וואו געפונען זיך היינט די כלי המקדש

היסטאריע פון שטעט און ערטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

baalegroifim
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 08, 2014 12:26 am

וואו געפונען זיך היינט די כלי המקדש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך baalegroifim »

איך האב קאנסידערט צו איך זאל אנהייבן אן אשכול אמער איך בין נישט דער גרויסער איש האשכולות איך פאנג נישט אן א אשכל צופיל אבער איך האב געקוקט אויבערפלעכליך און ווי ווייט איך האב געזען איז נאכנישט דא אזא אשכל דא סא יהיו לרצון אמרי פי וכו'
אזוי ווי מיר האבן דא גאר טאלאנטפולע און ידיעות רייכע מענטשן א שטייגער ווי ר' לכתחילה וואס ווי אימער נאר מגייט און משטייט איז דא תגובות פון אים וואס איז ממש למעלה מהשגותי וויאזוי א מענטש קען אזויפיל וויסן ווי כהאב טאקע לעצטנס געזען אין א תגובה אז ווען נישט אייוועלט ווי וואלט מען בכלל געוואוסט פון אזא מענטש הכלל מהאמיר דא גאר ידיעות רייכע מענטשן ווי אויך דורכגעווייקטע חסידישע אידן וואס מען קען זען אין אסאך תגובות סא האב איך געקלערט צו עפענען צוויי אשכולות וועגן צוויי ענינים און איינער וועט זאגן עפעס א ידיעה דערוועגן און דער עולם זאל דאס אנאליזירן און צולייגן און מפלפל זיין וכו' אבער אזוי ווי עס וועט זיך דאך צומישן וועל איך בעזהשי"ת מאכן צוויי באזונדערע אשכולות.
די דאזיגע אשכול וועט זיין געווידמעט וועגן די כלי בית המקדש ווי זיי געפונען זיך היינט צוטאגס וואס איז מעניני דיומא אין די דריי וואכן.
לפתיחה וועל איך אנהייבן מיט די באקאנטע בילד וואס איז דא ארויפגעקריצט אויף א שטיינערנע וואנט אין רוים וואס דארט זעט מען ווי די רוימ'ער טראגן די מנורה וןאס זיי האהן ליידער אוועק גענומען פונעם בית המקדש אבער די פראבלעם דערמיט איז אז די פיסלעך פון די מנורה אויף די פיקטשער זענען נישט אזוי ווי עס איז געווען אויף די מנורה אין בית המקדש, אלזא וואס איז דאס יא און ווען איז די וואנט געבויעט געווארן וכו' וכו'?

פאר די צווייטע אשכול דריקט viewtopic.php?f=63&t=23725&start=100
לעצט פארראכטן דורך baalegroifim אום מיטוואך יולי 30, 2014 1:07 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
תכלית הידיעה שנדע שאין אנו יודעים

דער תכלית פון אייוועלט איז מען זאל וויסן אז מען דארף ״נישט״ און מען טאר ״נישט״ וויסן א צווייטנס ניק (קרעדיט קענסט מיך?-אייוועלט)
baalegroifim
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 08, 2014 12:26 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך baalegroifim »

כזע אז איך קען נישט יעצט לייגן די לינק איך וועל עס אי"ה מארגן לייגן פון א קאמפיוטער
תכלית הידיעה שנדע שאין אנו יודעים

דער תכלית פון אייוועלט איז מען זאל וויסן אז מען דארף ״נישט״ און מען טאר ״נישט״ וויסן א צווייטנס ניק (קרעדיט קענסט מיך?-אייוועלט)
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

ווי די כלים ליגען איז א מיסטעריע. קיינער ווייסט נישט. עס זענען דא מער גרס' אויף דעם ווי אויך אסאך זאכען.

