געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'
פרייטאג אוגוסט 25, 2006 3:06 pm
אבער דאך מיט טעם, אנבאדונגט, יעדער קען דא אריין שרייבן און ציען ווייטער די מעשה, אבער ס'זאל האבן א שייכות איינס מיטן אנדערן און זיך נישט סותר זיין, אז ס'זאל זיין בא'טעם'ט צו ליינען, ביז מ'וועט שוין איינזען אז די מעשה קען ווערן געענדיגט, און מ'וועט אנפאנגען א נייע אי"ה. די ערשטע מעשה וועט הייסן, ווי איז מיין שטריימל, עטס וועט זיך אוודאי וואונדערן, עה, אזא פשוטע מעשה, עטס כאפטס ענק אבער גארנישט וואספארא אקציעס ס'איז אלץ געווען אינוואלווד, ווען דער שטריימל איז פארלוירן געגאנגען, און אין וויפיל שפיאנאזש ער איז געווען אריין געדרייט, ווען ער האט באמערקט אז דער שטריימל פעלט אים, און אין וואספארא שרעק דאס האט אים אריין געווארפן אז זיי זענען שוין אנגעקומען ביז זיינע פריוואטע זאכן, איך וועל אי"ה אנפאנגען נאך שבת, אויב איינער זעט אז ער איז פלינקער, און ער קען אנפאנגען מיט די איידיעס וואס איך האב דא אראפ געשטעלט נישט קיין פראבלעם, א גליקליכע רייזע, צום ווידער זען.
Advertisement
פרייטאג אוגוסט 25, 2006 3:10 pm
לוקינג פארווערד טו ריעד, (דעם שבת וועל עך מערצעשעם גוט באהאלטן מיין שטריימל די חברה זאל נישט קענען צוקומען דערצו)
זונטאג אוגוסט 27, 2006 6:45 pm
דאס אז קהל'ס ... האלט נישט דערפון, געט מיר גראדע מער חשק צו שרייבן,
ווי איז מיין שטריימל?
ערשטער קאפיטל
אנטווערפן.
זיצט יחזקאל דער בארימטער דיימאנד סוחר, ביי זיין גרויסן אפיס טיש, וואס איז אין איינע פון די סאך בילדונגס ביי די בערזע, און איז טיף אריינגעטוהן, אין אלע פאפירן וואס ליגען אין פראנט פון אים, אזעלעכע וואס זיין סעקרעטאר קען נישט אליין באשטעטיגן די ווערטפולקייט דערפון, צו איז עס, פון אנדערע סוחרים וואס ווילן שליסן געשעפטן, צו איז עס חשבונות וואס דער אקאונטענט האט פארלאנגט דוירעך צו גיין מיטן בעל הבית אליין, א.ד.ג. זיין אויג פאלט אויף איין בריוו, וואס איז געווען אדרעסירט פון אמעריקא,
מיר וואלטן געוואלט שליסן א געשעפט, אבער עס דארף זיין פערזענליך, בעסער ווען ס'איז אין אונזער הויפט קווארטיר, וואס איר פלאץ איז אין לאנדאן, זיי מוחל פארבונד זיך מיט אונז ווי שנעלער, און א נאמבער איז געווען לעבן דעם,
ווער ס'קען אונזער יחזקאל'ען, וואלט גראד געוואוסט אז אזא בריוו באלאנגט אין מיסט, פאר עטליכע סיבות, פאר אלעם אלע זיינע געשעפטן, שליסט ער דווקא ביי זיך אין אפיס, ווי ער האט אלע אפליקעישאנס צו דער האנט, און אלעס ווערט גראד אריין געלייגט אין קאמפעיוטער, און ווי אויך געפיילט, גיי ארויס און מאך געשעפטן און שלעפ אלעס מיט, ער איז ב"ה געווען גענוג גרויס, זיינע קאסטומערס האבן אים זייער געגליכן, פאר זיין ערליכקייט און גראדקייט, ממילא איז סתם נאריש נאכצולויפן א יעדן'ס קאפריזן, וואס איז מיר באשערט קומט אריין צו מיר אין אפיס, פלעגט ער זאגן, און זיין סעקרעטאר האט דאס אויך געוואוסט, איז די פראגע פארוואס דען האט ער עס אים ארויף געלייגט אויף זיין טיש? האט עס דען נישט געהאט פלאץ אין זיין מיסט קאסטן?
נאר צוזאמען מיט די בריוו איז צוגעקומען נאך א צעטל, וואס דארט איז געשטאנען ווי פאלגענד,
מיר ווייסן די פאליסי פון אייער קאמפאני, וועגן שליסן געשעפטן אויסדרוקליך ביי אייך, אבער דא, איז עס אוממעגליך פון אונזער זייט, פאר אפאר סיבות וואס איר וועט געוואר ווערן, ביים שליסן די מקח, איין רמז נאר, מ'רעדט דא פון זיבן ציפערדיגע נאמבערס,
אט דאס האט געמאכט טראכטן דעם סעקרעטאר, עס יא פארצולייגן פאר זיין בעל הבית, זיין בעל הבית איז טאקע זייער פארמעגליך, אבער א זיבן ציפערדיגע נאמבער מאכט זיך נישט אזוי אפט, זאל ער מאכן דעם דעסיזשען, יחזקאל ליינט דעם בריוו איינמאל און נאכאמאל, ער פראבירט צוזאם צו שטעלן צו ענליכע בריווען מיט אזעלעכע פארלאנגען, אבער דאס איז געווען אנדערש,
קודם כל, ס'קומט פון אמעריקא, און מ'דארף גיין קיין לאנדאן, נו פארוואס קען מען נישט שיקן די איינלאדענונג פון לאנדאן, ווייטער פארוואס האט דער מעלדונג אז זיי ווייסן וועגן אונזער פאליסי געדארפט שטיין און א עקסטערן צעטל וואס וואלט געווען שלעכט אז ס'שטייט גראד אונעם בריוו?
ווי אויך איז דער בריוו געווען מיט איין לעדערהעד, מיטן נאמען "לאנדאן דיימאנד ענד אסאסיעטס", ווידער די צעטל האט געהאט אן אנדער לעדערהעד, "דע פיפל" א ברענטש אף לאנדאן דיימאנד ענד אסאסיעטס, וואס איז פשט דערפון?, אדאנק אט די אלע אומפארענטפערטע קשיות האט יחזקאל גענומען דעם בריוו, און עס פארשלאסן און זיין סעיף, אין מיסט האט ער עס נישט געוואלט אוועק ווארפן, ווייל זיין חוש האט אים אזוי דיקטירט, אבער זיך וואוסנדיג מאכן דערפון דאס שוין אויך נישט, נישטאמאל געמאכט דעם טעלעפאן קאל, זען צו דער נאמבער ארבעט אפילו,
דער סעקרעטאר גראדע, איז געווען גאנץ נייגעריג צו וויסן זיין האר'ס באשלוס, האט גענומען די שטארקייט, -ווייל געווענדליך האט זיין האר נישט געגליכן ווען מ'מישט זיך אין זיינע פריוואטע דעסיזשען'ס-, און אריין גייענדיג צו זיין האר'ס אפיס וועגן אנדערע וויכטיגע זאכן, האט ער אזוי נישט לכתחילה געגעבן אזא ווארף אריין, איר האט באקומען דעם בריוו, יא? און ווען יחזקאל האט פראבירט עס אזוי אוועק צו מאכן ווי איינער וואס זאגט, נישט איטערעסאנט געגאנגען ווייטער, האט ער זיך אביסל פאר'עקשן'ט, און געפרעגט, האלט איר נישט אז עס לויט צו פראבירן, אפשר קען מען זיי איבעררעדן זיי זאלן יא אהער קומען, האט יחזקאל געענטפערט,
דו ווייסט זייער גוט מיין פאליסי, איך האלט עס נישט ביים ברעכן אפילו פאר א זיבן ציפערדיגע נאמבער, און אויב זיי ווילן דווקא, זאלן זיי מיך נאכלויפן, כאטשיג שרייבן נאך איין בריוו, אדער איך מיין אז מיין נאמבער איז ליסטעט, און זיי קענען טרעפן דעם נאמבער אין יעדע ביזנעס אויסגאבע, ממילא דערווייל איז דער בריוו בכלל נישט רעלעווענט,
דער סעקרעטאר איז ארויס געגאנגען און פראבירט צו פארגעסן דערפון און ווייטער קער נעמען פון אלעס וואס ליגט אויף זיין קאפ, ער האט גענוג ארבעט אזוי אויך, פאר וואס זיך אריין מישן אין זאכן וואס געהערן נישט צו אים.
זונטאג אוגוסט 27, 2006 10:32 pm
אהיימקומענדיג יענעם אויפדערנאכט, דערציילט פייוול דער סעקרעטאר פאר זיין ווייב ביילא דעם מאדנעם עפיזאד וואס איז זיך היינט פארלאפן אינעם אפיס, ביילא - וועלכער איז געווען א געוועזענע ארבעטארין ביי יחזקאל'ן, נאך אין די צייטן ווען ער האט פארמאגט א קליין אפיס'ל קוים ד' על ד' אין א זייטיגן הונטערגעסל אויף די אנדערע זייט פונעם באן סטאנציע, און מען האט מיט די פינגער געקענט ציילן די צאל קונדן וואס האבן אים אנגעקלונגן איטליכן טאג, ביז זי האט איבערגעגעבן דעם אמט פאר איר חשוב'ן מאן וועלכער האט נארוואס פארענדיגט פינעף לערן-יאר אין כולל און איז געצווינגן געווען צו זוכן א פרנסה אז ביילא זאל קענען אכט געבן אויף די דריי זיסע שעפעלעך בליעה"ר - האט אים אויסגעהערט מיט נייגער, זי האט גוט געקענט דעם טיפ פון יחזקאל, זייענדיג נישט איינמאל אין ענליכע סיטואציעס מיט אים, דערפאר איז עס קיין וואונדער נישט געווען אין אירע אויגן די פאסיווקייט וואס יחזקאל האט ארויסגעוויזן פאר דעם פארדעכטיגן בריוול/בריוולעך.
פייוול זעצט זיך צום טיש, וואו די קינדער זיצן שוין שיין גרייט צום עסן, ער וויל אריינשטעכן זיין גאפל אינעם איבערגעצויגענעם פלייש וואס ליגט פאר אים, ער מאכט זיכער אז ער האט אן דעם היטל אויפן קאפ כדי צו מאכן די ברכה, באמערקט ער אז דאס היט איז אים ארומגעדרייט, א זאך וואס פאסירט ביי אים זייער זעלטן, זייענדיג גאר א פונקטליכער פארשוין, אלעס האט ביי אים געמוזט קלאפן אויפן טאקט, וויאזוי איז דאס מעגליך - קלערט ער ביי זיך - אז זיין היטל איז אים ארומגעדרייט.
אזוי קלערנדיג, דערמאנט ער זיך אין דעם מאדנעם ערשיינונג וואס האט היינט פאסירט אריינגייענדיג אין עלעוועיטאר ביים אהיימגיין פון די ארבעט, דזשארדזש - דער ערל וואס ארבעט מיט אים אויפן זעלבן שטאק - האט זיך עפעס צו שטארק אריינגעהאקט אין אים, כאילו בטעות, און דאן איז עס מסתמא געשען. יא, ער דערמאנט זיך אז דאס היטל איז אים אראפגעפאלן, און ער איז געווען צו אויפגעשאקלט פונעם זעץ אז ער זאל קענען אכט געבן אויף וועלכן זייט ער טוט דאס צוריק אן, און... יעצט כאפט ער זיך, אז צוליב זיין גרויס שאק האט ער אפילו נישט געהעריג אויפגעפאסט ווי דזשארדזש כאפט אים ארויס א וויכטיגן צעטל פונעם רעכטן רעקל טאש.
מאנטאג אוגוסט 28, 2006 12:06 pm
אויפן אנדערן זייט אטלאנטיק, זיצט זיך אזוי שמעלקע דער באקאנטער דיימאנד סוחר, אין זיין אפיס'ל, וואס האט געהאט איר לאקאציע אין איינע פון די בנינים פון די וועלט באקאנטע דיימאנד סטאנציע, אויף די זיבן-און-פערציגסטע גאס אין מאנהעטן ניו יארק.
שמעלקע - אונזער באקאנטער סוחר'ל - זיצט זיך אצינד אזוי איינגעקוועטש אינעם טייערן אפיס פורנישד פאטעל זיינעם, ווען געדאנקען טרייבן אין אים:
זאל איך יא רופן? זאל איך נישט רופן?. איז דער בריוול וואס כ'האב מיט א מאנאט צוריק ארויסגעשיקט קיין ענגלאנד, צו די ארטיגע בערזע, יא אנגעקומען, צי איז דאס נישט אנגעקומען?
זייענדיג אזוי איינגעזינקען אין זיינע געדאנקען, האט שמעלקע נישטאמאל געמערקט ווי זיין פריוואטער הכשר'דיגער סעלפאון צוזינגט זיך אזוי איינמאל און נאכמאל. נאך א צען-פופצן מינוט, ווען שמעלקע דערמאנט זיך אז ער האט נארוואס פארפאסט א וויכטיגן טעלפאון קאל וואס ער האט געדארפט מאכן, און ער נעמט אין דער האנט אריין זיין סעלפאון, הערשט דאן מערקט ער אז ער האט אין די לעצטע צען מינוט פארפאסט א דריי-פיר מיסד-קאלס.
עפעס אום באקאנטע נומערן קומען אויף אויפן סעלפאון סקרין, טראכט אזוי שמעלקע צו זיך, ווער קען דאס זיין? איבער וואס קען דאס זיין?. נאך מער וואקסט זיין ווינדער, ווען ער כאפט אז די נומערן זענען עפעס נישט פון דאהי, ס'איז עפעס אן 'אינטערנעשענעל' נומער, פון וואו רופט מען מיר? ווי האט דער רופער דערווישט מיין סעלפאון נומער?.
שמעלקע פארצייכנט זיך אויף א סטיק-אן פאפיר'ל די נומערן פון די מיסד-קאלס, קלעבט דאס אן אויפן קאמפיוטער סקרין, מיטן חשבון אז ווי-נאר ער וועט פארענדיגן דעם וויכטיגן טעלפאון וואס ער האט פארפאסט, וועט ער זיך באלד צוריק קערן צו די מיסד-קאלס.
אז שמעלקע האט פארענדיגט דעם וויכטיגן טעלפאון קאל, און דער זייגער האט שוין געקלאפט לאנטש-טיים, איז שמעלקע ארויס פונעם אפיס'ל זיינער, און אראפגעלאפן אזוי אין איילעניש אויף די גאס פאר א ברעיק, פארגעסנדיג פונעם אנגעקלעבטן סטיק אן צעטעלע וואס ליגט אים פאר די נאז.
מאנטאג אוגוסט 28, 2006 12:29 pm
אין די שפעטע נאכט שעות, אין א לאקאלן באר אין סידני אוסטראליע זיצט זיך מארק הענדבורג אזוי פארטראכט, גארנישט גייט אים נישט לעצטנס ווי געפלאנט, ארומגעפלויגן די האלבע וועלט, פרובירט שטופן כינעזער טשו-יאנג דא, יאפאנעזער סושי דארט, אבער קיין לייזונג איז עפעס נישט אריינגעקומען, ער שפירט ווי דאס שווארץ מזל באגלייט אים איבער אלע קאנטינענטן, ווי גלייך דאס וואלט זיך אים אנגעהאנגן אין וויידל און האלט נישט ביים נאכלאזן אפילו א משהו.
