אביסל גירסא דינקותא...
פאר ווער ס'געדענקט, אין די אינגע יארן, אין די אמאליגע צייטן, בשעת מיר זענען געזעצן אויף דער גלאטער ישיבה באנק און
געהארעוועט אין תעהרע, איז אונז דאן אויסגעקומען צו ריידן איבער די סוגיא פון חבויים. מיר האבן דאן איינמאל אינמיטן א שווער שטיקל סיעור, פונעם רעהס יעסיבווע, זיך פארטאהן עטוואס אין דער סוגיא פון די חבויים, אבער צוליב איר שווערעקייט זיינען מיר געבליבן שטעקן אינדערמיט.
געווען איז דאס מיט יארן, יארן, אויף צוריק, בעת דער גרויסער ראסעסיווע האט געהאלטן אינמיטן זיין טעגליכן סיעור איבער דער סוגיא פון
עוברין ויושבין, דער גאנצער יעסיווע זאל איז דאן געווען איינגעטון אין איין שטיק קאך, די באכרים זענען געשטאנען מיט די האנט אויפן שטערן און זיך מתעמק געווען אינעם חידוס פונעם גרויסן רעסיעסיווע, און פלוצים האט זיך מיינ'ס א חברותא, אברם יענקל פון גרודנא, אנגערופן צום רעסיעסיווע עפעס א קליינטשיקער הערה'לע איבער זיין חידוס, ווי צו זאגן אז דער גאנצער חידוס איז ניט עפעס אזעה איי איי איי... א שטילקייט האט פארנומען דעם זאל בשעת דער ר"י, ערעב מיישה, איז געווארן פארטראכט פאר א וויילע. די באחרים זיינען געזיצן מיט א באזארגטע שטילקייט ווארטנדיג צו זעהן ווי אזעה דער ר"י וועט פארענטפערן די סיילע.
קנאק... דער ראש ישיבה גיט א קנאק אויפן טיש, און זאגט: אברם יענקל, דיין קאסע איז ניט אזעה פשוט, ס'איז א לוימדישע קשיא, און מ'וועט דאס מוזן לאזן צום צווייטן פרק, ווען מיר וועלן האלטן אין פרק החבויים...
היינט צו טאג, אריינקומענדיג אין שול, האב איך אזוי אריינגעבליקט אין די קרעטשמע גמרות, און איך האב אינאכט גענומען אז אצינד, דעם זמן, לערנען מיר טאקע אטא דעם 'פרק החבויים'. די יונגעלייט פון דער קרעטשמע האבן זיך אין די לעצטערע תקופה אריינגעלאזט אין דער שווערע סוגיא פון פרק החבויים, און נישט נאר די פשוטע יונגעלייט נאר אפי' די מניילים האבן אעהך אנגענומען דעם שי' החבויים...
וואס פשט? קענט איר אונז געבן א שיעור אין דערין?...