Advertisement

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

פליזזז..... קראס מיך!

זונטאג דצמבר 16, 2007 2:22 pm

"איך קום יעצט פון א "פליזזז קראס מיך".....

צו עטס גלייבטס מיר צו נישט, "איי דזשאסט גאחט דאטן עי "פליזזזז קראטס מיך.."

פאסירט האט די מעשה אזוי, איך שפאן ארויס פון מיין הויז גייענדיג קיין שול אריין, די דירעקציע, איז בערך אפאר געסעלעך,

איך בין אזוי פארטראכט און דאס מייניגע, אזוי וואקענדיג, און טראכטנדיג, און ווען איך האלט שוין ממש ביים קארנער ווי דער שול איז, און ווען אויפאמאל, וועק איך מיך אויף פון מיינע חלומות, הערנדיג דערביי, דאס קליינער שעפעלע שרייענדיג - "פליזזז קראטס מיך".... "נו פליז קראטס מיך..." ווען זיין קול אי זשוין אזוי געשטיקט מיט א האלבער געוויין....
איך אזוי מיט מיינע פארשלאפענע פנים, און פארקניפטע פיאות, האב נישט געכאפט פונקטליך וואס עס גיידטא פאר.

איך געב מיך אזא דריי אויס, און יעצט הייב איך אן כאפן אז דער קליינער פארפרוירענער זעהל, מיט די פיצי רויטע נאז, איינגעהילט און זיין גרויסע קויט, וואס האלט א שווערע "שאפינג בעג" וואס הענגט אראפ ביזן פלאהר אראפ... און היסט ווי א מאטפלער.. רעדט גאר (שרייט גאר..) צו מיר...
אצינד האט מיר די רחמנות געפיל איבערגענומען, כ'דערמאן מיך וויאזוי איך פלעג שטיין אזוי אומבאהאלפן, און ווארטן אויף א קראטסער.

איך פרעג דעם שעפעלע, די ווארטס שוין לאנג, איינער זאל דיר קראסן?? און איך זעה ווי זיינע אויגן זאגן אזוי..."איך ווארט שוין זייער לאנג"...
יעצט צו דיר דארטן מיט די האטריגע קוטשמע.. ניין נישט די..
אט אזוי יענער, פארוואס האסטו נישט געקענט העלפן דעם יונגעל?

...........
הא?? וואס?

סאו וואחט ! רינט אים די נאז אביסל... מהאט שוין געהערט אזאנס... קראס אים און פטור העסק.. ער האט דיר דען געבעטן אז די זאלסט אים אפווישן דאס נעזל ? סך הכל א קראס טאן..
נו שוין א ס'פאסט דיר נישט, נו גוט ! העל איך עס טוען.

והך קאווע. און איך האב געקראטסט דער יונגעל... און אזוי קראטסענדיג... פפפפייווו מיין הוטל האט זיך גענומען פליען, האחללאח געב אהער די היטל...האחללאח.. ער פלללליטט... ער לאכט פון זיין בעל הבית...

איך לויף אריבער די אנדערע זייט גאס.. איך כאפ מיין היטל... אין אודך, דער זעלבער יונגעל איז מיר ווייטער דא, ער ברויך נאך א קראס... נו שוין אידאך ממש געווען באשערט אז מיין הוטל זאל פליען.. אזוי האב איך אים געקראסט, סיי פון די עוו. אריבער די עוו., און סיי פון די סט. אריבער די סט., שטעלט אייך פאר, ווען מען דארף ווען ווארטן אויפן אידל מיטן האריגן קוטשמע. וואלט דער אינגעל נאך געווארט יעצט...

יעצט לאמיר אייך פרעגן, וואס איז דער קליינער זעהל שולדיג, אז ער ברויך ווארטן אויפ א קראסער??
און אזוי ביי יעדע זאך וואס איז ער שולדיג אז ער איז א יונגעל??


