Advertisement

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

ביטקוין - Bitcoin

מאנטאג פבואר 02, 2015 11:47 am

איך מיין אז די צייט איז שוין געקומען...
דא האט איר עטליכע אויסצוגן

פון דא
מאנ-יימער האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:
געלעגער האט געשריבן:איינער קען אראפ לייגן אין קורצן וואס 'ביטקוין' איז? ס'איז זענען לעצטענס אסאך אין די נייעס אבער איך האב נישט פונקטליך ארויס די קאנצעפט. פון וואס איך פארשטיי איז עס ווי אנליין געלט. מ'האט זיך געהאט געשלאגן צו עס הייסט א געהעריגע קארענסי צו נישט. כ'כאפ נישט פונקטליך וואס וואו ווען.
איינער האט לכתחילה'ס נומבער?

שוין אסאך מאל זיך געוואלט נעמען צו אן ארטיקל איבער ביטקוין, און יעדעס מאל כ'האלט שוין אין גרעסטען ברען און פולען שוואונג (קרעדיט: יחצל) לאזן זיי מיך איבער מיט די צינג אינדרויסן! עס קומט פונקט יעמאלט ארויס א באריכט וואס קען אנדייטן די גענצליכע צוזאם פאל פונען גאנצען בנין.

שוין אבאוט טיים צו שרייבן א אפהאנדלונג איבער דעם, שוין די צווייטע מאל אין איין וואך וואס איך זעה עפעס נייעס דערוועגן, היינט איז באריכטעט אז "פלעקסקוין" א באנק פאר ביטקוינס האט צוגעמאכט נאכן האבן א ריזיגע גניבה ווען העקערס האבן אריינגעהעקט אין זייער אנליין באנק און אויסגעליידיגט זייער אוצר.




און דא שטייט
גימעל האט געשריבן:
מומחה עצום האט געשריבן:דא קענט איר זעהן לייוו Bitcoin טראנזאקציעס איבער די וועלט http://fiatleak.com

און וואס איז ביטקאון? איך האב עס נישט געהעריג ארויס, פארוואס זאל עס א מענטש נוצען?



והא לך ממה שמצאתי כאן
היפאקריט האט געשריבן: אין א בעזונדערע אשכול זאל לכתחלה אדער ווער באריכטן ווער און וואס פאר א שווארץ קאפל ביטקוין איז, ווער ברויך עס, אאו (דוכט זיך עפעס א שייכות מיט די וואס גלויבן נישט אין די אמעריקאנישע וואלוטע ווייל ס'גייט שוין באלד אונטער ל"ע ול"ע)



ממילא עפן איך דעם אשכול ווי מ'זאל באהאנדלן אלעס ארום ביטקוין.

צום ערשט:
ווער איז אויפגעקומען דערמיט?
ווי אזוי ארבעט עס?
ווי באקומט מען עס?
וויפיל איז עס ווערט?
פארוואס האט עס א שוויות?
וואס איז מיט די לעגאלע חלקים פון דעם?
ועוד וכו' וגו' וכדומה

איך לאז איבער די ווארט פאר אייך.

Advertisement

מאנטאג פבואר 02, 2015 11:50 am

בעטו ובזמנו, ווען אלעס פאלט (נישט ממש, באט יו געט די פוינט), און ביטקוין ווערט נאר שטערקער או שטערקער

נו, חילי, מיר ווארטן מיא שפאנונג...

