ניק'ס פראופייל - אין פאנטאזיע

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלף
תגובות: 1654
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » דאנארשטאג ינואר 10, 2019 3:36 pm

- אסדר לסעודתא -

א ברייט-ביינערדיגער פארשוין; וועלכע הוט ווייס איך נישט, ווייל ס'ליגט אוועקגעלייגט אין קאר און ער פלאנט עס נישט צו ניצן ביז צו זיין זונ'ס בר מצוה.. ביי שחרית גייט מען דאך מיט א טלית, ביי מנחה בארגט ער פון א צווייטן וואס האט שוין געענדיגט שמו"ע, און מעריב איז דאך נאר א רשות... עניוועי, וואו שטייט אז מ'דארף גיין מיט א הוט?; בערך 26 יאר אלט; ברילן: איינס פאר די לעצטע סטייל (מ'דארף דאך אויסזען ווי א מענטש, אבער קיין בעיבי בין איך נישט...); א סוועטער מיט א זיפער ביז צום האלז; ערלויבט זיך נישט קיין שמייכל אין פובליק; קוקט אויס ווי ער האלט נישט מיט וואס טוט זיך ארום אים. ווען ער וויל קוקן רעכטס למשל, וועט ער נישט זיך נישט אויסדרייען אהין, נאר האלטן זיין קאפ גראד און בלויז דרייען זיינע אויגן; וועט געווענליך זיין דער וואס איז מודיע פאר'ן בעל תפילה אז מ'קען שוין אנהויבן הויכע שמו"ע.
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!


aklutzkup@gmail.com

אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 600
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

תגובהדורך גולם פון פראג » דאנארשטאג ינואר 10, 2019 3:48 pm

קאנסיל מאן -

הויכע דארע יונגערמאן, מער טראדיציאנעל אבער אויך גאנץ א ברייטער. א פיין קעפעל אויף די פלייצע, פארשטייט אן עסק און ווען מ'שמועסט פאליטיק אין סמעדרעש זאגט ער א מיינונג קלאר הויך אפילו ס'שמעקט נישט פאר טייל.
גלעזער: רימלעס.ער גלייכט נישט די מאדערענע מאדענע פלעסטיג ברילן און ער מאכט זיכער זיינע חברים וואס טראגען עס ווייסען פון זיין שטרענגע אפאזיצציע צו דיזע סארט ברילען. אבער די חידוש איז אז ער איז דערקעגען נישט וועגען יודישקייט נאר פשוט, ער האלט ס'איז מיאוס און נישט שיין.
האר: שטארק ברוינליך, כמעט רויט. אבער נישט געניג רויט אז מ'זאל עם אנקוקען פאר דזשינשי.
שטארק געפיליש, אין די געפילען קענען זיך אמאל צוהיצען, אבער לעומת זה איז ער מורא'דיגע באט'טעמ'ט און פארשטייט אן עסק ווען מ'ברויך.
שטארקע בעל חסד, אז א חבר וויל הילף וועט ער עס געבען.
א גוטהארציגע בטבע, ער וועט טיילען ברייטע קאמפלימענטען ווי ס'לאזט זיך.
בקיצור, צו ג-ט און צו לייט.

אוועטאר
א נייער
שר חמש מאות
תגובות: 915
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » דאנארשטאג ינואר 10, 2019 3:58 pm

דער עולם פארברענגט געשמאק היינט.
זיך אלס האלטן פריש, כקטן שנולד דמי.

ניס קראכער
שר האלפיים
תגובות: 2734
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » דאנארשטאג ינואר 10, 2019 4:00 pm

א נייער האט געשריבן:דער עולם פארברענגט געשמאק היינט.

ס'דגאנצע וואס די האלטס אויף אים?...

אוועטאר
א נייער
שר חמש מאות
תגובות: 915
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » דאנארשטאג ינואר 10, 2019 4:14 pm

ניס קראכער האט געשריבן:
א נייער האט געשריבן:דער עולם פארברענגט געשמאק היינט.

ס'דגאנצע וואס די האלטס אויף אים?...

