Advertisement

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

קרעטשמעס שלעפער טראק

זונטאג יולי 20, 2008 4:27 pm

דאס מויל פארקלעפט, די פיאות'לעך פארדרייט, דאס פנים פארשלאפן, און פוילישער שלעפט זיך ארויס פון אונטער די קלאמקע פון זיין טיר. ער וואלט נאך נישט אויפגעשטאנען, ווען ער ווען נישט מורא, אז ער וועט פארלירן זיין קאמפיוטער צו קענען שרייבן אויף קרעטשמע. מיט נישט געמאסטנע טריט וואקט ער אין ריכטונג צוום קארנער, וואס האט געהאט די זכי' אז די נאכט זאל זיין קאר זיין געפארקט בצלו.

אבער וואס קאר, ווען קאר. זיין קאר איז נישט צום געפונען. ער דרייט זיך רעכטס, לינקס, אראפ, ארויף, ווי דער ערד וואלט עס איינגעשלינגען. עס האט גענומען א מינוט, און ער האט זיך דערזען אין וואספארא פעקל ער איז. דער גראבער עקלהאפטיגער אבאמא שטיצער, האט באשלאסן אז פאר'ן טובה פון זיין קאר, איז בעסער אז עס ווערט געפארקט אינעם נעווי יארד, וואו מען וועט אים קענען אויסלייזן מיט אפאר דאלער, וואס האלט סיי ווי אין איין פאלן.

שוין, גם זו לטובה.

רבותי האטס נישט רחמנות אויף פוילישער, עס איז נאר א משל.

דער נמשל איז:

פוילישער שרייבט אן ארטיקל, רפואה קודם למכה, ער פארקט עס אריין אינעם פארקינג לאט "היימישע קרעטשמע", ער גייט רוהיג אהיים, ער האפט די נעקסטע טאג צוריקצוקומען צום פארקינג לאט, און זען וואס עס מאכט.

א טאג שפעטער, פוילישער קומט אריין אין אפיס, ענטפערט אלע אי מעילס, איז מסדר אלע פעקסעס, שוין געגעבן פאר די סעקרעטערי ארבייט אויף ביז לאנטש. פוילישער מאכט זיך א קאווע, דאסמאל אן צוקער, ווייל איר ווייסט דאך, פוילישער ווערט נישט יונגער. מיט א פאטאס, שפאצירט פוילישער אריין אין קרעטשמע, ער שמייסט אריין אין "היימישע קרעטשמע" עס ווערט אים ביטער פאר די אויגן, דאס ארטיקל איז נישט דא! ער קוקט אראפ, אפשר איז די נאכט צוגעקומען אזוי סך נושאים? ניין, פלעין און פראסט, מען האט עס אוועקגעשלעפט צו אן אנדערע פארקינג לאט "היימישע פארברענגן".

רבותי, יעצט האט רחמנות אויף מיר.

Advertisement

זונטאג יולי 20, 2008 4:29 pm

א הערליכע משל, (האסט מיך עכט דערשראקן.)

און די נמשל אויך נישט שלעכט, אבער וואס א חילוק ווי ס'איז געפארקט, צו אנפאנג גאס צו ביים סוף, דער עיקר איז, אז ס'איז נישט ביים נעווי יארד.

זונטאג יולי 20, 2008 4:30 pm

עס קען אמאל צוקומען צו גילוי... איך מיין כעס.

זונטאג יולי 20, 2008 4:33 pm

נו, דא לערנט מען זיך אויס, צו ארבעטן אויף די מידות.

זונטאג יולי 20, 2008 4:37 pm

פארק אראנד די קארנער....

דער עיקר איז די צפיות, און די תגובות,
איז דא ווער ס'כאפט א בליק אויף דיין קאר-ארטיקל הרי טוב,
אויב ס'איז ממש אוועק געפירט געווארן אין א פלאץ שאין מכירין אותו איז שוין א פראבלעם...

זונטאג יולי 20, 2008 5:02 pm

איך וואלט דעם ארטיקל אויך אריבערגעפירט אהין... איך וויל אבער נישט מצער זיין א איד בעצם י"ז בתמוז.

זונטאג יולי 20, 2008 5:04 pm

האלאו פוילישער, דער משל און נמשל איז א פיינער, איך האב זיך צושמייכלט און הנאה געהאט.