די טיהר פונעם לאקאל עפנט זיך אויף, עס טרעט אריין א ברייט ביינערדיגער אינג - וועלכער האט אויסגעזען צו זיין אין די מיטעלע דרייסיגער, און האט שוין נישט איינעם פארשיקט לעזאזאל - וועלכער ווענדט זיינע טריט גלייך צום באר-טענדער און לאזט זיך אנגיסן א גרויסן כוס פונעם שטארקסטן קאניאק וואס איז נאר לעגאל צו פארקויפן אין דעם "מאיא" אויטאנאמיע וואס פירט אן מיט א כמו-זעלבסטשטענדיגע רעגירונג אינערהאלב אויסטראליע.
שטייענדיג ביים סערווירונג טישל, כאפט דער גרויזאמער אינג א בליק אויפן גאנצן ארום, און זיינע אויגן פאלן גלייך אויף דעם נידריגן אייראפעישן מארק וועלכער זיצט אקעגנאיבער פארזינקן אין זיינע מחשבות. איז ער טאקע געשיקט געווארן צו דעם צוציק? האבן זיינע שיקער דען נישט געוואוסט אז עס איז א שאד צו פארנוצען די מעכטיגע איוואן'ישע כוחות אויף אזא שוואכלינג ווי דעם האלב איינגעפאלענעם בלאנדן פארשוין וועמען ער קען צודריקן מיט איין פינגער?
זיין קלערן האט נישט לאנג אנגעהאלטן, ווייל ביז א מינוט האבן אים ארומגענומען דריי שעריף'ס פון די פעדעראלע אגענטור, און מיט סעמי-אויטאמאטישע געווער האבן זיי אים געצווינגן אויסצושפרייטן זיינע הענט אויפן קאונטער, זיי האבן אים דורכגענישטערט פון אויבן ביז אראפ, עס האט נישט גענומען קיין פינעף מינוט און ער איז שוין געזעסן פארבינדענערהייט אין די הונטערשטע זיץ פון א פאליצייאישע גרענד טשעראוקי.
וואס די פאליציי האבן נישט געוואוסט, אז דער ריכטיגער ציהל זייערער איז געזעסן בלויז דריי טישלעך אוועק פון די סצענע און זיין פארכמורעטע צורה האט אויפגעשיינט זעהנדיג אז די ארטיגע פאליציי ווייסן טאקע נישט פון זיין ריכטיגן אידענטיטעט.
מאנטאג אוגוסט 28, 2006 2:39 pm
די פולע שיכטן פייכטע שימל וועלכע האבן אויסגעצירט די ליימענע ווענט האבן געטון דאס זייעריגע, פארשפרייטנדיג א דיקער דומפיגן גערוך איבערן גאנצן קעלער פאר'סמ'נדיג די לופט בכדי אז מענטשליכע באשעפענישן זאלן זיך נישט באקוועם מאכן אין אירע ארבטיילן.
שפין וועבעכץ האבן אויסגעצירט דעם אונטערערדישן צימער אויף איטליכער פאר פיס ווי כאילו א גרויזאמער דעזיינער מיט ברייטע וואנצן, ווילדע האר, און קאלירפולע ציינער וואלטן איר אהינגעשטעלט מיט א חשבון.
חאצקל דער פעדלער מיטן גרויען היטל און זאמדיגע שטיוול האט נישט אויסגעקוקט אויבנאויף צו זיין אריינגעפאסט אין דער געזעלשאפט פון די מייזן, ראטן, און קליינטשיגע קריכעדיגע וועלכע האבן זיך ארומגעדרייט ווי דעם נגיד'ס קינדער אינעם שפיל צימער פונעם גרויסן פאלאץ.
אבער ווער ס'קען חאצקל פון אינעווייניג, ווער עס ווייסט וואס עס איז דער ריכטיגער חאצקל, וואלט גארנישט פארוואונדערט געווארן פון חאצקל אנוועזנהייט אינעם דומפיגן קעלער מיטן פלעשלייט איינגעשטעקט אינעם פיסקל, און דער מעסער אין די האנט. אבער ווער קען דען דעם ריכטיגן חאצקל?
אההההה.... ווי עס שיינט זיינט איר אויך פון די פשוטע שטאטסלייט, פון די פשוטי המון עם וועלכע מיינען אז חאצקל'ס באשעפטיגונג איז בלויז פארקויפן שמאטשקעלעך אין הויף פון שול אנשרייענדיג די קינדער ווען עס דאכט אים אז זיי פרובירן עפעס לקח'ען.......
און נישט נאר דער עמך שטאטסלייט מיינען אזוי, נאר אפילו חאצקל זעלבסט מיינט אז קיינער אין די שטאט ווייסט נישט פון זיינע נידערטרעכטיגע באשעפטיגטונגען.
וואלט ער ווען געוואוסט אז ביי די פאליציי אויף די ליסטע פון פארברעכער, פיגורירט ער אויף די טאפ ליסטע, העט ער ווען נישט געווען אזוי בראוו, און אזוי געוואגט.
איי אבער פארוואס איז ער נאך אויף דער פריי? צו קען דען נישט די פאליציי די אדרעסע פונעם שטאטישן שול אז זיי זאלן נישט קענען נעמען איינע פון זייערע פילצאליגע קייטעלעך און ארומבינדן איר אויף חאצקל'ענס הארטע האנט און אזוי ארום פארשפארן אונטער גראטעס איינס פון די מערדערליכסטע פארברעכערס פון שטאט?
דאס איז נישט די איינציגע מיסטעריע וואס איז נישט פארענטפערט איבער די צווייפלהאפטע אקטיוויטעטן פון די פאריזע פאליציי....... דער פאקט אז דער אמעריקאנער שווינדלער דזשים ל. קעיסי דרייט זיך נאך אויף דער פריי אין די פאריזער גאסן, איז אויך נישט א וואונדער וואס טראגט מיט זיך א גרינגן תירוץ.
וואס קיינער ווייסט נישט, און מיר וועלן עס אייך אנטפלעקן פון הונטער די קוליסן איז, אז חאצקל איז גאר א שוועסטער קינד פון אט דעם מר. קעיסי, און זיין ריכטיגער נאמען איז אלעקס. און דאס וואס ער דרייט זיך בארוועס אויף די גאסן אנגעטאן ווי א עלנדער איד און עסט פרישטאג אין די שטאטישע הכנסת אורחים, איז א בלויזער מערדערישע שפיל וועלכע פארדעקט אונטער זיך די גרויזאמע פארשניטענע לעבנס פון פילע פאריזע ביזנעסלייט.
אבער וואס חאצקל/אלעקס ווייסט נישט, איז אז קעגן איבער זיין פאזיציע אינעם גרויזאמען קעלער ווי ער טוט זיך איצט געפונען, איז פארהאן א פארשוין איינגעהילט אין א זאק פן אזא סארט וועלכע דרייען זיך לרחצה אין דעם קעלער..... און דער פארשוין ציילט שוין איצט די סעקונדן פון ווען די אקציע צו מסדר זיין טאקע דעם חאצקל אליין וועט זיך אנהייבן.
צען, ניין, אכט, זיבן, ציילט דער קול אין דזשימי'ס הער אפאראט די סעקונדן......... זעקס, פינף, פיר, דער אטעם ווערט שטארקער, און דער הארץ קלאפעניש ווילדער...... דריי, צוויי, איינס........
שאס! שאס! שאס!....... עס ווערט העל ליכטיג אינעם קעלער....... דערשראקן צום טויט פון די אומגערישטע געשעעניש הייבט חאצקל/אלעקס אן צו לויפן צום אונטערערדישן הייל אויפן אנדערן זייט צימער מיט א שנעלקייט...... אבער ווי נאר ער גרייכט די עפענונג הייבט דער מאן אינעם זאק אויף א פויסט וועלכן ער לאנדעט גלייך אין דעם מערדערישן פנים מיט א הילכיגן זעץ וועלכע פאראורזאכט א שטארקע פליסענישט פון בלוט פון חאצקל'ס גרויסע נאז, און דער שטייפער מערדער פאלט צו דער ערד אן באוואוסטזיין.....
פיר שטארקע הענט בינדן צו דעם קערפער מיט שטריק, פירן איר ארויס מיט פארזיכטיגקייט אין די טונקעלניש פון די נאכט, און שליידערן איר אריין אינעם קליינעם שווארצן דזשיפ וועלכע פארט אוועק מיט א שנעלן ספיד צו אן אומבאוואוסטע לאקאציע.
דער פורהאנג פונעם פענסטער קעגן איבער מאכט זיך שטייטליך צו..... דער מאן האט געזען וואס ער האט געברויכט.... דער קלאפ איז טאקע שטארק.... אבער פארלאזט זיך אויף דעם שטארקן איוואן....... ער האט זיך שוין מיט גרעסערע אן עצה געגעבן.....
ער צינד גלייך אן דעם לעפ-טאפ, און שיקט ארויס קאוד טרי. עידי. זעוון. בי. דזשעי. עיטש. קיין רוסלאנד..... די אקציע איז אויפן וועג......
מאנטאג אוגוסט 28, 2006 4:27 pm
נאכט, שטיל איז די גאנצע גאס, א שיינע לבנה קוקט ארויס פון הימל, שמייכלט אזוי זיס צו די שמאלע ירושלים'דיגע געסאלעך, מיליאנען שטערן שפיגלען ארויס פון די שווארץ גרויע הימל, זיצט זיך אין זיין שמאלע פארחורבעטער דירה'לע, ר' אברהמעלע דער ראש ישיבה פון דער גרויס בארומטער ישיבה שערי השמים, לערנט מיט איינע פון זיינע געוועזענעם תלמודים, דער באקאנטער ר' מאיר, געשמאק און זיס איז אט די צייטן וואס זיי לערנען צונאזאם, עס לאזט זיך נישט פשוט באשרייבן, די זיסקייט פון א קשיא, די טעם פון א סברה, און די געשמאק פון א תירוץ.
פליצלינג גיט זיך די טיר א פראלע אויף, א פארסאפעטער לויפט ר' יצחק מאיר טישלער אריין, רבי!! שרייט ער אויס, מיין אהרעלע איז היינט נישט אהיים געקומען פון ישיבה, מהאט שוין געריפן די פאליציי, מזוכט שוין ארום און אלע געגענטער, און דערווייל איז נישטא קיין שפיר פון אים, רבי, צוכליפערט ער זיך, וואס גייט זיין דא זיין.
רבי אברמעלע, קוקט אויף אויפן צובראכענעם תלמוד מיט ווארימע אויגן, און.....
מאנטאג אוגוסט 28, 2006 7:03 pm
ביילא זיצט אינעם עירפארט אין בריסל, יעדע וויילע כאפט זי א בליק אויפן האנט זייגער און פון דארט צום גרויסן סקרין אויף די וואנט וואס צייגט ווען די עראפלאנען קיין לאנדאן פארן אפ, זיי איז זייער נערוועז און אומגעדולדיג, וואו איז פייוול? ער וואלט שוין לויט איר חשבון לאנג באדארפט דא צו זיין. וואס נעמט אים אזוי לאנג זיך ארויסצודרייען פון יחזקאל'ן? אפשר קויפט יחזקאל נישט אפ דעם נארישן מאגן פארדארבונג תירוץ וואס איז זיי היינט אינדערפרי בייגעפאלן אלס אן אויסרייד אויף פייבל'ס דריי טאגיגע רייזע קיין לאנדאן וואו ער האפט אויף עפעס וואס מאכט זיך נישט געווענליך - א קלייניגקייט, ער כאפט דא אויס זיין בעל הבית אונטערן רוקן, און נישט סתם א דיעל, נאר א גאלדענעם זיבן-ציפערדיגער דיעל!
אה.. ענדליך קומט פייוול אן א פארסאפעטער מיטן קליינעם רענצל וואס ער מיטגעשלעפט צו דער ארבעט היינט אינדערפרי, איינרעדנדיג פאר יחזקאל'ן אז דאס ברויך ער האבן ווייל ער וויל זיך אריינטשעקן אינעם שטאטישן שפיטאל צוליב שווערע קרעמפן וואס כאפן אים לעצטנס אן אין מאגן, עס קען זיין - האט ער אים פרובירט איינרעדן - אז ער איז פאר'סמ'ט געווארן ביי א ביזנעס מיטינג אין דעם רעסטארען אויף די מעקארטור שטראסע.
אויפן הויכהילכער ווערט אויסגערופן: פלייט A-310 פון סאבענא ווערט יעצט אנגעלאדענט, די פאסאזשירן זאלן זיך צוביסלעך אריינזעצן אין זייערע פלעצער.
פייוול און ביילא ווערן שנעל פארשוואונדן צווישן די ווארטענדע מאסן, עס פעלט זיי נישט אויס אז אן איבריגער אויג זאל זיי באמערקן אוועקפארן אויף דעם געהיימניספולן רייזע...
דינסטאג אוגוסט 29, 2006 11:35 am
זיצנדיג אין טראפיק, העכערן ברידזש, אויפן וועג צו דער ארבעט, איינגעפרעסט אין די תולעת יעקב באסעס, צוזינגט זיך פלוצים אויפן קול שמעלקע'ס סעלפאון. שמעלקע כאפט א בליק אויפן סקרין צו זען ווער דער רופער איז, און עס קומט אים נאכאמאל ארויף דער אומבאקאנטער אינטערנעשענעל טעלעפאון נומער. ער הייבט אויף מיט נייגער. העלאו...
העלאו, איז דיס שמעלקע פראם דע פורטי-זעווען דיימענד קלאב? – הערט זיך א אומבאקאנטע פרויענישע שטומע פון יענע עק וועלט –
יעס, ספיקינג, - ענטפערט שמעלקע, און פרעגט אויף צוריק - האו איז דעט?
היי, דיס איז מיסיס שטוגליץ פראם ענגלאנד, פראם לאנדאן, ענד איי עם עי דזשואיש שדכנ'טע.
יעס נו, ענד..., ברומט אזוי שמעלקע אריין אינעם טעלעפאון.
ענד... איי וואלד לייקד טו אפפער יו עי פערפעקט שידוך פאר יור דאטער. עי טאפ טאפ בוחער פראם ענטווערפ.
עם... עם..., שטאלפערט אזוי שמעלקע אין פאון אריין, סינס איי דאונט נאו יו, הו יו אר, ---שמעלקע, יו קען ספיק אין יודיש, איי עם עי היימישע פרוי, האקט מרס שטוגליץ אריין--- אה, אקעי נאו פראבלעם, עס איז מיר טאקע פיל גרינגער אין יודיש. הערט, זינט איך ווייס נישט ווער איר זענט, און איר טראגט מיר דא אן עפעס א שידוך פון אווערסיס, וואלט איך קודם זיך געוואלט אינטעריסרן ווער איר זענט.
נאו פראבלעם, יו רייט. איך הייס חני שטוגליץ. מיר וואוינען אין לאנדאן. מיין מאן, זאנוועל, האנדעלט מיט שפיצן, ער טוט אימפארטירן שפיצן, ---וואס איז דאס שפיצן? האקט שמעלקע איבער--- או שפיצן, איי מין שפיצן פאר דע חאסידיק פיפעל, פאר דע שטריימל דעי אר יוסינג פאר שאבעס, ---אה יא יא, מורמלט שמעלקע אונטער--- ענד איי עם עי שטיקל שדכן. סאו נאו, איי וואלד לייק טו אפער יו דע שידוך.
עס האנדלט זיך פון א חשובע משפחה אין אנטווערפן, דער טאטע פונעם בחור טוט אויך אין דע סעים ליין עס יו, אין דיימענד, ער איז אין די בערזע דארט. ווי הייסט ער, פרעגט שמעלקע אזוי שטאפעלדיג, ווען עס איז צו דערקענען אין זיין שטומע אז עפעס איז נישט אזוי איי איי איי...
איי טינק פייוויל איז היס פוירסט נעים, באט איי עם נאט שאר. עניוועי דער יוד מיט זיין פרוי ביילא געפונען זיך אצינד דאהי אין ענגלאנד, איז מיר איינגעפאלן אייך דאס אנצוטראגן.
נו נו, גיט מיר צייט צו טראכטן - זאגט שמעלקע –
אקעי נאו פראבלעם, ענטפערט די פרוי שטוגליץ.
שמעלקע פארלעשט דעם סעלעפאון מיט ציטערדיגע הענט, און מערקט גארנישט אז דער שמועס האט אים שיר נישט אפגעטראגן צוריק אהיים...
א קאלטער שווייס האט אים באגאסן, א סקרוך לויפט דורך אין די ביינער, וואס? פייוויל...? ס'אונזער חאצקל'ס סעקרעטאר...? פייוויל פארט אויף לאנדאן...? ס'ווערט מיר שלעכט אויפן הארץ?!
גאט זאל מיר אפהיטן... כ'האף אז דער בריוו קיין ענגלאנד וואס כ'האב ארויסגעשיקט, איז נישט אנגעקומען...
לעצט פאראכטן דורך
זארעכפעפער אום דינסטאג אוגוסט 29, 2006 6:22 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
דינסטאג אוגוסט 29, 2006 5:54 pm
צווייטער קאפיטל:
יחזקאל, איז היינט אריינגעקומען פריער, ער האט אביסל מער ארבעט ווי געוועליך, זיין סעקרעטאר פילט דאך נישט גוט, ער עפענט אויף בריוו, הייבט אויף טעלעפאנען, האלא, יא, ווער רעדט דא?
פייוול איז דארט?
ניין, ער איז נישט אריין געקומען, ער האט געזאגט אז ער פילט נישט גוט, מיט וועמען רעד איך?
א חבר זיינע, ס'איז מיר אינטערעסאנט, ווייל אינדערהיים הייבט קיינער נישט אויף, און איך דארף עפעס וויסן וועגן זיין קינד וואס ער האט ביי מיר איבערגעלאזט צו בעיבי סיטן, זאגנדיג אז ער דארף וויכטיג אוועק גיין פאר דריי טעג, עניוועי איך וועל פראבירן צו לאזן נאך א מעסעדזש אויף זיין סעלפאן, הצלחה, זייטס געזונט.
ווען נישט די דייל טאן און די פייפערייען דערנאך, אז דער טעלעפאן איז ערגעץ ווי אויפגעהויבן אן א קאנעקשן צו קיינעם, וואלט ער מן הסתם נאך יעצט געהאלטן דעם טעלעפאן אין די האנט, וואס קען דאס מיינען, ער זאגט מיר אז ער דארף זיך איינטשעקן אין שפיטאל, און דא הער איך גאר אז ער ווייסט אז ער גייט פעלן דריי טעג, פון וואנעט ווייסט ער ווי לאנג מ'וועט אים דארט אויפהאלטן, אזוי גריזשען אין זיין קאפ פארשידענע קשיות וואס האבן עפעס נישט קיין לאגישע תירוצים, איך האב דאס נאך קיינמאל נישט געהאט מיט אים, און אויך איז אינטערעסאנט, אז זיין ווייב האט באשטעלט א בעיבי סיטער, וואס דאס מיינט אז זי גייט אויך נישט זיין אינדרהיים די גאנצע צייט.
די ערשטע זאך נעמט ער א טעלעפאן בוך, און געטראכט צו קאלן אין שפיטאל זען צו אזא איינער האט זיך היינט איינגעטשעקט, אבער ער טרעפט דארט באלד צען שטיק, נו גיי הייב אן צו מאכן פאן קאלס, ווען מיט יעדן וועסטו דארפן פארברענגן עקסטער, פופצן צוואנציג מינוט, נישט קיין לאגישע איידיע, אבער וואס יא? דאס אז פייוול האט עפעס געארבעט אונטער זיין רוקן, האט ער אפילו נישט געוואלט טראכטן, לאמיך קודם פראבירן אים צו קאלן אויף זיין סעלפאן, אפשר מיר וועט ער יא אויפהייבן,
פליז ליוו א מעסעדזש, ווי וועל קאל יו עס סאן עס פאסעבל, ביייייייפ,
פייוול, ס'איז יחזקאל, ווען דו האסט א טשענס, קאל מיך צוריק, ס'איז זייער וויכטיג.
אבער טראכטנדיג אז אויב ס'איז אמת אז ער אין שפיטאל, קען ער דאך נישט אויפהייבן און אויך נישט אויסהערן מעסעדזשעס, דאן וואס האט ער פון לאזן מעסעדזשעס, ווי אפגעשמועסט האט אויף איינמאל אנגפאנגען צו קלינגען אלע דריי ליינס, די פעקס מאשין, אזוי אז אביסל איז אים די זאך ארויס פון קאפ, אזויפיל אז ער זאל אויפהערן טראכטן אזוי סאך פון פייוול,
ביי לאנטש, יחזקאל גייט אהיים געוועליך אין די צייט, האט ער זיך דערמאנט אז דאס ווייב האט אים געבעטן אהיים צו ברענגען עטליכע דאקומענטס, וואס ליגט ביי אים אין סעיף אין אפיס, ער גייט צו צום סעיף, דרייט רעכטס לינקס רעכטס לינקס, און ס'איז אפן, ער נישטערט ארום, און ענדליך טרעפט ער די צעטליך וואס זיין ווייב האט אים געבעטן, און זיינע אויגן פאלן נאכאמאל אויפן נעכטיגן אויפפאלענדע בריוו, זיין מח האט שנעל אנגעפאנגען צו ארבעטן, און ס'האט אים אנגעפנגען צו ווערן שלעכט, ווער ווייסט צו דאס פעלן פון זיין סעקרעטאר, האט נישט עפעס מיט דעם, זיין נעכטיגע נישט צו געוואוינטע נייגעריגקייט, האט נאך מער צו געלייגט, צו די מחשבות, וואס ער האט אזוי שטארק נישט געוואלט טראכטן דערפון.
קען זיין אז ער איז פארבלענדעט געווארן פון די ציפערן, וואס ס'שטייט אין די צעטל אז מ'קען מאכן? האט ער אליין אפגעמאכט אז ער פארט קיין לאנדאן זיך צו טרעפן מיט זיי? איז זיין ווייב אויך מיטגעפארן? זיין מח האט זיך געדרייט ווי א וואשינג מאשין, פון די אלע מאדנע זאכן וואס האבן אנגעפאנגען קלעבן איינס צום אנדערן, איך מוז אים אנקאלן זאגן אז איך טראכט אז ער האט דאס געטוהן, און ער זאל זיך נישט באנארישן, די זיבן ציפערדיגע נאמבער האט נישט קיין ווערט, אויב אזעלעכע מאדנע חברה זענען דערון אריינגעדרייט.
האלא, פייוול, דא רעדט יחזקאל, איך בין נישט זיכער און וואס איך טראכט, אבער ס'איז גוט אז דו ווייסט, אז זיי האבן מיר געשיקט אן אימעיל, אז זיי טראכטן יא פון אריבער קומען, און זיי בעטן אז דערווייל זאל איך אפלייגן מיינע פלענער פון פארן, וואס לויט זיי בין איך אזוי אנטציקט, אז איך האב שוין מן הסתם באשטעלט טיקעטס, עניוועי, גיב מיר א קאל אזוי שנעל ווי די קענסט איך וויל עס אדוירעך רעדן מיט דיר, זיי געזונט, ווייסטו וואס, א רפואה שלימה,
טאמער איז יא אמת, אז ער איז אין שפיטאל זעט נישט אויס דער טעלעפאן קאל אזוי פאני, אבער אויב איז ער געפארן, האף איך אז ער וועט מיך קודם קאלן, פאר ער גייט טוהן אן אומאויסגערעכנטע שריט,
לעצט פאראכטן דורך
איך_הער אום דינסטאג אוגוסט 29, 2006 9:52 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
דינסטאג אוגוסט 29, 2006 6:37 pm
יענעם נאכט אינעם מעלבארנער האטעל האט מארק באשלאסן אז היות די ארטיגע פאליציי קומען שוין אויף זיינע שפורן - און האבן אפילו געהאט די נויטיגע אינפארמאציע איבער וואו ער ער געפונט זיך, הגם נישט אזוי אקוראט, זיי האבן דאך אדורכגעפירט א פאלשן ארעסט - איר כדאי אז ער זאל זיך אויפהייבן אויפן קומענדיגן פליגער, און אפפליען פון אוסטראליע קיין... נישט קיין חילוק וואו, וואו אימער דער ערשטער פליגער וועט אים אפנעמען, דער עיקר: דאהי קען ער יעצט אויפן מאמענט נישט פארבלייבן!
צופרי, ער טוט זיך אן, כאפט א שאוער - נישט וויסנדיג וואו ער וועט קענען די קומענדיגע מאל זיך א וואש טאן - און לאזט זיך באשטעלן א פעטן מאלצייט. מארק שמייכלט צו זיך אליין, וויסנדיג אז די ביל וועט אנקומען צו דעם פארשטארבענעם גרעגארי אין בלאחלי אינדאנעזיע, וועמען ער האט אזוי גרויזאם אומגעברענגט מיט די בלויזע הענט, אלעס צוליב א קרום ווארט באגלייט מיט א פארדעכטיגן בליק וואס יענער האט אים געשאנקן וויילענדיג אינאיינעם ביים ביעטש פונעם פאציפישן אקעאן אין דער נישט ווייטער פארגאנגענהייט.
נאכן גרויסארטיגן פרישטאג, נעמט ער צוזאם זיינע געפעק, און שטעלט אפ דעם ערשטן טעקסי וואס פארט פארביי דעם לוקסעריעזן האטעל וואו ער איז איינגעשטאנען, זאגנדיג פארן דרייווער: מיר פארן צום עירפארט!
זונטאג ספטמבר 03, 2006 8:42 am
דער פילאט רופט אויס אויפן הויכהילכער: פלייט A-130 פון בריסל קיין לאנדאן וועט זיך הייבן אין צוויי מינוט, אלע רייזנדע ווערן געבעטן זיך צו פארהאלטן אויף די זיץ פלעצער. די מאנשאפט האט שוין פארענדיגט פארצושטעלן וויאזוי מען זאל זיך ראטעווען אין פאל פון אן עמערדזשענסי, יעדער ווייסט שוין וואו די שיץ וועסטלעך געפונען זיך, אויך די גליטשערס מיט די שיפלעך על כל צרה שלא תבא.
פארזען האבן זיי איין זאך.
אין די היינטיגע וועלט - זינט סעפטעמבער 11 - הערשט א גרעסערע געפאר מצד מענטשליכע טעראר ווי אנדערע געפארפעלער פון דער פארגאנגענהייט, און די לופטליניע - ווי אלע לופטליניעס - האט נישט באווארנט די פאסאזשירן וואס צו טאן אין פאל פון א היידזשעקינג, אבער פונקט דאס האט פאסירט אינעם מאמענט וואס דער עראפלאן האט זיך געהויבן.
די עראפלאן געפונט זיך קוים אנדערטהאלבן מינוט אין די לופטן, די פילאט מיט זיין קא-פילאט זענען נאך פארנומען אויסצוגלייכן דעם עראפלאן, און אויסשטעלן די פליגלן זיינע לויט די ווינטן, אז מען זאל האבן א באקוועמע רואיגע רייזע, ווען א זעץ אינעם קאבינע זאגט זיי אז עפעס אויסערארדנטליך קומט פאר אינדרויסן.
דער קא-פילאט כאפט זיין רעוואלווער - וואס ער האלט כסדר ביי זיך אין קאבינע - און שטעלט זיך אונטערן טיר, גרייט אפצואווארפן יעדע אטאקע פון אן אריינדרינגער, עס איז שוין אבער געווען צו שפעט. א זעץ פונעם טיר - וואס האט זיך איינגעקנייטשט ווי א פאפיר - האט אים אומגעווארפן אנמאכט, און ארויסגעווארפן זיין רעוואלווער פון האנט.
נאך איידער דער פילאט האט זיך געקענט אריענטירן וואס דא גייט פאר, זייענדיג פארנומען מיט די קאנטראלן פונעם פליגער, זענען צוויי שמאלע הויכע אראבער געשטאנען מיט אנגעלאדענטע געווער ביי זיינע ביידע שלייפן און אים געצווינגן אויסצופאלגן זייערע באפעלן.
ווי האט זיך ארויסגעשטעלט, האט די קליינע לופטליניע נישט געשפירט פאר וויכטיג צו פארשטארקן די טירן פונעם פילאטן קאבינע, קלערנדיג אז קיין טעראריסטן וועלן זיך נישט צוכאפן צו זייערע קליינע עראפלאנען וואס פליען מיינסטענס אין אייראפע זעלבסט און האבן נישט גענוג גאזאלין אוועקצופליען צו אנדערע קאנטינענטן אדער פאראורזאכן שווערע פייערן ביים קראכן אין בנינים.
זונטאג ספטמבר 03, 2006 10:46 pm
די צוויי אראבער, האבן געהייסן דעם פילאט, זיך פארקירעווען קיין רוסלאנד, דער פילאט האט זיך פראבירט ארויס צו דרייען מיטן תירוץ אז ער וועט לכאורה נישט האבן גענוג געז, אבער א גוטן דרוק ביים האלז האט אים קלאר געמאכט אז קיינע תירוצים ברויך מען נישט דא, מ'דארף נאר פאלגן, רעזיגנירטערהייט, האט ער אנגעפאנגען צו ארבעטן אז דער פליגער זאל מאכן זיין וועג קיין רוסלאנד, אבער נישט פארן דריקן דעם עמוירזשענסי קנעפל, מיט א אלארם אז ער איז פארכאפט,
ביים קאנטראל טורעם, האט מען באלד באמערקט אז דער פליגער, פארדרייט זיך פונעם אנגעוואוזענעם וועג פלאן, אבער ביז וואו וואס ווען, ער האט נאר געטראכט עפעס צו פרעגן, האט ער באקומען דעם אלארם, פארשטייט זיך אז ער האט אויך באלד ארויס געגעבן אן עמוירזשענסי אלארם, און אלע באערדע, זענען זיך צוזאם געלאפן, צו זיין סקרין צו מאכן זיכער אז ער פארפארט טאקע, מ'האט באלד דעזיגנעיטעט א טים פאר דעם פאל, מיט טרענירטע חברה צו באהאנדלען אזעלכע פעלער, זיי האבן באלד ארויס געשיקט צוויי קאמפס פליגער, וואס זאל באגלייטן דעם עראפלאן און פראבירן צו צווינגען צו לאנדן נאך אין לאנד.
דערווייל האט איינער גענומען די מייק אין די הענט און אריין גערעדט, פלייט A-130 דו פארפארסט, איז דא עפעס א סיבה דערביי? זיי האבן זיך דווקא געמאכט תם'יש, כדי אז די טעראריסטן זאלן נישט אויסגעבן זייער כעס אויפן פילאט, פארן ארויס געבן דעם אלארם, דער אראבער האט געזאגט פארן פילאט ער זאל זיך נישט וואוסנדיג מאכן, און ארויס געמורמעלט אפאר ווערטער, אז ער האט נישט געוואלט אז זיי זאלן עס אזוי שנעל באמערקן.
פלייט A-130, מיר פארלאנגען איר זאלט זיך באלד וואוסנדיג מאכן, אז נישט וועלן מיר מוזן נעמען אויסער ארדענטלעכע שריט, און באלד האבן זיי טאקע געזען ווי פון ביידע זייטן, האבן זיי א באגלייטונג, פון די קאמפס פליגער, דער פילאט האט אביסל אפגעאטעמט, און געהאפט אז זיין קאשמאר וועט קומען צו א שנעלע ענדע, די קאמפס פליגער האבן געמאכט זייער שרעקעדיגע מאנעוורעס, אבער דער שמייליגער אראבער האט נישט געהאלטן ביים ארויס לאזן די פיש פון די נעץ אזוי שנעל.