דאס איז מיין ערשטע ריעקשן , איך האב נאך זאכן צו זאגן אפשר באלד.
זיך אלס האלטן פריש, כקטן שנולד דמי.

looking forward
שר חמישים
תגובות: 80
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 23, 2018 1:36 pm

תגובהדורך looking forward » דאנארשטאג ינואר 10, 2019 5:04 pm

דערבארעמדיגער

איך פארעכט מיין תגובה. איך קען נישט אזוי גוט די ניק, אבער אז ער האט מיר געפרעגט, שרייב איך.)

זייער דאר, אין נישט הויך. א מוואדעי זייגער. אין לערעסט סטייל גלעזער.
א שויער נאך די מקוה איז א מאסט.

קומט מיט א קאפי אין סמעדרעש, און פירט א עקספלאדער סטייל קאר.
היבש א סאשעלדיגע סטייל מענטש , און וועט שמוסען מיט יעדעם, ווי לאנג יענער רעדט צום זאך.

פירט א קליינע ביזנעסעל, שווער האט אביסל פון די גרינע.

אסדר לסעודתא
שר האלפיים
תגובות: 2577
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג ינואר 10, 2019 8:51 pm

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:- אסדר לסעודתא -

א ברייט-ביינערדיגער פארשוין; וועלכע הוט ווייס איך נישט, ווייל ס'ליגט אוועקגעלייגט אין קאר און ער פלאנט עס נישט צו ניצן ביז צו זיין זונ'ס בר מצוה.. ביי שחרית גייט מען דאך מיט א טלית, ביי מנחה בארגט ער פון א צווייטן וואס האט שוין געענדיגט שמו"ע, און מעריב איז דאך נאר א רשות... עניוועי, וואו שטייט אז מ'דארף גיין מיט א הוט?; בערך 26 יאר אלט; ברילן: איינס פאר די לעצטע סטייל (מ'דארף דאך אויסזען ווי א מענטש, אבער קיין בעיבי בין איך נישט...); א סוועטער מיט א זיפער ביז צום האלז; ערלויבט זיך נישט קיין שמייכל אין פובליק; קוקט אויס ווי ער האלט נישט מיט וואס טוט זיך ארום אים. ווען ער וויל קוקן רעכטס למשל, וועט ער נישט זיך נישט אויסדרייען אהין, נאר האלטן זיין קאפ גראד און בלויז דרייען זיינע אויגן; וועט געווענליך זיין דער וואס איז מודיע פאר'ן בעל תפילה אז מ'קען שוין אנהויבן הויכע שמו"ע.

כ'מוז דיר זאגן אז געוויסע פונקטן האסטו צוגעטראפן אויפן האר!! איך בין באמת שאקירט.
אכטונג: מיין ניק איז טיילווייז אפעקטירט געווארן פונעם פעדעראלן שאטדאון.

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7343
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » דאנארשטאג ינואר 10, 2019 9:05 pm

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:ווארנונג! נישט שרייבן קיין פאקטן מיט וועלכע איר זענט באקאנט, ווייל דאס גרעניצט זיך מיט גילוי. דער אשכול איז געווידמעט בלויז פאר דמיונות!

לץ!

אסדר לסעודתא
שר האלפיים
תגובות: 2577
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג ינואר 10, 2019 9:32 pm

מיסטי, איך פרוביר מיך אויסצו'משל'ן וויאזוי דו קוקסט אויס, ווי מער איך קלער אריין בין איך חושד אז ס'איז נישטא אזא מענטש אויפן פלאנעט ערד.

UFO אלערט!
אכטונג: מיין ניק איז טיילווייז אפעקטירט געווארן פונעם פעדעראלן שאטדאון.

