ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס
דאנערשטאג נובמבר 08, 2007 10:43 am
וואו קומט די קאץ איבער'ן וואסער? כ'ווייסויכניש.
איינער האט מיר געבעטן כ'זאלעם געבן אינפארמעישאן איבער די צוויי זאכן, אויב ס'איז דא א פארלאנג דערויף, וויפיהל געלט מ'מאכט, וואסערע פון די צוויי איז דא א גרעסערע פארלאנג, און וואו מאכט מען מער געלט, וויסאך געלט מ'מאכט.
אויב איינער קען ארויסהעלפן דא, יהא זכרו ברוך.
Advertisement
זונטאג דצמבר 02, 2007 3:05 pm
וואס אין AUTOCAD ארקיטעקטשער? אבער(??)
זונטאג דצמבר 02, 2007 3:24 pm
פון מעדיקל בילינג שארט מען מיליונען
וואס אויטע קעד איז ווייס איך נישט
זונטאג דצמבר 02, 2007 4:26 pm
אויטא קעד איז א פראגרעם צו מאלן אויפ'ן קאמפיוטער מיט א פונקטליכע מאס אין א ריכטיגע סקעיל.
דעוועלאפערס נוצן דאס צו מאכן פלענס, פורניטשער דיזיינערס מאלן דערמיט זייער פאנטאזיעס וכו' וכו'.
זונטאג דצמבר 02, 2007 4:43 pm
אויב אזוי איז מעדיקל בילינג בעסער
זונטאג דצמבר 02, 2007 5:24 pm
פאטאקי זיסער באמת קען מען זיך דינגען
מיר האט חבר מיינער געזאגט אז אויף אויטאקעד איז מען גרייט צו געבן אן אלף'ל און טויזענט ד.מ. הונדערט טויזענט פער יאר, שטייצעך דאסי אויב קען מען דאס גוט
און דאס נוצן ארכיטעקטן און אינדזשענירן...דערפאר דארף מען דאס א ביצקעלע קענען אלקעפנים אמת אז מען קען פון ביידע מאכן רווחים אויף צו שפייזן די משפחה..
אבער פארט מען דארף אריינקלערן
מאנטאג דצמבר 03, 2007 1:49 pm
אלתר
פון מעדיקל בילינג קען מען אן זיך לערנען מאכען א דריי פיר מאל אזויפיל
מען דארף סך הכל ארום גיין צו דאקטוירם און זיי בעטן זייערע בילינג רעקארדס און אינוועסטען א פופציגער פאר א קאמפיוטער פראגרעם און הייערען א פיר פינף מיידלעך צו ארבעטען און סקענען די בילס און מען שארט מיליונען
מאנטאג דצמבר 03, 2007 2:14 pm
הלואי.
עס איז א גוטע ביזנעס, אבער מען שארט היבש ווייניגער ווי מעלונעס.
און איבער אטוקעד, איך האב א ידיד וואס נוצט עס פאר עי ליווינג און ער מאכט שיין פרנסה (דו וואלסט געזאגט אין זיין פאל אז 'ער שארט מיליאנען') די פוינט איז וואס עס איז גוט פאר איינעם מוז נאכנישט זיין גוט פאר א צווייטן.
מאנטאג דצמבר 03, 2007 2:21 pm
יאנאש האט געשריבן: די פוינט איז וואס עס איז גוט פאר איינעם מוז נאכנישט זיין גוט פאר א צווייטן.
מיט דעם בין איך מיט דיר יאנאש
מאנטאג דצמבר 03, 2007 2:23 pm
פאטאקי טייערער
דעי "מען דארף סך הכל" ארום גיין צו דאקטוירים נעמען זייער בילינג דאס האט געהארגעט די גאנצע זאך..מיינט צו זאגן אז די דימענד איז נישט אזוי גרויס..
משא"כ אויטאקעד קען מען נוצן אויעף אסאך מינע אופנים, קוקט מיר אויס אז דאס איז בעסער...
מאנטאג דצמבר 03, 2007 4:22 pm
אויף וואס איז דא א גרעסערע דימענד?
איבער מעדיקל בילינג, וויאזוי קומט מען צו די דאקטורים? כ'מיין אז יעדער דאקטאר האט שוין זיין קאמפאני וואס טוט די בילינג, פארוואס זאל ער טוישן צו מיר?
מאנטאג דצמבר 03, 2007 5:32 pm
הונדערט פראצענט! דאס וואס איך האב מסביר געווען!
