מורשת חכמי אמעריקא-בלאג

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4718
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

מורשת חכמי אמעריקא-בלאג

תגובהדורך בן בוזי » דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 5:35 pm

ספעצילער באריכט דורך
אהרן בן בוזי הירשקוביטץ
מסדר קידושין דקהל החרדים בסיראקיוז ויוטיקא
מזכיר, מורשת חכמי אמעריקא


אין די יעצטיגע טעג האבן א פאראייניגטע צאל א.ג. אייוועלט-שרייבער אונטערגענומען א שריט פאראויס און געעפנט א נייעם ווירטואלע זייטל אין די ראמען פון א 'בלאג'. דער בלאג אדרעס איז moreshesamerica.blogspot.com. די הויפט-ציל וואס אירע גרינדער, נעמליך, די מורשת חכמי אמעריקא, פראבירן צו שאפן מיטן ערעפענונג פון אזא פארום, איז צו פארברייטערן די אקטיוויטעטן און ארויס לייגן פארן פאבליקום די פארשידנארטיגע אינפארמאציע וואס האט זיך אנגעזאמלט אין אירע רעזערווארן זינט איר עקזיסטענץ.

דער היינט גוט באקאנטער ארגענעזאציע וואס איז פארקערפערט אלס 'מורשת חכמי אמעריקא' -איז נישט קיין נייעס פאר די פארצייטישע אייוועלט לייענער און מיטגלידער, זיי האבן עס מיטגעהאלטן פון דערנאנט וויאזוי, איינציגווייז האט זיך אויסגעשאפן אזא פאראיין. ווארום, אלע מיטגלידער אינעם מורשת זענען א פראדוקט פון די פארצייטישע פראספעריטעט וואס האט געווירבלט אויף אייוועלט. בימים ההם זענען אויסגעארבייט און אויסגעהאמערט געווארן פארשידענע פונקטן פון דער אידישער געשיכטע, און דעריבער האבן היסטאריע ליבהאבער דאן גענומען זייער אן אקטיווער טייל און אויפבויען די 'אשכולות' פון די אפטיילונגען 'על הצדיקים ועל החסידים' און די 'זכור ימות עולם'. א ספעציעלער ארט האט אוטאמאטיש פארנומען די געשיכטע פון אידן אין אמעריקא און ספעציעל די פארשידענע רבנים און כלי קודש וואס האבן אהער אימיגרירט, עס האט זיך דערביי ארויס געשטעלט א פאקט -אז די לעבן און שאפונג פון די 'חכמי אמעריקא' ווערט מער נישט געדענקט. דאס האט ארויסגעברענגט א שטארקער אייפער, און אנטוויקלט א קאריערער פאר א באדייטנדע צאל מיטגלידער אנטייל צו נעמען אין אזא פראיעקט פון פערזעווירן און פאראייביגן זייער אנדענק.

צום באמערקן, איז די פארקערפערונג קיינמאל נישט צושטאנד געקומען אויף א פארמאלער פארנעם, נאר אלעס ווערט אויפגעטוהן אויף א נאטורליכע שוואונג לויט די ענגע מעגליכקייטן פון מיטגלידער וועלכע פאררעכנען זיך אלס טייל פון די ארבייטער קלאס. דאך אבער, האט דער 'מורשת' שוין איבערגעשטיגן מיטן שאפן אינפארמאציע אויף א שטייגער אז זי שטייגט איבער פילע אנדערע פארמאל-פארקערפערטע ארגענעזאציעס, סיי אין צאל און סיי אין קוואליטעט, אזוי אויך האט דער 'מורשת' פארדינט די עהרע פון מיטארבייטן מיט פארשידענע אנדערע א.ג. מורשת'ן וואס פאראייניגן זייער ארבייט מיט מורשת חכמי אמעריקא אין פאל פון נויט.

עס איז צום האפן אז די חשובע לייענער פונעם 'בלאג' וועלן הנאה האבן, און די וואס נויטיגן זיך אין איבערגעבן הערות אזוי אויך פאר הארות קענען זיך פריוואט מעלדן צו דער אלגעמיינע בליץ-פאסט אדרעס אויף moreshesamerica@gmail.com.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 6:04 pm

ב"ה א טריט פאראויס, גאר מערקוועדיג וויאזוי די מורשת איז אזוי שיין זיך צווואקסן מיט אזויפיל סחורה זיי צו קרעדיטירן, מיר האבן שוין אסאך הנאה געהאט פון די פילע סחורה וואס איר האט אפירגעברענגט.

תשרה שכינה במעשי ידיכם ותצליח בכל דרכיכם.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
אסותא
שר חמש מאות
תגובות: 895
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 24, 2013 2:44 pm
לאקאציע: בה'איי עלמא'

תגובהדורך אסותא » דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 9:25 pm

אז מען לעבט דערלעבט מען....

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 12:26 am

זאל דער אויבערשטער געבן אז אייער ארבייט זאל ווייטער געקרוינט ווערן מיט גרויס הצלחה, און קענען אויפטאן להנאת כל בית ישראל.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר האלף
תגובות: 1660
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

תגובהדורך הרבטייטעלבוים » דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 1:56 am

חילכם לאורייתא.

איר זאלט האבען סייעתא דשמיא און אלע אייער פראיעקטען.

נ"ב א שקויעך פארן באריכט, [קוקט אויס ווי ציטירט פון א צייטונג פון ת"ר יאהרן]
הק' איתמר טייטעלבוים
אבד"ק דלאָניע והגלילות

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11246
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » פרייטאג סעפטעמבער 05, 2014 1:37 pm

קאנגראטולאציעס צו די שטאב פון די מורשת חכמי אמעריקע צום דערעפענונג פון זייער בלאג'עלע, זאלט איר באגליקן וואו אימער איר ווענדט אייערע ווירטואלע טריטן.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » פרייטאג סעפטעמבער 05, 2014 2:02 pm

לכאורה האט געשריבן:קאנגראטולאציעס צו די שטאב פון די מורשת חכמי אמעריקע צום דערעפענונג פון זייער בלאג'עלע, זאלט איר באגליקן וואו אימער איר ווענדט אייערע ווירטואלע טריטן.

און דער אויבערשטער זאל העלפן עס זאל ווערן פון א "בלאגעלע" צו א "בלאג", און שפערטער צו "א בלאג"! להגדיל תורה.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2591
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

הצעה על תקנות עגונות

תגובהדורך נחוניא » דינסטאג ינואר 20, 2015 4:08 pm

א נייער מאמר איז היינט ארויף אויפן בלאג פונעם מורשת
http://moreshesamerica.blogspot.com/201 ... st_20.html

מה ידידות
שר חמש מאות
תגובות: 522
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 27, 2014 11:14 am

תגובהדורך מה ידידות » מאנטאג פאברואר 26, 2018 1:01 pm

איך זיך אינפארמאציע אויף א רב אין נוא יארק (אדער אין אומגעגענגט) בשנות התר"צ מיטן נאמען ר' ישראל שלמה זלמן

ישר כח פון פאראויס
לְהִתְעַנֵּג בְּתַעֲנוּגִים בַּרְבּוּרִים וּשְׂלָו וְדָגִים....

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21751
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג פאברואר 26, 2018 1:17 pm

מה ידידות האט געשריבן:איך זיך אינפארמאציע אויף א רב אין נוא יארק (אדער אין אומגעגענגט) בשנות התר"צ מיטן נאמען ר' ישראל שלמה זלמן

ישר כח פון פאראויס

http://kevarim.com/rabbi-zalman-baurer/

סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

מה ידידות
שר חמש מאות
תגובות: 522
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 27, 2014 11:14 am

תגובהדורך מה ידידות » מאנטאג פאברואר 26, 2018 3:20 pm

א הערצליכן דאנק
לְהִתְעַנֵּג בְּתַעֲנוּגִים בַּרְבּוּרִים וּשְׂלָו וְדָגִים....


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט