באריכטן און אנאליזן
זונטאג ינואר 06, 2008 7:20 pm
א לעצטע באריכט גיט איבער, אז נאכ'ן געווינס וואס האקאבי האט אפגעהאלטן אין אייווא, פרובירן זיי א נייע סטארטעגיע צו קענען געווינען סופער טוסדעי.
האקאבי'ס געהילפן האלטן, אז ביז סופער טוסדעי האט ער גוטע שאנסן אנצוהאלטן דאס מאמונטום וואס ער האט ערווארבן אין אייווא. אבער זיי ציטערן פאר'ן סופער טוסדעי, וואס ווי מען זאגט פאר, וועט זיך זושלאני דאן שטארקן און אנצוהייבן צו שטייגן, א זאך וואס האקאבי'ס חברה ווילן פארמיידן פאר אלע געלטער. דערפאר זענען זיי אויפגעקומען מיט א פרישע סטארטעגיע וואס ווערט אין די טעג שטארק באטראכט, אז האקאבי זאל שוין יעצט אויס קלויבן זיין וויצע קאנדידאט, און עס זאל נישט זיין קיין אנדערע ווי גאוואנאר דשארדש פאטאקי, דער געוועזענער גאווארנאר פון ניו יארק, וואס דאס קען אים ברענגן שטארקע שטיצע אין ניו יארק און וועט ארויסרוקן זושלאני פונעם פארמעסט.
אזא אויסוואל וועט מורא'דיג באלאנסירן דעם טיקעט, וואס וועט ארויסברענגן אסאך ניו יארק רעפאבלקאנער צו די פריימערייס - וואס קומען נישט געווענדליך ארויס שטימען אין די פריימעריס ווייל מיט אזא טיקעט - א מעסיגער קאנסערוועטיוו ווי האקאבי און א מעסיגער ליבעראלער ווי פאטאקי - איז דא זייערע גרויסע מעגליכקייטן צו מארשירן צו א זיג אין נאוואמבער.
ווי זיי גיבן איבער איז געוואנדן דאס באשלוס אויף אן אנקעטע וואס וועט אונטערגענומען ווערן די וואך, צו מעסטן אויב דאס וועט טאקע ברענגן די געוואונטשנע רעזולטאטן.
דאס באריכט ברענגט ארויס דאס שטארק באקאנטע פאקט, אז זושלאני האט אינדארסט קאומאו קעגן פאטאקי, ווען ער איז געלאפן פאר גאווארנאר, און דערפאר האט פאטאקי נישט קיין פראבלעם צו גיין קעגן אים.
אויב דאס וועט געשען, וועט דאס שטארק אויפשאקלן דאס קאמפיין, ווייל געווענדליך ווערט הערשט א וויצע קאנדידאט אויסדערוועלט ווען מען איז שוין זיכער מיט'ן נאמאנאציע, ווייל יעדע קאנדידאט קען באשטיין אז אויב ער פארלירט זאל ער כאטש אויסגעקליבן ווערן פאר וויצע.
עס ווערט אויך צוגעצייכנט, אז אויב דאס פאסירט, האט בלומבערג נאך ווייניגער שאנסן צו געווינען דאס פרעזידענט בענקל, ווייל מיט פאטאקי אויפ'ן טיקעט, איז שוין ניו יארק נישט פארזיכערט פאר אים.
דאס האט מען שוין לאנג געהערט אז אויב איז זושלאני וועט זיין די רעפאבליקאנער קאנדידאט, וועט בלומבערג נישט אריינטאנצן אינעם פארמעסט, ווייל ווי געזאגט, איז אן קיין זיכערע זיג פאר בלומבערג אין ניו יארק, אים נישט ווערד אריינצוגיין אינעם פארמעסט.
Advertisement
זונטאג ינואר 06, 2008 10:38 pm
זאגסט נישט שלעכט! איך קלער נאר אז אויב זאל האקעבי טאן אן איבערגעאיילטן שריט אקעגן די טראדיציע, וועט ער באטראכט ווערן ווי איינער וואס כאפט די פיש פאר די נעץ, און וועט שלעכט צוריקשמייסן אין זיין פנים.
אגב, אין וועלכע פאליטישע קארידארן הערט מען רעדן אזעלכע שמועות? (זאג מיר נישט "קול מבשר"..)
מאנטאג ינואר 07, 2008 12:29 am
די איידיע געפעלט מער.
מאנטאג ינואר 07, 2008 1:53 am
מיין מיינונג איבער הוקאבי האט זיך געטוישט נאכן ליינען עטליכע אינעטערוועש באריכטן איבער אים און זיינע אקטיוויטעטן.
אבער דאך האלט איך נישט אז ער וועט עס מאכן קעגן קלינטאן.
מאנטאג ינואר 07, 2008 9:20 am
שוועמל האט געשריבן:מיין מיינונג איבער הוקאבי האט זיך געטוישט נאכן ליינען עטליכע אינעטערוועש באריכטן איבער אים און זיינע אקטיוויטעטן.
אבער דאך האלט איך נישט אז ער וועט עס מאכן קעגן קלינטאן.
ווי עס זעט יעצט אויס וועט ער נישט דארפן זיך פארמעסטען אקעגען קלינטאן נאר אקעגען אבאמא.
מאנטאג ינואר 07, 2008 1:42 pm
די שאלה איז צו פאטאקי איז מסכים צו גיין אזוי פרי
מאנטאג ינואר 07, 2008 1:49 pm
פאטאקי08 האט געשריבן:די שאלה איז צו פאטאקי איז מסכים צו גיין אזוי פרי
ביסטו?
מאנטאג ינואר 07, 2008 2:00 pm
הער אויס אנדי
ביז צו סופר טוסדעי קען זיך אמעריקע זעקס מאל איבערדרייען
כמיין ווייאמינג האט ראמני געוואנען און סקומט נאך א פלארידע מיט א נעוואדע (אוודאי) מיט א סאוט קאראליינע מיט א מישיגען אפשר לוינט זיך מיר צו מאכען די דיעל מיט ראמני??????
"ימים ידברו"
דאנערשטאג מאי 22, 2008 12:15 pm
ככככככככככככככככככככככככככככככככככ, געב נאר א קוק וואו מען האלט יעצט, א וועלט דרייט זיך, קעניינעהארע.
האט איר אפשר פארגעסן אז עס איז דא א מענטש מיטן נאמען דזשאן מעקעין וואס טראכט אויך פון לויפן פאר פרעזידענט?
איך וויל אייך פשוט נאר דערמאנען.....