דינסטאג ספטמבר 19, 2006 10:21 am
וואס האלט דער עולם דערוועגן?
Advertisement
דינסטאג ספטמבר 19, 2006 12:34 pm
עס איז שוין ארויסגעקומען די פיינעל ריליעס?
דינסטאג ספטמבר 19, 2006 12:39 pm
איך מיין אז עס איז פארטיג.
איך האב דאס אנגעהויבן נוצן, עס שמעקט מיר גאנץ שטארק, ספעציעל דאס אז מען קען זעהן אלע טעבס אויף איין מאל.
דינסטאג ספטמבר 19, 2006 12:47 pm
וואס איך האב דערווייל נישט ליב איז, עס איז עפעס זייער שארף עס ציפט מיר די אויגן, לכאורה איז דא וועג עס אנצושטעלן, באט וויאזוי עס איז, איז נישט אזוי גוט.
דינסטאג ספטמבר 19, 2006 12:49 pm
שוין איסטאלט און אויך אנאינסטאלט.
עס האט זיך נישט געהאלטן ביים עפענן, און די אותיות האבן זיך אויך געהאט געטוישט, אבער יעצט איז שוין אלעס צירוק צו נארמאל.
דינסטאג ספטמבר 19, 2006 12:50 pm
וועלכע טעבס קען מען זעהן אויפאמאהל?
דינסטאג ספטמבר 19, 2006 12:53 pm
אויב האסטו שוין גענוצט אמאל פייערפאקס וועסטו פארשטיין, מען קען האבן אויף איין אינטערנעט זייטל מערע סייטס אויפאמאל, דהיינו, אינטן אויפן באר ווי עס איז דא די סטארט באטען, זעט מען נאר איין אינטערנעט אייקאן, אבער אינעם פעידש קען מען עפענען נאך טעבס.
דינסטאג ספטמבר 19, 2006 12:54 pm
בן,
אפשר וועט דיר דעס ארויס העלפן צו פארשטיין פון וואס מען רעדט דא
http://www.microsoft.com/windows/ie/ie7 ... s/how.html
דאנערשטאג נובמבר 02, 2006 9:40 pm
מיין ערשטע איינדריק פון דעם נייעם אינטערנט עקספלארער איז זייער גוט,
כ'האב הנאה פון די טעב אפשען וואס זיי האבן ענדליך צוגעלייגט,
כ'גלייך די קלינקייט וואס עס האט ממש נאר די גאר וויכטיגע באטטענס , און נישט מער,
די אותיות זענען לכאורה קליער טייפ, און וועגן דעם קוקט עס אויס אנדערש, און גראדע גלייך איך עס,
ס'קוקט אויס ענדליכער צו נעטסקעיפ ווי צו פייער פאקס,
בקי' די פערסט אימפרעשן איז זיכער גוט,
מיטוואך פבואר 14, 2007 2:09 pm
איך האב אויך גאנץ הנאה פון דעם נייעם עקספלארער, די מעלות אז מען קען גרעסער אדער קלענער מאכן יעדן פעידזש איז א אויסטערלישע. אויכעט אז מען קען פרינטן נארמאל. ביי IE6 אויב האט מען געפרינט א פעידזש וואס איז ברייטער ווי א געווענליכער פאפיר, האבן זיך די ווערטער אפגעהאקט ביי די זייט. IE7 וועט צוקוועטשן די וערטער עס זאל זיך גוט פרינטן, אדער קענט איר אויסקלויבן אנדערע אפציעס. די "טעבס" איז גאנץ גוט, איך נוץ עס, אבער איך ווער נישט "משוגע" פאר דעם.
איין זאך וואס באדערט מיר יא, איך קען זיך נישט צוגעוויינען צום נייעם אויסשטעל אויבן. אלעס איז פאררוקט.
אויף דעם איז דא א גוטע FREE דאונלאוד, וואס האט מיר אסאך פארגרינגערט: קליקט דא, און דאונלאודט דעם פראגראם. און קוקטס די FAQ און רוב שאלות וועלן אייך פארענטפערט ווערן.
http://www.quero.at
מיטוואך פבואר 14, 2007 2:24 pm
יישר כח שמעק טאביק, איך האב דיר געפאלגט, און לאמיר זען די רעזולטאטן.
מיטוואך פבואר 14, 2007 5:36 pm
איים סארי איך האק אריין אינמיטן שמועס. איך ווי לייגן בילדער. ווי אזוי טוט מען דאס? איך בין ניי דאהי. איז פאראן הילף דערויף?
איך זעה אז מען דרוקט "IMG", און מען דארף שרייבן א "לינק", אבער טאמער איז דער בילד נאר א קליינער חלק פונעם וועב זייטל? און טאמער האב איך דעם בילד אויף מיין אייגענעם קאמפיוטער, קען איך דאס האוסטן?
ס'איז נישט אינגאנצן שלא מן הענין, ווייל איך האב בלויז געוואלט ווייזן א בילד פון דעם דאונלאוד.
מיטוואך פבואר 14, 2007 5:53 pm
הרב טאביק: קודם שלום עליכם.
די ענטפער אויף דיינע פראגעס געפינען זיך אינעם הילף פארום, אבער לאמיך דיר דא ענטפערן אין קורצן:
1) ווען דו ווילסט אריינברענגען א בילד פון די אינטערנעט, גיי קודם צו יענעם וועבסייט און דרוק דעם רעכטן מייז קנעפל אויפ'ן בילד וואס דו ווילסט אריבערברענגען. דרוק אויף Copy Image Address. דערנאך קום אהער צום תגובה וואו דו האלטסט אינמיטן שרייבן, און דרוק דעם IMG קנעפל, און גיי ווייטער לויט די אנווייזונגען.
2) אריינצוברענגען א בילד פון דיין אייגענעם קאמפיוטער, דארפסטו קוקן אונטער דעם באקסל וואו מ'שרייבט די תגובה. דארט איז דא אן אפטיילונג מיט'ן נאמען Add an Attachment. ערשטנס דרוק אויפ'ן BROWSE קנעפל אויסצוקלויבן דעם בילד, און נאכדעם דרוק אויף ADD ATTACHMENT.
מיטוואך פבואר 14, 2007 6:26 pm
יישר כח. לאמיר טרייען:
מיטוואך פבואר 14, 2007 6:30 pm
אזוי קוקט דאס אויס ביי מיר:
- עטעטשמענטס
-

- Sample.jpg (50.8 KiB) געזעהן געווארן 4243 מאל
מיטוואך פבואר 14, 2007 6:57 pm
נו, טויגסט דאך יא.
מיטוואך פבואר 14, 2007 7:46 pm
שמעק_טאביק;
איך ברויך הילף.
איך האב אראפגעלאדנט דעם "קווערא" טולבאר, אבער עס איז פארבליבן די אלטע אדרעס-באר פון אינטערנעט-עקספלאורער7, און איך ווייס נישט וויאזוי מען נעמט דאס אראפ.
נאך א צרה: איך האב זיך עפעס ארומגעשפילט מיט די ניי שפילצייג "קווערא", און ביי "ריסייז ווינדאו" האב איך געפונען אן אפציע "פולע בלעטל" (וואס עקזיסטירט גראדע ביי IE אויך, אבער איך האב זיך קיינמאל נישט ארומגעשפילט דערמיט), אבער עס האט מיר פארדרייט דעם געווענליכן סדר. דהיינו, איך בין צוגעוואוינט צו עפענען פרישע בלעטלעך דורך רייט קליק (SHIFT + רייט קליק) און די פרישע בלעטלעך פלעגן זיך מיר עפענען בזעיר אנפין, ס'טייטש ארום א דריטל פונעם גרויס פונעם אלטן בלעטל, אזוי האב איך גרינג געקענט צוריקשפרינגן צום אלטן בלעטל און עפענען די איבריגע לינקס וואס איך האב געוואלט אנגרייטן אויף שפעטער (כמנהגי מימים ימימה, אויפצועפענען צענדליגער בלעטער אויפאיינמאל און דאס אדורכליינען איינס נאכס-אנדערע בנשימה אחת).
יעצט, אז די בלעטלעך עפענען זיך פולשטענדיג און שפרייטן זיך אויס אויפן גאנצן סקרין, ברויך איך שוין שפרינגן פון איין בלעטל צום צווייטן דורכן טולבאר פון אונטן, א זאך וואס איז מיר גארנישט ניחא.
אויך איז מיר עפעס אוועקגעקומען די אונטערשטע שיכט פונעם IE וואו איך פלעג זען די גרינע באקסעלעך זיך אנפולען ווילאנג די בלעטלעך לאדענען זיך.
ביטע העלף מיר, איך ווייס אז דו קענסט (איך האב שוין גוטע עקספיריענס מיט דיינע עצות טובות אין היידפארק - וואו איך בין באקאנט צווישן אנדערע אלץ "בענעדיקט16" אדער "17")
דאנערשטאג פבואר 15, 2007 4:59 pm
ביטע שעהן - טאביק'ל;
איך מוטשע זיך דא מיט דעם אויבנדערמאנטן פראבלעם, אפשר געסטו מיר דיין גוגעל-טאלק אדרעסע (דיין טעלעפאן נומער איז אויך גוט)...