מאנטאג פבואר 02, 2015 6:30 pm

עין טובה האט געשריבן:ווער איז אויפגעקומען דערמיט

Here is just a little on this very vast topic

Someone with the pseudonym (fake name) "Satoshi Nakamoto" developed the core source code. It's not known if "Satoshi Nakamoto" is an individual or a group

The most recent tentative (not certain) identification of "Satoshi Nakamoto" was all over the news last year after a Journalist wrote an article in Newsweek identifying "Satoshi Nakamoto" as Dorian
Nakamoto, a Japanese American physicist from California who once worked as a system engineer for the government

Dorian Nakamoto denied even having any knowledge about Bitcoin

Andreas M Antonopoulos a bitcoin Researcher set up a Bitcoin wallet for Dorian and the Reddit Community donated 2,070 transactions for a total of over 49 bitcoin! - value today: $11,109.26 http://www.reddit.com/r/Bitcoin/comment ... n_nakamoto https://blockchain.info/address/1Dorian ... an6NJ4UrjX

Here is a video of Dorian (Andreas M Antonopoulos is the one on the right) thanking the 2,000 anonymous bitcoin donors
https://www.dropbox.com/s/seotrjb8ow0us ... y.mp4?dl=0


On October, 2014 a Website called newsweeklied.com was created, supposedly to raise money for an attempt to sue Newsweek over its article on Dorian. This also raised media attention

The Website was most likely a fraud and they never had any intention to act as a lawyer and represent Dorian

Here is what caused my suspicion
When you visit the website you get a message
Website Expired
This account has expired. If you are the site owner, click below to login. SQUARESPACE

The website's Whois information shows the website was registered on October 03, 2014
Internet Archive's Wayback Machine archived copy of the website newsweeklied.com leads to this bitcoin wallet address for donations 1LK3uHXhXPzR6M7AfAMQk4vBgTtQLw2kGC
https://web.archive.org/web/20141014012 ... d.com/home
If you look up the bitcoin address it shows that the wallet received confirmed payment's from Oct 12 to Oct 24
https://blockchain.info/address/1LK3uHX ... 0&filter=0
I don't think it's a coincidence that a SQUARESPACE free trial expires after 14 days and all payments sent to the wallet is within that 14 day period
I believe it was canceled after 14 days or they only paid for a one month subscription because it was a scam

After doing a little research I now see that my suspicion was warranted
The archived website has the name and address of"lawyer" c/o Kirschner & Associates 1100 Echo Park Avenue Los Angeles, CA 90026-4213
That "Lawyer" is crooked and was was most likely trying to cash in on Dorian's situation
http://www.yelp.com/biz/law-office-of-e ... os-angeles

I now found that Andreas M Antonopoulos (who set up the first bitcoin wallet and was in contact with Dorian) also was suspicious
https://twitter.com/aantonop/status/521854456829186048 https://twitter.com/DanielJonss/status/ ... 5156908033
Daniel Jonsson ‏ Oct 13
DanielJonss@
DorianSatoshi @newsweeklied @ethankirschner @aantonop Looks like a scam@ ...

AndreasMAntonopoulos
aantonop‏@
DanielJonss @DorianSatoshi @newsweeklied @ethankirschner This is in fact backed by Dorian Nakamoto@.

AndreasMAntonopoulos
aantonop‏@
DanielJonss @DorianSatoshi It may however be a scam by the lawyer against Dorian. I am highly suspicious of the intentions of the lawyer@



--------

Ross Ulbricht who is now on trial and in the News for operating the illegal Internet black-market .onion website Silk Road(version 1) was once suspected of being linked in some way to Satoshi
Nakamoto the inventor of bitcoin

sarahjeong has been live tweeting the #SilkRoadTrial from the courtroom@
לעצט פאראכטן דורך חלאבי אום מאנטאג פבואר 02, 2015 9:58 pm, פאראכטן געווארן 9 מאל בסך הכל.

מאנטאג פבואר 02, 2015 7:15 pm

נישט האט געשריבן:בעטו ובזמנו, ווען אלעס פאלט (נישט ממש, באט יו געט די פוינט), און ביטקוין ווערט נאר שטערקער או שטערקער

Bitcoin's value has been going down since last year July...
עטעטשמענטס
c6bac289590b4cc2909280eaacc8f78d.jpg

ביטקוין - Bitcoin

דינסטאג פבואר 03, 2015 9:40 am

זעענדיג אז די ציבור איז שטארק פאראינטערסירט אין די נושא פון ביטקוין, האב איך מיך גענומען די פאר מינוט ארומצונעמען די נושא עד היכן ידי (ונערווען) מגעת.

פאר מ'הייבט אן דארף מען פארשטייט זיך מודיע זיין פאר די וואס ווייסן נאכנישט וואס ביטקוין איז.
אין קורצן: א ווירטואלע וואלוטע, וואס מ'באנוצט זיך (כמעט) בלויז אויף די אינטערנעט.

היסטאריע פון ווירטואלע וואלוטע, און די גרינדונג פון ביטקוין

בשנת תשנ"ח לפ"ק האט א מענטש מיטן נאמען Wei Dai אנגעטראגן א געדאנק אז מ'זאל פראדוצירן עלעקטראנישע געלט וואס זאל זיין ריין פון יעדע אוטאריטעיט.
העכער 10 יאר שפעטער, בשנת תשס"ט לפ"ק, איז איינער אונטערן ניק "סאטושי נאקאמאוטאו" ארויסגעקומען מיט דעם אלעמען באקאנטן ביטקוין. סאטושי האט פארלאזט דעם פראיעקט (אדער געטוישט ניק...) התחלת שנת תשע"א, ער האט נישט איבערגעלאזט צופיל שפורן פון זיך, וואס אין רעזולטאט איז ארויסגעקומען פולע פראגן, ווי למשל, אויב איז עס לעגיטים, פארוואס באהאלטסטו דיך? (פרעג נאר נישט די שאלה פון איינע פון די איי'ניק'לעך.... אונז האבן וואס צו ענטפערן....)
די אידענטיטעיט פון דער וואס איז אויפגעקומען מיט ביטקוין איז פונקט, אדער כמעט אזוי פארהוילן ווי דער וואס איז אויפגעקומען מיט פאפיר....

ווער קונטרולירט ביטקוין?

קיינער איז נישט בעה"ב דערפון! פונקט ווי קיינער איז נישט די אויסשליסליכע בעה"ב פון די טעכנעלאגיע אונטער אימעיל. דהיינו, פונקט ווי גוגל אדער יאהו האבן זייער אימעיל סערוויס געבויט אויף א געוויסע מהלך, אזוי קען יעדע דעוועלאפער מאכן זיינע אייגענע ביטקוינס. נישט ממש אייגענע ביטקוינס, נאר ער נוצט די עצם סופטווער פון ביטקוין, און שפילט זיך ארום דערמיט אביסל ארויף אביסל אראפ, אבער די יסודות איז אויפן זעלבען מהלך. (צום משל: גוגל באנוצט זיך מיט די אימעיל מהלך.) און פונקט ווי יעדע אימעיל באנוצער וועהלט זיך אויס וועלכע סערוויס צו נוצן [גוגל, יאהו], אזוי וועהלט זיך יעדע ביטקוין באנוצער וועמענס סופטווער צו נוצן פארדעם.

ווי אזוי ארבעט עס?

אלץ א באנוצער איז עס נישט צופיל אנדערש ווי פעיפעל אדער גוגל בערזל. און פון אונטער די קוליסן טוט די קאמפיוטער גיין צום 'לעג'ער', גערופן בלאק טשעין. די לעג'ער ענהאלט אלע טראנזאקציעס צו וואלידעיטן די ווארהייט פון דעם ספעציפישען ביטקוין. ס'ארבעט בערך אזויווי ווען דו מאכסט א פעימענט אויף גוגל בערזל אדער פעיפעל וואס די קאמפיוטער מאכט זיכער אז די אקאונט עקזיסטירט. די חילוק איז נאר אז ביי פעיפעל ברויך ער זיכער מאכן אז די אקאונט האט די נויטיגע סכום געלט, משא"כ ביי ביטקוין טשעקט ער די געלט אליין צו ס'איז בעין.