מיטוואך דצמבר 05, 2007 2:58 pm
אפשר איז מיר טאקע איינער מסביר וויזוי מעדיקעל בילינג ארבייט? וויזוי קומט מען אן צו די דאקטורים?
מיטוואך דצמבר 05, 2007 3:52 pm
מעדיקל בילינג איז זייער שווער צי קאנווינצען א דאקטער זאל איבער לאזען זיין קאמפעני וואס ער ניצט שוין יארן אין ארבער גיין צי דיר איך האב שוין אסאך געטיען און דעם עס איז היבש שווער
דער עיקר די זאלסט האבען הצלחה
מאנטאג דצמבר 05, 2011 9:16 pm
כ'וואלט געוואלט האבן אינפארמאציע איבער די סייט
http://www.medicalbillingcourse.com/אויב ס'איז א גוטער און א טראסטבארער סייט זיך צו לערנען ביללינג, און בעיקר אויב ס'איז תכלית'דיג. ס'הייסט, צו זיי לערנען מיט א גוטן פראקטישער מהלך, אדער שיקן סתם די אינפא אבי יוצא צו זיין....
ווי אויך אויב ווייסט איינער פון א אנדערער קראנטע גוטע סייט, אדער גאר א בעסערער מהלך זיך צו לערנען קאודינג/ביללינג וכל המסתעף איבער אלע ידיעות אין די נושא, ביטע ענטפערן.
יישר כחכם למפרע.
דינסטאג דצמבר 06, 2011 12:09 pm
איך האב א שטיק צייט אנגעהויבן זיך אריינצולייגן אין מעדיקל בילינג (איך רעד דא א מעשה פון 10-12 יאר צוריק), ס'איז גאנרנישט אזוי גרינג צו באקומען די ביזנעס פון דאקטורים. (כ'האב עס למעשה אפגעלאזט).
דינסטאג דצמבר 06, 2011 2:40 pm
הרב אבא באבד סאיז קלאר אז די בעסטע וועג וויאזוי זיך צו אויסלערנען איז דוירעך גיין ארבעטען און א אויפגסעטע ביזנעס וואס טיט עס שוין
אבער אויב מעג מען דאס טאן ווייסעך ניש
דינסטאג דצמבר 06, 2011 5:54 pm
שנה ראשונה האט געשריבן:אבער אויב מעג מען דאס טאן ווייסעך ניש
ס'וואלט דיר נישט געשמעקט אז מ'טוט דאס מיט דיר.
און פאר מיר אויך נישט.....
אלזא, א בעסערע עצה ביטע.
דינסטאג דצמבר 06, 2011 8:42 pm
ווי איך האב מיך נאכגעפרעגט איז די ביזנעס געווארען אסאך שוואכער ווייל עס ארויסגעקימען א פראגראם וואס הייסט אי קליניק
וואס אלע גרויסע פלעצער ניצען דאס און דאס טיט די גאנצע ארבעט
א חוץ וואס די שטאט האט אראפ גענידערט די פרייזען קימט אויס אז די פרעצענטען זענען אויך קלענער
און די קאמפאני ארבעט מיט די שטאט אז מען זאל דאס מיזען האבען
דינסטאג דצמבר 06, 2011 10:43 pm
דינסטאג דצמבר 06, 2011 11:04 pm
מה זה מער אינפא, אויפן פראגראם צו אויפן קלאס.
דינסטאג דצמבר 06, 2011 11:25 pm
כלומר וואס איז דאס קעד? דארף מען זיך לערנען ארכיטעקט אויך? ניצט מען דאס פאר עפעס אנדערש אויך אז עס איז דא אזוי פיל דשאב אפענונגס? פון דארט זעהט אויס אז עס איז דא אסאך פאטענטיעל אבער איך האב גערעט צו אן ארכיטעקט אין ער מיר געזאגט אז דאס ניצט מען היינט שוין נישט נאר רעוויט.
זונטאג מרץ 24, 2013 12:49 am
אלטעבחורל האט געשריבן:וואס אין AUTOCAD ארקיטעקטשער? אבער(??)
ווי לערנט מען זיך דעס? און פארוויפול געלט ?
מאנטאג יולי 22, 2013 6:24 pm
אוטאקעד קען מען זיך לערנען ביי citytech אדער IDC institute of design and construction. שטיק צייט האט ujo געהאט autocad courses אפשר נאכאלץ
דאנערשטאג נובמבר 07, 2013 12:40 pm
איז דא איינער דא אדער איינער ווייסט פון איינעם וואס האט זיך לעצטענס געלערענט AUTO CAD?