וויאזוי מאך איך אז מען זאל ווידער קענען זעהן די גרינע קעסטעלעך וועלכע פולן זיך אן ווען דאס בלעטל לאטדענט זיך, וואס אויף יענעם זעלבן ליניע פלעג איך אויך זען די אדרעסן פון אלע לינקס.
פרייטאג פבואר 16, 2007 11:05 am
פרעגסט צופיל קשיות אויפאיינמאל. אבער כ'מיין אז דו האסט פשוט אראפגענומען דיין STATUS BAR פון אונטן. גיי צו VIEW (אויבן ביים מעניא) און מאך זיכער דו האסט א טשעק ביים צווייטן שורה.
פרייטאג פבואר 16, 2007 2:55 pm
ביסט גערעכט, די סטאטוס-באר איז געווען אראפגענומען, איך האב דאס יעצט אליין געכאפט (בעפארן זען דיין תגובה) און צוריקגעשטעלט.
בנוגע מיין אנדערע פראבלעם, האב איך זיך דערמאנט אן אנדערע עצה, וואס איך האב - דאכט זיך - געליינט פון דיר אין בחחמ"א פורום, דהיינו אנצושטעלן דעם פענסטער'ל אויפן קלענערן סייז, און פארמאכן מיט SHIFT.
יישר כח פאר דיין הילף.
שבת פבואר 17, 2007 8:43 pm
זייער גוט. אגב, די עצה וואס איך האב געגעבן אין אנדערן פארום איז מיטן "קאנטראל" קנעפל, נישט שיפט.
פאר יאנאש, און אנדערע וואס האבן פראבלעמען מיט די קלארקייט - אדער שארפקייט - פון די אותיות, וואס מייקראסאפט האט צוגעשטעלט דעם CLEAR TYPE סארט, דארפן וויסן צוויי זאכן. איינס, אז מען קען "טאנען" די קלארקייט לויט יעדן סקרין אנדערש; און צווייטנס, אז מען קען דאס לגמרי פארלעשן.
עס איז רעקאמענדירט פאר יעדן איינעם וואס האט פראבלעמען מיט די קליער-טייפ אותיות, צו קליקן די לינק דא, און דאונלאודן א קליינע סאופטווער פון מייקראסאפט אליינס בכבודם ובעצמם. מ'דארף אדורכגיין צוויי-דריי סטעפס, און אויסקלויבן די וועג ווי אזוי דער אות לייענט זיך די קלארסטע אויף אייער סקרין.עס איז ענליך צו א טעסט פון אן אויגן דאקטאר: ווי אזוי זעהסטו בעסער, אזוי צי אזוי? אזוי צי אזוי? נאכן אויסקלויבן די ריכטיגע ענטפערס, וועט עס לכאורה זיין זייער קלאר. געדענקט אז די אפשען פון קליער-טייפ איז גוט בלויז פאר דינע (פלעט-פענעל) מאניטערס. איך מיין אז פאר די עלטערע CRT איז דאס גארנישט ווערד, אויב עס מאכט נישט אפילו ערגער.
www.microsoft.com/typography/cleartype/tuner/Step1.aspx
אויסצולעשן גענצליך דעם אפציע, גייט אריין צו INTERNET OPTIONS, און דרוקט אויף די לעצטע טעב ADVANCED, און ביי די ערשטע שורה אונטער MULTIMEDIA וועט איר זעהן אן אפציע דאס צו פארלעשן.
שבת פבואר 17, 2007 9:01 pm
נו, ביסטו א בא ללמד ונמצא למד, ווייל איך האב יעצט פרובירט, און ביידע - סיי די שיפט און סיי די קאנטראל - טוען די זעלבע פונקציע.
אגב, א גוטע וואך, און א גוטן חודש.
זונטאג פבואר 18, 2007 1:23 pm
איך האב געפערליכע צרות לעצטענס מיט איינע פון די קאמפיוטערס עס איז מורא'דיג שטאט געווארן
איך קלער עס האט צוטון מיט די נייע אינטערנעט עקספלארער 7 אדער עפעס א צווייטע אפגרעיד פון מייקראסאפט
נאך איינער האט באמערקט אזא זאך?
זונטאג פבואר 18, 2007 4:10 pm
דער גאנצער קאמפיוטער, אדער בלויז אינטערנעט עקספלארער 7 איז געווארן זייער שטאט?
מאנטאג פבואר 19, 2007 10:57 am
דער גאנצער קאמפיוטער