אנגעצויגנקייט צווישן אמעריקע און צפון קארעא

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4991
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » מיטוואך אפריל 26, 2017 1:38 pm

אויבנאויף איז ברירה גערעכט. כ'מיין, פארוואס זאל ער על לא דבר פרוברן צו אטאקירן די שטערקסטע לאנד אין די וועלט?

אז מ'טראכט אבער אריין וואס ס'טוט זיך ביי א דיקטאטאר אין קאפ, מאכט עס אסאך סענס. ואסביר:

דאס איז פשוט אז דעם צודרייטן איז די וויכטיגסטע זאך אין דער וועלט, פארזיכערן זיין לאנד און זיין מלוכה. עס איז געטריבן טיילווייז פון אן אמת'ע געפאר, און אויך אסאך פון פאראנויע. אזוי ווי יעדער דיקטאטאר, לעבט קים יאנג און אין זיין אייגענע באבל, אין זיין אייגענע מציאות, און ער ליידט שרעקליך פון פאראנויע. ער שעכט מענטשן רעכטס און לינקס, ווייל ס'האט זיך אים געדאכט אז איינער אין יענע געגנט האט געוואלט טראכטן עפעס. זיינע נענטסטע מענטשן, זיין אייגענע פאמיליע מיטגלידער, זענען נישט פארזיכערט מיט'ן לעבן. ודודו יוכיח. ער איז קאנווינסד אז יעדער איז נאר דא אים צו הרג'ענען.

די זעלבע איז מיט'ן לאנד. ער איז קאנוויסנד אז יעדע לאנד אין דער וועלט איז נאר אויסן אים אראפצואווארפן פון בענקל און איבערנעמען דאס לאנד. פונקט ווי אינעוויניג, איז ער טיילווייז גערעכט, און טיילוויז איז עס פאראנויע. ס'איז קלאר אז אמעריקע וואלט געקענט באשטיין אים אראפצוזען פון בענקל, ס'מיינט אבער נישט אז זיי זענען גרייט צו גיין אין קריג דערוועגן. אבער דער איז אזוי פאראנויד, אז ער איז קאנווינסד אז ער איז איינער קעגן די גאנצע וועלט. אפי' כינע טראסט ער נישט אינגאנצן, פונקט זיין אייגענע פאמיליע. דעריבער איז ער קאנווינסד אז זיין איינציגסטע וועג צו סארווייוון איז אויפבויען א מעכטיגע מיליטער מיט כעמישע און נוקלעארע וואפן און די מעגליכקייט צו אטאקירן סיי וואו אין די וועלט, אזוי אז אלע זיינע שונאים (לייען: די גאנצע וועלט) זאלן ציטערן אים אנצורירן.

און וואס מיינסטו, אז ווען ער וועט שוין האבן די מעגליכקייט צו אטאקירן אמעריקע וועט זיין פאראנויע איינשלאפן? דעמאלט וועט ער זיין קאנווינסד אז אמעריקע פלאנט א פרי-עמטיוו סטרייק, און זיין איינציגסטע מעגליכקייט איז צו אטאקירן אמעריקע קודם.

יעצט, איך ווייס נישט צו ס'איז ממש זיין ערשטע זאך אויף די אגענדע, אבער ס'איז זיכער נישט קיין דמיון צו מעקסיקא מיט'ן קרייסלער בילדינג, און ס'איז זיכער גענוג סברא נישט אוועקצומאכן די מיליטער'ס זארגן.

איך זאג נישט אז מ'דארף זיי גלייבן אויפ'ן ווארט, אבער אוועקמאכן כלאחר יד קעו מען זיכער נישט.
Get your facts first, then you can distort them as you please.

מצלמה
שר חמש מאות
תגובות: 937
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 25, 2015 7:37 pm

תגובהדורך מצלמה » מיטוואך אפריל 26, 2017 1:40 pm

די שאלה איז: אויב נארט קארעא באמבארדירט איר ארכי-שונא דרום קארעא (ס.ק.) מיט וועמען זיי זענען שוין אין א מלחמה-צושטאנד פון 1956, וועט "אמעריקע" נקמה נעמען, צי לאזן ס.ק. צוריקשלאגן און אמעריקע וועט שטיין צו הילף, אדער וועט טראמפ נעמען די לייצעס אין די האנט און דערקלערן מלחמה און אטאקירן נ.ק.?

דאס איז זיכער אז ס.ק. האט נישט די מעגליכקייטן אויסצוראכטן נ.ק. נוקלעארע ארסענאלן. די שאלה איז אויב אמעריקע קען עס טאן. צי וועט אמעריקע אנהייבן א פול פלעדזשד מלחמה, צי געבן אפאר מכה'לעך ווי טראמפ האט געגעבן פאר סיריע, א פעטשל - צוויי?

קים דזשאנג איז טאקע נישט אסאד, די שאלה איז צי טראמפ איז טראמפ?

אוועטאר
יש ברירה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5570
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך אפריל 26, 2017 1:44 pm

משה

קודם כל, די נערעיטיוו אז ער איז א משוגענער איז נישט מסתבר און איז נישט באזירט אויף קיין פאקטן, איי דאונט קנאו

דו הייבסט אן אז די וויכטיגסטע זאך אויף די וועלט איז זיין מלוכה אבער נאכדעם פארגעסטו דערפון

אויב זאל קאריע שיסן נוקס וועט אמעריקע מאכן א לאך אויפן פלאץ וואס האט אמאל געהייסן "נארט קאריע". (די נייע נאמען? "די קרעיט קרעיטער אוו קאריע") און ער ווייסט עס

איך קען נישט זאגן קיין עתידות. אבער אזויפיל יא, ער צילט נישט צו אטאקירן אמעריקע מיט נוקס, עס האט נישט קיין זין

Naftule
שר האלף
תגובות: 1206
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 28, 2016 1:18 am

תגובהדורך Naftule » מיטוואך אפריל 26, 2017 1:45 pm

אויב זאל נ.ק. האבן די מעגליכקייט צו נוקן אמעריקע וואסערע כח וועט איבערבלייבן פאר אמעריקע צו באשיצן אירע אינטערעסן אין יענעם ראיאן? וואס זאל צוריקהאלטן נ.ק. פון אינוואדירן ס.ק. אויב אמעריקע קען מער קיינעם נישט באשיצן דארט?

ענק כאפן טאקע נישט אז ס'איז אויסוועלט אויב אזא צודרייט לאנד ווערט א נוקלער מאכט ווי אמעריקע רוסלאנד כינע אינדיע פראנקרייך? אפשר זאל נארט קארע ווערן א פערמענאנטער מיטגליד אין די יו ען סעקיורעטי קאונסיל אויך???

כ'מיין דאס וועט דאך זיין א מעכטיגע פליק פאר טראמפ וועם ענק האבן אזוי פיינט...

אוועטאר
א. טראכטער
שר האלף
תגובות: 1299
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 11, 2014 12:54 pm

תגובהדורך א. טראכטער » מיטוואך אפריל 26, 2017 1:46 pm

וואס באדייט די נוקראלע וואפען געבויעריי ?


בכלל איז אינו דומה צ.ק. צו איראק..

דא זעהט מען קלאר וואס ער האט.. און דער קאנג שטאנג האנא האן איז 100 מאל מער משוגע ווי סאדאם

אוועטאר
אומאפיציעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 412
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 16, 2012 4:24 pm

תגובהדורך אומאפיציעל » מיטוואך אפריל 26, 2017 1:55 pm

דערווייל בין איך מיט יש ברירה, איך זעה נישט קיין סיבה אין די וועלט פארוואס דער משוגענער זאל טראכטן אז ער \ זיין לענדל \ זיין מיליטער וועט איבערלעבן אן אמעריקאנע פנים אל פנים קאנפראנטאציע, אויב אזוי איז נישטא קיין סיבה צו טראכטן אז ער זאל אנהייבן דערמיט. יעדער משוגע'נער פארשטייט צו זיין שטעטל

און אויב איז טאקע דער איינציגסטער פראבלעם אז ער וועט ווערן א וועלט מאכט, דארף לכאורה כינע האבן א גרעסערע פראבלעם דערמיט, ווייל ער געפונט זיך אין זייער בעק יארד, און וויאזוי ווייסן זיי ווען דעם משוגע'נעם הונט וועט איינפאלן זיך צו צוקריגן מיט זיי? און פארוואס לשיטת משהזוךמיר זאל נישט דער ראללי זוכן אויך צו אטאקירן כינע. דערווייל זעה איך נישט אז כינע נעמט דעם שרעקליכן געפאר אזוי ערנסט.

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4991
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » מיטוואך אפריל 26, 2017 2:04 pm

יש ברירה האט געשריבן:משה

קודם כל, די נערעיטיוו אז ער איז א משוגענער איז נישט מסתבר און איז נישט באזירט אויף קיין פאקטן, איי דאונט קנאו

דו הייבסט אן אז די וויכטיגסטע זאך אויף די וועלט איז זיין מלוכה אבער נאכדעם פארגעסטו דערפון

אויב זאל קאריע שיסן נוקס וועט אמעריקע מאכן א לאך אויפן פלאץ וואס האט אמאל געהייסן "נארט קאריע". (די נייע נאמען? "די קרעיט קרעיטער אוו קאריע") און ער ווייסט עס

איך קען נישט זאגן קיין עתידות. אבער אזויפיל יא, ער צילט נישט צו אטאקירן אמעריקע מיט נוקס, עס האט נישט קיין זין

האב איך ערגעץ געזאגט אז ער איז משוגע? איך האב געזאגט אז ער איז א דיקטאטאר און פאראנויד. ביידע זענען פאקטן.

א דיקטאטאר לעבט זיין אייגענע באבל, ווייל מענטשן האבן מורא אים צו געבן שלעכטע נייעס. דאס מיינט אז אויב יש ברירה, וואס האט יא די מעגליכקייט צו מברר זיין זאכן, איז קאנווינסד אז די אמעריקאנער מיליטער איז שוואכער ווי לוקסעמבורגס, איז זיכער זייער מעגליך אז קים זאל אונטערשאצן אמעריקעס מיליטער,און אין די זעלבע צייט איבערשאצן זיינס.
Get your facts first, then you can distort them as you please.

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4991
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » מיטוואך אפריל 26, 2017 2:05 pm

Naftule האט געשריבן:אויב זאל נ.ק. האבן די מעגליכקייט צו נוקן אמעריקע וואסערע כח וועט איבערבלייבן פאר אמעריקע צו באשיצן אירע אינטערעסן אין יענעם ראיאן? וואס זאל צוריקהאלטן נ.ק. פון אינוואדירן ס.ק. אויב אמעריקע קען מער קיינעם נישט באשיצן דארט?

.

האסט געהערט פון מיסילס געלאונטשט דורך א סובמארין?
Get your facts first, then you can distort them as you please.

דניאל בוימענגארטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 428
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 12:44 pm

תגובהדורך דניאל בוימענגארטן » מיטוואך אפריל 26, 2017 2:07 pm

משהזוךמיר האט געשריבן:ענדערסאן, דו ווייסט צו צפון קארעא פארקויפט נישט שעדליכע סחורה אויפ'ן שווארצן מארק אריינצוברענגען אפאר טאלער?

אזא חשש קען אויך זיין איבער פאקיסטאן אדער אינדיע.

Naftule
שר האלף
תגובות: 1206
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 28, 2016 1:18 am

תגובהדורך Naftule » מיטוואך אפריל 26, 2017 2:14 pm

משהזוךמיר האט געשריבן:
Naftule האט געשריבן:אויב זאל נ.ק. האבן די מעגליכקייט צו נוקן אמעריקע וואסערע כח וועט איבערבלייבן פאר אמעריקע צו באשיצן אירע אינטערעסן אין יענעם ראיאן? וואס זאל צוריקהאלטן נ.ק. פון אינוואדירן ס.ק. אויב אמעריקע קען מער קיינעם נישט באשיצן דארט?

.

האסט געהערט פון מיסילס געלאונטשט דורך א סובמארין?

יא איז וואס?

אוועטאר
פרוביר אויך
שר חמש מאות
תגובות: 906
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

תגובהדורך פרוביר אויך » מיטוואך אפריל 26, 2017 2:14 pm

יש
װאס איז די גרױסע דערגרײכונג מיט אבאמא׳ס דיעל מיט איראן,
אז עס האט זיך געלױנט צו צאלן א ביליאן +,

האלטסטו אז װען איראן האט נוקס, װאלטען זײ עס געשאסען אױף מדינת ישראל ?
אז יענער קען קענסטו אויך

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 20202
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך אפריל 26, 2017 2:19 pm

יש ברירה האט געשריבן:משה

קודם כל, די נערעיטיוו אז ער איז א משוגענער איז נישט מסתבר און איז נישט באזירט אויף קיין פאקטן, איי דאונט קנאו

דו הייבסט אן אז די וויכטיגסטע זאך אויף די וועלט איז זיין מלוכה אבער נאכדעם פארגעסטו דערפון

אויב זאל קאריע שיסן נוקס וועט אמעריקע מאכן א לאך אויפן פלאץ וואס האט אמאל געהייסן "נארט קאריע". (די נייע נאמען? "די קרעיט קרעיטער אוו קאריע") און ער ווייסט עס

איך קען נישט זאגן קיין עתידות. אבער אזויפיל יא, ער צילט נישט צו אטאקירן אמעריקע מיט נוקס, עס האט נישט קיין זין


נערעטיוו... אבער טראמפ איז זיכער משיגע...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
יש ברירה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5570
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך אפריל 26, 2017 2:40 pm

משהזוךמיר האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:משה

קודם כל, די נערעיטיוו אז ער איז א משוגענער איז נישט מסתבר און איז נישט באזירט אויף קיין פאקטן, איי דאונט קנאו

דו הייבסט אן אז די וויכטיגסטע זאך אויף די וועלט איז זיין מלוכה אבער נאכדעם פארגעסטו דערפון

אויב זאל קאריע שיסן נוקס וועט אמעריקע מאכן א לאך אויפן פלאץ וואס האט אמאל געהייסן "נארט קאריע". (די נייע נאמען? "די קרעיט קרעיטער אוו קאריע") און ער ווייסט עס

איך קען נישט זאגן קיין עתידות. אבער אזויפיל יא, ער צילט נישט צו אטאקירן אמעריקע מיט נוקס, עס האט נישט קיין זין

האב איך ערגעץ געזאגט אז ער איז משוגע? איך האב געזאגט אז ער איז א דיקטאטאר און פאראנויד. ביידע זענען פאקטן.

א דיקטאטאר לעבט זיין אייגענע באבל, ווייל מענטשן האבן מורא אים צו געבן שלעכטע נייעס. דאס מיינט אז אויב יש ברירה, וואס האט יא די מעגליכקייט צו מברר זיין זאכן, איז קאנווינסד אז די אמעריקאנער מיליטער איז שוואכער ווי לוקסעמבורגס, איז זיכער זייער מעגליך אז קים זאל אונטערשאצן אמעריקעס מיליטער,און אין די זעלבע צייט איבערשאצן זיינס.

אמעריקע איז די שטארקסטע מיליטער וואס איז דא. דאס מיינט אבער נישט אז מען קען 'וועיווען א מעדשיק וואנד' און אונטערברענגען א לאנד אין איין בין השמשות

עס נעמט צייט, צייט וואס מעו קען זיך נישט ערלויבן. דעטס איט

נאך אלע איבערשאצונג ווייסט ער אז א נוקליער מלחמה וועט ער נישט איבערלעבן פארדעם דארף מען נישט די אינטעלידזשענס פון א מאנקי

אוועטאר
יש ברירה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5570
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך אפריל 26, 2017 2:42 pm

פרוביר אויך האט געשריבן:יש
װאס איז די גרױסע דערגרײכונג מיט אבאמא׳ס דיעל מיט איראן,
אז עס האט זיך געלױנט צו צאלן א ביליאן +,

האלטסטו אז װען איראן האט נוקס, װאלטען זײ עס געשאסען אױף מדינת ישראל ?

זיכער נישט.

אבער עס איז אן אינשורענס, די בעסטע אינשורענס.

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 11991
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מיטוואך אפריל 26, 2017 2:58 pm

יש ברירה האט געשריבן:
פרוביר אויך האט געשריבן:יש
װאס איז די גרױסע דערגרײכונג מיט אבאמא׳ס דיעל מיט איראן,
אז עס האט זיך געלױנט צו צאלן א ביליאן +,

האלטסטו אז װען איראן האט נוקס, װאלטען זײ עס געשאסען אױף מדינת ישראל ?

זיכער נישט.

אבער עס איז אן אינשורענס, די בעסטע אינשורענס.

פארוואס ביזטו זיכער?

נישט פארשטאנען דיין לעצטע שורה; אינשורענס אויף וואס?
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4991
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » מיטוואך אפריל 26, 2017 3:00 pm

Naftule האט געשריבן:
משהזוךמיר האט געשריבן:
Naftule האט געשריבן:אויב זאל נ.ק. האבן די מעגליכקייט צו נוקן אמעריקע וואסערע כח וועט איבערבלייבן פאר אמעריקע צו באשיצן אירע אינטערעסן אין יענעם ראיאן? וואס זאל צוריקהאלטן נ.ק. פון אינוואדירן ס.ק. אויב אמעריקע קען מער קיינעם נישט באשיצן דארט?

.

האסט געהערט פון מיסילס געלאונטשט דורך א סובמארין?

יא איז וואס?

אמעריקע האט צענדליגער מיסיל סובמארינען צושפרייט איבער די גאנצע וועלט. יעדע סובמארין האט די מעגליכקייט צו טראגן נוקלעארע מיסילס. יעדע פון די מיסילס קען האבן עטליכע נוקלעארע שפיצן, וואס יעדע שפיץ קען געצילט ווערן אויף אן אנדערע פלאץ.

ד.מ. אז אפי' אויב אמעריקע ווערט אש און פארעך קען זי נאך רואיג חרוב מאכן די וועלט, שוין אפגערעדט פון צוריקגעבן פאר א קליין לענדל נוקלעאר.
Get your facts first, then you can distort them as you please.

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 11991
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מיטוואך אפריל 26, 2017 3:04 pm

ואגב, נאכדעם וואס דער צודרייטער וועט שוין אלעס האבען, איז זיין נעקסט סטעפ אויך צו האבען א סאבמארין (סאבמארינען) ווי אמעריקע צו טוהן דער זעלבע.

חד גדיא, חד גדיא...

אבער מען איז זיכער מיט קים-דזאנג-אן, און אויך מיט איראן... נאר רוסלאנד מיט טראמפ טראסט מען נישט.

נארט קאריע מיט איראן זענען אקוראט פונקט ווי פאקיסטאן און אינדיע...

קים-דזאנג-אן פארשטייט מען זיין געדאנקען גאנג, מען איז זיכער מיט אים; טראמפס איז אבער אימגעליך...

#misplaced confidence
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

ספרינג וואסער
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 15, 2016 11:20 pm

תגובהדורך ספרינג וואסער » מיטוואך אפריל 26, 2017 3:51 pm

ווי האלט עס מיט די מיטינג, מיט די הונדערט סענעטער'ס ?

abeg
שר האלפיים
תגובות: 2038
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » מיטוואך אפריל 26, 2017 3:58 pm

די באסעס זענען אנגעקימען צי די טריפ (כ׳האב חששות אז ער ריפט זײ פאר עפּעס אנדירש)
צוגעלייגטע
bus.jpeg

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 11991
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מיטוואך אפריל 26, 2017 4:11 pm

זענען אלע 100 סענארטען אנגעקומען אין צוויי באסעס? נישט גוט פאר סעקיוריטי.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 11991
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מיטוואך אפריל 26, 2017 4:12 pm

ווי לאנג גייט דויערען פון ווען דער "קלעסיפייד" מיטינג פאר 100 סענאטארען ווערט אויס קלעסיפייד?
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4991
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » מיטוואך אפריל 26, 2017 4:12 pm

אזוי לאנג ווי עס וועט דויערן פאר דעם ערשטן סענאטאר צו גיין פון זיין פלאץ ביים מיטינג ביז'ן ערשטן רעפארטער אין האלוועי...
Get your facts first, then you can distort them as you please.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 20202
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך אפריל 26, 2017 4:15 pm

ביז ווען דער ערשטער דעמעקראט גייט רעדן דערפון...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 11991
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מיטוואך אפריל 26, 2017 4:15 pm

איך הער עס גייט זיין אין א פארמאכטע צימער אויסגעטשעקט נישט צו האבען קיין איטערהער מאטאריאל.

די סענאטארען גייט מען נישט אויסטשעקען ווייל זיי האבען אימיוניטי.
לעצט פאראכטן דורך SPUSMN אום מיטוואך אפריל 26, 2017 4:16 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

abeg
שר האלפיים
תגובות: 2038
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » מיטוואך אפריל 26, 2017 4:23 pm

װעלעכע סענאטאר האט געכאפט א פראָנט סעיט?װער האט געכאפט א פענסטער?


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot], א גולם, אבן יקרה, בלי לחץ, ברוך, טובי' מאיר ניימאנן, ידעתי, יונהלע, יישר כח, יעקב, משמש, שטיל, שנלר און 74 געסט