אבער דאס כעס וואס הערשט ווען יענער שוואצער ניגער'קע שלעפט אוועק דיין אויטא קומט נישט צו און האט נישט די מינדעסטע פארגלייך צו דאס ווען איינע פון אינזערע געטרייע מנהלים האבן פאר סיי וועלעכע סיבה אפגעמאכט אז דאס באלאנגט אין יענער פארקינג לאט, קיינער וועט געווענליך קיין פאראיבל נישט האבן דעראויף, סייווי ליינט יעדער דארט פונקט ווי דא, ס'איז קיין חילוק ווי ס'ליגט, פרעג סאכדעס אדער זארעכ..

פוילישער, בארויאיג זיך, דער ארטיקל קען נאך אויך פלאצירט ווערן אין פארברענגען...

זונטאג יולי 20, 2008 5:05 pm

ח"ו ניטמאל קיין להבדיל. אבער דאס דורשט נאגט, וואס קען מען טאן.

זונטאג יולי 20, 2008 5:52 pm

פוילישער, באלד וועט מען נאך דעים ארטיקל אויך אוועק שלעפן, כ'האב יעצט געזעהן א שלעפער איז אויפן וועג!

ניין, שרעק דיך נישט, ס'איז נישטא אויפן וועג גארנישט, דעיס איז נאר א משל, דער נמשל איז... אםםםם... כ'האב נישט קיין נמשל..

פוילישער, לעצטענס עוורידזשסטע איינס א טאג, קיפ איט ראולינג!

זונטאג יולי 20, 2008 7:56 pm

יו נאו וואט פוילישער, כעלל עס טאקע לאזן ווי קרעמער האט געזאגט נישט מצער זיין אן אידל אינמיטן טאנעס.

איך ווייס נישט פון וועלכען ארטיקל איר רעדט און פארוואס עס איז גערוקט געווארן, אבער פון דעם משל נמשל האבעך זיכער הנאה געהאט.

מאנטאג יולי 21, 2008 9:14 am

יאנאש'ל, מ'האט גערעדט פון די רפואה קודם למכה אשכול.

מאנטאג יולי 21, 2008 11:26 am

עס איז געהערינג, עם הדומה, כ'מיין משל דומה, זייער זיס די ארטיקל,
איך וועל דיך נאכאמאל ווארענען, דאס וואס איכער שרייט, ווארט נישט ביז עס פאסירט, שרעעב פארדעם.

דינסטאג יולי 22, 2008 12:28 am

פון דעם שלעפער טראק האסטע גערעדט פוילי???

בילד

דינסטאג יולי 22, 2008 12:46 am

בערי עס איז א שיינע פוקטשער פון ווי האסטו עס גענומען??

דינסטאג יולי 22, 2008 8:39 am

א קשיא אויף שמערי? ווען דו זעסט אנדערע פיקטשער'ס, זאלסטו זיי פרעגן, צו זיין האבן עס אויך פון שמערי, אבער שמערי'ן דארפסטו נישט פרעגן פון וואו.

דינסטאג יולי 22, 2008 12:26 pm

דאנקע יאכער פאר די הספד, כ'מיין הסבר...
לעצט פאראכטן דורך שמערי בערי אום דינסטאג יולי 22, 2008 12:32 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

דינסטאג יולי 22, 2008 12:30 pm

פוילישער דיין ארטיקל איז זעהר שיין.

אבער קח את ברכתי: מאך דיך נישט צוטון פון זיי (די בוש שטיצער..). ווען איך זאל מיך נעמען מאכן משלים וויפיל תגובות מיינע זענען שוין געמעקט געווארן וואלטן שלש מאות משלות שועל נישט גענוג געווען. (אין חדר פלעגט מען זאגן אין אזא פאל: "די רבי האט זיך פארלייגט אויף מיר").

אבי מ'לעבט דאסי דער עיקר.

.. ליין שנעל ווייל באלד איז שוין נישטא וואס.

דינסטאג יולי 22, 2008 3:28 pm

פוילישער וואס לאכסטו פון יענעמס צרות, גייסט אפילו ציגלייכען מילתא למילתא די קאפ ווייטאג ווען מען שלעפט אוועק די קאר איז אסאך שווערער ווי אויפציזיכען ווי מען האט געשלעפט דיין אשכול

דינסטאג יולי 22, 2008 8:53 pm

פוילישער נאך א מזל מ'האט עס אוועק געשלעפט, אזוי האסטו אונז באגאסן מיט נאך א געשמאקן אשכול, מיטן הערליכן פוילישער סטייל, געוואלדיג.

דינסטאג פבואר 03, 2009 2:52 pm

שמערי בערי האט געשריבן:פון דעם שלעפער טראק האסטע גערעדט פוילי???




כזע נישט קיין בילד
שרייב א תגובה

Advertisement