איבער די בילד פון די מנורה אויפן טויער איז שוין אסאך טינט פארגאסען געווארן. עס זענען דא אסאך מעגליכקייטן. איינע פון די פשוטערע תירוצים איז, אז די מנורה האט זיך אפגעבראכען די פוס, צו ביי די מלחמה צו ביים פירן, און די קריצער האט אליין צוגעלייגט פון זיין קאפ. אנדערע נעמען עס אן אז פון דא איז א ראיה אז עס איז טאקע בכלל נישט קיין בילד פון די מנורה, נאר עפעס וואס דער קריצער האט באקומען א בריוו אדער עפעס א ידיעה, אן קיין פרטים, און אויסגעמאלן פון די פאנטאזיע.

אנדערע וועלן גאר זאגן אז די פיסל האט מען איבערגעמאכט מיט די סמבאלען נאך אין ביה"מ ר"ל ווי די גמ' פארציילט אז עס איז ר"ל געווען עובדי ע"ז דארט.

אזוי איז דא שוין אויף דעם געשריבן הויפענעס הויפנעס מאמרים, בעיקר בנוגע די וואס ווילן ברענגען א ראיה צו די אויסזעהן פון די מנורה, אנדערשט ווי עס איז אנגענומען אין לובאווישט, אז די מנורה איז געווען רינדיג.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4054
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

בדרך כלל איז אנגענומען אז די כלים איז ביים וואטיקאן כידוע. דער פראבלעם איז נאר גיי ווייס אויב עס איז נאך אלס דארט. עס איז א אינטערוויו אויף קול מבשר אפאר חדשים צוריק מיט ר׳ ירמי׳ כהן שליט״א פון פאריז וואס איז שוין געווען אין וואטיקאן
baalegroifim
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 08, 2014 12:26 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך baalegroifim »

יא טאקע אבער די כלים האט ער נישט געזען און בכלל לייקענען זיי דאס ווייל זיי האבן מורא אז מען וועט עס אפבעטן פון זיי

ר' לכתחילה איך האב נישט געוואוסט איבערדעם אז סדא וואס זאגן אז נאך אין בית המקדש איז עס איבערגעמאכט געווארן אבער דאס אז סהאט זיך צובראכן האב איך שוין געהערט.
סדא וואס טעהנען אז די בילד איז געמאכט געווארן מיט יארן שפעטער פונקטליך וויפיל געדענק איך נישט און וועגן דעם האט עס דער קריצער נישט פונקטליך געקריצט
תכלית הידיעה שנדע שאין אנו יודעים

דער תכלית פון אייוועלט איז מען זאל וויסן אז מען דארף ״נישט״ און מען טאר ״נישט״ וויסן א צווייטנס ניק (קרעדיט קענסט מיך?-אייוועלט)
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4054
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

ליאזני רבי האט עפעס א סידי וואס ער האט סופאוזעדלי גענומען פון דארט. איך בין נאכנישט אנגעקומען צו קוקען דערויף. כשלעצמי האלט איך אז דמיון שפילט א גרויסע ראלע ביי עם עניוועי אבער אינטערסאנט דארף עס זיין
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

השערה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

baalegroifim האט געשריבן:יא טאקע אבער די כלים האט ער נישט געזען און בכלל לייקענען זיי דאס ווייל זיי האבן מורא אז מען וועט עס אפבעטן פון זיי

איך גלייב אז ס'יז נישטא היינט קיינער וואס ווייסט באמת וואס עס ליגט אונטן אין וואטיקאן.
די סיבות קענען זיין פארשידנארטיג, סיי אדמיניסטראטיוו, סיי פאליטיש, סיי עקאנאמיש און אויך צוליב מורא פארן לעבן, דער גלויביגער גוי האט אויך מורא. איז בעסער נישט צו וויסן און פארטיג.
גענוי ווי קיינער וואגט זיך נישט אראפצוגיין אין מערת המכפלה.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
פאמיליעמירעלס
שר האלף
תגובות: 1162
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 2:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאמיליעמירעלס »

ר' שמעו'לע האט געהערט פון די ראדזינע חסידים אז ס'גארנישט דא אין וואטיקאן פון די כלי המקדש אזוי שטייט אין נהרי אש.
בימי התנאים איז נאך געווען די ציץ און די פרוכת דארט, אני ראיתיו ברומי באוצרי המלך.
די אלע אוצרות פון כסף וזהב פון די גאנצע וועלט זאגט די גמרא סוף פסחים עדיין מונח ברומי.
פאמיליעמירעלס
שר האלף
תגובות: 1162
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 2:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאמיליעמירעלס »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:ווי די כלים ליגען איז א מיסטעריע. קיינער ווייסט נישט. עס זענען דא מער גרס' אויף דעם ווי אויך אסאך זאכען.

איבער די בילד פון די מנורה אויפן טויער איז שוין אסאך טינט פארגאסען געווארן. עס זענען דא אסאך מעגליכקייטן. איינע פון די פשוטערע תירוצים איז, אז די מנורה האט זיך אפגעבראכען די פוס, צו ביי די מלחמה צו ביים פירן, און די קריצער האט אליין צוגעלייגט פון זיין קאפ. אנדערע נעמען עס אן אז פון דא איז א ראיה אז עס איז טאקע בכלל נישט קיין בילד פון די מנורה, נאר עפעס וואס דער קריצער האט באקומען א בריוו אדער עפעס א ידיעה, אן קיין פרטים, און אויסגעמאלן פון די פאנטאזיע.

אנדערע וועלן גאר זאגן אז די פיסל האט מען איבערגעמאכט מיט די סמבאלען נאך אין ביה"מ ר"ל ווי די גמ' פארציילט אז עס איז ר"ל געווען עובדי ע"ז דארט.

אזוי איז דא שוין אויף דעם געשריבן הויפענעס הויפנעס מאמרים, בעיקר בנוגע די וואס ווילן ברענגען א ראיה צו די אויסזעהן פון די מנורה, אנדערשט ווי עס איז אנגענומען אין לובאווישט, אז די מנורה איז געווען רינדיג.


היש גמרא שעבדו עבודה זרה בבית שני אחרי ביטולה ע"י אכנה"ג, אשמח למצוא הגמרא הזו.
מנורה באלכסון אינו 'קבלה בלובאוויטש', רק היא שיטת הרמב"ם המפו', וכשהאדמו"ר הרמ"ש ראה בקאפח כתב יד הרמב"ם לחם בעד ציור זה.
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 31200
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

פאמיליעמירעלס האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:אזוי איז דא שוין אויף דעם געשריבן הויפענעס הויפנעס מאמרים, בעיקר בנוגע די וואס ווילן ברענגען א ראיה צו די אויסזעהן פון די מנורה, אנדערשט ווי עס איז אנגענומען אין לובאווישט, אז די מנורה איז געווען רינדיג.

מנורה באלכסון אינו 'קבלה בלובאוויטש', רק היא שיטת הרמב"ם המפו', וכשהאדמו"ר הרמ"ש ראה בקאפח כתב יד הרמב"ם לחם בעד ציור זה.

יא גערעכט, זע דא מער דערוועגן, עס איז דער כתב יד קדשו פונעם הייליגן רמב"ם אין פירוש המשנה.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
פלעכטער
שר האלפיים
תגובות: 2001
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 20, 2013 11:57 am
לאקאציע: אין קינדערישע הענט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלעכטער »

זייער אינטערעסאנט די אלע ידיעות.
ווען וועלט וואלט געווען וועלט, וואלט עס געהייסן אייוועלט!
baalegroifim
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 08, 2014 12:26 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך baalegroifim »

פאמיליעמירעלס האט געשריבן:ר' שמעו'לע האט געהערט פון די ראדזינע חסידים אז ס'גארנישט דא אין וואטיקאן פון די כלי המקדש אזוי שטייט אין נהרי אש.
בימי התנאים איז נאך געווען די ציץ און די פרוכת דארט, אני ראיתיו ברומי באוצרי המלך.
די אלע אוצרות פון כסף וזהב פון די גאנצע וועלט זאגט די גמרא סוף פסחים עדיין מונח ברומי.

אינטערעסאנט קיינמאל נישט געהערט דערפון
סדא עפעס א מעשה פון איינע פון די אדמורים לבית גור אז ער איז יא געווען אונטן ווייסט אאיינער מער דערוועגן?
תכלית הידיעה שנדע שאין אנו יודעים

דער תכלית פון אייוועלט איז מען זאל וויסן אז מען דארף ״נישט״ און מען טאר ״נישט״ וויסן א צווייטנס ניק (קרעדיט קענסט מיך?-אייוועלט)
אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2424
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 20, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניק ניק »

און ווער זאגט אז ס'ליגט ערגעץ? איך ווייס נישט צו זילבער און גאלד מאטריאל איז א זאך וואס האלט אויף אייביג אבער אפי' אויב יא איז עס שוין מן הסתם לאנג איבערגעגאסן געווארן פאר אנדערע זאכן
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8736
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

ניק ניק האט געשריבן:און ווער זאגט אז ס'ליגט ערגעץ? איך ווייס נישט צו זילבער און גאלד מאטריאל איז א זאך וואס האלט אויף אייביג אבער אפי' אויב יא איז עס שוין מן הסתם לאנג איבערגעגאסן געווארן פאר אנדערע זאכן

עפעס א לעגענדע איז דא אז ר' מיכאל בער ווייסמאנדל איז געווען דארט און האט עס געזען, און ווען מען האט אים געפרעגט ווי וועמענס שיטה איז געווען די מנורה האט ער נישט געוואלט ענטפערן
האט שוין איינער אמאל געהערט דערפון?
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
baalegroifim
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 08, 2014 12:26 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך baalegroifim »

רוחניות אינו תופס מקום סאיז העכער פון דעם און סאיז קלאר דא מעשיות פון די וואס האבן עס געזען
תכלית הידיעה שנדע שאין אנו יודעים

דער תכלית פון אייוועלט איז מען זאל וויסן אז מען דארף ״נישט״ און מען טאר ״נישט״ וויסן א צווייטנס ניק (קרעדיט קענסט מיך?-אייוועלט)
baalegroifim
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 08, 2014 12:26 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך baalegroifim »

מי יודע האט געשריבן:
ניק ניק האט געשריבן:און ווער זאגט אז ס'ליגט ערגעץ? איך ווייס נישט צו זילבער און גאלד מאטריאל איז א זאך וואס האלט אויף אייביג אבער אפי' אויב יא איז עס שוין מן הסתם לאנג איבערגעגאסן געווארן פאר אנדערע זאכן

עפעס א לעגענדע איז דא אז ר' מיכאל בער ווייסמאנדל איז געווען דארט און האט עס געזען, און ווען מען האט אים געפרעגט ווי וועמענס שיטה איז געווען די מנורה האט ער נישט געוואלט ענטפערן
האט שוין איינער אמאל געהערט דערפון?

קיינמאל געהערט דערפון אדרבה איינער ווייסט אפשר א מקור?
תכלית הידיעה שנדע שאין אנו יודעים

דער תכלית פון אייוועלט איז מען זאל וויסן אז מען דארף ״נישט״ און מען טאר ״נישט״ וויסן א צווייטנס ניק (קרעדיט קענסט מיך?-אייוועלט)
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

קנאפער ידען האט געשריבן:
פאמיליעמירעלס האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:אזוי איז דא שוין אויף דעם געשריבן הויפענעס הויפנעס מאמרים, בעיקר בנוגע די וואס ווילן ברענגען א ראיה צו די אויסזעהן פון די מנורה, אנדערשט ווי עס איז אנגענומען אין לובאווישט, אז די מנורה איז געווען רינדיג.

מנורה באלכסון אינו 'קבלה בלובאוויטש', רק היא שיטת הרמב"ם המפו', וכשהאדמו"ר הרמ"ש ראה בקאפח כתב יד הרמב"ם לחם בעד ציור זה.

יא גערעכט, זע דא מער דערוועגן, עס איז דער כתב יד קדשו פונעם הייליגן רמב"ם אין פירוש המשנה.

נא, צו מיינט איר טאקע אז כ'האב נישט געוויסט פון די כתב פון רמב"ם? און צו מיינט איר אז אלע וואס קריגען אויף לובאווישט ווייסען נישט פון די כתב יד? עס איז דא א הויפן תירוצים. נאר דא איז נישט געווען די שמועס איבער די מנורה, בינעך נישט אריין דעראין.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

צורת המנורה כמו שהיא מתוארת בספר 'מלחמת היהודים' להיוסיפון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

יוסף בן גוריון הכהן, בספרו 'מלחמת היהודים' כותב מפורש שהמנורה היה בצורת 'משולש' (הוא מדבר שם מן החגיגות הגדולות ברומי, שחגגו את הנצחון, אחר שיבת טיטוס מירושלים והחריב הביהמ"ק)
אטעטשמענטס
nburv.jpg
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4054
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

איך דענק נישט צו האבן געהערט אז ר׳ מיכאל בער איז געווען דארט. העמער זיך נאכפרעגן בלי נדר ביי תלמידיו.
נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1335
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 06, 2007 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאטרוליסט »

מי יודע האט געשריבן:
ניק ניק האט געשריבן:און ווער זאגט אז ס'ליגט ערגעץ? איך ווייס נישט צו זילבער און גאלד מאטריאל איז א זאך וואס האלט אויף אייביג אבער אפי' אויב יא איז עס שוין מן הסתם לאנג איבערגעגאסן געווארן פאר אנדערע זאכן

עפעס א לעגענדע איז דא אז ר' מיכאל בער ווייסמאנדל איז געווען דארט און האט עס געזען, און ווען מען האט אים געפרעגט ווי וועמענס שיטה איז געווען די מנורה האט ער נישט געוואלט ענטפערן
האט שוין איינער אמאל געהערט דערפון?


ערוואקסענען מענטשן רעדן נישט דערפון, מעגליך אין קינדערגארטן רעדט מען דערפון. רעאליסטיש גערעדט ווער ווייסט וואס דארט זענען דא, דער רעדט נישט - און דער וואס רעדט, ווייסט געוויס נישט.

מ'זאגט (?) אז דער וואטיקן פארמאגט אונטערערדישע ארכיוון מיילן לאנג פון איבער טויזנט יאר זאמלונגען. קיינער פארציילט נישט וואס דארט זענען פאראן.
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3330
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

צו משולש צו רונדיג, הלכה'דיג קען מען עס מאכ'ן ווי אזוי מען וויל, ווי לאנג, ס'איז די ריכטיגה, מדה און עס פארמאגט, די ריכטיגע ציפער פון קנעפ, בעכער'ס און בלומען. ס'איז נישט קיין "מחלוקת", ס'איז א מיינונג'ס פארשידענהייט, צווישן די ראשונים, ווי אזוי זיי האבן זיך פארגעשטעלט די מנורה האט אויסגעזעהן, און ווי שטארק זייערע אינטערסע איז געווען ארויסצוברענגען וועלכע נקודה.

ווען ס'האנדלט זיך נישט פון אונזערע הייליגע רבי'ס וואלט איך מסביר געוען אז ס'איז ס"ה א מחלוקת אין די פאנטאזיע ווי אזוי זיי האבן פאנטאזירט די מנורה האט אויסגעזעהן. און נישט ווי אזוי עס "דארף" אויסצוזעהן.

לגבי יוסיפון.
דו ווייסט וואס א "קלשון משולש" איז? עס איז א גרויסער גאפל וואס מען נוצט אין פעלדער, און פאר דיין אינפאמאציע איז עס גראדע "יא" רונדעכיג!
baalegroifim
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 08, 2014 12:26 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך baalegroifim »

זייער גוט געזאגט ר' איטשע אבער חס וחלילה צו זאגן פאנטאזירט נאר ווי דו האסט געזאגט לויט וועלכע נקודה זיי האבן געוואלט מסביר זיין
תכלית הידיעה שנדע שאין אנו יודעים

דער תכלית פון אייוועלט איז מען זאל וויסן אז מען דארף ״נישט״ און מען טאר ״נישט״ וויסן א צווייטנס ניק (קרעדיט קענסט מיך?-אייוועלט)
baalegroifim
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 08, 2014 12:26 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך baalegroifim »

נאטרוליסט האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:
ניק ניק האט געשריבן:און ווער זאגט אז ס'ליגט ערגעץ? איך ווייס נישט צו זילבער און גאלד מאטריאל איז א זאך וואס האלט אויף אייביג אבער אפי' אויב יא איז עס שוין מן הסתם לאנג איבערגעגאסן געווארן פאר אנדערע זאכן

עפעס א לעגענדע איז דא אז ר' מיכאל בער ווייסמאנדל איז געווען דארט און האט עס געזען, און ווען מען האט אים געפרעגט ווי וועמענס שיטה איז געווען די מנורה האט ער נישט געוואלט ענטפערן
האט שוין איינער אמאל געהערט דערפון?


ערוואקסענען מענטשן רעדן נישט דערפון, מעגליך אין קינדערגארטן רעדט מען דערפון. רעאליסטיש גערעדט ווער ווייסט וואס דארט זענען דא, דער רעדט נישט - און דער וואס רעדט, ווייסט געוויס נישט.

מ'זאגט (?) אז דער וואטיקן פארמאגט אונטערערדישע ארכיוון מיילן לאנג פון איבער טויזנט יאר זאמלונגען. קיינער פארציילט נישט וואס דארט זענען פאראן.

וואס מיינסטו צו זאגן נישט רעדן דערפון? בכלל נישט רעדן דערפון, פארקערט דאס איז א שטיק היסטאריע פון כלל ישראל...
תכלית הידיעה שנדע שאין אנו יודעים

דער תכלית פון אייוועלט איז מען זאל וויסן אז מען דארף ״נישט״ און מען טאר ״נישט״ וויסן א צווייטנס ניק (קרעדיט קענסט מיך?-אייוועלט)
baalegroifim
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 08, 2014 12:26 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך baalegroifim »

איטשע האט געשריבן:לגבי יוסיפון.
דו ווייסט וואס א "קלשון משולש" איז? עס איז א גרויסער גאפל וואס מען נוצט אין פעלדער, און פאר דיין אינפאמאציע איז עס גראדע "יא" רונדעכיג!

גוט גוט איך האב טאקע נישט געהעריג פארשטאנען סאיז זייער שווערע לשה"ק
תכלית הידיעה שנדע שאין אנו יודעים

דער תכלית פון אייוועלט איז מען זאל וויסן אז מען דארף ״נישט״ און מען טאר ״נישט״ וויסן א צווייטנס ניק (קרעדיט קענסט מיך?-אייוועלט)
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

איטשע האט געשריבן:צו משולש צו רונדיג, הלכה'דיג קען מען עס מאכ'ן ווי אזוי מען וויל, ווי לאנג, ס'איז די ריכטיגה, מדה און עס פארמאגט, די ריכטיגע ציפער פון קנעפ, בעכער'ס און בלומען. ס'איז נישט קיין "מחלוקת", ס'איז א מיינונג'ס פארשידענהייט, צווישן די ראשונים, ווי אזוי זיי האבן זיך פארגעשטעלט די מנורה האט אויסגעזעהן, און ווי שטארק זייערע אינטערסע איז געווען ארויסצוברענגען וועלכע נקודה.

ווען ס'האנדלט זיך נישט פון אונזערע הייליגע רבי'ס וואלט איך מסביר געוען אז ס'איז ס"ה א מחלוקת אין די פאנטאזיע ווי אזוי זיי האבן פאנטאזירט די מנורה האט אויסגעזעהן. און נישט ווי אזוי עס "דארף" אויסצוזעהן.

לגבי יוסיפון.
דו ווייסט וואס א "קלשון משולש" איז? עס איז א גרויסער גאפל וואס מען נוצט אין פעלדער, און פאר דיין אינפאמאציע איז עס גראדע "יא" רונדעכיג!


עפעס זאגסטו, שכוח פאר דיין הסבר כ'האב טאקע נישט געוויסט וואס 'קלשון' מיינט, דאן אולי איז גאר א ראיה אז ס'יז געווען רינדעכיג
כמדומה איז דער מדובר נישט 'בגדר פאנטאזיע' עס איז א חלק מחלקי התורה דרוש וקבל שכר, ופשוט
שרייב תגובה

צוריק צו “עיר ועיר”