חידות

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
איינס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3913
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מיטוואך ינואר 15, 2020 5:15 pm

איינס האט געשריבן:איז מיר איינגעפאלן עפעס
ווער קען פותר זיין

אחד יחיד ומיוחד
וגם שמו ברמז
כמספרו לא היו יוצאים
וגם מספרם אל תשכח

:?
וועל איך מוזן אליין ענטפערן

אחד יחיד ומיוחד = א
וגם שמו ברמז - יי איז שם השם ברמז
כמספרו לא היו יוצאים = נ אילו היו נכנסים לשער הנ לא היו יוצאים ממצרים
וגם מספרם אל תשכח = מספר בני ישראל ווען זיי זענען ארויס איז געווען ס ריבוא

איינס
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
די מערסטע
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 05, 2019 12:00 am

תגובהדורך די מערסטע » מיטוואך ינואר 15, 2020 5:22 pm

איינס האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:איז מיר איינגעפאלן עפעס
ווער קען פותר זיין

אחד יחיד ומיוחד
וגם שמו ברמז
כמספרו לא היו יוצאים
וגם מספרם אל תשכח

:?
וועל איך מוזן אליין ענטפערן

אחד יחיד ומיוחד = א
וגם שמו ברמז - יי איז שם השם ברמז
כמספרו לא היו יוצאים = נ אילו היו נכנסים לשער הנ לא היו יוצאים ממצרים
וגם מספרם אל תשכח = מספר בני ישראל ווען זיי זענען ארויס איז געווען ס ריבוא

איינס

;l;p-
געלט האב איך נישט... אבער "די מערסטע" בין איך!!

חוח בין השושנים
שר האלף
תגובות: 1511
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » מיטוואך ינואר 15, 2020 5:58 pm

איינס האט געשריבן::?
וועל איך מוזן אליין ענטפערן

אחד יחיד ומיוחד = א
וגם שמו ברמז - יי איז שם השם ברמז
כמספרו לא היו יוצאים = נ אילו היו נכנסים לשער הנ לא היו יוצאים ממצרים
וגם מספרם אל תשכח = מספר בני ישראל ווען זיי זענען ארויס איז געווען ס ריבוא

איינס

זייער זיס! א שיינע איידיע
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

וואס טוט זיך
שר האלפיים
תגובות: 2931
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » זונטאג ינואר 19, 2020 12:42 am

ווייס איך נישט צו שוין געווען דא..

איינער וויל האבן פונקטליך 4 ליטער וואסער

צו זיין באזיץ האט ער א 5 ליטער באטל און א 3 ליטער באטל, וואס דורכן נוצן דאס דארף ער קענען אריינפילן פונקטליך 4 ליטער אין א דריטע גלאז.

וויאזוי טוט ער דאס?

הערה: מ'קען נישט אנפילן נאר א 'האלב' אדער א 'פערטל' פון די 3 אדער 5 ליטער באטלעך, אז מ'פילט עס אן, מוז מען עס אנפילן ביז'ן טאפ.
זשאו ביידען מאכט א מיסטעיק, און ער פאררעכט עס גלייך
דאנעלד טראמפ מאכט א מיסטעיק, און ס'ווערט א פאקט גלייך

אוועטאר
איצל פיצל
שר חמש מאות
תגובות: 612
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

תגובהדורך איצל פיצל » זונטאג ינואר 19, 2020 12:58 am

וואס טוט זיך האט געשריבן:ווייס איך נישט צו שוין געווען דא..

איינער וויל האבן פונקטליך 4 ליטער וואסער

צו זיין באזיץ האט ער א 5 ליטער באטל און א 3 ליטער באטל, וואס דורכן נוצן דאס דארף ער קענען אריינפילן פונקטליך 4 ליטער אין א דריטע גלאז.

וויאזוי טוט ער דאס?

הערה: מ'קען נישט אנפילן נאר א 'האלב' אדער א 'פערטל' פון די 3 אדער 5 ליטער באטלעך, אז מ'פילט עס אן, מוז מען עס אנפילן ביז'ן טאפ.


קודם פילט ער אן די דריי ליטער פלאש און גיסט אריין דריי ליטער אינעם גלעזל, דערנאך פילט ער אן צום צווייטן מאל און גיסט אריין דריי ליטער אינעם פינעף ליטער׳דיגן פלעשל, דערנאך פילט ער צוריק אן דעם דריי ליטער פלאש אין פילט אינגאנצן אן דעם פינעף ליטער פלאש, בלייבט ער יעצט מיט איין ליטער אינעם דריי ליטער׳דיגן פלאש וואס ער גיסט צו צום דריי ליטער וואס ער האט פריער אריינגעגאסן אינעם גלעזיל.

וואס טוט זיך
שר האלפיים
תגובות: 2931
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » זונטאג ינואר 19, 2020 4:33 pm

;lp-
איצל פיצל האט געשריבן:
וואס טוט זיך האט געשריבן:ווייס איך נישט צו שוין געווען דא..

איינער וויל האבן פונקטליך 4 ליטער וואסער

צו זיין באזיץ האט ער א 5 ליטער באטל און א 3 ליטער באטל, וואס דורכן נוצן דאס דארף ער קענען אריינפילן פונקטליך 4 ליטער אין א דריטע גלאז.

וויאזוי טוט ער דאס?

הערה: מ'קען נישט אנפילן נאר א 'האלב' אדער א 'פערטל' פון די 3 אדער 5 ליטער באטלעך, אז מ'פילט עס אן, מוז מען עס אנפילן ביז'ן טאפ.


קודם פילט ער אן די דריי ליטער פלאש און גיסט אריין דריי ליטער אינעם גלעזל, דערנאך פילט ער אן צום צווייטן מאל און גיסט אריין דריי ליטער אינעם פינעף ליטער׳דיגן פלעשל, דערנאך פילט ער צוריק אן דעם דריי ליטער פלאש אין פילט אינגאנצן אן דעם פינעף ליטער פלאש, בלייבט ער יעצט מיט איין ליטער אינעם דריי ליטער׳דיגן פלאש וואס ער גיסט צו צום דריי ליטער וואס ער האט פריער אריינגעגאסן אינעם גלעזיל.

גוט געטראכט..
ס'פשוט מיין טעות, כ'האב געמיינט צו זאגן ער דארף האבן פיר ליטער אינעם פינף ליטער'דיגן גלאז (און צו עים העלפן דאס האבן דארף ער אויך ניצן דעם 3 ליטער'דיגן גלאז) און אזוי אריינגיסן אויף איינמאל אינעם פיר ליטער'דיגן פלאש, נישט צוביסלעך.


ס'דא צוויי תשובות, (לפי ידיעתי)
זשאו ביידען מאכט א מיסטעיק, און ער פאררעכט עס גלייך
דאנעלד טראמפ מאכט א מיסטעיק, און ס'ווערט א פאקט גלייך

אוועטאר
איינס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3913
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » זונטאג ינואר 19, 2020 5:50 pm

באותו הדרך

א.
1. ער פילט אן די דריי און גיסט אריין אין פינעף
2. ער פילט אן נאכמאל דריי או גיסט אריין אין פינעף
3. ער בלייבט מיט איין ליטער אין די דריי
4. ער גיסט אויס די פינעף
5. ער גיסט אריין די איין ליטער אין די פינעף
6. ער פילט אן די דריי אין גיסט אריין אין פינעף

ב.
1. ער פילט אן די פינעף און גיסט אריין אין דריי
2. די צוויי וואס בלייבט גיסט ער אין א דריטע
3. וחוזר חלילה
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

וואס טוט זיך
שר האלפיים
תגובות: 2931
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » זונטאג ינואר 19, 2020 6:51 pm

;l;p-
אות א, איז גוט.

אות ב, האבעך קלאר געשריבען עס דארף זיין אויף איין מאל, נישט צוויי, צוויי :evil: .......