למשל: ביי די קאווע גענעמכעטס און שול, איז דא אסאך מאל דער שעפעלע ברויך א קאטפי, וואסי? ער טאר נישט נעמען??
אייביג איז דא דעי מינע מענטשען, וואס האבן פיינט מענטשהייט, און נאכדערצו ווען עס קומט זיי אונטער א געלעגענהייט ווי מען קען שפילן באחלעבאטס.... הנה, ער איז דא, גייט עס אזוי יעדער נעמט קאווע.. און דער קליינטשיגער וויל אויך.
וואס זאל דער שעפעלע טוען יעצט?? ער ווארט, אז זיין פאטער זאל ארויסקומען פון מקוה, ער האט יעצט אביסל ריסעסס...
גייט ער טרייען צו נעמען א קאווע.... ער שאטקלט אריין שטויב אינעם האחט קאטפ, ווי א גרויס געלערנט יונגעל, ער מישט דאס מיט כלי שני, אלעס ווי אפגעשמועסט, ער האלט שוין ביי די מילך ס'גיסן.... און ווען ער קומט אן אהין און ער זעהט דעי אידל, וואס האט פיינט מענטשהייט... דער יאגט אוועק.... די קאווע די מיט די הייס וואסער א טראסקעט אראפ אויף די ערשטע פלאץ ווי ער קען...

גענוג געהאט מיט דעם "קרי'יוזען" מענטש פאריגע וואך, ווען איך האב געוואלט נעמען א קאטפי... אינמאל איז פונקט גענוג געווען.
און דער אידל, האט הנאה צו זעהן ווי די קינדער האבן מורא פון אים'ן, מען ווארפט אראפ די קאווע פאר שרעק, ווען מען זעהט אים... עס איז גוטער פילינג פאר דעם אפגעריסענער...
די שיכור, די אנגעטרינקענער פון קאווע! דאס איז א גוטער פילינג?? מ'פארטרייבט קינדער??
געב אים אביסל קאווע, וואס איז די גאנצע טראסק??
איז ער א יונגעל..!
נו ובכן??
מוז מען אים פיינט האבן??
אדער סתם אונטער דרוקן, און סיקירן??
די ווייסט אז די ביסט אויך אמאל געווען א יונגעל??
"די יונגעל רודפ'ר"!


נו און אויך די זעלבער זאך איז למשל און גראסערי, דער יונגעל איז געקומען נאר קויפן א שטיקל מייער, מיט א סקוואחש, די מוטער האט אים געבעטן, "שלומי" קויפ מיר א סקוואחש, און ער איז טעטיג יאטגט און גראסערי... און פאר א נארישן סקוואש... קען ער שטיין און די ליין, "פאר נאו גוד ריזען"....
אלעס ווייל דער מענטשט וואס האט ליב אוועק צו שטופן קינדער איז יעצט און גראסערי... און שטופט זיך אריין או ןמאכט זיכער אז נאך אפאר מענטשען זאלן זיך אריינשטופלן...
לאז אים באצאלן! האסטע געהערט אזאנס??

ווייל די ביסט גרעבער און העכער ווי אים, קענסטן דיך אריינשטופן??
גענוג גערודפט דער יונגעל! חדל! לאז אפל!

פליזזזזזזז קראס מיך......!!!!!!!!!!!!!!!

Advertisement

זונטאג דצמבר 16, 2007 2:31 pm

אלטערל, טרערן גיסען זיך פון מיינע אויגן!

דו שרייבסט דער ארטיקעל ווי א פארוואונדעטע קאץ וואס איז יעצט ציביסען געווארען על לא דבר דורך א בער, נאר ווייל ער איז שטערקער.

מען קען הערן די וואונד אויף דיין הארץ ציווישען די שורות.

מען קען זען די מיטמאכענישן וואס דו האסט מיטגעמאכט אין דיין יוגענט אינעם גאנצע ארטיקעל.

דאס וויי געשריי שרייט פון אלע ווינקלען.

קום אהער דא צו מיין אפיס און איך וועל דיר געבען וויפול קאווע דו ווילסט.

אז דו ווילסט עלעך דיר שיקען א גאנצע קעיס טעיסטירס טשויס דיר צו פארגוטיגען אויף די ביטערע יונגע יארן.

