רבי משה אליקים בריעה מקאזניץ - י"ב אלול תקפ"ח

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

רבי משה אליקים בריעה מקאזניץ - י"ב אלול תקפ"ח

תגובהדורך זיידעניו » דינסטאג פאברואר 19, 2008 10:14 am

הרה"ק ר' משה אליקים בריעה (בהרה"ק ר' ישראל) מקאזניץ - איז געוועהן א תלמיד פון הרה"ק רבי ר' אלימלך מליזענסק זי"ע, און פון זיין פאטער המגיד הקדוש מקאזניץ זי"ע. ער האט מחבר געוועהן די ספרים באר משה, דעת משה, קהלת משה, בינת משה, פרקי משה, מטה משה, תפלה למשה, און ויחל משה. ער איז געווארן רבי אין קאזניץ נאך זיין פאטער'ס פטירה. דער "באר משה" (אזוי רופט מען אים ע"ש ספרו) איז נפטר געווארן י"ב אלול שנת תקפ"ח לפ"ק, זי"ע ועכ"י.

אוועטאר
מאיר
שר האלף
תגובות: 1526
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 10, 2009 12:34 pm

תגובהדורך מאיר » דאנארשטאג פאברואר 26, 2009 2:50 pm

ער איז געווען א אייניקל פון רבי'ן ר' אלימלך מליזענסק, דורך'ן ווערן א איידעם ביי הרה"ק ר' אלעזר בן הנועם אלימלך זי"ע.

badatz
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 17, 2008 5:28 pm

תגובהדורך badatz » דאנארשטאג פאברואר 26, 2009 3:09 pm

זיידעניו האט געשריבן:הרה"ק ר' משה אליקים בריעה.דער "באר משה" (אזוי רופט מען אים ע"ש ספרו) איז נפטר געווארן י"ב אלול שנת תקפ"ח לפ"ק, זי"ע ועכ"י.

ב''ה
וויא ריפט מען איהם אזוי דער ישמח ישראל רופט איהם ר' ר' משה ----עהר ברענגט אראף פין איהם א תורה
אויף דעם פסוק כתית למאור זאגט רש''י אויף דעם ולא כתית למנחות .
האט דער ר'ר' משהעלע געטייטשט אז א איד זאהל ח''ו נישט זעך ציא ברעכען אזוי אז עהר זאל ווערין מונח
-אוועגעלייגט--נאר עהר דארף זעך ציא ברעכין אזוי עהר זאהל לייכטען .
מיר דאכט זיך אז דער סקווערער רבי איז דער גרעסטער נאכזאגער פין דיא ספרי פין ר'ר' משהעלע .
יעצט זיך דערמאנט אין קאזניץ --דער לעצטער רבי ר' אהרן יחיאל פלעגט אויך רופען דעם זיידען
ר'ר' משהעלע -בכלל איז עהר געווען א גרויסער מספר .[קבלתי מרשב''י נ''י תלמידו ]

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלף
תגובות: 1890
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובהדורך מומחה יוחס » זונטאג סעפטעמבער 11, 2011 1:58 am

ארויף געברענגט היינט דער יא"צ

זי"ע
参考专家

הסרפד
שר האלף
תגובות: 1275
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

תגובהדורך הסרפד » מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 6:10 am

איז דא עפעס א מסורה אדער א מעשה פארוואס דער באר משה זי"ע האט געהייסן בריעה?
מיר דאכט זיך עס אז ער איז געוועהן דער ערשטער מיט דעהם נאמן זייט בריעה בן אשר...

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 8:54 am

הסרפד האט געשריבן:איז דא עפעס א מסורה אדער א מעשה פארוואס דער באר משה זי"ע האט געהייסן בריעה?
מיר דאכט זיך עס אז ער איז געוועהן דער ערשטער מיט דעהם נאמן זייט בריעה בן אשר...

יש אומרים שהוא ר"ת בן ר' ישראל עליו השלום, ולא נקרא כן
אולם נכדיו בדור הראשון כבר נקראו כן, כגון הרה"ק ר' משה אליקים בריעה, בן חתנו ר' יוסלי דומבראווע, חתן הרה"ק מצאנז
למה זה תשאל לשמי...

הסרפד
שר האלף
תגובות: 1275
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

תגובהדורך הסרפד » מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:01 am

איך בין בכלל נישט מסופק אין דעהם, אזוי שטייט "בריעה" אין די פוילישע רשימות אויף דער באר משה אליינס.

מבקש
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 08, 2010 11:10 am

רבי משה אליקים בריעה מדאמבראווא

תגובהדורך מבקש » מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 2:11 pm

איבער וואס והוא פלאי האט דערמאנט איבער רבי משה'לע דאמבראווער וועלכער האט געהייסן נאכן זיידן דער באר משה, וויל איך נאר מגיה זיין אז רבי משה'לע איז נישט געווען א זון פון רבי יוסעל'ע דאמבראווער זי"ע נאר א אייניקל ער איז געווען א זון פון רבי ישראל אלימלך בן רבי יוסע'לע.
אגב איז דא נאך רבי משה אליקים בריעה'ס פון פריער, היינט איז די יארצייט פון הרה"צ רבי משה אליקים בריעה בינדיגער זצ"ל וועלכער האט געוואוינט אין בארדיוב, ער איז שוין נפטר געווארן אין יאר תרס"ח לפ"ק (רבי משהלע דאמבראווער איז נפטר געווארן דוכט זיך אין די מיטעלע תר"ע יארן בעת די ערשטע וועלט מלחמה)

מבקש
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 08, 2010 11:10 am

תגובהדורך מבקש » מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 2:15 pm

נאך וויל איך צולייגן אז איך האב באמערקט אז והוא פלאי שרייבט אויף רבי משה אליקים בריעה מדאמבראווא אז ער איז געווען א איידעם ביים דברי חיים, און דאס איז ווידער א טעות, ער האט פארמישט פון צוויי רבי משה'ס. רבי משה אליקים בריעה איז געווען א זון פון רבי ישראל אלימלך בן רבי יוסף און א איידעם ביים שענדישוב'ער רב רבי אברהם בן רבי יעקב ממעליץ, ער איז געווען רבי אין דאמבראווע. דער אנדערער איז געווען א פעטער ער האט געהייסן נאר "רבי משה" איז געווען א זון פון רבי'ן רבי מרדכי דוד'ל דאמבראווער זי"ע און א איידעם פון דברי חיים, מען האט אים גערופן "רבי משה'לע אונגער", ער האט נישט געוואוינט אין דאמבראווא נאר אין צאנז, און שפעטער איז ער געווען אין ארץ ישראל דוכט זיך אין צפת, ושם מנו"כ.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 2:18 pm

לויט ווי איך והוא פלאי, מאכט ער נישט אזעלכע טעותים

לאמיר זעהן וואס ער זאגט דערצו

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 2:27 pm

קרעמער האט געשריבן:לויט ווי איך והוא פלאי, מאכט ער נישט אזעלכע טעותים

לאמיר זעהן וואס ער זאגט דערצו

אודה על האמת
למה זה תשאל לשמי...

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 2:32 pm

והוא פלאי האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:לויט ווי איך והוא פלאי, מאכט ער נישט אזעלכע טעותים

לאמיר זעהן וואס ער זאגט דערצו

אודה על האמת

אט דאס איז מיין והוא פלאי...

הסרפד
שר האלף
תגובות: 1275
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

שם זוגתו הראשונה של ר' משה א"ב מקאזיניץ

תגובהדורך הסרפד » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 1:01 pm

קוקענדיגע אין JRI לגבי די אויווענדיגע שמועס, האב איך געטראפן איין אינטערסאנטער זאך:

ווי באקאנט, איז הרבנית חיה שרה בת ר' אלעזר מליזענסק געווען דער באר משה'ס צווייטער זיווג, פון וועמען שטאמען רוב אייניקליך פון'ם באר משה. דער ערשטער זיווג איז געווען א טאגטער פון'ם אור הגנוז פון אניפאלי, ר' יהודא ליב הכהן. אין אלע ייחוס ביכער שטייט אז די ערשטע רעביצין האט געהייסן ביילא, און אז פון איר האט ר' משה א"ב געהאט א טאכטער, לאה, אשת ר' יעקב יואל ארענשטיין (ב"ר מרדכי זאב חתן האוהב ישראל מאפטא), פון וועמען שטאמט די לאנדאנער ראנד משפחה.
דאס עיקר ייחוס שטייט אין אסאך ספרים, אבער איך וויס נישט פון וואו די שמות נשים צדקניות זענען גענומען.
אין JRI, שטייט אבער (צעהנדליגער מאל!) אז ר' יעקב יואל ווייב האט געהייסן ביילא, נישט לאה, און ממילא האט איר מוטער נישט געהייסען ביילא. ווי זו האט יא געהייסן, ווייס איך נישט, אפשר לאה...

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלף
תגובות: 1890
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובהדורך מומחה יוחס » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 2:51 pm

עס איז מיר טאקע איסטאנט צו הערן אז רבי משה'לע קוזניצער זי"ע האט געהאט א ערשטע רעביצין עס איז מיר נייעס

אבער דאס איז קלאר אז דער ממשיכי השולשלת זענין געוועהן אייניקלעך פין דער רבי ר' אלימלך זי"ע כידוע פלאס דאס אז בנו וממלא מקומו פין ר' משה'לע קוזשניצער אין געוועהן הרה"ק ר' אלעזר קוזניצער וואס האט געטראגן דער נאמן פין דעם שווער הרה"ק ר' אלעזר ליזנעסקער זי"ע בנו ומ"מ הרבי ר' אלימלך זי"ע

לגבי דער ראנד משפחה איז מיר טאקע אינסטערסאנט אבער דאכט זיך מיר אז זיי זענין זיך אויך מתייחס אלס אייניקלעך פין דער רבי ר' אלימלך זי"ע איך וועל בלי"נ מברר זיין אין דעם נעקסטן גלעגנהייט .