אוועטאר
יאצמעך
שר האלפיים
תגובות: 2991
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » פרייטאג ינואר 11, 2019 4:04 am

ניס קראכער האט געשריבן:יעך האב ביז יעצט ערנסט געקלערט אז קלאצקאפ איז דער וואס שמייסט ארום מיטן טווילער נאך געלט (יא יא דער מיטן קושמא)
זע איך אז אסדר האלט אנדערשט

אפשר איז עס גאר יאצמעך

ווי זאגט מיסטי, האפטשו!
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 490
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

תגובהדורך געריבענער סוחר » זונטאג ינואר 13, 2019 12:49 am

-קלאץ קאפ-

שטייט ביי אלע קופקעס אין ביהמ''ד שטילער הייט און רופט זיך נישט אן, אבער כאפט אויף אלע פרטים, און נעמט די זאך ארום און ארום, נאכדעם טרינקט ער קאפי שטילערהייט אין די זייט אין ליינט די לוח הציבור צווישן שומר שבת אין דריי אין פיפציג בעיון רב, און צייכט אן מין א בלויע פען אלע מיסטעיקס. ווען ער גייט נאכ געלט אין ווילי קענעס צימאל זיין נעבן ראדני, נאכדעם כאפט ער באהאלטענעהייט א ציגערעטל אין בעדפארד גארדענס, באנאכט דאווענט ער מנחה מעריב אין שומר שבת און קאווערט אלע געלט אקציעס.

און קרצן די דייגנאוז: א געלונגענע קאווערער, און אבזערווירער.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours

מחשב
שר חמש מאות
תגובות: 683
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » זונטאג ינואר 13, 2019 10:22 pm

-looking forward-

מיטל סייז; דארער; פלאס גלעזער; קוקט געווענליך ארויס העכער די גלעזער, צו קענען גוט אבזערווירן דעם ארום; אנקומענדיג צו א שמועס וועט ער געבן אזא ווארף אריין זיינע סענטענסעס; ער האט געווענליך נישט קיין לאנגע ציענדיגע שמועס מיט אנדערע, נאר לויפט פון איין אבזערוואציע צום צווייטן; האט ליב זיך צו פארזינקען אין זיינע מחשבות; האלט א געוויסע אפגעזונדערטקייט פונעם ארום; גלייכט אבער צו סאושעלייזן; גלייכט צו טרוימען; האט ליב צו לערנען חומש רש"י; וכו' וכו'.
הוי מחשב...

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1770
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » מאנטאג ינואר 14, 2019 2:22 pm

looking forward האט געשריבן:דערבארעמדיגער

איך פארעכט מיין תגובה. איך קען נישט אזוי גוט די ניק, אבער אז ער האט מיר געפרעגט, שרייב איך.)

זייער דאר, אין נישט הויך. א מוואדעי זייגער. אין לערעסט סטייל גלעזער.
א שויער נאך די מקוה איז א מאסט.

קומט מיט א קאפי אין סמעדרעש, און פירט א עקספלאדער סטייל קאר.
היבש א סאשעלדיגע סטייל מענטש , און וועט שמוסען מיט יעדעם, ווי לאנג יענער רעדט צום זאך.

פירט א קליינע ביזנעסעל, שווער האט אביסל פון די גרינע.


ביזט אייזן גוט!!!
וואס האב איך נאר געוואלט זאגן?

הכל הבל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4913
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג ינואר 14, 2019 4:20 pm

פששש א מין אשכול דאס
וואס פרוכטבארע פאנטאזיעס זענען אלץ אומשטאנד

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1770
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » מאנטאג ינואר 14, 2019 8:14 pm

looking forward האט געשריבן:@ניק . . .
ער איז מער צו די הייליגע זייט, דעס הייסט, צו גאט און מלייט.

צו גאט און מליידט... ;l;p-
וואס האב איך נאר געוואלט זאגן?

looking forward
שר חמישים
תגובות: 80
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 23, 2018 1:36 pm

תגובהדורך looking forward » דינסטאג ינואר 15, 2019 10:24 am

-הכל הבל-

א ברייטע מוח און א ברייטער גוף. א געבוגענע שטאפ'ן.טיפע צוגערעטעל קעלכעל. מיט דיקע העף פרעם גלעזער. ברוינע האר, געדעכטע פולע קנאבבל בארדע. די הויפט קאווע רעדנער. זיינע תאוות איז פאלטיק. טרווערס קאר. טרינק גערען עני קאווע, און גייט עס און עס שיך. די מעריב באנק איז זיינס. שמייכעלט גאנץ אפט. און לאזט זיך הערען. ער האט א געוויסע יאניקנעס מיט זיין מהלך המחשבה.ער דאווענט פון 11'ווע און אראפ.