אבער פליז !!!!!!!!! ווי וואנט מאר!!!!! מאר ארטיקלען פון די אלטע בחור!!!!!!!!
לעצט פאראכטן דורך אנדי פעטיט אום זונטאג דצמבר 16, 2007 2:39 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

זונטאג דצמבר 16, 2007 2:38 pm

ווי ווילסטו גיין בחור'ל, צו די נעקסטע נושא חדש? אקעי, לויף אריבער, און שרייב אריין נאך א גוטס, ס'מיז נישט זיין היינט, קען זין מארגן אויך. יישר כח.

זונטאג דצמבר 16, 2007 2:39 pm

איך וויל נאר צו לייגען 3 ווערטער פון די רבי, ר' יואל בענינגא..........


OH THE PAIN!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!

זונטאג דצמבר 16, 2007 2:53 pm

פליז קראס מיך...

זונטאג דצמבר 16, 2007 2:55 pm

עס איז בכלל נישט קיין פארגלייך!!!!!!!!!

זונטאג דצמבר 16, 2007 2:56 pm

איך ווייס נישט וואס דו רעדסט, איך אלס (אלטער..) בחור האב מיך נישט געוואגט צו קראסן א אינגל.....

און אז דו רעדסט שוין פו די מינע בוגי מענס וואס פלעגן אלס בעלבית'ווען. גראדע האט מיין פאטער קיינמאל געלאזאט מיך האבן עפעס, למשל אין א תענית האב איך קיינמאל נישט געטארט עסן פון די קעיק אין שוהל. אנדערע גוטע אידן האבן זיך מרחם געווען און ווען מייט פאטער נ"י האט נישט געזען האבן זיי מיר אריינגערוקט א מזונות'ל אין מיין פיסקל...


... אוי האב איך געכאפט דערפאר אינדערהיים.. ווען די געהיים פאליציי איז געוואור געווארן דערפון.

זונטאג דצמבר 16, 2007 3:00 pm

אלטער, וואס גייט פאר מיט דיין היטל? דו רעדסט נאכאלץ פון דיין באלי היטל, אדער סישוין א נייע? הא?

זונטאג דצמבר 16, 2007 3:02 pm

מסתם האט אים איינער געדארפט זען היינט, האט ער גענומען די שבת'דיגע היט...

זונטאג דצמבר 16, 2007 3:05 pm

אוי די פיין (מיט פתח חריף).

אבער גראדע ביי די קאווע בין איך אויף דעם פארטרייבער'ס זייט, האסטא קאטשא פייע יעדע וואך מוז איך שיקן מיין טלית צו די קלינער'ס ווייל ם זיבעלע האט זיך געדוכטן אז אויב משה'לה איז דארשטיג און זיין טאטע איז אין מקוה מסתם האט דער קווע גבאי נאר אנגעגרייט דעם קאפי ממש נאר פאר אים, און מיט א געשיקטע פלינקייט רייסט ער צו צו די הייס וואסער וואס איז בערך פיר שטאק העכער פון זיין ראציגן נעזעל אין שפריצט אן אלע פריש אויפגעשטאנע אידן מיט די טליתים אויף די פלייצע'ס.

יוי יענטאאש פליז קום אהער דא מאכן סדר פון דעם ראציגן זיבעלע, איך קען נישט די מלאכה.

אבער ביים קראסן און אין גראסערי ביסטו אויסדריקלעך גערעכט, ער איז פונקט אזוי א מענטש און עס איז נאך הארבער זיך צו אריינשטופן אינעם ליניע פארנט פון אים ווי פאר אן עדאלט, פשוט ווייל זיי זענעם נישט קיין בני מחילה.

זונטאג דצמבר 16, 2007 3:11 pm

יאנאש,

האסט נישט ליב קאווען מיט ראץ??????????????????

עס איז גאנץ גוט!

עס האט אזא מין זיס-ביטערע טעם.

יו שאד טריי איט אוט. סיניש שלעכט.

