Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

פארזעצונג קומט אי"ה

שבת דצמבר 22, 2007 10:52 pm

באסטאן תשנ"ח

אויפן סאפעט זיצט זיך אזוי באקוועים א קליין נידריג דיקלעך מאן, מיט צושויבערטע האר, אינגאנצען ערשעפט, אריינציענדיג און אטעמענדיג לאנגע און שווערע אטעמס, שלינגענדיג קליינע שלינגעס פונעם נארוואס היימיש געמאכטן טיי, ווי ס'שיינט האט ער געהאט גאר א שווערע טאג היינט.
די טרייבל אבער לאזט נישט קיין מנוחה און הערט נישט אויף צו קלינגען, אויפן קאלער איי-די ערשיינט א מיסטעריעזע נוממער מיט א אומאידענטיפיצירטע נאמען, "ווער קען דאס זיין" טראכט ער הויך צו זיך, אבער ער הויבט נישט אויף. ער האט נארוואס אפגעמאכט ביי זיך, אז די קומענדיגע האלבע שעה הויבט ער נישט אויף קיין טעלעפאנען, זאל זיין וואס זאל נאר זיין, זאל אים די פרעזידענט זעלבסט רופען, גייט ער זיך נישט וואוסענדיג מאכען. אבער די מיסטעריעזע נוממער האט אים געמאכט זייער נייגעריג, און ביים זעקסטן קלינג שטרעקט ער אויס זיין קליין דיקליך האנט צום טרייבל וואס האט די רגע אויפגעהערט צו קלונגען...
די ענטפערונג מאשינקע נעמט איבער זיין פלאץ, און באגריסט דעים רופער מיטן אריינגעזאגן מעסעעדזש, און נאכן פייף הערט זיך א מיסטריעזע עטוואס-באקאנטע שטילע שטימע, פון וואס ער איז זייער אויפגעציטערט געווארען.

מיוטשעל האטעל, באסטאן ניו יארק.
אויפן 2טן שטאק ביים לעצטן צימער אויפן ווינקל האלטן זיי זיך אויף.
א שטילשווייגעניש הערשט אין צימער. קאנדי, די הויפט פונעם גרופע, האלט אינמיטן שרייבען זיינע נאטיצען אין זיין קליין ביכל וואס ער טראגט אלץ מיט זיך, ווידעראום נענסי פרובירט אפירצוזיכען עפעס צווישען זיינע אלטע נאטיצן וואס זאל קענען עטוואס ארויסהעלפן אינעם קאמפליצירטען מצב, און לואיס, "דער מוח" ווי אלע פלעגן אים רופען, ליגט - ווי זיין שטייגער - אינגאנצען אנגעלאנט, מיט די האנט קראצענדיג זיין הויכען שטערן, פרובירענדיג אויסטראכטען א סטראטעגיע וואס ווייטער צו טוהען. ווען פלוצים האט אויפגעבליצט א געדאנק אין זיין געניאלעם מוח, "קענאנאוס"! ער וועט אונז קענען ארויסהעלפן אין די פארפלאנטערטע מצב.
ער האט קיינעם נישט פארציילט וואס ער טראכט ביי זיך, נאר אומר ועושה, האט ער מיט זיין קליינטשיקען מאשינקע געשיקט א זענדונג צו קענאנאוס צו ערשיינען אהין ביז געציילטע מינוטען, און דאן, אן קיין שום פריערדיגע מעלדונג, איז קענאנאוס אריינגעקומען אין צימער, ערשטוינענדיג אלע פארזאמעלטע.
ווער איז דאס דער קענאנאוס? און פארוואס זענען אלע ערשטוינט געווארן? דערפאר ברויכען מיר מקדים זיין א לענגערע ערציילונג אז איר זאלט וויסען וואס דא גייט פאר.

הודו-נאנאש תרצ"ח
ויהי היום, און די טאג איז ענדליך אנגעקומען, וואס אויף די טאג ווארטן מיר אלע שוין זייער לאנג, פארוואס ווארטן מיר? האב געדולד וועט איר באלד אלעס הערן.
די קליינטשיק ישראל'יק קוקט שוין ארויס וואכן אויף די לאנג ערווארטעטע טאג ווען ענדליך גייט מען פארן קיין בוקארעסט באזוכען די זיידע, וואס ער האט נאך אין זיין לעבן נישט געזעהן ביז היינט.
די בילעטן ליגט שוין ביי ר' יעקב מיכאל, דער טאטע אינעם האנט, און די רענצעלעך זענען שוין איינגעפאקט, און אלעקסיי דער בעל עגלה ווארט זיי שוין אינדערויסען, אפצופירען צום באן שטאציאן.
אבער, און דער לעצטע מינוט, איז די פעטער ר' נחום אריה געקומען צו לויפן ערשעפטערהייט, און געזאגט צום שוואגער ר' יעקב מיכאל, אז ער מוז שוין רעדן צו אים פריוואט.

און איצט, בלייב איך דא שטיין, און איך געב די געלעגענהייט פאר אנדערע קרעטשמע מיטגלידער ווייטער צו שפינען די מעשה לויט זייער געשמאק, אז עס זאל ווערן דערפון א גאנצע סיפור. אלע הערות זאל מען ביטע שרייבען באזונדער דא ביי הערות אויף פארזעצונג קומט אי"ה, און דא זאל נאר שרייבען ווער עס איז וויליג ווייטער צו שפינען דעים קייט.

Advertisement

זונטאג דצמבר 23, 2007 1:20 am

קאראקאס, ווענעזועלא תשל"ח

ר' יעקב ישכר קערנקרויט זיצט ביי זיך אין ספרים שטוב, וואס איז ווי שטענדיג איבערגעפולט מיט אפענע מאנוסקריפטן איינס אויף דאס אנדערע. ר' יאנקל (ווי מען פלעגט אים רופן אין קורצן) טוט שוין יארן לאנג דאס אייניגע, זיצן און איבערשרייבן פון אלטע כתבי ידות וואס ער האט ארויסגעראטעוועט פונעם נאצי דייטשלאנד מיט צירקע 40 יאר צוריק.

אינדרויסן טוהט זיך א טומעל, טויזנטער פעדלער פארקויפן - בעסער געזאגט: פרובירן צו פארקויפן - זייערע שמאטעס אויפן לענג פונעם טראטואר, צווישנרופן אויף שפאניש ווערן געהערט אויף פרימיטיווע הויכהילכער, דאס אלעס שטערט אבער נישט אונזער ר' יאנקל פון זיין עבודת הקודש, עס ליגט דאך אויף אים א פליכט צו ערגענצן וואס זיין טאטע האט אנגעהויבן טאן אין אלטן היים, ווען נישט די רשעים ימ"ש האבן אים געכאפט און דערשאסן טאקע אויפן אפענעם קונטרס וואס ער האט געהאלטן אינמיטן מעתיק זיין.

א קלאפ אין טיהר האקט אים איבער פון זיין פלייסיגקייט. ווער איז דארט? קומט אריין ביטע.

נאך איידער די טיר האט זיך פולשטענדיג אויפגעמאכט, האט שוין ר' יעקב באמערקט דעם אריינקומער און איז אויפגעשפרינגן מלא קומתו: ברוך מחיה המתים! געלויבט השי"ת אז מיר האבן נאך די זכי' זיך צו זעהן ביים לעבן.

זונטאג דצמבר 23, 2007 3:18 pm

בני ברק, ארץ ישראל, אין די למ"ד יארן..

א שוארצע מערסעדיס שלעגענלט זיך איבער די גאסן פון בני ברק, א חרדישער ישוב מיט אירע אלט-מאדרענע איינווינער, די גאס איז איינגעהילט אין א פיסטערניש, ליידיג פון דורכגייער, און אזא שפטע שעה דרייט זיך קיינער נישט, אפילו אויף די געווענליך פארנימע גאסן איז יעצט קיין נברא נישט צום טרעפן,

אין דעם שווארצן אויטא, ארומגענימן מיט טינקעלע פענסטער זיצט א פרייער איד מיטן נאמען "יגאל ברויזע" א מענשט אין די פריע פערציגער יארן, אן אויסגעקראכנעם קאפ, אנע האטר, קליינע ברילן און א שיינעם אנצוג, ער גוט אן אנשטעלע פון די רייכערע קלאס, פאררייכערט א ברוינעם ציגאר, צו יעדע עטליכע מינוט גוט ער א שאקל אראפ דאס אש אונעם אש-טעצל, און דער רויעך צוגייט זיך אינעם גאנצן אויטא,

יגאל איז אויף א מיסיע, די מיסיע איז א העכסט געהיימע, חוץ יגאל זענען נאר עטליכע הויכע קאמאנדירן אין די ארגענעזאציע "מוסד" מיטגעטיילט געווארן, דאס קליינע מאשינדעלע אין זיין אויער גוט אום ארויס די באפעלן, און פון א קליינער שווארצער קעסטל אינעם קנעפל פון זיין העמעד ווערט עס באשטעטיגט,

"בעיס צו יגאל, אייער לאקאציע ביטע" הערט זיך מיטאמאל אין זיין אויער א שטימע, "רחוב רבי עקיבא, מזרח, פאר די גל-פז געשעפט" ענטפערט ער גלייך, "מיסיע באשטעטיגט, פאטר צו צום געביידע, א קליינער טינקל-בלויע קאחפריס שטייט דערנעבן, פארבינד דיך מיט אום, און ווארט אויף אן ערלויבעניש אנצופאנגען מיט די מיסיע" זאגט אום אריין דער קאמאנדיר, "ראדזשער" ענטפערט ער גלייך ווען ער פארקירעוועט גלייך זיין אויטא צו מערב,

(פארזעצונג האביך נאכנישט געטראכט..)

בארצאלונו, שפאניע. אין די כף"ס

זונטאג יוני 07, 2015 3:11 pm

א שטילע פייף האט זיך געהערט, פינעף פארמאסקירטע פארשוינען שווארץ געקליידעט האבן זיך ארויסגעשלייכט פון די הונטער טירל אין די שטילקייט פון די נאכט. אלע שווער אויפגעריסטעט מיט די נייעסטע מאשין געווער אויף די מארקעט און איפרא רעד ברילן וואס האט זיי ערמעגליכט צו זעהן מיט א שטוינענדע קלארקייט אפילו אין די טונקלקייט פונעם נאכט.

אלעמענס אויגן זענען געווענדעט צום הויפט ווארטענדיג אויף זיין באפעהל, נאך א וויילע האט ער אויסגעשטרעקט זיינע צווי פינגער אויף ארויף וואס דאס איז געווען דער גרין סיגנאל פאר די גרופע, גאו, האט זיך געהערט די באסיווע שטימע אין יעדעמס אויערן טרייבל, מער פון דעם האבן זיי נישט געדארפט, נאך אלעם זענען זיי געווען העכסט געשולטע חברה פון די עליטע קאמאנדא איינהייט פון די אמעריקאנע ארמיי, ביז פיר סעקונדעס איז יעדער געווען אויף זיין פאזיציע ווארטענדיג אויפן קומענדיגע באפעהל..
שרייב א תגובה

Advertisement