נו, נאך דא נאך איין וועג, ??
(לענ"ד איז די צווייטע אביסל מער לומדיש..)
זשאו ביידען מאכט א מיסטעיק, און ער פאררעכט עס גלייך
דאנעלד טראמפ מאכט א מיסטעיק, און ס'ווערט א פאקט גלייך

גרשון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 445
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

תגובהדורך גרשון » זונטאג ינואר 19, 2020 7:24 pm

איינס האט געשריבן:באותו הדרך

א.
1. ער פילט אן די דריי און גיסט אריין אין פינעף
2. ער פילט אן נאכמאל דריי או גיסט אריין אין פינעף
3. ער בלייבט מיט איין ליטער אין די דריי
4. ער גיסט אויס די פינעף
5. ער גיסט אריין די איין ליטער אין די פינעף
6. ער פילט אן די דריי אין גיסט אריין אין פינעף

ב.
1. ער פילט אן די פינעף און גיסט אריין אין דריי

2. ער גיסט אויס די דריי און גיסט אריין אינעם דרייער די צוויי איבערגעבליבענע ליטער.
3. ער פילט צוריק אן דעם פינפער.
4. ער גיסט אריין איין ליטער אינעם דרייער, און בלייבט מיט פיר.
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנאלן מענטש

וואס טוט זיך
שר האלפיים
תגובות: 2931
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » מאנטאג ינואר 20, 2020 12:04 am

געוואלדיג.
;l;p- פאר איינס מיט גרשון.
________
א פארמער האט דריי זאכן
א האן
א פוקס (Fox)
און א גרויסע שטיקל קארן.

ער שטייט ביי איין זייט טייך, און ער דארף עס אריבערפירן צום צווייטען זייט. ער האט א שיף וואס האט פלאץ פאר די פארמער מיט נאך איין פון זיינע זאכן. ד.מ. אז די פארמער דארף אריבערפירן איין זאך אויף א מאל צום צווייטען זייט.

אבער ער מעג נישט איבערלאזן אליין די האן מיט די קארן צוזאמען אויף איין זייט (אויס מורא אז די האן העט עסן די קארן)
ווי אויך מעג ער נישט איבערלאזן אליין די האן מיטן פוקס אויף איין זייט (אויס מורא אז די פוקס העט עסן די האן)

וויאזוי פירט ער אלעס אריבער בשלום?
זשאו ביידען מאכט א מיסטעיק, און ער פאררעכט עס גלייך
דאנעלד טראמפ מאכט א מיסטעיק, און ס'ווערט א פאקט גלייך

אוועטאר
איצל פיצל
שר חמש מאות
תגובות: 612
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

תגובהדורך איצל פיצל » מאנטאג ינואר 20, 2020 12:21 am

ער טראגט אריבער די הינדעלע און קומט צוריק, טראגט אריבער די פוקס, און אויפן וועג צוריק ברענגט ער מיט צוריק די הינדל כדי די פוקס זאל אים נישט אויפעסן. לייגט אראפ דעם הינדל און טראגט אריבער דעם קארן, קומט צוריק און נעמט נאכאמאל אריבער דעם הינדל.
ועל דא נאמר הכל על מקומו יבא בשלום

וואס טוט זיך
שר האלפיים
תגובות: 2931
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » מאנטאג ינואר 20, 2020 12:36 am

;l;p-
זשאו ביידען מאכט א מיסטעיק, און ער פאררעכט עס גלייך
דאנעלד טראמפ מאכט א מיסטעיק, און ס'ווערט א פאקט גלייך

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר האלף
תגובות: 1989
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אין אפיס ביים דעסק

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » מאנטאג ינואר 20, 2020 12:53 am

א חידה פון חת"ס
וואס איז שטערקער פון כביכול, און אויב מ'עסט עס שטארבט מען?

גרשון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 445
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

תגובהדורך גרשון » מאנטאג ינואר 20, 2020 4:57 pm

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:א חידה פון חת"ס
וואס איז שטערקער פון כביכול, און אויב מ'עסט עס שטארבט מען?

כ'וועל נישט שרייבן דעם ענטפער, ווייל כ'האב עס שוין געהערט. ס'איז מיר אבער אינטערעסאנט וואס דו זאגסט עס נאך פונעם חתם סופר. ער שרייבט עס ערגעץ?

(אולי לא שאלתי נאר דיך צו מאכן א שר האלף, דיי.)
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנאלן מענטש

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר האלף
תגובות: 1989
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אין אפיס ביים דעסק

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » דינסטאג פאברואר 04, 2020 11:13 pm

ווי דערמאנט מען
KEWL האט געשריבן:?
ביי די שבת'דיגע זמירות..?

אוועטאר
KEWL
שר מאה
תגובות: 176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2011 1:57 pm
לאקאציע: ...Searching
פארבינד זיך:

תגובהדורך KEWL » מיטוואך פאברואר 05, 2020 10:57 am

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:ווי דערמאנט מען
KEWL האט געשריבן:?
ביי די שבת'דיגע זמירות..?


בּיי מיר אינדערהיים
אז די הערסט מעך זינגען עסטעך וואדע דערמאנען פין מירִ... נישט אזוי?
א מצוה בּלייבּט אויף אייבּיג
אויף עבירות קען מען תשׁובה טון

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר האלף
תגובות: 1989
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אין אפיס ביים דעסק

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » מיטוואך פאברואר 05, 2020 1:10 pm

וויזניצער מנוחה ושמחה האט געשריבן:אוי וועי אוי וועי אוי וועי אויהויהוי
KEWEWEWEL.. יחליצך

אוועטאר
איינס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3913
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דאנארשטאג פאברואר 06, 2020 6:01 pm

ווער קען חשבון?

ויקח שש מאות רכב בחור
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

פראהביטש
שר חמש מאות
תגובות: 806
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 7:01 pm

תגובהדורך פראהביטש » דאנארשטאג פאברואר 06, 2020 6:11 pm

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:א חידה פון חת"ס
וואס איז שטערקער פון כביכול, און אויב מ'עסט עס שטארבט מען?

גארנישט

חוח בין השושנים
שר האלף
תגובות: 1511
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » דאנארשטאג פאברואר 06, 2020 6:13 pm

איינס האט געשריבן:ווער קען חשבון?

ויקח שש מאות רכב בחור

ס'ווענדט זיך וועלכע מין 'רכב' ס'געווען.
למשל אויב ס'געווען ספרינטערס (שוין געווען דעמאלטס?), אין יעדע ספרינטער פיטן אריין כאטש 35 בחורים, סאו אז ס'איז 600 רכב, איז עס א חשבון פון 21 טויזנט בחורים. הה"ד ויקח שש מאות רכב בחור.
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

אוועטאר
איינס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3913
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דאנארשטאג פאברואר 06, 2020 8:52 pm

חוח בין השושנים האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:ווער קען חשבון?

ויקח שש מאות רכב בחור

ס'ווענדט זיך וועלכע מין 'רכב' ס'געווען.
למשל אויב ס'געווען ספרינטערס (שוין געווען דעמאלטס?), אין יעדע ספרינטער פיטן אריין כאטש 35 בחורים, סאו אז ס'איז 600 רכב, איז עס א חשבון פון 21 טויזנט בחורים. הה"ד ויקח שש מאות רכב בחור.

ויקח שש (6) מאות רכ"ב (222) = בחו"ר (216)
לעצט פאראכטן דורך איינס אום דאנארשטאג פאברואר 06, 2020 9:09 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
KEWL
שר מאה
תגובות: 176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2011 1:57 pm
לאקאציע: ...Searching
פארבינד זיך:

תגובהדורך KEWL » דאנארשטאג פאברואר 06, 2020 9:03 pm

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:
וויזניצער מנוחה ושמחה האט געשריבן:אוי וועי אוי וועי אוי וועי אויהויהוי
KEWEWEWEL.. יחליצך


חא חא חא
(חי אמונה. חי אמונה. חי אמונה)
ספר נהרי אפרסמון
א מצוה בּלייבּט אויף אייבּיג
אויף עבירות קען מען תשׁובה טון

חוח בין השושנים
שר האלף
תגובות: 1511
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » מוצ"ש פאברואר 08, 2020 7:10 pm

איינס האט געשריבן:ויקח שש (6) מאות רכ"ב (222) = בחו"ר (216)

אה, דו קוקסט אין די קליינע אותיות! אכן נודע הדבר...
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

א גולם
שר האלף
תגובות: 1831
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

תגובהדורך א גולם » מוצ"ש פאברואר 08, 2020 10:07 pm

קיקיון האט געשריבן:דער בעקער האט געקויפט א קילא פוטער ביים מילכיגען
עס האט אים אויסגעזעהן צו וויינג איז ער איבער אין נעקסטען דערפעל און אפגעוואיגען אין
עס האט געוואיגען נור 900 גראם
רופט ער דעם מילכיגען צו ד"ת
זאגט דער מילכיגער
רבותי הדיינים דא האט איר מיין וואגשטיין א ברויט פון אונזער בעקער
מיט דעם וועג איך מיין פוטער
ברענט מען א וואג און מען וועגט אפ דעם ברויט און ........................
עס האט געוואיגען 900 גראם

די מייסע האט א פירכא !
---------------
מיר זענען יעצט אין קרעטשמע נישט אין בה"מ


אויב די מילכיגען האט געקויפט א קילא ברויט האט עם די בעקער אויסגעפאפט

גרשון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 445
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

תגובהדורך גרשון » דינסטאג פאברואר 11, 2020 4:11 pm

פארלוירענע געלט...

ברוך און בערל האבן ביידע געצויגן זייער חיונה דורכ'ן פארקויפן אייער. זיי פלעגן יעדן טאג פארן צום דערנעבנדיגן דארף, איינהאנדלען א טעוועלע וועלכע האט אנטהאלטן דרייסיג אייער, און זיי דערנאך פארקויפט אין שטעטל. דער פרייז איז אבער נישט געווען אייניג ביי ביידן; אין דער צייט וואס ברוך האט געגעבן דריי אייער פאר איין זלאטע און געענדיגט דעם טאג מיט צען זלאטעס, האט בערל געגעבן בלויז צוויי פאר דעם פרייז און געלייזט פופצן זלאטעס א טאג.

אין א טאג האבן די צוויי זיך צאמגערעדט, און באשלאסן אז ס'פעלט נישט אויס אז ביידע זאלן יעדן טאג פארן אין דארף און פארקויפן די אייער אויפ'ן מארק. פון היינט און ווייטער וועלן זיי ארבעטן בשותפות. איין טאג ווען ברוך פארקויפן זיינע אייער און בערל'ס אייער, און דער אנדערער טאג וועט בערל פארקויפן, און דער פרייז וועט בלייבן דער זעלבער ווי ביז יעצט: פינף אייער פאר צוויי זלאטעס.

אומר ועושה, דער קומענדיגער טאג האט זיך ברוך געשטעלט אויפ'ן מארק ווי דער פלאן, און ביז'ן סוף טאג האט ער אויספארקויפט אלע זעכציג אייער. אהיימקומענדיג ציילט ער אפ דאס געלט – 24 זלאטעס. אבער איין מינוט, כאפט ער זיך, יעדן טאג מאכן מיר אינאיינעם 25 זלאטעס, וואו איז די לעצטע זלאטע פארשוואונדן געווארן? בערל וועט מיך אוודאי חושד זיין אז איך האב עס גע'לקח'נט, איך ווייס דאך אבער ביי מיר אז פונקטליך אזויפיל האב איך געמאכט!

אפשר קענסטו העלפן די צוויי ארעמע פעדלער טרעפן די פארלוירענע זלאטע?
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנאלן מענטש


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט