א יעדער פון אייך האט שוין געזען אמאל
די קליינע באס'עלעך וואס נעמען ספעציעלע קינדער אין סקול
מ'גייט אמאל אינדערפרי אין שיהל
זעט מען פון זיי פארן פיל
אביסל רחמנות'דיג מ'בליקט
אויף די מאמע וואס דעם קינד שיקט
נישט אין סקול נישט אין חדר
נאר מיט גאר אן אנדער סדר
אבער ווער קען דען וויסן
ווי א מאמעס הארץ ווערט צוריסן
ביז דארטן זי זעהט זיך
עס קומט נישט אן אזוי גיך
די מאמע שטייט אויף אינדערפרי
אין קינדער שטוב קוקט זי
ווי אזוי טוט זיך איר קינד פילן
טוט זי וויינען אדער זיך שפילן
איר קינד קען נישט זאגן
צו זי איז צופרידן צו זי טיט זיך פלאגן
די מאמע גייט צו צום בעט
הויך א זאג זי געט
מודה אני לפניך מלך חי
אז מיין קינד איז אויפגעשטאנען פון דאסניי
זי זעצט אויף דעם קינד
זי גיסט אפ איר הענד געשווינד
דאס קינד אויף דער ערד זי טרעט
די מאמע ווען זי דאס זעהט
דעם בורא לויבט זי גלייך
נאר ער האט געקענט באווייזן אזא זאך
דאס קינד זאל שטיין אויף די פיסעלעך
ס'האט טאקע גענומען לאנג און צוביסעלעך
א מאמעס קרעכץ ווער קען דען פארשטיין
ווען זי האט געבעטן צום אדון היצורים מיט א געוויין
העלף מיר מיין קינד זאל קענען שטיין
אויף די אייגענע פיס גיין אליין
דער דאקטער האט זאגט אז ס'איז נישט מעגלעך
אבער זי האט געלויבט דעם באשעפער טעגלעך
דו האסט פאר אלעם א וועג
חלילה איך זאל טאן עפעס א פרעג
דוד המלך אין תהלים זאגט
ביי א יעדע צרה וואס איך ווער געפלאגט
מהולל אקרא השם
ערשט טו איך לויבן פאר דעם
פארזיכערט איך בין אינעם בורא
פאר גארנישט האב איך נישט מורא
יפול מצדך אלף ורבבה מימין
אפילו די סטאטיסטיק האט געוויזן אז ס'איז זייער ווייט דערפון
האסטו טאטע עס געטאן באווייזן
ווייל אידישע תפילות זיי ברעכן אייזן
אסאך צייט מיט פארשידענע טערעפיס פארבראכט
געווען פארנומען בייטאג און ביינאכט
אבער מיר וויסן דעם אמת דאך
אז העלפן העלפט נאר די אמונה בך
אייגענע פעולות טאקע מען טוט
אבער דיינע חסדים זעהט מען דאך א יעדע מינוט
דאס קינד זי זעצט צום טיש שיין
און פאר דאס עסן אין מויל זי לייגט אריין
זי מאכט מיט איר הויך א ברכה
אז צו קייען קען מען כהלכה
דעם בורא מען דארף צו לויבן
זיין נאמען זאל ווערן דערהויבן
א יעדעס ביס איז עקסטער חסדים
וואס דאס קינד טוט כאחד האדם
אז דאס עסן ווערט געהעריג צוקייעט
אין די מאגן גוט פארדייעט
דאס ווייסט שוין די מאמע מיט די יארן
אז ס'קומט נישט אליין צופארן
א יעדעס בייס באזונדער
איז דעם בורא כל עולמים'ס וואונדער
דאס קינד זי דארף שוין צום באס אנגרייטן
נאך אביסל עס קומט שוין צו רייטן
קיין מינוט ער וועט קלערן
אז מ'נישט גרייט וועט ער נעלם ווערן
דאס קינד זי באגלייט ארויס
און זאגט הער מיך אויס
א גאנצן טאג אין טו פון דיר קלערן
צום באשעפער פאר דיר בעט איך מיט טרערן
דו מיין קינד בעט אויך פאר מיר
איך זאל האבן כוח צו ערציען דיר
אויך צו דיינע שוועסטער און ברידער
און אין שטוב צו פירן דעם רידער
די שטוב צו פירן צו האבן כוח
צייט אביסל לנוח ולשמוח
זיך אפגעבן מיט די לעגאליטעטן
מיט די בארד אף עד און אירע פארמאליטעטן
מיט די שטאטישע ביוראקאטיע זיך צו קריגן
דער פון אויבן וועט העלפן און מיר וועל זיגן
מיין קינד האב אינזין דיין מאמען
איך בין א גאנצן טאג מיט דיר צוזאמען
א מאמעס קרעכץ ווער קען דען פארשטיין
ווען זי בעט צום אדון היצורים מיט א געוויין
העלף מיר מיין קינד זאל קענען שטיין
אויף די אייגענע פיס גיין אליין.
לעצט פאראכטן דורך
farshlufen אום זונטאג מאי 04, 2008 2:45 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן