הכלל. כ'זאג אזוי אז יעדער האלט איין די תקנות הגמ"ח. ענק האבן מיר נעבעך געגלייבט? כא כא כא...
אקעי, באמת איז עס יא אזוי. נישט ממש יעדער, אבער כמעט יעדער.
ווער??? וואס??? ווילסט וויסן ווער??? ביזט אינגאנצן דו??? ביזט אויפ'ן קאפ געפאלן??? האסט עכט געמיינט יעצט אז איך גיי דיר זאגן א נאמען?... אוי דו קוקו...
לאמיר אנרופן דעם מענטש (?) מיט'ן נאמען מרס. בארגער. פארוואס מיסיס? ווייל זי איז א פרוי. פארוואס בארגער? ווייל זי בארגט. וואס הייסט פארוואס?... ערנסט, האסט טאקע נישט געכאפט?... ס'דאך פשוט, ווייל זי בארגט, רוף איך איר בארגער.... כא כא כא.... יוי בין איך גוט אהערגעשטעלט...
עניוועי, די מרס. בארגער איז מיין שכנ'טע. מיר וואוינען אינעם זעלבן געביידע (ראה עניי ועמלי...) און אירע קינדער שפילן זיך אינאיינעם מיט מיינע (מיט אונזערע טויס, שטייצעך...). אויבן אויף קוקט זי אויס ווי א שכנ'טע ווי אלע שכנ'טעס, כ'מיין, גארנישט אנדערש. א טורבאן, מיט גלעזער צופרי און לענזעס נאכמיטאג. בקיצור, כ'דארף נישט דא מסביר זיין, א טיפיקל שכנ'טע.
אבער מיט איין זאך איז זי יא אנדערש ווי אנדערע. נעמליך, זי איז א פול-טיים מעמבער אין אונזער גמ"ח. ס'גייט נישט דורך קיין טאג וואס זי בארגט נישט עפעס פונעם גמ"ח. ממש קיין איין טאג. ס'איז ממש א קפידא ביי איר. אויב למשל זי האט באמת נישט וואס צו בארגן, פשוט זי האט אלעס אינדערהיים, וועט זי באשליסן צו מאכן היינט פאטעיטא קנישעס פאר נאכטמאל, כדי זי זאל קענען בארגן די סעסעמי סיעדס...
אבער ס'מאכט זיך כמעט נישט אז זי האט נישט וואס צו בארגן. אז מ'מיינט עס אמת'דיג, העלפט דער פון אויבן. יעדן טאג באכאשעם טרעפט זי וואס צו נעמען (אמאל פלעג איך עס נאך רופן 'בארגן'... אפטימיסט וואס איך בין...) פון אונזער גמ"ח, און באכאשעם אז זי קען אויפהייבן די צען פינגערס און זאגן: גרויסער באשעפער, ס'נאכנישט דורך קיין טאג וואס כ'האב נישט נהנה געווען פונעם גמ"ח...
איר מיינט אז ס'באדערט מיך דאס עצם בארגן אויף א טעגליכן באזיס? בכלל נישט. אבער אז איר וועט הערן 'וואס' זי בארגט, וועט איר האבן מיטלייד מיט מיר.
זאל איך גיין לויט די א"ב, אזוי ווי די על חטא'ס? ווייל אז נישט וועל איך קיינמאל נישט פארטיג ווערן...
לאמיך פרובירן. אז כ'וועל שטעקן בלייבן אינמיטן, זאלט איר מיר ארויסהעלפן, איא? אויב נישט, וועל איך גיין לויט'ן סדר פון די שעלווס אין גמ"ח.
אקעי, זאג שיין יונגעלע. וואס איז אלף?
א'ייז קרים קאונס.
און בית?
ב'ולעטין פון דריי וואכן צוריק.
גימל?
ג'עדינסטע צוויבל.
אקעי, יעצט זאג אליין, אז כ'זאל נישט דארפן ארויסשלעפן פון דיר, אקעי? דער עולם האט ווייניג געדולד היינט.
אקעי.
ה'אלבע לבנה קוקיס.
וו'אזאלין.
ז'ילבער פוצער.
ח'לה מעסער.
ט' אשר יצר פאפיר.
י'ו"ט ערליך'ס אכטע טעיפ.
כ'רעמזעל טאפ.
ל'אנגע בעזעם שטעקן.
מ'אשרום סאוס.
נ'אכט לאמפ.
ס'עליולער טעלעפאן.
ע'פל שיילער.
פ'ערפל, די וואס האט נישט קיין ספייסעס.
צ'ינדער.
ק'רעיזי גלו.
ר'אשפאפלאנאשטאקאראש... (כ'האב געוואוסט אז כ'וועל סטאק ווערן... אבער לאמיך מיך מחזק זיין, מ'האלט שוין כמעט ביים סוף...)
ש'למה המלך און זיין חכמה.
ת' (נו רבותי, א נדבן אויף תיו? עניבאדי, נו???)
אה. ת'הלים. (אינטערעסאנט אז כ'האב נישט פריער געטראכט דערפון... שוין, בעטער נעווער דען לעיטער...)
*
יעצט כאפ איך מיך, כ'האב ווען נישט געדארפט גיין אויפ'ן סדר פון א"ב. כ'האב אסאך מער זאכן אויף מיין ליסטע... 22 איז ווייט פון גענוג...
ווייסטו וואס? כ'וועל מיך נעמען שרייבן פון זכרון ארויס, אן קיין שום סדר. טאמער וועל איך דערמאנען א זאך צוויי מאל, איז עס מסתמא ווייל זי האט עס געבארגט מער ווי צוויי מאל...
לייענט ווייטער, אבער אויף אייער אייגענע אחריות:
א דאכענע, דריי גלעזלעך, קאוקאנאט פאודער, א פלאפי דיסק, האר ספרעי, די טעלעפאן נומער פון Target, א פעקל ראזשינקעס, 17 ליידיגע פעיפערס, א 75 פיסיגע טעלעפאן ווייער, א רולער, ווייכע טאמעיטאס פאר חריף, 5 האל-וויט מצות, 156 דאלאר, גרינע ספרעי-פעינט, פאפ-סטיקס פאר די נוי סוכה, 4 "D" בעטעריעס, א פלאפי דיסק, העדפאונס, פוד סטעמפס קארטל, 2 דיינינג רום בענקלעך, א צוזאמלייג-בעט, איינס פאר די לעצטע טעיפ פון יונתן שווארץ, א גלעזל אראנדזש דזשוס, א ליידיגע טעיפ, א שליסל פאר די טוילעט טיר, א גארטל, א סוויטש פאר די שבת זייגער, א סוכה ברעט, פיש פעיפער, און וואס נישט?
אסססאאאאךךךךךך אססאאךךך זאכן, שאי אפשר לפורטם כי רבים הם וכל הנשים יתנו... אופס... כ'בין פארפארן... אה ניין, ס'שטימט יא... שוין, עניוועי...
*
בקיצור, ס'שוין צו לאנג. איך האב למעשה באשלאסן צו מאכן נייע תקנות פאר די גמ"ח, און איך וועל עס דא ארויפשטעלן, און כ'האף אז ס'וועט אנקומען צו די אויערן וואו ס'דארף אנקומען. (כ'האף אבער אז זי לייענט נישט דא... טאמער יא: עס ווערט געזוכט א 7 רומיגע דירה אין הארץ פון שטאט...)
1) מ'קען נאר בארגן א זאך וואס מ'האלט ביים צוריקגעבן. איף יו קענט ריטוירן, דאנט בארג...
2) אויב די גראסערי איז יעצט אפן, קען מען נישט בארגן קיין פעקל ברויט ביי אונזער גמ"ח.
3) א זאך וואס נוצט בעטערי אדער מינוטן, למשל א סעליולער טעלעפאן, דארף מען באצאלן די הוצאות דערפון.
4) אז מ'בארגט ליבער'ס פינאט-באטער, קען מען נישט צוריקברענגען גפן זכר בונדלעך.
5) ביטע נישט קומען אין די שטונדן פון 12 ביינאכט ביז 4 פארטאגס. מיר זענען דאן געשלאסן.
6) מ'קען נאר בארגן א זאך וואס מ'דארף פאר זיך, נישט פאר קיין דריטן, צב"ש א שוועגערין וואס וואוינט אין די אנדערע עק שטאט און זי גייט עס אפצאלן ביז א חודש.
7) מיר קענען נישט שניידן קאסטום מעיד. צב"ש אז איר דארפט א דריטל רעפטל ברויט, קענט איר בארגן א גאנצע און באצאלן א גאנצע. מיט אנטשולדיגונג פאר די אומאנגענעמליכקייט.
8) ביטע נישט שיקן קיין קינדער אונטער 2 יאר, וואס קענען נישט אזוי גוט נאכזאגן וואס די מאמע דארף. בפרט נעמען זיי זיך קעקעצען ווען ס'קומט צו זאגן אזעלכע ווערטער ווי "עגפלענט פארמעזשאן" אדער "רייס קריספיעס".
9) ביטע נישט רופן נאר אויב דארפט עס באמת. נישט רופן כדי צו הערן די ביליגסטע פרייזן.
10) אויב איר האט באשטעלט - צב"ש - א באטעל מילך פון פריזער, ביטע קומט עס נעמען ווען מ'האט אפגעשמועסט, און לאזט דאס נישט ליגן א גאנצע נאכט אויפ'ן גאס.
11) אנטשולדיגט, ווען מיר בארגן אייך א דאזען אייער, קענט איר דאס נישט באצאלן מיט א דאלער, א קוואדער, דריי דיימס, א ניקל און זיבן פעניס. ביטע אונז אפגעבן א דאזען אייער און פארטיג.
12) ביטע נישט קלינגען די טיר מער פון 7 מאל. אויב מיר קומען נישט צו צום טיר, איז עס מסתמא ווייל מיר זענען פארנומען. ביטע פרובירט נאכאמאל אין א קורצע וויילע.
13) ביטע נישט רופן צופרי ווען מ'דארף אנטון די קינדער און ארויפלייגן אויפ'ן באס, אדער נאכמיטאג ווען די קינדער קומען אהיים און מ'דארף זיי אויפנעמען, געבן צו עסן, שפילן מיט זיי, וכו'.
14) מיר פארלאנגען נישט קיין ערבים, אבער מיר פארלאזן זיך אויף אייך אז איר וועט נישט לייקענען די גאנצע זאך. למשל ווען איר בארגט ביי אונז א גרויסע צוויבל, שרייבן מיר דאס אויף אויף די ליסטע. איר קענט נישט קומען און זאגן להד"מ.
15) אויב קענט איר נישט איינהאלטן סיי וועלכע פון די תקנות, ביטע זוכט אייך א צווייטע גמ"ח. (אוי באשעפער, הלוואי...)
מיט דאנק
די פארוואלטונג
מאשקע, מענעדזשער
מאשקעטע, וויצע מענעדזשער
מאשקעלע, אפערעישענס מענעדזשער
מאשקעלעלע, סיניער אפערעישאנס אפיסער
מאשקעלעלעלע, זוכט נאך א פאזיציע
קאמענטארן בלויז דא.