Advertisement

די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

גוגל טאלק קשיא

דאנערשטאג אוקטובר 18, 2007 12:46 pm

איז שייך אזא זאך צו שיקן צו זיך אליינס א מעסעדזש ווען מען איז אריינגעסיינט אינעם זעלבן אימעיל?

כלומר איך האב צוויי קאמפיוטערס, און ביי ביידע בין איך אריינגעסיינט מיט איין אימעיל אדרעס, און איך וויל שיקן פון איינס צום צווייטן.

איז דא אזא מציאות?

Advertisement

דאנערשטאג אוקטובר 18, 2007 1:05 pm

זיכער אז יא

דאנערשטאג אוקטובר 18, 2007 1:05 pm

אפילו פונעם זעלבען קאמפיוטער קענסטו אויך!

דאנערשטאג אוקטובר 18, 2007 1:07 pm

וה"ה מסעלפון לסעלפון נמי!

דאנערשטאג אוקטובר 18, 2007 1:09 pm

מיטן זעלבן אימעיל? איך זעה נישט קיין שום אפשען צו טשעטן מיטן אימעיל וואס איך בין יעצט אריינגעסיינט.

דאס טייטש, איך זעה מיך נישט צווישן מיינע עוועיליבל קאנטעקטס

?

דאנערשטאג אוקטובר 18, 2007 1:14 pm

אה... דו רעדטס פון טשעטן אדער שיקען א מעסעדזש? איך האב טאקע געוואונדערט אויף דיין קעפל גוגל טאלק קשיא

דאנערשטאג אוקטובר 18, 2007 1:15 pm

יא פון טשעטן, סארי אויב מען האט מיך נישט פארשטאנען.

איז שייך אזא זאך צו טשעטן צו זיך אליינס? פון איין קאמפיוטער צום צווייטן?

דאנערשטאג אוקטובר 18, 2007 1:20 pm

לכאורה נישט
אגב, פארוואס פייגערסטו אזוי שטארק צו רעדן צו דיר אליינס?

דאנערשטאג אוקטובר 18, 2007 1:25 pm

מען קען נישט איך האב געטרייעט צו טשעטען צו מיר אליינס (וויזוי? באלד העמיר רעדן) און דאס קומט ארויף:

pataki08@gmail.com is offline and can't receive messages right now.

דאנערשטאג אוקטובר 18, 2007 1:26 pm

אייגענטליך ווי אזוי איז מעגליך צו זייין קאנעקטעד צו איין אקאנט דורך צוויי קאמפיוטערס?

דאנערשטאג אוקטובר 18, 2007 1:41 pm

דאס איז מעגליך. פארוואס נישט? דו האסט עס דען שוין פרובירט און עס איז נישט געגאנגען???

און וואס טוט זיך צו זיין איינגעסיינט אויף איין קאמפיוטער אין 2 אקאונטס, אמאל גייט עס יא און רוב מאל נישט. ווייסט איינער פשט?

דאנערשטאג אוקטובר 18, 2007 8:06 pm

אלעקסיי האט געשריבן:לכאורה נישט
אגב, פארוואס פייגערסטו אזוי שטארק צו רעדן צו דיר אליינס?


ער וויל זיך דוירעך רעדן מיט א קליגן איד.

דאנערשטאג אוקטובר 18, 2007 10:00 pm

סתם א גראמאטישע הערה: א קשיא איז ווען איינער האט א שוועריגקייט אין עפעס, נישט ווען מען פרעגט סתם עפעס וואס מען וויל וויסן, דאס איז א פראגע/שאלה.

דאנערשטאג אוקטובר 18, 2007 10:13 pm

גרויזאמער, ביי יאהו מעסענדזשער קען מען יא כאפן א שמועס מיט זיך אליינס. לייג צו דיין אייגענעם נאמען צו דיין ליסטע.

פאטאקי, מוזסט מיר זאגן וויאזוי דו האסט צוגעלייגט דיין אייגענעם אדרעס צו דיין גוגעל טאלק.

דאנערשטאג אוקטובר 18, 2007 10:54 pm

אלעקסיי דיין שאלה האט שוין קרעזי ערגעצוואו פארענפערט.

דאנערשטאג אוקטובר 18, 2007 11:13 pm

דוכט זיך מען קען זיין אריינגעסיינט צו צוויי באזונדערע אקאונטס דורך איין קאמפיוטער, דורך עפענען צוויי זשימעילסטולק, איינס דורך גוגל טולק און איינס דורך זשימעיל דירעקט.

אבער גרויזאמערס קשיא בלייבט שווער.

איך האב אן אנדער קשיא. איך פארמאג אסך קאנטאקטן אין מיין גוגל טולק ליסטע אבער איך קען נישט זעהן אלע, ווי מער איך ציה אויס דעם פענסטערל קומען ארויף נאך, אבער איך קען דאך נאר ציהן ווי גרויס דער סקרין איז. טא וויאזוי איז מעגליך צו זעהן אלע אויף איינמאל?

דאנערשטאג אוקטובר 18, 2007 11:16 pm

די שאלה איז שטארק, כ'מיין וואס קענסטו טוהן אויב דו ווילסט זעהן די גאנצע טעקסט פון עטליכע הונדערט בלעטער אין איין סקרין פון 20 אינטשעס???

דאנערשטאג אוקטובר 18, 2007 11:22 pm

סאכדעס, סטאפ.

שמייכל, ביי די סעטינגס איז דא א פלאץ וואו מ'קען עס טוישן. כ'געדענק נישט אויפ'ן מאמענט, כ'על עס בלי"נ מארגן נאכטשעקן.

דאנערשטאג אוקטובר 18, 2007 11:24 pm

סאכדעס, איך מיין צו זאגן אז עס איז נישטאמאל דא א סקראל באר מען זאל קענען אראפ/ארויפרוקן צו זעהן די קאנטאקטן.

מאשקע יישר כוח למפרע

דאנערשטאג אוקטובר 18, 2007 11:31 pm

שמייכל;

ביי מיר איז יא דא א סקראל באר.

גיי צו VIEW, און נעם אראפ דעם טשעק פון SHOW ONE PAGE.

דאנערשטאג אוקטובר 18, 2007 11:46 pm

שעקויעך ר' קרעמער.

אייער עצה האט געהאלפן וואונדערבאר! און גאר שנעל, א זאך וואס איך מוטשע מיך שוין לאנג.

עניוועי, איך האב אן אנדער קשיא קען מען זיין אריינגעסיינט אין קרעטשמע מין צוויי נעמען דורך איין קאמפיוטער?

פרייטאג אוקטובר 19, 2007 12:06 am

אויף מיין קאמפעיוטער זענען אמאל געווען איינגסיינט צוויי ניקס, ווען כ'האב נעכטן פראבירט עס צו טוהן נאכאמאל, איז עס נישט געלונגען.

פרייטאג אוקטובר 19, 2007 12:16 am

כ'מיין אז דורך צוויי בראוזערס (פייער פוקס און IE וכדומה) קען מען.

פרייטאג אוקטובר 19, 2007 12:16 am

איך פאורפאזר, ס'טויג נישט

פרייטאג אוקטובר 19, 2007 10:36 am

מאשקע האט געשריבן:
פאטאקי, מוזסט מיר זאגן וויאזוי דו האסט צוגעלייגט דיין אייגענעם אדרעס צו דיין גוגעל טאלק.


מאשקע, איך מוז?

נו אז איך מוז מוז איך

אקעי איך האב אזוי געטוהן

ביי די סוירטש אונטער די פלאץ ווי די סעטסט אויף דיין מעסעדזש דאס הייסט דיין חתימה אויף גוגל טאלק הייב אן אריין צו טייפן דיין קאנטאקט (מאשקע עט דזשימעיל וואטעווער ס'איז) וועט ארויפקומען דיין נאמען לייג די מייזעל דערויף אן קליקן וועט ארויסקומען אין די זייט פון דיין נאמען א גרעי באטאן INVITE דריק די אינווייט באטאן און אינווייט דיך סוועט אבער נישט ארויף קומען דיין נאמען אויף דיין ליסט פון חברים וואס די גוגלסט מיט זיי יעצט גיי נאכאמאל צו סוירטש און הייב נאכאמאל אן אריין צו טייפן און ווען סקומט ארויף דיין נאמען לייג די מייזעל דערויף און דריק ""נישט"" אינווייט נאר ווארט נאך א סעקונדע און סוועט ארויף קומען א באקסעל אין די זייט מייט דייין נאמען און פיקטשער און אויף די רעכטע זייט אויבן פון באקסעל וועסטו זען א "דראפ דאון עראו" דראפעס אראפ און דריק טשעט וועט ארויף קומען א טשעט ווינדאו פון מאשקע צו מאשקע

אבער וועסט נישט קענעו טשעטען סוועט שטיין אז די ביסט אף ליין

אויב פארשטייסטו נישט פרעג איבער
שרייב א תגובה

Advertisement