ער האט געהייסן דעם פילאט, ער זאל ענטפערן אז ער אנטשולדיגט זיך, פאר די אומאנגענעמענע סיטואציע, און וואס ער האט זיי אלע אריין געלייגט, אבער ס'איז געווען א מיטעיק, ער האט נאר געוואלט דרוקן אן אנדערן אלארם, ווייל זיין קא-פילאט איז צוזאם געפאלן, און ער האט געלייגט דעם פליגער אויף אוטו פיילאט, אביסל צו פרי אז ער זאל זיך קענען אפגעבן, מיט זיין קא-פילאט, אבער יעצט איז שוין אלעס אקעי, און ער גייט נעמען זיין געהעריגן וועג.
דעם פילאט האט נישט געשמעקט די גאנצע זאך, אבער ער האט נאך געפילט דעם פריערדיגן דרוק, און האט באלד אריין גערעדט אלעס וואס מ'האט אים געהייסן, האפענדיג אז מ'זאל אים נישט גלייבן, אבער פאר א נישט קלארן ריזן, וואס מ'קען אביסל צו לייגן צו די פוילע ביוקראטיע, איז אסאך גרינגער מחליט צו זיין אז ס'איז אלעס אונטער קאנטראל, ווי איידער אנצוגיין מיט אן אקציע, וואס ס'איז נישט זיכער צו עפעס איז טאקע ראנג, ער האט באקומען אן ענטפער אז זיי פארשטייען אים, און ער זאל זיך צוריק דרייען אויף זיין וועג.
דער אראבער האט זיך געקלאפט אין די פלייצע פאר זיין וואזשנעם איינפאל, און ער האט זיך נאך גערייצט מיטן פילאט, ווי קלוג ער איז, ער האט אים געהייסן אז ער זאל טאקע פליען די געהעריגע וועג, און נאר ווען ער וועט שוין זיין גענוג ווייט אז ס'זאל דויערן ביז זיי קענען זיך נעמען צו אים, הערשט דעמאלטס, וועט ער דארפן זיך אוועק דרייען.
דער קא-פילאט, האט טאקע געכאפט א מעכטיגע זעץ, אבער צו ביסלעך צו זיך געקומען, ער האט אבער ביי זיך אפגעמאכט אז ס'איז פאר אים געזונטער, ווען ער בלייבט ליגן אלץ א טויטער, אפשר וועט ער קענען באלד עפעס אויפטוהן צו ראטעווען דעם מצב, פארשטייט זיך אז ער האט אלעס מיטגעהאלטן, אבער כמעט נישט ארויסגעלאזט קיין אטעם און קיין ריר, דער פילאט האט געלייגט דעם פליגער אויף אוטו פיילאט, אין מיט שרעק געטראכט וואס די קומענדיגע מינוטן אדער טעג גייען מיט ברענגען, ווען פלוצלינג, פילט ער אז עפעס רורט זיך אונטער זיינע פיס, אבער זיינע אינסטיקטן, האבן באלד אפגעמאכט אז ער דארף זיין זייער פארזיכטיג.
ער האט שנעל אנגעפאנגען טראכטן אויף וואספארא וועג ער קען קוקן, וואס ס'טוהט זיך דארט אן דעם וואס ער זאל ארויס ווייזן עפעס אויפפאלענד, ער נעמט זיין דרינק באטל, ער הייבט אן טרינקען, און דאס באטל איז אים ארויס געפאלן פון די הענט, דער אראבער האט געוואלט ארויס ווייזן גוט וויליגקייט, האט זיך אראפ געבויגן עס אויפצוהייבן, און יענע מינוט, האט דער קא-פילאט אויסגענוצט, -אזוי ווי דער אנדערער טעראריסט איז שוין געווען אינדערויסן צו קאמאנדעווען ביי די מיטפארערס- און געגעבן א גוטן שלעפ דעם אראבער ביי זיין שמאטע וואס האט אים אראפ געהאנגען פונעם קאפ און געמאכט זיכער אז ער כאפט א גוטן זעץ אין קאפ, דער פילאט, וואס זיינע חושים זענען געווען אנגעצויגן אויפן העכסטן פארנעם וואס קען נאר זיין, האט באלד געכאפט וואס דא גייט פאר, און איז באלד צו הילף געקומען פארן קא-פילאט, און ביידע צוזאמען האבן זיך ארום געריסן מיט דעם אראבער, ביז ס'איז זיי געלונגען ארום צו נעמען זיין האלז מיט זיין אייגענע שמאטע גענוג שטארק, אז ער זאל שוין מער קיינמאל נישט זיין שעדליך, אבער דער געפאר איז נאך ווייט פון פארטיג, ס'איז נאך דא א שיינע פאר חברה אינעווייניג און זיי ווייסן אפילו נישט וויפיל.
דינסטאג ספטמבר 05, 2006 8:59 pm
און די צייט וואס דער קא פיילאט מיט'ן פילאט האבן מיט אזא געלונגען שטיקל אומשעדליך געמאכט דעם אראבער וואס איז געווען אין זייער קאבינע, האבן די אנדערע דריי אראבער'ס באפוילען אלע פאסנזשירען זיך ארויף צוריקען ביז'ן עק פונעם פליגער ווייל אזוי קענען זיי גרינגער קאנטראלירען די פאסאזשירען, אזוי שטיפענדיג האט איינער פון די טערעריסטן געגעבען א זאג אויף א אומפארשטענדליכע שפראך פאר זיינע חברים און זיי האבען זיך אלע דריי צושמייכעלט, זיי האבן זיך אליין נישט געגלייבט ווי גרינג עס וועט זיי גיין, אבער וואו איר וועט באלד זעהן , איז זייער לאק געהאלטען ביים אויסרינען,
ווי באוויסט איז, אז נאך סעפטעמער 11 האבן אלע קאמפאני'ס וואס האבען ביזנעסער אויסער אמעריקע געדינגען סעקיורעטי פארסעס צו באשוצען זייערע קוואטירען אווער סיע'ס, און רוב פון די סעקיורעטי חברה קומען פון די ספעשעל פארסעס (אליטע קרעפטען) וואס זיי זענען געווארן טרעינירט דורך די מיליטער יארן לאנג און ווען זיי ריטייערן נעמען זיי אן פריוואטע דזשאב'ס, און אזא דזשאב קען באצאלען ביז 1000 דאלאר א טאג,
אויף דעם פליגער איז געפארען א דעלעגאציע פון א באוויסטע קליידער מעניופעקטשערער, און מיט זיי איז מיט געפארען דריי פון די סעקיורעטי /ספעשעל פארסעס וואס האבען געדארפט אנהייבען דינען א זעק'ס חדשים'דיגע טערמין, אינעם קאווטיר פון די קאמפאני אין לאנדאן, איינער פון די דריי איז געווען א געוועזענער מעמבער פון די באוויסטע בריטישע sas און די אנדערע צוויי זענען געווען גוועזענע דעלטא פארס מעמבער'ס,
אפי' זיי זענען שוין נישט געווען אקטיוו אין די מיליטער, האבן זיי זיך נאך אלץ אויפגעפירט -וואו זיי זענען נאר געגאנגען- מיט די זעלבע מאס פארזיכטיקייט ווי דעמאלט'ס, דזשאסט פון געוואוינהייט, אין ווען זיי זענען ארויף אויפ'ן עראפלאן האבן זיי זיך געזעצט אויף דריי באזונדערע פלעצער און נישט צוזאמען כדי נישט צו ציען אויפמערקזאמקייט,
מאנטאג ספטמבר 11, 2006 2:24 pm
בשעת'ן ווערן אריין געשטופט ביזן עק פונעם פליגער, האבן די דריי אויך אויסגערעכנט צו זיין אויף דריי באזונדערע פלעצער, און זיי זענען זיך אדוירך געקומען נאר מיט אויגן בלינקעריי, וואס ווען א צווייטער באמערקט עס ווען, וואלט ער נישטאמאל געכאפט אז זיי ווינקען זיך צווישן זיך.
די אראבער האבן זיך איבער געשמועסט וואס צו טוהן ווייטער, דער הויפט פון די חברה האט געזאגט אז ער וויל גיין צום קאבינע זען צו אלעס איז אין ארדענונג, אבער זיי האבן מורא געהאט, אז ווען זיי וועלן בלייבן נאר צוויי, וועט זיך דער עולם שטארקן איבער זיי, דער אנפירער האט ארויס גענומען פון טאש, א קליינטשיגע בעטערי מיט א בענדל דערויף, און זיך געשישקעט מיט די אנדערע צוויי, און אנגעפאנגען צו גיין צום קאבינע.
די צוויי איבערגעבליבענע האבן אויסגערופן, אז קיינער זאל נישט מיינען אז מיר זענען נאר צוויי, מיר האבן נאך עטליכע וואס זענען ביי די פיילאטס, און זייער אנפירער איז זיי געגאנגען רופן, און אויף דערווייל זאל קיינער נישט פראבירן צו מאכן אן אויפשטאנד, ווייל אין די מינוט וואס ס'וועט ווערן א רודעריי, וועלן זיי געבן א ציה דעם שטריקל אויפן בעטערי, און דער גאנצער פליגער וועט אויפרייסן, אונז וויל מיר נישט ענק שלעכט'ס טוהן, נאר ענק האלטן פאר משכונות, ביז די וועלט וועט אונז נאכגעבן אונזערע פארלאנגען, ממילא לוינט ענק נישט צו פארפירן, ווייל עטץ וועטס נאר דערנענטערן אייער טויט.
די פאסאזשירן האבן קיינער סייווי נישט געגלייבט קיין איין ווארט וואס זיי האבן נארוואס געהערט, אבער זיי האבן גארנישט געקענט טוהן, ווייל פון די בעטערי האבן זיי יא מורא געהאט, ס'האט אויסגעזען צו גוט, זיי זענען אלע געווען בלאס און דערשראקן און נישט געוואוסט וואס די נעקסטע מינוט גייט ברענגען.
איינער פון די ספעשל פארסעס, האט געוואונקען פארן אראבער אז ער וויל עפעס זאגן, דער אראבער האט אים געפרעגט וואס ער וויל, האט ער געענטפערט אז ער דארף ארויס גיין, דער אראבער האט זיך צולאכט, מ'איז דאך קוים ארויסגעפארן, וואס מאכסטו זיך נאריש, עניוועי, באלד וועלן די איבעריגע חברה ארויס קומען, און איינער וועט דיך באגלייטן, דאן וועסטו קענען גיין.
אזוי ווי דער ערשטער שפיל איז נישט געלונגען, האט זיך אנגעפאנגען די צווייטע, דער צווייטער פון די ספעשל פארסעס, איז אוועק געפאלן אונמאכט, מיט א געפערליכע אויסשריי, און געמאכט מיט די הענט אויפן הארץ אז דארטן דרוקט אים געפערליך, די אראבער האבן זיך געוואונקען צווישן זיך, אבער קאלטבלוטיגערהייט געזאגט אז קיינער זאל נישט צוגיין צו אים, ווער יא, ווערט דערשאסן, די מענטשן האבן אנגעהויבן צו פארפירן, אז זיי קענען דאס נישט צו לאזן, און זיי האבן זיך געבעטן ביי די טעראריסטן, אז מען זאל לאזן עפעס טוהן, צו פראבירן יענעם צו ראטעווען, די אראבער האבן זיך נאכאמאל דוירך גערעדט, און זיי האבן געגעבן רשות, אז אויב ס'איז דא איינער וואס מיינט אז ער האט א שטיקל אהנונג און דאקטעריי, קען ער פראבירן ארויס צו העלפן, אבער די איבעריגע זאל זיך קיינער נישט רירן, ווייל אז ס'וועט ווערן א בהלה, וועלן זיי נישט האבן קיין ברירה און מוזן ניצן איבעריגע מאכט, וואס איז אין קיינעם'ס אינטערעסן.
אויפן פליגער איז דארט געווען א סטודענט וואס האט זיך געהאלטן אינמיטן זיך אויסלערנען דאקטעריי, אבער ער האט זייער מורא געהאט זיך ארויס צו ריקן, ווייל די היסטאריע האט עטליכע מאל באוויזן, אז די שטודירטע מענטשן, האבן די אראבער נאכמער פיינט, אבער זעענדיג אז דער אראפגעפאלענער האלט אין איין קרעכצן, האט ער זיך נישט געקענט איינהאלטן, און איז ארויס געטרויטן זאגנדיג אז ער ווייסט אביסל וואס ס'טוהט זיך אין די זאכן, און ער קען פראבירן זען צו ער קען עפעס העלפן, ער האט זיך אראפ געבויגן געטאפט אהער און אהין, געקוועטש דא געקוועטש דארטן, און דער פאציענט - זעענדיג אז די שפיל האט נישט געהאלפן אוועק צו נעמען די אויפמערקזאמקייט פון די אראבער, נאר אדרבה זיי זענען געווארן מער פארזיכטיג - האט אנגעפאנגען ארויס צו ווייזן צייכנס פון פארבעסערונג, דער עולם האט אפגעאטעמט, און די אראבער האבן זיך געפרייט אז זיי האבן ארויס געוויזן אביסל מענטשליכקייט.
דער אנפירער האט אנגעפאנגען צו שפאצירן צום קאבינע, מיט א ברייטן שמייכל אז ווי ס'זעט אויס ארבעט זיך אלעס אויס ווי געפלאנט, אנקומענדיג נענטער צו די קאבינע האט ער אנגעשפיצט זיינע אויערן צו הערן וואס ס'טוהט זיך אינעווייניג, אבער דארט האט געהערשט א טויט שטילקייט, זיי האבן שוין געהאט איבער געגעבן נאכאמאל צום קאנטראלער זייער מצב, פארשטייט זיך אז ס'איז דארטן געווארן א פרישע בהלה, און זיי האבן זיך זייער געשעמט פאר זיך אליין אז די אראבער האבן זיי אזוי גוט אויסגעשפילט, און זיי האבן פריש ארויס געשיקט צוויי פייטער עראפלאנען, צו צווינגען לאנדן דעם עראפלאן, אבער דער עראפלאן איז שוין געווען היבש אויסער די גרעניצן, און אין אזא פאל הייבט זיך אן די אזוי באקאנטע ביוקראטיע, צו מען מעג ארויס שיקן פייטערס ארויס פון די גרעניצן צו נישט, און ס'האט זיך אנגעפאנגען טעלעפאנען אהין און צוריק, די לעצטע מעסעדזש וואס זיי האבן באקומען איז געווען, אז זיי זאלן שטאטערהייט זיך פראבירן אויס צו דרייען, כדי נישט צו מאכן צו אויפפאלענד פאר די איבעריגע היידזשעקערס, אז עפעס טוישט זיך דא, און דערווייל וועט מען ווייטער ארבעטן אונטן וואס נאך מ'קען טוהן, און דאס האבן זיי יעצט געהאלטן אינמיטן טוהן, געניטערהייט מאנעווירט דעם פליגער אז מ'זאל נישט פילן אינעווייניג אז מ'דרייט זיך אויס, אבער דערווייל איז אריין געקומען נאך א פראבלעם, די געז ווייזערל האט נישט געוואלט קאפערירן געהעריג, און האט געהאלטן און איין פאלן צו די לינקע זייט, וואס דאס האט אריין געלייגט ספיקות צו מ'קען נאך מאכן די גאנצע וועג צוריק.
דינסטאג ספטמבר 19, 2006 6:05 pm
דער אראבער קען נישט פארשטיין די שטילקייט דארט, עפעס הייבט אים אן נישט צו געפעלן, זיין שמייכל שפאצירט אים אוועק פונעם פרצוף, אבער הייבט אן צו טראכטן וואס ס'קען אלץ זיין אז דארט איז געשען, ער האט אויך ארויף געברענגט אויף זיין געדאנק דאס ערגסטע, אז דער פילאט - וואס לויט זיין חשבון איז געווען יעצט נאר איינער - האט זיך געשטארקט אויף זיין חברה מאן און אים ערלעדיגט, און אויב אזוי, וואס טוהט מען דא ווייטער, ס'איז אים ארויף געקומען א מאדנע עצה, אבער אין זיין מח האט דאס יעצט אויס געזען דאס בעסטע.
ער גייט צוריק צו זיינע חברה, און שושקעט זיך מיט זיי, ס'האט גענומען אפאר מינוט מיט טענה'ריי אהין און צוריק, ביז זיי האבן זיך אונטער געגעבן, זיי האבן אויסגערופן אז זיי האבן זיך בארעכנט און זיי געבן אויף די הייזשעקונג, אבער כדאי קיינער זאל זיי נישט טשעפענען, וועלן זיי זיך איינשפארן אין די פויסט קלאס אפטיילונג, אין די מינוט וואס איינער וועט פראבירן אריין צו שטורעמען דארט, וועלן זיי אקטיוויזירן זייער באמבע,
די פאסאזשירן האבן זיך נישט געקענט גלייבן וואס זיי האבן נארוואס געהערט, אבער זיי זעען דאך ווי די חברה ציען זיך צוריק, און שפארן זיך איין אין די פוירסט קלאס, יעדער האט זיך צוריק געזעצט אויף די פלעצער, ס'האט זיך געטוהן דארט קולות מיט געוויינערייען פון פרייד, נישט קענענדיג צו זיך קומען פון וואס ס'האט יעצט פאסירט.
די דריי סקיורעטי חברה אבער האבן נאכנישט געגלייבט אז די אראבער זענען פלוצלינג געווארן אזוי גוט, זיי האבן באלד פארשטאנען אז עפעס האט געמוזט געשען ווען דער אנפירער האט באזוכט אינעם קאבינע, און דאס איז נאר א טריק ווי אזוי דער אנפירער האט געקענט נעמען זיינע חברה צו זיך פאר העלפ, וואס אבער דארט גייט פאר האבן זיי זיך נישט געקענט פארשטעלן, אבער איין זאך ווי לאנג יעדער איז געווען ביזי מיט די קולות און געוויינעריי, זענען זיי געבליבן זייער פארזיכטיג, און זיך ארום געקוקט וואס זיי קענען אלץ טוהן אין פאל עפעס וועט ווייטער געשען.
די ארבער זענען צו געגאנגען צום קאבינע, און אלע צוזאמען האבן זיך געגעבן א ווארף אויפן טיר וואס איז גארנישט שטערקער געווארן זייט זיין ערשטן זעץ ביים אנפאנג פונעם ספעקטאל, זייער חשבון איז געווען מה נפשך, איז זייער חבר דארט און אלעס גייט כשורה, איז דאך גוט און זיי גייען צוריק ארויס, און אויב נישט וועלן זיי נאכאמאל איבער נעמען דעם פליגער מיט כח, אבער מיט איין זאך האבן זיי זיך טועה געווען, זיי האבן פארגעסן אז אויב זייער חבר לעבט שוין נישט האבן שוין די פילאטן יעצט וואפן אינעווייניג, און נאך אזאך וואס האט זיי זייער איבערראשט, אז זיי האבן גערעכנט צו טרעפן נאר איין פילאט, און האבן זיך קאנצעטרירט מיט זייער וואפן צו יענעם'ס פלאץ אבער אין איין אויגן בליק, האט דער קא-פילאט אויס געשאסן אויף זיי אין איינער איז גלייך געווען טויט, און די אנדערע צוויי האבן גלייך צוריק געטרויטן איידער זיי ווערן געשעדיגט, זיי האבן שוין יעצט געזען אז דו צייט איז נישט אויף זייער זייט, און זיי האבן מחליט געווען אויף צו רייסן דעם פליגער אבער נישט איידער זיי גייען נאכאמאל זיך איזדיקעווען איבער די פאסאזשירן,
ווי די פאסאזשירן האלטן נאך אינמיטן די הולטייען, זענען זיי ווייטער געווארן געשאקט ווען מיט מאדנע קולות און אנגעבלאזענע פנים'ער מארשירן אריין די צוויי פארבליבענע טעראריסטן, מיט אויס געשטרעקטע געווער אז יעדער זאל צוריק גיין צום סוף פונעם פליגער, מיט יאמערליכע קולות האבן זיי געהאקט אויף די צום טויט דערשראקענע פאסאזשירן נישט וואוסנדיג וואס דא גייט פאר, ווען יעדער איז שוין געווען צוזאם געשטופט, האבן זיי מיט כעס געזאגט אז זיי האבן געוואלט אויף געבן דעם קאמפ, אבער ווייל דער נארישער פילאט האט אומגעברענגט זייער חבר, גייען זיי זיך יעצט נוקם זיין, זיי גייען ארויס נעמען צען פאסאזשירן און אומברענגען, און נאכדעם וועלן זיי אויפרייסן דעם פליגער.
וואס דארט האט זיך אפגעטוהן איז נישט צום באשרייבן, די קולות איז געווען עד לב השמים, אבער ווי מער די קולות אלץ גרעסער די שמייכל אויף זייערע פארשאלטענע פרצופים, זיי האבן אנגעפאנגען קלויבן זייערע קרבנות פארשטייט זיך אז די אלע וואס זענען געווארן ארויס געשלעפט, איז נישט געגאנגען גרינג, אבער מיט קלעפ און קולות האבן זיי שוין געהאלטן ביי אכט, און פאר די לעצטע צוויי האבן זיי אויסגעוועלט אונזערע צוויי אידן, פייוול מיט זיין ווייב, זאגענדיג אז די אידן זענען אין אלעס שולדיג.
פייוול האט שוין לאנג חרטה געהאט פאר זיין געאיילטע שריט, ער האט שוין לאנג נישט געטראכט פון די זיבן ציפערדיגע נאמבער וואס האט אים אין אנפאנג אזוי ארויס גענומען פון די כלים, אבער יעצט איז אביסל צו שפעט, ער איז געשטאנען איינגעבויגן זיינע אויגן געשוואלן פון וויינען, און שטילערהייט געמורמעלט ווידוי אינאיינעם מיט זיין ווייב וואס האט גארנישט בעסער אויסגעזען.
די אראבער האבן געזאגט אז זיי גייען אנפאנגען אויף א רייע, און די אידן גייען זיי לאזן צום לעצט אז זיי זאלן גוט געפייניגט ווערן פון שרעק איידער זיי גייען שטארבן, זיי האבן ארויס גענומען דעם ערשטן קרבן און ווי לאנג איינער האט אנגעפאנגען קער צו נעמען פון אים, איז דער צווייטער געבליבן אויס געשטרעקט מיט זיין רעוואלווער, אקעגן די איבעריגע קרבנות און פאסאזשירן, ער האט אנגעפאנגען ציילן צען, ניין אכט, זיבן, ווען ער האט געהאלטן ביי צוויי, האט ער געגעבן א שלעפ דעם צינגל, אין יענע מינוט ווען קיינער האט זיך נישט געראכטן אז דער מצב קען זיך דא טוישן, זענען די דריי חברה לייט ארויס געשפרינגען יעדער עקסטער פון זיין פלאץ ווי זיי האבן זיך געהאט באהאלטן, און מיט א פלינקייט זיך געגעבן א ווארף ארויף אויף ביידע טעראריסטן, און די רעוואלווער וואס איז שוין געווען געשלעפט דעם צינגל אויס צושיסן, האבן די צוויי וואס האבן אים באהאנדלט אויס געדרייט צו אים אליין און עס געלאזט אויסשיסן אויף אים אליין, און דעם אנדערן האבן זיי צו געבינדן די הענט און פיס, און פארשטאפט די מויל, און שנעל זיך גענומען לויפן צום קאבינע זען וואס דארט טוהט זיך, און זיי קענען מיט עפעס זיין בייהילפיג.
מאנטאג אוקטובר 16, 2006 4:39 pm
זיצט זיך אזוי יחזקא'ל און קען זיך נישט בארואיגען זיינע געדאנקען, האט אים זיין סעקרעטאר טאקע אויסגעשפילט צו נישט ווייל טאמער יא ווער ווייסט וואס דאס קען ברענגען ער הייבט זיך אן צו דערמאנען וויאזוי זיין חבר משה הי"ד האט אויך באקומען אזא בריוו און זיין אמעריקאנע אפיס אויף 47'ט סטריט ער זאל קומען קיין אנטווערפען פאר אזא דיעל, אוי האב איך מיך געפרייט דעמאלטס אז מיר קענען פארברענגען דא צוזאמען נאך אזויפיל יאר זיין אפגעטיילט און וואס האט זיך אויסגעלאזט צום סוף שנירלעך טרערען הייבען אן צי פליסען אויף זיינע באקען מען האט אים ליידער געפונען נישט בין החיים ל"ע, ניין איך וועל דאס נישט צולאזען עס זאל פאסירען צו מיין געטרייען סעקרעטאר, אבער וואס קען מען טוען איך ווייס דאך אפילו נישט צו ער איז געגאנגען און אויב ער איז געגאנגען ווי איז ער געגאנגען, אזוי טראכטענדיג בליצט עם איין אן איינפאל ער גייט צו צי פייוויש'ס קאמפיוטער דארט זעהט ער טאקע אז פייוויש האט פארגעסען עס אויסצולעשען און ער זעהט אונטען אז זיין אימעיל אדרעסס איז געבליבען אפן עס גיסט אים שווייס די ערשטע מאל וואס ער גייט נישטערען א צווייטענס פריוואטע זאכען וואס קען מען אבער טוען עס איז דאך סכנות נפשות ער הייבט אן נישטערען זעהט ער פונקטליך די קאנפירמעישן פון די פלייטס אוי עס ווערט אים גוט זיין ווייב האט ער אויך מיטגענומען, אוי די יונגע פייוויש מען דארף טראכטען פאר מען טוט עפעס ער נישטערט ווייטער זעהט ער די אימעילס וואס ער האט געשיקט און באקומען פון די יעניגע חברה פייוויש האט זיי געפרעגט וואס עפעס אויב די אפיס איז אין ניו יארק דארף ער גיין קיין לאנדאן האבען זיי געענפערט אז עס איז טאקע געווען א טעות און ער זאל קומען קיין ניו יארק אזוי ווי ער האט שוין באשטעלט די טיקעטס האט ער באשטעלט טיקעטס ווייטער ווען ער קומט אן קיין לאנדאן צי פליען קיין ניו יארק בקיצור יחזקא'ל זעהט שוין ער דארף יעצט אנקומען קיין ניו יארק זאל זיין וואס עס זאל נאר נישט זיין אבער וואס טוט מען ווי הייבט מען אן, די ערשטע זאך הייבט ער אויף דעם טעלעפאון און רופט אן יענק'ל דער גבאי מאכן אן אפוינטמענט ביים רעבי'ן, נישט אזא איינער ווי יחזקא'ל וועט טוען עפעס אן זיך דורך רעדן מיט זיין גרויסען רבין דער קאמישנער רבי, דער גבאי זאגט אים אויב ביסטו דא ביז פינף מינוט קענסטו יעצט אריינגיין נאו פראבלעם זאגט ער אין ער איז שוין אויפען וועג ער קומט אריין צום רבין מיטן פולסטען יראת הכבוד ער פארציילט די גאנצע מעשה אנגעהויבן מיטן בריוו די רבי הערט אים אויס און זאגט אים פאר מיט הצלחה די טוסט די ריכטיגע שריט ער גיבט אים מיט א געבענטשטע נועם אלימלך מיט א רזיא' המלאך וואס ער האט נאך בירושה מדור דור און וואונטשט אים מיט א הערצליכע ברכה.
יחזקא'ל גייט צוריק אין אפיס רופט אן טאגליכט באשטעלט א טיקעט אויף ביינאכט קיין ניו יארק, ער רופט אן זיין ווייב און זאגט איר אז ער האט א וויכטיגע ביזנעס מיטינג און ניו יארק און ער פארט אי"ה ארויס היינט נאכט, זי פאקט אים אלעס איין אינדערהיים ער פאקט זיך אלעס איין אין אפיס און ער גייט אהיים זיך געזעגענען און ויסעו מ'פארט ער שטעלט אפ א טעקסי צום עירפארט נאך א האלבע שעה זעהט ער זיך שוין אין די טערמינעל ווארטענדיג אין די שורה, ער גייט ארויף אויפען פלעין מאכט זיך באקוועים נעמט ארויס זיין משנה ברורה ער הערט ווי די פיילאט וואונטשט א איינגענעמע רייזע ער הערט נאך די האק אז די רעדלעך האבען זיך שוין פארמאכט און מ'פליעט שוין ערשט יעצט הייבט ער אן צו כאפען וואסערע אקציע ער האט זיך דא אונטערגענומען ער זיצט אזוי איינגעזונקען און די מחשבות ביז ער איז אריין אין א זיסע שלאף.
לעצט פאראכטן דורך
shtilerheit אום מאנטאג אוקטובר 16, 2006 5:19 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
דאנערשטאג נובמבר 02, 2006 7:30 pm
לויפנדיג צו די קאבינע האבן זיי געטראכט און פראבירט אויס צו פיגערן וואס דארט האט געקענט פאסירן אז די חברה זענען צוריק געקומען מיט אזעלעכע קולות, אנקומענדיג נענטער צו די קאבינע, האבן זיי געטראפן דעם קא-פילאט מיט אויס געשטרעקטע געווער אקעגן זיי, ער האט דאך נישט געוואוסט ווער זיי זענען, און איז נאך געווען אונטער די פרעשער פונעם זען דעם מלאך המות פאר די אויגן שוין מער ווי איינמאל ביי די איינע נסיעה, זיי האבן באלד אויפגעהויבן די הענט, און געשריגן צו אים אז דער פליגער איז ענדליך פריי פון טעראריסטן און ער זאל זיך בארואיגן, נאכנישט אראפ לאזנדיג זיינע וואפן, האט ער אבער אביסל אריין געטראכט און אין אכט גענומען אז זיי זעען אויס אנדערש, און ער האט זיי אויסגעפרעגט וואס ס'טוהט זיך אינעם פליגער, זיי האבן אים פונקטליך דערציילט ווי ס'האלט, און ער איז צוריק געגאנגען צו די קאבינע איבער געבן פארן פילאט די לעצטע געשעענישן, און אריין גערופן די חברה אינעם קאקפיט, און אנגעפאנגען זיך דוירך שמועסן דעם פראבלעם פון געז, מ'האט אויסגעפרייט א מאפע צו זען די נענסטע עירפארט און צו זיי זענען פריינדליך אז מ'זאל קענען לאנדן דארט, זיי האבן זיך אויך פארבינדן מיטן קאנטראלער, אז יעצט אויף אן אמת איז שוין אלעס ערלעדיגט, נאר מ'דארף זיך ספראווען מיט די געז פראבלעם,
דער קאנטראלער האט גערעגטערהייט זיי געזאגט אז ער גלייבט זיי שוין סייווי נישט, און קאמפס פליגער זענען אויפן וועג, און אנגעוויזן זיך צו פארקירעווען צום וועג ווי ס'קען זיין די נענסטע פלאץ פארן לאנדן,
פייוול מיט זיין ווייב האבן ביידע אפגעמאכט אז אין די מינוט וואס זיי קומען אן, נעמען זיי באלד דעם נעקסטן פליגער אהיים, אן זיך זוימען אין ערגעץ אפילו נישט פארן ווייטער קיין לאנדאן, זיי האבן שוין גענוג געהאט פון דעם טריפ,
אנקומענדיג אין עירפארט איז דער עראפלאן באלד ארום גענומען געווארן מיט אלע ערליי אפאראטן, אנגעפאנגען מיט פאליציי, פייער לעשער, א.א.וו. ביז רעפארטערס, מ'האט אראפ געשלעפט די טעראריסטן, און צו ביסלעך האט מען קער גענומען פון די פאסאזשירן, מ'האט יעדן געגעבן א פלאץ ווי זיך אפצו ריען פונעם איבערקערעניש און פון די שרעק וואס איז נאך געלעגן אויס געגאסן אויף יעדן פנים, מ'האט פאר יעדן געגען דעם אפשען אדער צו פארן ווייטער אדער בלייבן דארט פאר אפאר טעג אדער צוריק אהיים צו פארן, אונזער פייוול האט געוואלט נעמען די לעצטע אפשען, פרעגנדיג אבער ווען די נעקסטע פלייט וועט זיין אויף אהיים איז דער ענטפער געווען אז אין צוויי טעג ארום, ער האט שנעל געמאכט א חשבון אז ענדערש פארט ער ווייטער קיין לאנדאן, און פון דארט אהיים קומט ער נאך אן שנעלער ווי ווען ער ווארט דא די צוויי טעג, און אזוי האט ער געטוהן.
דאנערשטאג נובמבר 09, 2006 6:51 pm
ענדליך האט דער פליגער געלאנדעט אין לאנדאן, פייוול מיט זיין ווייב פראבירן זיך צוזאם צו נעמען נאך די שרעק וואס זיי האבן מיטגעמאכט, זיי זענען געגאנגען אין א זייט, זיך אוועק געזעצט, און ארויס גענומען עפעס צו טועם זיין, ווען זיי האבן זיך אביסל אפגערוהט האט זיך פייוויל אנגערופן אז פאר ער גייט באשטעלן טיקעטס אויף צוריק וועלן זיי קודם זאגן עטליכע קאפיטלעך תהלים און דאנקען דעם באשעפער אז ער האט זיי געגעבן די זכיה צו קענען זאגן בכלל אפאר ווערטער, און אזוי האבן זיי טאקע געטוהן,
ווען זיי זענען געזעסן און געזאגט תהלים האבן זיי גארנישט באמערקט ווי איינער האט אדוירעך געוואקט לעבן זיי, און אראפ געווארפן א צעטל ממש אונטער זייערע פיס, ווען זיי האבן געענדיגט זאגן די פאר קאפיטלעך, האט פייוויל'ס ווייב באמערקט דעם צעטל זי האט דאס אויפגעהויבן א בלאסקייט האט באהערשט איר פנים, זי געט דאס צעטל פאר איר מאן, און ער ליינט וואס דארט שטייט, ווי פאלגענד,
מיסטער, מיר האפן אז איר האט נישט געטוישט אייער מיינונג לגבי פארן קיין אמעריקא צו די זייער וויכטיגע מיטינג, וועגן די היידזשעקינג, קיינער האט אויף דעם נישט אונטער געשריבן,
פייוויל ווערט אויך דערשראקן, ער האט געמיינט אז ער איז פארטיג, ער פארט אהיים און אלעס צוריק צום אלטן אבער דא זעט ער אז ניין די חברה האלטן שוין אן אויג אויף אים, און ווילן שוין נישט אים ארויס לאזן פון זאק, אבער אזוי ווי ער האט נישט געזען ווי אזוי די צעטל איז אנגעקומען צו אים, און ווי אויך איז נישט געשטאנען אין צעטל קיין עכטע סטראשע, האט ער געטראכט אז דערווייל גייט ער ווייטער מיט זיין נייע סקעדזשול,
ער גייט צו, צו איינע פון די טרעוועל טישלעך דארט און פרעגט ווען ס'איז די נעקסטע פליגער קיין אנטווערפן, און אויב ס'איז דא פלאץ פאר צוויי, יענער נעמט זיין פאספארט און הייבט אן צו קוקן זיינע אינפארמעישן און דערווייל ענטפערט ער אז אין פינעף שעה פון יעצט איז דא א פליגער און ס'איז דא פלאץ פאר ביידע, און אזוי קוקנדיג אינעם פאספארט פרעגט ער אים דו ביסט ממש יעצט אנגעקומען, ניין? שוין פארסטו אהיים?
פייוויל האט אים מסביר געווען די גאנצע מעשה, און דערווייל האט יענער אריין געלייגט אלע אינפארמעישן און געזאגט אז ס'וועט קאסטן נאך עטליכע הונדערט דאלאר פארן טוישן די אלטע טיקעטס צו די נייע, פייוויל האט אלעס באצאלט אין אפגעמאכט אז פאר די פינעף שעה גייט ער צו א נאנטן האטעל, זיך אויסרוען,
פייוויל שפאצירט ארויס ער קוקט זיך אום ביז ער באמערקט אז נישט ווייט איז דא א האטעל ער גייט צו באשטעלט א צימער, און גייט ארויף ער שטעלט אן זיין סעלפאן זאל אים קלינגען און א דריי און האלב שעה שפעטער, ער זאל נאך האבן צייט צוריק צו גיין, און נישט פארשפעטיגן דעם פליגער, ווען ער וויל זיך שוין אראפ לייגן, הערט ער ווי איינער באברעט ביי די טיר ער וויל צוגיין זען וואס דארט גייט פאר, באמערקט ער ווי א צעטל ווערט אריין געשטיפט אונטער די טיר, ער לויפט צו צום קוקער, אבער ער זעט גארנישט,
ער הייבט אויף דעם צעטל, און ליינט, מיסטער, מיר זעען אז דו פארשטייסט נישט אזוי גוט ווען מ'רעדט צו דיר מיט שיינעם, לאמיר דיר מסביר זיין און אביסל קלארער, מיר ווילן זייער נישט אז איר זאלט צוריק אהיים פארן אן גארנישט, מיר פארלאנגען איר זאלט ווייטער אנגיין מיט די ערשטע פלענער און קומען קיין אמעריקא, מיר פארשטייען אז איר זענט דוירעך א דראמא, אבער דאס קען נישט אנגענומען ווערן פאר א תירוץ פון אונזער זייט צו אנולירן אזא וויכטיגע אינהאלטסרייכע מיטינג, מיר בעטן אייך זייער, איר זאלט אונז גלייבן אויפן ווארט אז מיר זענען ביכולת אייך צו צווינגען אונז צו פאלגן, אבער פארוואס זאל דאס אויספעלן, לאז עס גיין אויף א שיינעם אויפן, געדענק מיר האבן דיך געבעטן שיין,
פייוויל ווייסט שוין נישט וואס צו טראכטן ער האט גארנישט באמערקט אז איינער זאל אים נאך גיין, ער שמועסט עס אדוירעך מיט זיין ווייב, און זיי האבן ביידע אנגעפאנגען וויינען, טראכטנדיג און וואספארא פלאנטער זיי האבן זיך אריין געלייגט מיט די אייגענע הענט, פייוויל זאגט פאר זיין ווייב, לאמיר דיר זאגן וואס איך טראכט, איך מיין אז איך וועל ווייטער מוזן פארן, אבער דו, זע איך נישט פארוואס דו זאלסט דאס דארפן מיטמאכן, פאר אהיים און נעם קער פון אונזער לאה'לע, און איך האף זיך אהיים צו קערן ווי אמשנעלסטןי
זיין ווייב האט נישט עכט געהאלטן דערביי, ניין איך גיי דיך נישט לאזן פארן אליין איך זע שוין אז דאס איז א געפארפולע חברה, זיי נעמען שוין קער פון אונז נאך פאר מיר האבן זיך אפילו געטראפן מיט אונז, איך גיי מוט מיט דיר איבעראל און וואס עס וועט פאסירן מיט דיר וועט פאסירן מיט מיר אויך,
פייוויל האט זיך גע'טענה'עט מיט איר ביז ער האט איר משכנע געווען אז טאמער חלילה עפעס פאסירט מיט זיי וועט קיינער און די וועלט נישט האבן קיין אהנונג וואס עס האט פאסירט מיט זיי, אבער אויב זי וועט אהיים פארן און נאך אפאר טעג וועט ער נישט אנקומען אדער זיך לאזן הערן, איז דא עפעס א האפענונג אז זי וועט קענען איינעם אויפרודערן, דאס האט שוין געהאלפן און מיט דעם פלאן זענען זיי צוריק געגאנגען צום עירפארט פארשטייט זיך נישט אויסריענדיג.
זונטאג ינואר 06, 2008 8:35 pm
פייוול'ס ווייב איז ארויס פון צימער, זיך גרייטן אהיימצופליען, אבער נישט פאר זי האט פארזיכטיג פרובירט ארומצוקוקען ארום און ארום, ווען זי האט באמערקט א שאטן אוועקגייענדיג מיט אן אימפעט פונעם האלוועי, זי האט פרובירט צו זעהן ווער דאס איז געווען, אבער אן ערפאלג.
זי איז ארויס צום טראוועל אגענט טוישען איר מאנס טיקעט, דער טראוועל אגענט וואונדערט זיך ווייטער וואס גייט דא פאר, פון איין מינוט אויפן צווייטען טוישט מען דא שוין צום דריטען מאל אין א ציה, אבער ער פרעגט שוין נישט קיין פראגען, ער האט אויך געהערט וואס איז פארגעגאנגען אויפן עראפלאן, און ער קלערט אז די טראמאה האט זיי נעבאך בארירט...
צוריקקומענדיג אינעם האטעל, טרעפט זי איר מאן אינגאנצען צושטורעמט.
"וואס גייט פאר" געט זי א פרעג, "איך האב דאך אלעס ערלעדיגט לויט דיין ווילען"? ער מורמעלט אונטער מיט א ציבראכען שטימע: עס איז שוין ווידער דא א צעטל!
"וואס גייט דא היינט פאר, עס פליהען צעטלעך פון הימל יעדע פאר מינוט" פרעגט זי ווייטער?
הלואי זאל דאס זיין צעטלעך פון הימל, דערווייל איז דאס ווידער פון די מיסטריעזע פארשוינען,
\און זיי פאדערען קליפ און קלאר אז דו זאלסט אויך מיטקומען! זיי ווילען נישט אז דו זאלסט אהיימפארען און שטערן פונדערווייטענס די גאנצע מיסיע.
פון ווי קענען זיי וויסען אלעס? דאס קענען זיי נישט באגרייפען. אבער יעצט איז נישט קיין צייט צו באדויערן די מצב, מען דארף זעהן תכלית.
אין די לעצטע מינוט האט ער אפגעמאכט מיט איר אז זי וועט זיך קראנק מאכען, ער וועט רופען אן אמבולאנס, אזוי אז זי וועט אריינגעפירט ווערן אין שפיטאל,
אזוי ארום וועט נישט זיין קיין מעגליכקייט אז זי זאל מיטפארען, וועלן זיי זיך מוזען באגנוגען מיט אים אליינס.
אומר ועושה, ער הייסט זיין ווייב זיך אראפלייגען אויפן ערד, און ער הויבט אן מאכן היסטערישע קולות, אזש די איינגעשטעלטע אין האטעל זענען זיך צוזאמגעלאפן זעהן וואס האט פאסירט, און ווי פארשטענדליך האבן זיי גלייך אריבערגערופען אן אמבולאנס, וואס האט איר גלייך אריבערגעפירט אינעם ארטיגען שפיטאל.
--------------------------
אינעם דערנעבנדיגען צימער זיצט זיך דער אגענט, און פאסט אויף אויף די גאנצע געשעניש,
אבער פון גרויס איילעניש האט ער נישט עספיעט צו אויפמערקן וועים מען האט ארויסגעפירט, ער וואלט שוין נאכגעפארן די אמבולאנס, אבער ער איז שוין געוואוינט צו די סארט שפילערייען. "ער מיינט אז ער וועט זיך ארויסדרייען פון מיין לאנגע האנט" ברומט ער ארויס פון אונטער זיין לאנגע וואנצעס, נישט פון מיר!
ער געט א מורמעל אריין אין זיין פיציניקע מאשינקע וואס איז צוגעבונדען צו זיין קראגען, און מורמעלט אריין צו זיין קאלעגע אויפן גאס, מיט א באפעל:
זעה נאכצופארן דעים אמבולאנס ביז ווי עס גייט, און גלייך ווי עס קומט אן צום דעסטינאציע פארבונד זיך מיט מיר איבערצוגעבן אויב עס איז גאר לעהר, און איז נאר געווען א שפיל אונז צו פארטומלען, אדער עס קומט ארויס א מענטש דערפון, און אויב דאס איז א מאנספערזאהן אדער א ווייבפערזאהן, און דערנאך פאלג נאך די ווייטערדיגע אנטוויקעלונגען.
דערנאך האט ער זיך פארבונדען צום הויפטקווארטיר איבערצוגעבן די לעצטערע אנטוויקעלונגען, אז עס הויבט אן צו ווערן אביסעלע פארוויקעלט. ער פרעגט זיין אויבערהאר אויב אין שפיטאל האבן זיי אויך פארבינדונגס מענער אזוי ווי ביים טראוועל אגענטורן. יענער צולאכט זיך הויך אויפן קול, אין שפיטאל האט דער פישל אויסגעוועלט? דאס איז זאך קאמפליט און אונזער באזוץ, האסט דיר נישט וואס צו זארגען. זאג פאר דיין פארבינדערטער אז ווי נאר ער זעהט אז עמיצער קומט ארויס און איז אריינגעטראטן אין שפיטאל געביידע, איז זיין מיסיע פארטיג.
מאנטאג ספטמבר 07, 2009 3:51 pm
מחי' המתים, איך בין אין די שרייבן מוד, איך האב אבער נישט פון וואס, האבעך מיך דערמאנט אין אלטע אומגעענדיגטע מעשה'לע, (האטס נישט קיין מורא, ס'איז נישט ס'ערשטע מאל איך דערמאן זיך דערפון.) די פראבלעמען מיט די מעשה איז געווען עטליכע, איינס, אז דאס אז יעדער האט געקענט שרייבן וואס ער האט געוואלט, איז געווארן זייער שווער צו שפינען די מעשה אויף איין ריכטונג, ווייל יעדער האט געצויגן צו זיין ריכטונג, ס'ווייטע פראבלעם איז געווען, אז נישט אריין טראכטענדיג האט יעדער געעפענט נאך א קאפיטל אין די ערציילונג, און שטארק אוועק פארענדיג פון די אנפאנג, און צוזאם צו קניפן אזויפיל קניפן, וואס איינס פונעם אנדערן איז ווייט כרחוק ברוכים הבאים פון גרעפיקס, איז זייער שווער. ס'דריטע פראבלעם איז געווען צייט.
באט יעצט בינעך דאך אין די מוד פון שרייבן, און ווי געשריבן פריער האבעך נישט וואס, אימער ארויף געקומען אויפן געדאנק צו שפינען אביסל ווייטער די מעשה, אבער איך נעם מיך פאר, קודם אז איך גיי נישט שרייבן צו סאך, כדאי אז די ערווארטונגען זאלן נישט שטייגן, און איך וואודערהאל מיין סטעיטמענט, יעדער קען ווייטער שפינען די מעשה, אבער ס'זאל פליז מאכן סענס, און בויען אויף די קאפיטלען וואס ס'איז שוין יעצט דא. און ווי אויך זיך נעמען א וויכטיגע כלל, דא איז נישט די 'עפן די אשכול נאר טאמער איר גייט שרייבן א תגובה' אשכול, ווער ס'קען נישט, מוז לגמרי נישט שרייבן דא, און אויב וועטעס נאכאמאל פארפארן, איז אזוי, אויב וועטעס זיין צו די זאך, קעמען אויפטון איין זאך, אז איך זאל נאכאמאל פארלירן חשק, (אפילו אן דעם זאגעך גארנישט צו, באט מיט דעם איזעס כמעט א זיכערע זאך.) און אויב איזעס בכלל נישט צו די זאך, וועטעס אי"ה ווערן געמעקט. מיט דאנק פון פראנאויס.
און יעצט א קורצע (עמער זען ווי קורץ) איבער גאנג אויף וואס מ'האט געשריבן ביז אהער.
יחזקאל איז א דיימאנד סוחר אין אנטווערפן, ער באקומט א מאדנעם בריוו'ל פון אמעריקא, און בעט צו שליסן געשעפטן אין לאנדאן, און די בריוו איז צוטיילט אין צוויי צעטליך.
פייוול דער סעקרעטאר, הערט נישט אויף צו טראכטן פון די בריוו, און פילט אויך נישט, אז אינעם עלעוועיטער האטצעך א גוי אנגעקלאפט אין אים, און ארויס גענומען א צעטל פון זיין טאש.
שמעלקא, א דיימאנד סוחר פון אמעריקא, שיקט א בריוו קיין לאנדאן, און ער הערט נישט צוריק דערפון, פארפאסט עטליכע פאון קאלס זייענדיג זייער פארטראכט, אבער פארגעסט דערפון ארויס גייענדיג צו לאנטש.
מארק הענדבורג, אונטערן מאנטל פון א עסן סעילסמאן זיצט אין א באר, ווען א געדונגענער גוי קומט אריין, און זיין ציל איז טאקע דער מארק, וואס ער האט איין טאג צוריק באקומען זיין נאמען, אז ער זאלעם זען נידערן זיין בלוט דרוק ס'בעסטע וואס נאר שייך, אויב ס'וועט אויסקומען אז ס'האט אינגאנצען אויפגעהערט צו דרוקן איז פיל בעסער. אבער דערווייל שפאצירן אריין דריי שעריפ'ס און ביז וואו וואס ווען, איז דער יונגאטש אין די פאליציי קאר, אויפן וועג צום ארעסט קאמערל, מארק'ס פנים שיינט אויף, אז דערווייל ווייסט מען נאכנישט איבער אים.
פאריז, חאצקל/אלעקס, אונטערן מאנטל פון א שמאטעס פארקויפער, צוזאמען מיט זיינס א קאזין זשים קעיסי, פירן אן א מערדערישע אונטערוועלט גרופע, וואס באפאסן זיך מיט אראפ רוימען וועם ס'לאזטצעך, זיי בעטן נישט מער ווי צען טויזענט דאלער פער קאפ, און זיי האבן גראדע היבש אסאך וואס זענען גרייט צו צאלן דעם פרייז, וואוסנדיג אז פון ווען ס'געלט איז אויסגעצאלט אין גרינס, נעמט נישט לאנג, און מ'באקומט א מעסעזש, דזשאב וועל דאן. איינמאל זיך דרייענדיג ביי זיך אין קעלער, ווארטן אים אפ א קעגנערישע גרופע, אנגעפירט פון איינעם זשימי, און זיי שטארקן זיך איבער אים, און מ'פארכאפט אים, פון א קעגן איבער'דיגן פענסטער, האט ארויס געקוקט אן אנאנימער מאן, וואס האט נאכגעקוקט די גאנצע אקציע, און איז צופרידן צו זען, אז די אקציע איז אויפן וועג, און שיקט ארויס א קאוד צו זיינע אויבערהארן אין רוסלאנד אז זייער וואונטש איז אויפן וועג צו ווערן ערפילט.
ירושלים, ר' אברהם'לע דער ראש ישיבה זיצט און לערענט פאר זיין שיעור, ווען פלוצלינג קומט אריין זיינס א געטרייער תלמיד ר' יצחק מאיר טישלער מיט אומבאנומענע קולות, אז זיין אהרן'לע איז שוין נעלם עטליכע שעה, און מ'ווייסט נישט קיין שפורן פון אים'ן, די פאליציי איז שוין אריין געמישט.
פייוול (יחזקאל'ס סעקרעטאר) מיט זיין ווייב בילא, האבן אפגעמאכט אז זיי אויסקרויסן זייער בעל הבית, און גייען אויף די אייגענע האנט מאכן די געשעפטן וואס יחזקאל האט אזוי קאטאגאריש אפגעווארפן, איינרעדנדיג זיין בעל הבית אז ער פילט נישט גוט, האטער אים געלאזט מעלדן אז ער גייט פעלן פאר אפאר טעג, ביז ער וועט קומען צו זיך.
שמעלקא, אויפן וועג פארענדיג צו די ארבעט, באקומט נאכאמאל א פאון קאל, און אויך אזוי ווי די פריערדיגע מאל, איזעס אן אומבאקאנטע נאמבער, און ווער ער הייבט אויף, הערטער אויף די אנדערע זייט א שדכן'טע, וואס ווילעם אנטראגן א שידוך, פאר זיין טאכטער, און ער ווען ער פרעגט פון וועם די רעדע איז, ענטפערט זי, אז פייוול פון אנטווערפן, און אז עריז יעצט אין ענגלאנד מיט זיין פרוי, ווען שמעלקא בעט צייט זיך איבער צו טראכטן, הייבטעם אן נישט גוט צו ווערן, עפעס שטימט דא נישט, פייוול פון אנטווערפן, וואס איז אויך אין די דיימאנד ביזנעס, מידעך זיין אונזער יחזקאל'ס סעקרעטאר, וואס זוכטער אין לאנדאן, און לויט מיין אינפארמעישן איזער נאך קוים א יונגערמאן, ער האט נאכנישט קיין קינדער אין שידוכים יארן, סאו אויב איז דעי פרוי אן אונטערגעשטעלטע מעשה, האטצע אויסגעקליבן זייער א שלעכטע נושא, כאטש ער האט גראדע יא א טאכטער אין די יארן. און פון די אנדערע זייט ווערטעם ביטער, וואס זוכט פייוול אין לאנדאן, איך מוז מיך פארבינדן מיט יחזקאל'ן צו ער ווייסט דערפון. און מיט דעי מחשבות איזער אראפ פונעם באס צו גיין צו זיין אפיס.
ווען יחזקאל זיצט ביי זיך אין אפיס, און פילט אז ער דארף אביסל ערפילן זיין פייוול'ס ארבעט, באקומטער א פאון קאל פון פייוול'ס א חבר, און פונעם שמועס האט יחזקאל אנגעפאנגען צו באקומען ספיקות אין פייוול'ס נישט גוט פילן, אבער באלד האט זיין מח דאס צוזאם געשטעלט מיטן מאדנעם צעטל וואס ער האטעם אראפ געלייגט אויפן טיש, און פארדעכטיגט באלד אז פייוול איז אהין געפארן, און ס'ווערטעם שווארץ פאר די אויגן, און נישט וואוסנדיג וואס צו טון, האטער קודם געלאזט א מעסעזש פאר פייוול'ן אויף זיין סעל, וואס האט פארשטייצעך נישט אויפגעהויבן, אז די חברה האבן דיסיידעט אז זיי גייען יא אראפ קומען, און אויב האטער שוין באשטעלט א טיקעט, זאלערעס קענסלען, האפענדיג אז פאר וואו וואס ווען, וועטעם פייוול קאלן, און דאן וועט מען זען וואס ווייטער.
מארק, זעענדיג אז די פאליציי הייבן אן צו קומען אויף זיינע שפורן, האט אפגעמאכט אז אויף דערווייל פארלאזטער אויסטראליע און טאקע ווי שנעלער, און אויף צו מארגן'ס האטער אפגעשטעלט א טעקסי, און פארלאנגט צו ווערן געפירט צום עירפארט.
די פליגער אין וואס פייוול מיט בילא האבן זיך געפונען אויפן וועג קיין לאנדאן, איז געווארן געהייזשעקט, און די אראבער האבן פארלאנגט צו פארקירעווען די עראפלאן קיין רוסלאנד.
דער געשעדיגטער קא-פילאט קומט אביסל צו זיך, און מיט געלונגענעם מאנעווערע, האט ער אין דער געהעריגער פילאט, געמאכט אומשעדליך דעם אראבער וואסיז געווען אינעם קאקפיט.
ווען אינמיטן די סומאטוכע ווערן די איבריגע הייזשעקער אויפפאלענד, אז זיי הערן גארנישט פון זייער הויפט, גייען זיי צו צום קאקפיט, אבער דארט ווערט נאך איינער געשאסן, און זיי לויפן צוריק צו רייזענדע אפטיילונג, און ווען זיי גרייטן זיך צו שיסן דעם ערשטען קרבן, ווארפן זיך ארויף אויף זיי דריי געלערענטע סעקיוריטי חברה, וואס זענען פונקט געווען אויפן וועג צו זייער נייע ארבעט אין לאנדאן, און זיי האבן די אראבער שטיל געמאכט אויף אייביג.
יחזקאל קען זיך נישט בארואיגן, און נאכן דורכנישטערן אין פייוול'ס אימעיל'ס ווערטער געוואר, אז ער האט טאקע געטון דעם שריט פון וואס ער האט אזוי מורא געהאט, און אז ער האט מיט גענומען זיין פרוי, און ווי אויך, אז זיי האבן אים געזאגט אז ער דארף זיין אין אמעריקא און נישט אין ענגלאנד, און אז ער האט טאקע באשטעלט טיקעט'ס פון לאנדאן קיין אמעריקא, יחזקאל נאכן נעמען א ברכה פון זיין רבי, באשליסט צו פארן גלייך קיין אמעריקא און אפווארן דארט פייוול'ן, און האפט אים אזוי צו ראטעווען.
די געהייזשעקטע פליגער האט ענדליך געלאנדעט ערגעץ אונטערוועגענס נאכן האבן א פראבלעם מיט ווייניג געז, און נאכן פארלייגן עטליכע אפשענ'ס פאר די פאסאזשירן האבן פייוול און זיין ווייב, אויסגעוועלט צו פארן ווייטער אויף לאנדאן און פון דארט צוריק אהיים פארן, אפמאכנדיג אז זיי האבן שוין יוצא געווען, און זיי זענען מער נישט נייגעריג אויף די געוואלדיגע פארדינסטן.
ווען זיי האבן אין עירפארט ערלעדיגט אז זייערע טיקעט'ס זאלן ווערן געטוישט אויף צוריק אהיים צו פארן, ווערן זיי איבערראשט, אז מ'פאלגט זיי נאך, און די חברה פארלאנגען אז ער זאל יא ווייטער פארן קיין אמעריקא, און אז ער זאל נישט פראבירן זיי נישט צו פאלגן, דערשראקענערהייט און פארלוירן, מאכטער אפ מיט זיין פרוי, אז ער האט סייווי נישט קיין ברירה, און ער מוז ווייטער פארן, אבער זי זאל למען השם אהיים פארן, און אז אויב זי הערט נישט פון אים אפט, זאל זי באלד ווערן באזארגט, און זען מיט וואס זי קענעם העלפן.
דערווייל, האטצעך די עצה אויך נישט אויסגעארבעט, און די חברה זענען פון דעם אויך געוואר געווארן, און זיי פארלאנגען אויסדרוקליך אז זיין ווייב זאל אויך מיט קומען, כדאי זי זאל טאקע נישט קענען שטערן זייערע אויפגאבעס, און דאן זענען זיי אויפגעקומען מיט אן איידיע, זיין פרוי האטצעך אראפ געלייגט אויפן פלאהר, און זיך גענומען מאכן באנומענע קולות, און באלד איז דארט געווען אן אמבולאנס, און מ'האט איר אריין געפירט אין שפיטאל.
די שפיאנען אויף זיי, האבן אבער נישט אויפגעגעבן, און זיי האבן באקומען א פארזיכערונג פון זייער הויפט, אז אין שפיטאל האטער גענוג און נאך חברה, און אז זיי וועלן דארט ווייטער קער נעמען.
און אצינד לייענט ווייטער: (אזוי ווי די אינקורצן פון פריער האט גענומען סאך לענגער ווי געטראכט, עלעך צולייגן נאר א קליינע שטיקל, מיט אנטשולדיגונג.)
ירושלים, דער ראש ישיבה בארואיגט זיין תלמיד, און הייסטעם זיך אראפ זעצן, און פארלאנגט פון אים צו הערן מער איינצלהייטן, ווי למשל, ווען האט מען אים לעצט באמערקט, און צו מ'האט געזען לעצטענס עפעס פארדעכטיגט ארום זיין הויז, וכדומה.
דאן האט ר' יצחק מאיר זיך נאכמער צו וויינט, און ווען ער האטצעך קוים געקענט בארואיגן, האטער ארויס געטשעפשעט אפאר ווערטער, מאדנע פאון קאלס פון וואס מ'האטצעך נישט וואוסנדיג געמאכט, זיין שוואגער פייוול פון אנטווערפן געפארן קיין לאנדאן, אבער פון זיין גרויסן כליפען האט מען קוים געקענט א ווארט פארשטיין, דער ראש ישיבה האט אנגעכאפט זיין האנט און עס ווארעם געגלעט, און זיך בעטנדיג ביי אים, אז אויב מ'וועט נישט וויסן אלע איינצלהייטן איז אסאך שווערער צו טראכטן, ענדליך האטצעך ר' יצחק מאיר אביסל בארואיגט, און אנגעהויבן פארציילן, אויף וויפיל ער ווייסט, און טראכט אז ס'האט עפעס צו טון מיטן פארכאפונג פון אהרן'לע.
אנגעהויבן האטצעכעס מיט עטליכע טעג צוריק, ווען זיין שוואגער פון אנטווערפן פייוול, זיין ווייב'ס ברודער, האטעם געקאלט און דערציילט אז ער רעדט פון אמעריקא, אז עריז דארט פאר א ביזנעס צוועק, מ'קען נישט זאגן אז זיין קול איז געווען זייער פרייליך, אדער גוט מוטיג, באט איך וואלט אויך נישט געטראכט אויף די פארקערטע וועג, ווען כ'האבעם געפרעגט די ציל פון זיין קאל, האטער אנגעהויבן צו רעדן זייער שטייט, און געזאגט, הער יצחק מאיר, איך בין פארוויקעלט געווארן אין א שטיקל אומבאטעם'טע פרשה, און כ'מוז האבן צוויי הונדערט טויזענט דאלער אין ווייניגער ווי א וואך, דו מוזט מיר ארויס העלפן, איך קען נישט רעדן צו לאנג, איך בעטעך זאג מיר צו אז דו גייסט מיר העלפן. אויב מעגליך פארבינד דיך מיט מיין ווייב אויך, אבער געב אכטונג וואס דו רעדסט, אלעס ווער..... די פאון האטצעך אראפ געהאקט אבער נישט איידער'ן הערענדיג א זעץ מיט יאמערליכע געשריי פון פייוול'ס מויל.
דערנאך האבן זיך אנגעהויבן מאדנע פאון קאלס צו מיר אהיים, און דאס מאל איזעס פון די וואס שטייען אונטער די אקציע מיט פייוול'ן, און זיי האבן מיר געלאזט וויסן, אז איך זאל קיין איין רגע נישט פארגעסן פון די געלט וואס פייוול האט פארלאנגט צו צושטעלן, און אז בקרוב (ווער האט דען געקענט גלייבן ווי נאנט דער 'בקרוב' וועט זיין.) וועלן זיי נעמען א משכון פון מיר, איך האנישט געקענט טראכטן פון וואס זיי רעדן, איך האנישט קיין ווערטפולע זאכן, אבער דאן איז מיר ארויף געקומען אויפן געדאנק פון די ירושה לייכטער, אוי באשעפער האבעך געטראכט צו מיר, נאר דאס זאלן זיי נישט נעמען, ס'איז ממש א חלק פון מיין לעבן, ווען איך זאל ווען דעמאלטס וויסן, אז צו ירושה לייכטער פארשטייען זיי א מכה, און אז זיי מיינען גאר מיין טייערן אהרן'לע, וואלטעך שוין אוודאי ענדערש געקענט באשטיין אויף די לייכטער, וואסי דען די לייכטער ווערד, אויב מיין אהרן'לע איז אונטער זייערע הענט, אבער ווי דערמאנט האבעך דאס אלעס נישט געוואוסט, און ממילא האבעך נאר געלייגט א וואכזאמע אויג אויף די לייכטער, און עס זייער גוט באהאלטן, אבער אט עטליכע שעה צוריק, קאלט מיך מיין אידענע, אז מ'זעט שוין נישט מיין אהרן'לע פאר אפאר שעה, איז מיר באלד אויפן קאפ ארויף געקומען, צו ווער ווייסט, צו זיי האבן נישט אים גענומען פאר א משכון, רבי, איך בעט אייך העלפט מיר ארויס.