זונטאג דצמבר 16, 2007 3:12 pm

ווי אויך טאקע ביי די תענית אויספאסטונג וואס שוועמל דערמאנט מיך, האסט געזעהן אזאנס, מען קען מיינען אז דער ראצער האלט נישט נאך זיבן בעגס פאטעטע טשיפס (איי מין עס איז דאך א תענית היינט) און ער שטארבט פאר די זעהט סאו ער מוז אראפשטופן זיין עסן מיט נאך א שטיקל קאקאש קעיק, אבער אין די צייטן איז עס מער א בושה פארן אומפאראנטווארליכן פאטער מער ווי פארן אינגל, עס איז נישט מער ווי יומען נעטשור ווען א קינד זעהט א שטיקל קיכן צו ווילן פארזוכן דערפון, אבער דער פאטער ער איז שוין איינמאל א שיכור, ער מוז נאך פארענדיגן שמונ"ע ווייל דער עולם זאל זעהן אז ער איז פון דיעזע וואס פאסטן נישט אויס פאר די 96 'פונקט' ווי דער בעך דברי יואל מכתבים ועוד, און דערווייל גייט יאנאש אויס פאר הונגער ווייל דעם פרומען'ס טאטער פרעסט זיך אן.

עניוועי די וואך גייט זיין י טבת, סאו איים שור אז דער אלטער גייט טוישן זיין מיינונג און עס וועט זיין אן ארטיקל.

זונטאג דצמבר 16, 2007 5:03 pm

יוי איז ער זיס, דער אלטער בחור... אזא גוטן כח אראפצולייגן א זאך מיט אזעלכע לעבעדיגע קאלירן, ממש א זעלטנהייט.

זונטאג דצמבר 16, 2007 7:06 pm

אזוי גיט אראפ צי לייגען מוסר אריין געפלאכטן מיט אן הלצה קיפ אפ יאר גוד ווארק

זונטאג דצמבר 16, 2007 8:18 pm

דארפסמאן האט געשריבן:אזוי גיט אראפ צי לייגען מוסר אריין געפלאכטן מיט אן הלצה קיפ אפ יאר גוד ווארק


ממש די מוסר זיינע איז געוואלדיג
אויף אלטער איז געזאגט געואורן אין פסוק : א לעבעדיגער מוסר ספר

זונטאג דצמבר 16, 2007 8:41 pm

שוין היבש לאנג נישט דא געווען, דאכצעמער אז כ'האלט ביי ז'.

זייער זייער שיין.

זונטאג דצמבר 16, 2007 8:57 pm

איכער, כ'האב עפעס א גוטס אויף ח', אבער כ'וויל עס נישט ספוילען... פרעג מיך פריוואט...

זונטאג דצמבר 16, 2007 9:26 pm

שוין פארשפעטיגט.

מאנטאג דצמבר 17, 2007 2:27 am

אנדי פעטיט האט געשריבן:יאנאש,

האסט נישט ליב קאווען מיט ראץ??????????????????

עס איז גאנץ גוט!

עס האט אזא מין זיס-ביטערע טעם.

יו שאד טריי איט אוט. סיניש שלעכט.


האלב דרייע ביינאכט, מיין גאנצע (כמעט) הויזגעזונד וועקט זיך פונעם חחח

מאנטאג דצמבר 17, 2007 9:59 am

קרעמער, ווער האט דיר געבעטען זיך צו דרייען אין קרעטמשע אזוי שפעט אין די נאכט?

מאנטאג דצמבר 17, 2007 12:48 pm

היינט איז געווען א מצוה צו קראסן די יונגוואר מיט די קליינע פארפרויענע דזשעקעטס,

האט איר באוויזן צו זיגן דגער יצר, און א קראס טאטן די נשמה'לעך???

דאס וועט מען אייך פארהאלטן פ'יענער וועלט.

דינסטאג דצמבר 18, 2007 12:13 am

אנדי פעטיט האט געשריבן:קרעמער, ווער האט דיר געבעטען זיך צו דרייען אין קרעטמשע אזוי שפעט אין די נאכט?


דער זעלביגער וואס האט דיר געבעטן זיך צו דרייען אין קרעטמשע (גוט געשריבן?) דורכאויס דעם טאג.

זונטאג דצמבר 07, 2008 5:33 pm

נישט פארגעסען סאיז ביטער קאלט ביטע קראסען די קליינע נשמהלך אויב מעגליך אויכעט ווישען די נעזעליך

מאנטאג דצמבר 08, 2008 12:22 pm

שכוח אונגארישער פארן ארויפברענגן .
בחי כאף די האסטוך שוין אויסגעטשאכעט פון די קאשמארן
שרייב א תגובה

Advertisement