(איך וואלט זיך געוואלט טרעפען מיט אים.)

הכל הבל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4913
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג ינואר 15, 2019 11:23 am

looking forward האט געשריבן:-הכל הבל-

א ברייטע מוח און א ברייטער גוף. א געבוגענע שטאפ'ן.טיפע צוגערעטעל קעלכעל. מיט דיקע העף פרעם גלעזער. ברוינע האר, געדעכטע פולע קנאבבל בארדע. די הויפט קאווע רעדנער. זיינע תאוות איז פאלטיק. טרווערס קאר. טרינק גערען עני קאווע, און גייט עס און עס שיך. די מעריב באנק איז זיינס. שמייכעלט גאנץ אפט. און לאזט זיך הערען. ער האט א געוויסע יאניקנעס מיט זיין מהלך המחשבה.ער דאווענט פון 11'ווע און אראפ.


(איך וואלט זיך געוואלט טרעפען מיט אים.)

נו קום צו מעריב באנק בעפאר 11

אוועטאר
שפיגליצקי
שר מאה
תגובות: 234
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » דינסטאג ינואר 15, 2019 4:05 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:כ'מוז דיר זאגן אז געוויסע פונקטן האסטו צוגעטראפן אויפן האר!! איך בין באמת שאקירט.

דאס אז דו וועסט זיין דער ערשטער וואס וועט ווינקען פארן בעל תפילה אז מ'קען שוין אנהייבן ווייסט ער דאך פון דא,
אסדר לסעודתא האט געשריבן:צ''ק
דער בעל תפילה זאל שוין אנהייבן קדיש תתקבל
כל הנגעים אדם רואה חוץ מנגעי עצמו (נגעים פ"ב מ"ה)
כל הנגעים אדם רואה חוץ - יעדע פעלער/עולה וואס א מענטש זעהט ביי א צווייטן, מנגעי עצמו - איז א סימן אז ער אליינס האט אויך פון דעם פעלער, אביסל אדער אסאך (בעשה"ק זי"ע)

אוועטאר
שפיגליצקי
שר מאה
תגובות: 234
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » מיטוואך ינואר 16, 2019 3:43 pm

צל עובר

א אינגערמאן אין די הויכע צוואנציגער יארן, אביסל א פעדאנטער אינגערמאן, געביגלטע ציצית אנע וועסטל, לאנגע שווארצע רעקל, פלאכע ביבער הוט, שווארצע פיאות - ערגעץ צווישן געקרייזלטע און גלאטע, איז קיינמאל נישט לענגער ווי די מארדע, גייט יעדן טאג אין שאוער אָן אַן אויסנאם, זיין שבת'דיגער טלית איז אלעמאל שניי ווייס ממש ווי ניי,

האט זייער זייער ליב צו וויסן נייעס און מיטהאלטן אלס וואס טוט זיך, ער וועט נישט שמועסן אין א קופקע סתם אזוי אין קאווע שטיבל שטייענדיגערהייט, נאר זיך געהעריג אראפ זעצן און אדורך טוהן קאלטערהייט די נושא וואס איז אויפן טיש, זופנדיג פון די קאווע וואס איז נארוואס געקויפט געווארן פון די קאווע מאשין און איז צוגעדעקט מיט א דעקל, ווערט נישט גערעגט אפילו ווען איינער האלט אנדערש פון איהם אין אלע עקסטרעמע ענינים, ער וועט זיך האלטן קאָאָל און ענטפערן שארט טו די פוינט, נישט זייער פאפולער, אבער אויך נישט צו שטיל.