נאכן זעהן (בערך) ווי אזוי ביטקוין ווערט באנוצט, לאמיר אריבערגיין צו די עקענאמישע חלק דערפון

ווי אזוי ווערט נולד ביטקוינס?

פונקט ווי מ'גראבט גאלד די מינער ווי זיי האלטן זיך אויף, אזוי גראבט מען ביטקוינס אין די מינער ווי זיי האלטן זיך אויף....
עה, נישט ממש, די מינע גרוב פון ביטקוין איז בס"ה א ווירטואלע גרוב וואס גיבט ביטקוינס פאר אלע וואס געבן צושטייער פאר די ביטקוין קומיוניטי, ווי למשל פארזיכערן די נעטווארק קעגן אומגעוואונטשענע געסט, וכדו', און אלץ אויסטויש פאר זייער שווערע ארבעט ווערן זיי באצאלט דורך ביטקוינס.
ביטקוינס ווערן פראדוצירט אין א פיקסד רעיט, [כעת 25 פער מינוט] אזוי ארום אז כל הקודם זכה, דאס הייסט, אז ווי מער מינע גרעבער [-קאוד שרייבער] ס'איז דא, אלץ ווייניגער זענען די שאנסן אז דו זאלסט עפעס באקומען.

פארוואס האט ביטקוין א שוויות?

יעדע וואלוטע, האט א שוויות וויבאלד מענטשן טראסטן אין דעם, ס'איז א זאך וואס מענטשען ווייסן אז זיי גייען קענען נוצן פאר ווייטערדיגע טראנזאקציעס.
פארוואס מענטשען טראסטן דעם דאללער? אדער וועגן די גאלד וואס איז (כלומר'שט) אוועקגעלייגט לכבוד דעם, אדער צוליב די נכסים (-פראפערטיס) וואס דער וואס host דעם ספעציפישען דאללאר. ביטקוינס טראסט קומט ווייל ס'איז דא עפעס ארבעט אינוועסטירט אין דעם! ס'איז נישט סתם געשאסן, ס'האט א לימיט וויפיל ס'איז דא, און פארטיג. (איך פארשטיי נישט פונקטליך פארוואס דאס האט טראסט, אבער דאס איז עס. היינטיגע דורות.... אויב קענסטו מרחיב זיין את הדיבור, זיי מגיב).

וואס איז מחליט וואס די האסט פרייז פון ביטקוין זאל זיין?

price_chart.png


די פרייז פון ביטקוינס ווענדט זיך אין די סופליי אין דימענד. דהיינו, לויט די פארלאנג וואס איז דא אויף דעם, און לויט וויפיל ביטקוינס ס'איז דא צו באקומען, (ווי שוין ערווענט פריער, האט ביטקוין א לימיט וויפיל ס'איז דא אין סירקולאציע) און וויבאלד ביטקוין איז א קליינע מארקעט (פארגלייכענדיג עס מיט וואס עס וואלט געקענט זיין) רוקט זיך די שוויות דערפון גאר שנעל, ווי מ'קען זעהן אין די בייגעלייגטע בילד.

איז ביטקוין לעולמי עד?

ניין. פונקט ווי אין די פארגאנגענהייט זענען וואלוטעס אונטערגעגאנגען, אזוי קען ביטקוין אויך אונטער גיין.

לאמיר א מינוט אריבערגיין און אנקוקן ביטקוין פון א לעגאלע שטאנדפונקט

איז ביטקוין לעגאל? קען עס ווערן רעגולירט?

כעת, איז ביטקוין לעגאל אין רוב מדינות איבער די וועלט, רעגולאציעס פון עטליכע יוראדאקציעס פרובירן צו רעגולירן די באנוץ פון ביטקוין, ווי למשל די פאראייניגטע שטאטן טרעז'ורי דיפארטמענט האט ארויסגעשטעלט עטליכע מניעות אויף סיי וואס פארא ווירטואלע וואלוטע.

__
כעת האב איך יוצא געווען מיט דעם, אפשר ווען איך וועל האבן צייט [לייען; נערווען] וועל איך אויך אראפשרייבן די פרטי וויאזוי די גרובן גייט צו, ווי אויך נאך פרטי ארום דעם.
פארשטייט זיך אז איך וויל זעהן צו די עולם איז בכלל אינטערסירט דערין.

דינסטאג פבואר 03, 2015 2:34 pm

WOW נייס!! אזא שיינע און אריכות'דיגע הסבר ;l;p-

דינסטאג פבואר 03, 2015 2:53 pm

הערליך שיין, יישר כח.
ווארטען מיר אויפן המשך.

דינסטאג פבואר 03, 2015 3:03 pm

קנאפער ידען האט געשריבן:WOW נייס!! אזא שיינע און אריכות'דיגע הסבר  ;l;p-


אז דו האסט נישט וואס צו צולייגן, כאטשיג ביזטו מחזק...
שקויעך פאר די קאמפלימענט קנאפער,


יאפין האט געשריבן:הערליך שיין, יישר כח.
ווארטען מיר אויפן המשך.

דיר אויך, שקויעך פארן קאמפלימענט, עטס גיבט מיר די כח צו שרייבן ווייטער....

על אף גארנישט איז נישט אייגענס, איך האב כמעט אלעס געליינט אויף ביטקוין דאט ארג

דינסטאג פבואר 03, 2015 3:16 pm

Overall, that's a well written post
But it seems you're lacking adequate knowledge about bitcion mining, blocks, encryption, cryptographic "proof of work" etc which led you to misunderstand the meaning of receiving bitcoin for "keeping bitcoin secure "
There's many factual errors in this piece

עין טובה האט געשריבן:
ווי אזוי ווערט נולד ביטקוינס?

פונקט ווי מ'גראבט גאלד די מינער ווי זיי האלטן זיך אויף, אזוי גראבט מען ביטקוינס אין די מינער ווי זיי האלטן זיך אויף....
עה, נישט ממש, די מינע גרוב פון ביטקוין איז בס"ה א ווירטואלע גרוב וואס גיבט ביטקוינס פאר אלע וואס געבן צושטייער פאר די ביטקוין קומיוניטי,ווי למשל פארזיכערן די נעטווארק קעגן אומגעוואונטשענע געסט, וכדו', און אלץ אויסטויש פאר זייער שווערע ארבעט ווערן זיי באצאלט דורך ביטקוינס.
ביטקוינס ווערן פראדוצירט אין א פיקסד רעיט, [כעת 25 פער 10 מינוט] (One block is worth is now worth 25 BTC. Approximately 6 blocks are generated in an hour)
אזוי ארום אז כל הקודם זכה, דאס הייסט, אז ווי מער מינע גרעבער [-קאוד שרייבער] ס'איז דא, אלץ ווייניגער זענען די שאנסן אז דו זאלסט עפעס באקומען.


When I have time i'll get back to it
For now you can study this
https://bitcoin.org/bitcoin.pdf
לעצט פאראכטן דורך חלאבי אום דינסטאג פבואר 03, 2015 3:56 pm, פאראכטן געווארן 9 מאל בסך הכל.

דינסטאג פבואר 03, 2015 3:18 pm

חלאבי! אדרבה, לאמיר דורכטוהן די נושא עד הסוף!

דינסטאג פבואר 03, 2015 6:17 pm

א ריזן דאנק פאר'ן נעמען די מי צו שרייבן איבער דעם הגם איך פארשטיי נאכנישט פונקט וואס דא גייט פאר, וועל איך עס אפשר בעסער כאפן נאכן איבערליינען אדער נאכן בעסער פארשטיין וואס דער דאללער איז
נאכאמאל א ריזן דאנק
שרייב א תגובה

Advertisement