ווען דער ראש ישיבה האטעם איבער געפרעגט פון וואו ער ווייסט אז זיי האבן אים פארכאפט, האטער צוגעלייגט, אז ער האט פארגעסן איין פרט, אז אין די זעלבע צייט וואס זיין אהרן'לע איז נעלם געווארן, האטצעך ארום געדרייט אין די געגענט א קליינע בלויע קאר מיט טונקעלע פענסטער זייער אויפפאלענד, און ס'איז ביי אים ברור אז ס'האט עפעס צו טון מיט דעם, און דערווייל ווייסטער אפילו נישט וויזוי זיך צו פארבינדן מיט זיי.
פארזעצונג קומט אי"ה אויב און ווען איך וועל האבן געדולד.
פאר קאמענטארן, דרוקט
דא.
דאנערשטאג אוקטובר 21, 2010 2:05 pm
אמעריקא:
יחזקאל האט געלאנדעט אין זשעי עף קעי, און נאכן כמעט דורך שלאפן די גאנצע וועג, איזער נאך אלץ געווען זייער אפגעמאטערט, ווייל שרעקליכע חלומות האבן אים געהאלטן און איין באלמוטשן, זיין סעקרעטאר'ס בילד איזעם נישט אוועק פון די אויגן פאר קיין איין רגע, און ווי אויך האטער נישט אויפגעהערט צו טראכטן וועגן פייוול'ס ווייב, וואס מיט זיין אומדורכגעטראכטקייט, און בלינדע תאוה צו גרויס געלט, האטער אויך איר אריין געלייגט אין א סכנה.
אבער יעצט איז נישט קיין צייט פאר באשולדיגונגען, מ'דארף טון, איי וואס? ווייסטער אויך נישט, ער האט נישט געהאט קיין שום פלענער, ער האט אזויפיל אויסגערעכענט, אז זיין פליגער האט געדארפט אנקומען מיט ארום צוויי שעה פאר פייוול'ס פליגער, אבער דאסיז אלץ געווען, אן וויסן פון די פארכאפונג פונעם ערשטן פליגער, ער האט אוודאי געוויס געוואוסט דערפון, אבער האט נישט געהאט קיין אהנונג אז זיין סעקרעטאר איז געווען אויף יענעם פליגער.
ער האט אפגעמאכט צו ווארטן די צוויי שעה אינעם עירפארט, און געהאפט צו טרעפן פייוול'ן ביים אנקומען און זען אים צו ווארענען, און אפשר אים אינגאנצן אפרעדן פון זיינע אמביציעס.
***
ענגלאנד:
אין שפיטאל האטצעך געטון א קאכעניש, מ'האט אריין געברענגט א פאציענט, וואס אויבן אויף דערקענט מען גארנישט אויף איר, אבער קולות מאכטצע א-ווי די וועלט וואלט ארויף געפאלן אויף איר, (איזעס דען נישט? א.ה.) מ'האט איר באלד אריין גענומען אינעם עמוירזשענסי רום, און מ'האט אנגעהויבן צו מאכן אלע מיני טעסט'ס און בלוט גענעמעכטס, דאקטורים זענען געלאפן אריין און ארויס, אזוי אינמיטן די גאנצע סומאטוכע, האטעצך איין דאקטער צוגעריקט, און אריין געמורמעלט אין אויער, מיסיס, ס'וועט אייך גארנישט העלפן, אויב פלאנט איר צו זיין דא אין שפיטאל און נישט מיטפארן מיט אייער מאן, וועלעך מאכן זיכער אז איר זאלט דא בלייבן פאר אייביג, איך האט צייט צו מאכן די דעסיזשן אין נישט מער ווי פינף מינוט, ווייל איר טארט בשום אופן נישט פארשפעטיגן אייער מאנס פליגער.
יעצט אבער האטצעך מער גארנישט אויסגעפעלט צו מאכן, ווייל יעצט האטצע אויפן פלאץ מיט א געפערליכן קוויטש ארויס פון איר מויל, גע'חלש'ט. צו אירע געשרייען זענען געקומען צו לויפן דאקטורים, און מ'האט נאך באמערקט דעם דאקטער אוועק גיין פון איר, ווען מ'האטעם געפרעגט וואס ס'גייט פאר, האטער געענטפערט אז ער ווייסט נישט, ער האט געטון איינע פון די זאכן וואס ער האט געדארפט צו טון, און זי האטצעך צושריגן, און עריז יעצט ארויס געגאנגען רופן הילף.
די דאקטורים זענען צוגעגאנגען צו איר, די מאניטער'ס האבן נישט געוויזן דאס בעסטע, און דער באגאבונד האט געזוכט א וועג וויזוי ער זאל קענען אלעס מיטהאלטן אבער דאך נישט זיין אויפפאלענד, ער האטצעך גענומען מאכן ביזי אין די רום מיט נישטיגע זאכן, און נישט אראפ גענומען קיין אויג, פון די גאנצע סצענע, זיינע אויגן זענען געלאפן פונעם פאציענט צום זייגער הין און צוריק, אבער ער האט געוואוסט אז ער האט פארשפילט, ווייל ער האט באלד געזען אז יעצט איזעס נישט קיין געמאכט זאכן, באט ער האט אויך געוואוסט, אז לעבעדיגערהייט טאר זי פון שפיטאל נישט ארויס גיין. אין זיינע אויגן איזעס געווען פון די קלענסטע זאכן צו ערלעדיגן.
(ביז דא איז געווען געשריבן פאר איבער א יאר צוריק, וואס דעמאלטס בינעך געווארן גוט פארנומען אז כ'האב כמעט געסטאפט אריין צו קוקן אין קרעטשמע, און פון דעמאלטס האבן זיך אנגעהויבן מערן די רויטע ארענזשעס. און ס'האלט נאך אן עד היום, באט עפעס האטצעך לעצטענס אנגעצינדן פריש די שרייבן סוויטש, [פאר ווי לאנג ווייסעך נישט] און ווי שוין געשריבן, אז צו ליינען האבעך נאך אלץ ווייניג צייט, באט איך כאפ אריין צו שרייבן אזוי לאנג ווי איך האב צייט, און ס'קען טאקע נעמען ביז אן ארטיקל איז רעדי, מער ווי א טאג, באט נאו ראהש, סאו יעצט, בינעך ווידער אין די שרייבן מוד, און כ'האנישט געהאט עפעס ספעשל פון וואס, האבעך מיך פריש דערמאנט, אז כ'האב אנגעפאנגען צו ציען ווייטער מיין אלטע אלטע אלטע פארזעצונג, און כאב נישט געהאט קיין צייט עס צו מאכן גענוג לאנג, ס'זאל זיך לוינען ארויף צו לייגן, סאו עמער יעצט פראבירן עס אנצופילן. [סארי פארן אריין האקן, ס'האט עכט נישט מיט די פארזעצונג.])
זיין שאלה איז נאר געווען, צו ער זאל איר ערלעדיגן מיט איין מאל, אדער מעגליך, צו מאכן זיכער אז זי בלייבט אין שפיטאל, אזוי לאנג ווי ס'קען נאך זיין, אז אפשר דורך איר וועט מען קענען דריקן אויף איר מאן צו קאאפערירן. אבער טאמער נעמט ער דעי וועג, קענעס אים אויך מאכן פראבלעמען, ווייל קיינער וואלט נישט געטארט אויפכאפן אז ער אינטערעסירטצעך צו שטארק אין דעי פעישענט, וואס ס'קען זיין זייער אויפפאלענד, סאו דארף מען זוכן נישט נאר די בעסטע וועג, נאר אויך די פראקטיש'סטע, און אין זיינע אויגן האט אויסגעקוקט אז אויב קענער אריין לייגן אין די אינטערווינער'ס די ספעציעלע מאטריאל וואס ער האט אלץ ביי זיך פאר זיינע קעיסעס, און איר מאכן שלאפן אויף אייביג, וועטער אפקומען ס'גרינגסטע.
די מאניטער'ס ארבעטן אן אויפהער, און זיי פארציילן נישט אלץ גוטע זאכן, און דאקטורים לויפן הין און צוריק, און אונזער חברה'מאן, קען נישט צוקומען צו באברענען דארט ווי ער וויל. ער נעמט אפיר די טשארט, און קוקט אלע נאוטס וואס די דאקטורים שרייבן, און לויט די אלע נאוטס, האטער אפגעמאכט אז ס'גייט נאך נעמען א שיינע פאר טעג ווי לאנג זי וועט דארפן דא זיין, סאו האטער ביי זיך אפגעמאכט נאר צו האלטן א וואכזאמע אויג, און העכסטענס וועטער ערגעץ אין די מינטיים ערלעדיגן זיין וויכטיגע ארבעט, און באקומען זיין פעי קעש.
בילא, ווי שוואך זי האט געפילט, האט פיין געוואוסט, אז זי איז אין א געפערליכע סכנה, און ווען דער דאקטער איז געקומען נאנט צו איר, און באברענען ארום איר, פלעגט זי אריין פאלן אין היסטעריע, אבער דאן האט זי אפגעמאכט אז ס'קען איר נאר חרוב מאכן, זי דארף האלטן א וואכזאם אויג, און מאכן זיכער אז זי בלייבט לעבן, און לכאורה איז זי די איינציגסטע, וואס שטערן זייערע פלענער לגבי איר פייוול'ן. זינט דאן, האטצע זייער שטארק פראבירט זיך צו קאנציטרירן אויף אלעס ארום איר, אבער אכטונג געגעבן אז זי זאל בלייבן אין קאנטראל. דערווייל איז אלעס געגאנען ווי אין רוטין, דאקטורים, נוירסעס , אריין און ארויס, און יעדע שטיקל צייט פלעגט 'ער' -אזוי פלעגטצע טראכטן פון אים- אריין קומען און מאכן זיכער אז זיין פאציענט איז נאך אונטער קער.
ביי איינע פון די באזוכן פון די נוירסעס, האט די הויפט נוירס אריין שפאצירט, און זי איז געווען זייער א געלערענטע און הארציגע, און אויך טאלאנטפולע פרוי, א קאפ אויף די פלייצע, געוואוסט ווי איין ווי אויס, און איר האט זייער שטארק אנגעהויבן צו אינטערעסירן די אינטערעסאנטע פרוי, וואס אריין געקומען איז זי לויט אלע אנאליזן געזונט און שטארק, כאטש מיט קולות, און אלל אוו עי סאדען, איז זי געווען ממש מיט א טריט אוועק פונעם מלאך המות. זי האט אנגעפאנגען צו רעדן צו איר, אויסגעפרעגט קשיות, און שטארק אריין געקוקט אין איר פנים צו זי קען עפעס ארויס ליינען פון דארט. זי האט אויפגעכאפט א אומרואיגקייט, באט זי איז נישט געווען זיכער ביי זיך.
ווידעראום ביילא, וואס זי איז געווען וואכזאם צו אלעס ארום, האטעך נישט געהאט קיין אהנונג, ווער אלץ אירע שונאים זענען, סאו איז יעדער געווען פארדעכטיגט, האט זי טאקע זייער אכטונג געגעבן אויף יעדע ווארט וואס זי זאגט, אבער דאס האט איר אביסל פארראטן, ווייל זי האט גערעדט שטייט, און גע'אטעם'ט צווישן יעדע ווארט, וואס כאטש דאס קען זיך מאכן ביי אסאך אויסגעמוטשעטע קראנקע מענטשן, האט מען דא אבער געזען אז ס'איז אויסגערעכענט, און איבער געטראכט יעדע ווארט פארן ארויס זאגן. די נוירס האט זייער שטארק רחמנות באקומען אויף איר, און אפגעמאכט אז זי גייט איר פראבירן צו העלפן די מאקסימום וואס זי קען, ווען זי האט שוין געהאלטן בים ארויס גיין, איז 'ער' פונקט נאכאמאל אריין געקומען, און געקוקט אין די טשארט'ס, און זיינע בליקן זענען געפאלן פון די נוירס צו די פרוי און צוריק, וועלענדיג אויפכאפן צו די פרוי האט גע'דבר'ט עפעס וואס זי דארף נישט, אדער ענדערש וואס ער וויל נישט.
די נוירס האט אויפגעכאפט די בליקן, אבער זייענדיג -ווי געשריבן פריער- א געלערענטע, האט זי זיך זייער גוט געמאכט אז זי כאפט גארנישט אויף, און אנגעפאנגען צו שמועסן מיט אים, וואס ער זאגט צו די מצב פון די פרוי, ער האט אנגעפאנגען מיט זיינע אנאליזן, אהער און אהין, אין די מינטיים האט זי אזוי ווי גענומען נאוטס, וואס ער האלט אז מ'זאל איר טריטן, און מיט אירע זייטיגע בליקן, זייער שטארק באמערקט, אז די אומרואיגקייט וואס זי האט פריער באמערקט אויף די פרוי, איז אויף א פיל גרעסערע פארנעם ווי פריער, אירע אינסטינקטן האבן אנגעהויבן צו ארבעטן מיט די גרעסטע פארע, אבער, שטארק איינגעהאלטן.
ווען 'ער' איז ארויס, נאכן איינזען אז גארנישט האט דערווייל פאסירט, האט די נוירס פריש באמערקט, ווי די אומרואיגקייט פון די פרוי איז ממש ספאנטאניש, א מינוט אזוי און א מינוט רואיגער, אויף אזויפיל האט זי אויפגעכאפט אז דער דאקטור מיט די פרוי, זענען נישט צו א גוטע שידוך, די שאלה איז וואס?
***
ירושלים:
דער ראש ישיבה זיצט פארטראכט, ער פראבירטצעך צו קאנציטרירן אויף וואס ער האט אקארשט געהערט, באט ער קען זיך נישט צוזאם נעמען. די רחמנות אויף זיין תלמיד איז געווען אין לשער. ער נעמט ארויס א תהלים, און הייבט אן צו זאגן מיט כונה אפאר קאפיטלעך, ווען די סעלפאון פון זיין תלמיד צוקלינגט זיך ווידער, און קיין נאמבער קומט נישט ארויף, יצחק מאיר הייבט אויף, און מאכט אויף ספיקער, האלאו, אקעי אונז זעמער דאס ווידער, דו האסט שוין אן אהנונג וואס ס'טיצעך מיט די געלט, ווען און וואו?
עםםםם, עםםםם, כ'האלט אינמיטן, אבער כאדעך נישט קיין אהנונג ווער עטץ זענטס, וויזוי גייעך מיך קענען פארבינדן מיט ענק?
זארג נישט, מיר עלען קער נעמען פון אלעס ארום, דו ברענג נאר ס'געלט, אה, כאדער פארגעסן צו זאגן, דיין אהרעלע, מאכט אביסל צופיל פראבלעמען, ס'וואלט גוט געווען ווען דו קענסטעם ווארענען אז ער זאל שיין פאלגן, אזוי וועטעס זיין בעסער פאר מיר און דיר און פארשטייצעך פאר אים, דא האסטו אים אויפן פאון.
יאמערליכע געוויינען זענען געהערט געווארן, יצחק מאיר איז ממש פארפרוירן געווארן, דער ראש ישיבה האט גענומען דאס ווארט, אהרעלע, דא רעדט דער ראש ישיבה, עם כאדער געוואלט זאגן, אז......
ווער האטער געגעבן רשות אריין צו האקן, און מיסטער, אזא נאר ביסטו אריין צו מישן פרעמדע מענטשן, ביסט טאקע אזוי פארנארט?
עםםם, סיז נאר מיין רבי, עםםם, באט פון די שטילקייט האטער געכאפט אז ער רעדט שוין צו זיך אליינ'ס, דאס פארלוירנקייט האט צוריק באהערשט די צימער.
פארזעצונג קומט אי"ה אויב און ווען איך וועל האבן געדולד.
פאר קאמענטארן, דרוקט
דא.