הכנעה'דיג צום סיסטעם און זוכט זעלטן ווען צו זיין קלוגער פון יענעם, א מסודר'דיגער מענטש, ווייסט וואס ער וויל, פארשפעטיגט נישט צו צאלן קיין ביל, נישט קיין קרעדיט קארד און נישט קיין יוטיליטי, שכר לימוד ווערט אויך באצאלט אין צייט, געבט ערליך בן גמלא, האט א שיעור יעדע נאכט גאר פונקטליך (צופרי ווייס איך נישט ווייל ביז אהער ווייס איך דא יא....) קומט אהיים יעדן טאג די זעלבע צייט.
כל הנגעים אדם רואה חוץ מנגעי עצמו (נגעים פ"ב מ"ה)
כל הנגעים אדם רואה חוץ - יעדע פעלער/עולה וואס א מענטש זעהט ביי א צווייטן, מנגעי עצמו - איז א סימן אז ער אליינס האט אויך פון דעם פעלער, אביסל אדער אסאך (בעשה"ק זי"ע)

ניס קראכער
שר האלפיים
תגובות: 2734
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » מיטוואך ינואר 16, 2019 3:51 pm

פארשלאפן(מ'מעג רעדן פון זיידעס דא?...)

א מידל סייז מענטש, גייט מיט די אלטע מין פלאטשיגע ביבער היטן, גלעזער גייט ער מיט די באקסעדיגע גאלד אין שווארץ סטיל,
ציגעלע בארד וואס ווערט שוין גרוי
שבת גייט ער מיט די שיינעדיגע בעקיטשע, אין קארצן א איד וואס האלצעך צום אמאל! שטארק פרינציפישע מענטש
שוין פון פרי פארטאגס אין ביהמ"ד, א ערנסטער יודע ספר, ווען איינער האט א שאלה אין לערנען איז ער דער אדרעס אין ביהמ"ד
האצעך זיין ווינקל אין ביהמ"ד, קיינמאל וועסט אים נישט זען קלעפטשקענען אין א קופקע
צו די זייט האט ער שטארק ליב היסטאריע
שטארק באליבט ביי זיינע ארומיגע
ארבייט שווער על המחיה וקאקאו-קאלע,

אוועטאר
קלאפער
שר מאה
תגובות: 205
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 8:30 am

תגובהדורך קלאפער » מיטוואך ינואר 16, 2019 3:53 pm

שפיגליצקי האט געשריבן:צל עובר
שכר לימוד ווערט אויך באצאלט אין צייט, געבט ערליך בן גמלא, האט א שיעור יעדע נאכט גאר פונקטליך


ווער איז בן גמלא, און וויאזוי געבט מען אים?
אֲנִי יְשֵׁנָה וְלִבִּי עֵר קוֹל דּוֹדִי דוֹפֵק פִּתְחִי לִי

אוועטאר
שפיגליצקי
שר מאה
תגובות: 234
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » מיטוואך ינואר 16, 2019 4:14 pm

בן גמלא איז א פאנדרעיזינג מיטל פון די ק"י'לער מוסדות, צו מנדב זיין ארום $650 דאלאר א יאר פאר די מוסדות, גערופן אזוי על שם תקנת ר' יהושע בן גמלא.

ביטע נישט פארדרייען דעם אשכול.
כל הנגעים אדם רואה חוץ מנגעי עצמו (נגעים פ"ב מ"ה)
כל הנגעים אדם רואה חוץ - יעדע פעלער/עולה וואס א מענטש זעהט ביי א צווייטן, מנגעי עצמו - איז א סימן אז ער אליינס האט אויך פון דעם פעלער, אביסל אדער אסאך (בעשה"ק זי"ע)

אוועטאר
צל עובר
שר שבעת אלפים
תגובות: 7665
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך ינואר 16, 2019 4:41 pm

ער ברענגט גוט ארויס בן גמלא.

אויף די איבעריגע נאו קאמענט.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4563
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מיטוואך ינואר 16, 2019 5:02 pm

צל עובר האט געשריבן:אויף די איבעריגע נאו קאמענט.


דעי תגובה פראווד כמעט אלעס וואס ער שרייבט.
!!!...Jobs, Jobs, Jobs

אוועטאר
אהרן הלוי
שר חמש מאות
תגובות: 711
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 18, 2018 1:42 pm

תגובהדורך אהרן הלוי » מיטוואך ינואר 16, 2019 5:29 pm

ניס קראכער האט געשריבן:(מ'מעג רעדן פון זיידעס דא?...)

קען טאקע זיין
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=83273#p83273
אשרי מי שלא חטא ומי שחטא ישוב וימחול לו (קרעדיט: חסידים ואנשי מעשה)


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 11 געסט