בלייבט נאר איין זאך ווער זענען טאקע די אייניקלעך פין דער ערשטן רעביצין....
参考专家

הסרפד
שר האלף
תגובות: 1275
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

תגובהדורך הסרפד » דאנארשטאג סעפטעמבער 15, 2011 7:39 am

די ראנד'ס זענען זעכער נישט אייניקליך פון ר"ר אלימלך, זיי שטאלצירן זיך מיט'ן אור הגנוז יחוס. אפשר האט זיך איין צווייג משדך געווען מיט ליזענסקער אייניקליך, ווייס איך נישט.
אגב, פאר די וואס קענען נישט דיע משפחה: דער ראנד'ס שטאמן פון ר' משה אליקים בריעה ראנד ב"ר יעקב יואל ארענשטיין הנ"ל [ער האט זיך געטוישט דאס משפחה נאמען]. ער איז געווען איין איידעם ביי ר' מאנעס בער (מנחם ישכר) פערלמאן פון מישליניץ.

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15180
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » מאנטאג סעפטעמבער 26, 2011 9:30 pm

kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
תולדות אדם
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 22, 2010 11:22 am

תגובהדורך תולדות אדם » דינסטאג אפריל 02, 2013 11:09 am

אלץ א ראנד אייניקל, ביי אונז איז טאקע קלאר אז מיר זיינען אייניקלעך פונעם ערשטן זיווג פון ר' משה'לה. און דער יחוס אוזנערער איז טאקע פונעם אור הגנוז און דער אפטער רב וואס ר' יעקב יואל איז געווען זייערס אן אייניקל.

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2311
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

תגובהדורך נחוניא » מיטוואך אפריל 03, 2013 1:27 pm

תולדות אדם האט געשריבן:אלץ א ראנד אייניקל, ביי אונז איז טאקע קלאר אז מיר זיינען אייניקלעך פונעם ערשטן זיווג פון ר' משה'לה. און דער יחוס אוזנערער איז טאקע פונעם אור הגנוז און דער אפטער רב וואס ר' יעקב יואל איז געווען זייערס אן אייניקל.

וואס טייטש "ביי אונז איז קלאר"? עס איז דא א געשריבענע יחוס בריוו מדורות הקודמים? עס איז דא א קלארע מסורה? ווער האט דאס איבערגעגעבן?

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2311
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

מציבת הרבנית דבורה פערל מלכה בת רבי אלעזר מקאזניץ

תגובהדורך נחוניא » זונטאג מארטש 02, 2014 5:40 pm

אין ווארשא בית החיים איז דא די מציבה פון די רביצין פון רבי שמעלקא רוקח מקאזניץ [בן רבי משה מקארוב בן רבי שלום מבעלזא]
http://cemetery.jewish.org.pl/id_80176/ ... /photo.jpg

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 16473
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » זונטאג ינואר 25, 2015 6:02 pm

מצבה פון הרבנית שפרינצא מירל אשת רבי שמואל זאנויל בידנדיגער מבארדיוב, טאכטער פון רבי שמה אליקים בריעה זצ"ל אויפן אלטן ביה"ח אין צפת
צוגעלייגטע
IMG_7019.JPG

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלף
תגובות: 1890
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובהדורך מומחה יוחס » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2015 9:21 am

ארויף געבערנגט לכבוד די יארצייט
זי''ע ועכי''א

[אפשר וועט יציב טרעפן א בילד פין איהם...]
参考专家

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5380
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2015 10:21 am

מומחה יוחס האט געשריבן:ארויף געבערנגט לכבוד די יארצייט
זי''ע ועכי''א

[אפשר וועט יציב טרעפן א בילד פין איהם...]

א בילד פונעם צדיק איז לכאורה נישט בנמצא

נאדיר א בילד פונעם ארגינעלער אוהל הקדוש אין קאזניץ

19281c6ca755c862d145bd1bb7bababc.jpg

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 16473
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2015 1:30 pm

מערקט אן דעם צובראכענעם דאך פונעם אהל הק' - נאך א דייטשע באמבאדירונג אויפן שטאט ביים צווייטן וועלט מלחמה

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלף
תגובות: 1890
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובהדורך מומחה יוחס » זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 1:36 am

היינט איז דער הילולא קדישא פין 'רבי משה'לע קאזניצער זי''ע ועכי''א
参考专家

אבן יקרה
שר האלף
תגובות: 1493
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 8:17 am

לחיים לחיים. זכותו הגדול והקדוש זאל ביי שטיין.
ס'איז געווען א קאזניצער רבי אין לאדז', וואס האט געהייסן הלפרין. ער האט אן איידעם געהאט איינער ר' יחיאל כוהנאוויטש, א סטריקובער חסיד. ווייסט איינער פון וועמען רעד מען? אין ווי אזוי זענען זיי אייניקלעך פון ר' משהל'ע קאזניצער זי"ע?
ווייס איך נאר אז דער אונגער פאמיליע, דאמבראווא - באבוב45, איז נאנט מיט זיי [אפשר דורך ראטבלאט, משעניצא].


שו"ר כאן:
viewtopic.php?p=749564#p749564


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט