד אין ארבעט אריין וואס אלע יודעי חן ווייסען דאך אז דאס איז זייער נישט מאטשאו'דיג ותוצאותיו מי ישורנה.

איך בין זיכער אז דער זעלביגער קומט אריין מיט שיינע די-פי-די-דא (ניין, עס האט נישט קיין שייכות מיטן נ.ק.וו.ד...) פייקעלעך, און איז פרייליך ביז גאר אז ער איז שוין א עכטע יונגערמאן מיט א שטריימל.

דאנערשטאג אוקטובר 26, 2006 4:46 pm

יגר'ל; היינט האסטו שוין געגעסן א באר טשאקלאד? קוקט אויס אז נישט, ווייל לכאורה דיין יא/נישט קומען אין קרעטשמע איז תלוי אין דעם, אזוי קלער איך.

סאו ביטע זיסער קויף דיר א באר טשאקלאד, און קומ'זשע שעהן אהער דא, אט צו דעם טישל, ס'ווארט דיר א גרויסע סורפרייז.

דאנערשטאג אוקטובר 26, 2006 9:11 pm

איך האב געזען נעכטן יגר'ל, ער איז עפעס אינגאנצען פארכמארעט, ער גייט בארוועס אויף די גאסן, אנגעטון מיט גארבידזש בעגס און צוריסענע פאנדזשעלאוס, ער שרייט נאך קינדער, איך בין דורכגעגאנגען ספעציעל נאנט צו אים צו זען אויב ער וועט מיך דערקענען בשעת צרה, נעבעך, דער איד האט זיך גענומען מאכן אזעלכע קולות אויף מיר "געב אהער מיין טשאקלאד, דו גנב איינער!" און נאך אסאך סודות פון חדר וואס ער האט ארויסגעגעבן וואס איך וויל נישט דא אראפברענגען.

איז דא דא א ארגאנאזאציע פאר פארלאזטע חברי הקרעטשמע? א מושב זקנים? עס איז נישט מער ווי יושר אז מען זאל זיך אפגעבן מיט די אמאליגע חברי הקרעטשמע וועלכע קענען זיך שוין ליידער נישט באטייליגן ביי די צוזאמענקונפטן.

מאנטאג אפריל 06, 2009 2:25 pm

יגר, דיין תגיבות דא זענען איינס בעסער פונעם צווייטן!

ווי עס קוקט מיר אויס איז דער יגר ווידער פארנומען געווארן מיט זיין טשאקלאד און זינט דאן טרעט ער ווייטער מער נישט אריין דא צו אינז אין קרעטשמע. ס'איז א שרעקליכער פאברעכן און מיר מיזן ארויסקומען מיט א מוחאה צו די יעניגע וואס קויפן אום די טשאקלאד אז זיי זאלן אום אויפהערן דאס צו געבן צוליב אונזער געזינט...

יגר, לייג עס אוועק א מינוט, גיי דארט אוועק פון פרידזעשר א מינוט, העסט באלד פארזיכן נאך. און באגיס אונז מיט עפעס א געפילישער ארטיקל לכבוד פסח.

מאנטאג אפריל 06, 2009 3:10 pm

וויאזוי רעדסטו? איך פרע.....?! איי גיוואלד!
אך קלינגט מיר אין די אויערן פון "גירסא דינקותא" - נישט צו פארטוישן מיט "יגר סהדותא"
א איד עסט... און א גוי פרע.....
א איד שלאפט, און א גוי פאפ.....

דינסטאג נובמבר 18, 2014 11:44 am

ווער שטעלט טשאקעלעט היינט?
שרייב א תגובה

Advertisement