קידוש בית החיים החדש בקרית יואל

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25680
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

קידוש בית החיים החדש בקרית יואל

תגובהדורך מיללער » מיטוואך מארטש 25, 2009 2:30 pm

קרעטשמע טעגליך
דורך: יעקב דוב מיללער - גאסט-באריכטער

קרית יואל, מאנרא יצ"ו
בלב קרוע ומורתח האבן סאטמארע חברה קדישא אין שפיץ פון רבנים און דיינים בראשות הרה"ג דומ"ץ קרית יואל שליט"א, מקדש געווען א נייע פליגעל ביים עקזעסטירענדען ביה"ח אויף סקאנעמאנק רד.

דער בית החיים שע"י חברה קדישא דקהל יטב לב ד'סאטמאר איז געגרינדעט געווארן מיט קאנפע דרייסיג יאר צוריק ביום המר יום כוא"ב תשל"ט ביום אשר נצחו אראלים את המצוקים ונשבה ארון אלקים, ווען מרן רביהקוה"ט איז ארויפגעגאנגען בסערה השמימה, דאן האט מען אין די איילעניש מקדש געווען א בית החיים אין דעם רעלאטיוו נייעם שטעטל אין אפסטעיט ניו-יארק, וועלכע איז נתייסד געווארן עטליכע יאר בעפאר און גערופען געווארן 'קרית יואל' לשמו ולזכרו פון רביה"ק זצוק"ל.

און משך פון די דרייסיג יאר איז ליידער פיל געווארן דער בית עולם, און די חברה קדישא האבן זיך דערזעהן אין א ענגשאפט אין פלאץ, נאך פארשידענע באראטונגען האט מען רעזערווירט די לינקע זייט פונעם בית החיים ווי מען האט אין די לעצטערע חדשים אויסגעגראד דעם באדן און עס צוגעגרייט אז עס זאל זיין ראוי פאר א בית החיים.

יעצט צום טאג פון ערב ראש חודש וועלכער איז א זמן תשובה האט מען געלאזט מעלדן דעם ציבור אז הגיע הזמן וואס מ'גרייט זיך מקדש צו זיין דעם נעייעם אפטיילונג פונעם ביה"ח, וואס דאן ברויכן אלע חברים אדער צו פאסטען אדער זיך אויסצלייזן מיט כופר נפש, און משך פון די לעצטע פאר טאג האבן סאטמארע חסידים איינגעצאלט די פדיון נפש פון אכצן דאלער עפ"י פסק רבני הקהילה און זיך געגרייט מיט א ערנסטקייט צום היינטיגען מאמענט.

דער סדר קידוש בית החיים נעמט אריין פארשידענע תפלות און מנהגים, וועלכע איז געווארן אנגעפירט דורך די חברה קדישא בפיקוח הרה"ג דומ"ץ קרית יואל שליט"א, בייגעלייגט איז א אומקלארע בילד פונעם מעמד וואס א חשובער מעמבער האט אריינגעשיקט צו די רעדאקציע פונעם 'טעגליך'.
צוגעלייגטע
Kidish Bies Hachiam.jpg
Kidish Bies Hachiam.jpg (14.91 KiB) געזעהן 6672 מאל

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 22354
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך מארטש 25, 2009 2:39 pm

טענקס יעקב דוב פאר דיין שיינע באריכט, לאמער האפן אז מ'וועט דאס שוין נישט דארפן נוצן, ובלע המות לנצח.. בב"א...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
מאיר
שר האלף
תגובות: 1526
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 10, 2009 12:34 pm

תגובהדורך מאיר » מיטוואך מארטש 25, 2009 2:43 pm

גם אני מצטרף לדברי וויכי.

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » מיטוואך מארטש 25, 2009 3:01 pm

מיללער, איך האב נעכטן געפרעגט דעם דיין פון ק"י עפעס וועגן פאסטן היינט, האט ער מיר געפרעגט אזוי "ביזטו דען פון די חברה קדישא?" נאר זיי דארפן פאסטען, סתם מענטשן האבן נישט וואס צו פאסטען, נאר געבן די אכצען דאלער.

נאך א אומקלארע בילד.
צוגעלייגטע
IMG00152.jpg
IMG00152.jpg (9.57 KiB) געזעהן 6572 מאל

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » מיטוואך מארטש 25, 2009 3:29 pm

ייש''כ מילער

ס'איז זייער א ווייטאגליכע מציאות, אבער כ'טראכט צו מיר ס'גייט יעצט זיין קידוש החמה, ס'קומט פאר איינמאל אין 28 יאר, ס'קערט זיך איבער א וועלט. פארוואס ביי קידוש ביה''ח וואס ווי די זאגסט איז שוין אריבער 30 יאר זייט מען האט עס מקדש געווען, פארוואס רעדט מען נישט דערפון? כ'רעד פון די מנהגים, תורה היא וללמוד אני צריך. איז עס אזא חברה קדישא זאך וואס קיינער טאר נישט וויסן?

אפשר העמער בעטן זיידעניו זאל אונז בארייכערן מיט זיין אוצר.

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » מיטוואך מארטש 25, 2009 3:35 pm

אין די לעצטע דרייסיג יאר האט מען שוין מערערע בתי חיים'ס, אין קרית יואל איז עס די ערשטע מאל זייט מען האט געמאכט די בית החים, אבער אין די וועלט איז שוין געווען מערערע מאל.

אין פאקט איז איינער פון די ק"י חברה קדישא געפארן לעצטענס ערגעץ אינדרויסן פון אמעריקע צו זען פון די נאנט וויאזוי עס גייט צו די גאנצע זאך.

אוועטאר
מאיר
שר האלף
תגובות: 1526
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 10, 2009 12:34 pm

תגובהדורך מאיר » מיטוואך מארטש 25, 2009 3:36 pm

איך ווייס נישט אויב ס'איז די פלאץ דא, אבער איינער קען אפשר אראפגעבן וויאזוי ס'איז צוגעגאנגען די קידוש בית החיים אין טאג פון רבין'ס הסתלקות? ווער האט עס מקדש געווען? און וויאזוי איז עס צוגעגאנגען?

חידוש נפלא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 22, 2009 10:03 pm

תגובהדורך חידוש נפלא » מיטוואך מארטש 25, 2009 3:42 pm

פארוואס האט מען עס מקדש געווען, איך בין געווען דארט צוויי וואכן צוריק ביי מיין באבע'ס יארצייט און איך האב געזעהן אז עס איז נאך דא דארט גענוג און נאך פלאץ כאטשיג פאר נאך א שיינע פאר הונדערט מענטשן צו ליגן רואיג? איך גלייב נישט אז אין די צוויי וואכן איז עס אזוי שטארק פיל געווארן אז עס זאל שוין אויספעלן צו מקדש זיין א נייע חלקה

אוועטאר
ראמני 08
שר האלף
תגובות: 1908
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 22, 2008 12:29 pm
לאקאציע: אויפן קאמפיין באס
פארבינד זיך:

תגובהדורך ראמני 08 » מיטוואך מארטש 25, 2009 3:46 pm

א הארבע קשיא

איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am

תגובהדורך איזאק » מיטוואך מארטש 25, 2009 3:50 pm

חידוש נפלא האט געשריבן:פארוואס האט מען עס מקדש געווען, איך בין געווען דארט צוויי וואכן צוריק ביי מיין באבע'ס יארצייט און איך האב געזעהן אז עס איז נאך דא דארט גענוג און נאך פלאץ כאטשיג פאר נאך א שיינע פאר הונדערט מענטשן צו ליגן רואיג? איך גלייב נישט אז אין די צוויי וואכן איז עס אזוי שטארק פיל געווארן אז עס זאל שוין אויספעלן צו מקדש זיין א נייע חלקה

די תירוץ איז פשוט.... טראכט אביסעלע......

אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1261
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

תגובהדורך אונגארישער » מיטוואך מארטש 25, 2009 3:55 pm

זיי האבען שוין פארקויפט מיט 300 מער פלעצער ווי עס איז דא אינעם יעטציגען ביה"ח
Liberalism is a mental disorder

חידוש נפלא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 22, 2009 10:03 pm

תגובהדורך חידוש נפלא » מיטוואך מארטש 25, 2009 3:58 pm

אויב וועגן דעם וועל איך אייך פארציילן א סיפור אז עס איז שוין געווען פארקויפט מער פלעצער ווי עס איז דא דארט נאך פאר איבער 10 יאר צוריק, אבער מען איז געווענליך נישט מקדש א בית החיים נאר ווען עס פעלט זיך טאקע אויס, און נישט כדי מען זאל פשוט קענען פארקויפן נאך פלעצער? אתמהה?

איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am

תגובהדורך איזאק » מיטוואך מארטש 25, 2009 4:00 pm

חידוש, דו שרייסט שוין כמעט דעם תירוץ... האלט דיך איין....

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מיטוואך מארטש 25, 2009 4:03 pm

יישר כח ראביי מיללער פאר אייער באשרייבונג.

ווי איך הער איז דאס נישט געווען אזא גרינגער זאך דארט. די אלע רבנים און דיינים שליט"א האבן געברויכט מאכן 7 הקפות ארום דעם שטח מיט גאנצעטע תפילות.

דער שטח איז ריזיג גרויס און מאכן הקפות 7 מאל ארום דעם גאנצן שטח איז א היפשער ארבייט דערביי אסאך עקסערסיייז.

די $18 האב איך שוין געגעבן נעכטן נאכט פאר מיין משמש. אבער אנדערש ווי אלע אנדערע געלט גייט דאס נישט פאר די קהלה און נישט פאר די חברה קדישא. דאס געלט ווער פארטיילט אויף 7 צדקות ווי הכנסת כלה, פדיון שביום, שטיצן א תלמוד חכם און נאך עטליכע זאכן וואס עס שטייט אויסגערעכנט.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
ראמני 08
שר האלף
תגובות: 1908
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 22, 2008 12:29 pm
לאקאציע: אויפן קאמפיין באס
פארבינד זיך:

תגובהדורך ראמני 08 » מיטוואך מארטש 25, 2009 4:05 pm

וויאזוי איז מען מקדש א בית החיים.
איינער קען דא אראפ לייגן די סדר פון די הלכות איו די מנהגים?
(אפס צייטליך האט אריינגעהאקט)
לעצט פאראכטן דורך ראמני 08 אום מיטוואך מארטש 25, 2009 4:35 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מיטוואך מארטש 25, 2009 4:05 pm

חידוש נפלא האט געשריבן:פארוואס האט מען עס מקדש געווען, איך בין געווען דארט צוויי וואכן צוריק ביי מיין באבע'ס יארצייט און איך האב געזעהן אז עס איז נאך דא דארט גענוג און נאך פלאץ כאטשיג פאר נאך א שיינע פאר הונדערט מענטשן צו ליגן רואיג? איך גלייב נישט אז אין די צוויי וואכן איז עס אזוי שטארק פיל געווארן אז עס זאל שוין אויספעלן צו מקדש זיין א נייע חלקה


מ'דארך נאך עטליכע רייע'ס אויפן אויבן-אן..
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
ראמני 08
שר האלף
תגובות: 1908
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 22, 2008 12:29 pm
לאקאציע: אויפן קאמפיין באס
פארבינד זיך:

תגובהדורך ראמני 08 » מיטוואך מארטש 25, 2009 4:08 pm

צייטליך האט געשריבן:
ווי איך הער איז דאס נישט געווען אזא גרינגער זאך דארט. די אלע רבנים און דיינים שליט"א האבן געברויכט מאכן 7 הקפות ארום דעם שטח מיט גאנצעטע תפילות.

.

וואסערע תפילות?

גבאי ביהמד
שר חמש מאות
תגובות: 687
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 11, 2009 2:33 pm

תגובהדורך גבאי ביהמד » מיטוואך מארטש 25, 2009 4:09 pm

טייערע חברים, ביטע זיך האלטן צום נושא, א יעדע תגובה וואס צילט עובר צו זיין אויף די תקנות הפארום וועט ווי פארשטענדליך פארמעקט ווערן דורך די הנהלה.

גבאי ביהמד
בשם המנהלים

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25680
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך מארטש 25, 2009 4:17 pm

מ'האט מיך אלארמירט אין אישית אז עס איז דא וואס האבן געמאכט פון מיין נייעס א צירקוס, וויסען זאלט איר טייערע אידן אז לא לפגוע חלילה באף אחד היתה כוונתי, כ'האב געהאלטן אז דאס איז גאר א היסטארישער נייעס וואס איז ווערט צו באשרייבען אין די ראמען פון אונזער פלאץ וועלכער איז ריין פון מחלוקת והלבנת פנים בסייעתא דשמיא.

איינער האט דא געשריבען אז עס פעלט דא אסאך 'וד"ל' וועלכער איז די ר"ת פון 'ודי למבין' איך מיין אז עס פעלט דער 'מבין', מ'ברויך פארמאגען טאלעראנס ווען עס קומט צו אזעלכע ענינים, א מענטש וועלכער האט גדרים וסייגים ברויך נישט קיין 'וד"ל'ס.

אלענספאל, דער ענין פון קידוש בית החיים איז ווערט באשריבען צו ווערן, און ווי אנדערע מיטגלידער וואלט איך געוואלט הערן פון א באטייליגטער וועלכער קען איבערגעבן בפרטיות דער סדר עם התפלות ומנהגים.

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » מיטוואך מארטש 25, 2009 4:20 pm

סאיז ארויסקעקומען ספעציעלער קונטרס מיט תפילות און געזאגעכצער וואס מטוט ביים א קידוש בית החיים.
אבער איין זאך לאמיר נישט פארגעסן, סאיז נאר על מנת שיבולע המות לנצח אמן.

די חברה קדישא פאסט, (כ'האב געזעהן איינעם פון די חברה קדישא גיין און מקוה 2 שעה נאכדעם וואס ער האט גענדיגט דאווענען, אפשר איז דאס אויך א מנהג) היינט פארנאכט גייט זיין א מנין ויחל פאר די ח"ק.

די 2טע אומקלארע בילד זעהט מען פון רעכט צו לינקס הרב מנחם צבי כהנא, הרב שלמה זאבעל, הרב מנחם מענדל טייטלבוים, הרב ברוך טייטלבוים, הרב שלום אליקים געציל בערקאוויטש הרב נפתלי היררצקא צוויבל, ר' אברהם יושע ווערצבערגער.

כ'האב באמת געוואלט גיין, באט כהאב דעסיידעט, אז די גאנצע מנהג און געזאגעכצער זענען געמאכט צו פארטרייבן די חברה.
סאו כהאב געלאזט פאר א צווייטן דעם זשאב.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט

אוועטאר
מאיר
שר האלף
תגובות: 1526
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 10, 2009 12:34 pm

תגובהדורך מאיר » מיטוואך מארטש 25, 2009 5:20 pm

דא קען מען זעהן א גרויס חלק פונעם נייעם שטח
צוגעלייגטע
1.jpg

אוועטאר
מאיר
שר האלף
תגובות: 1526
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 10, 2009 12:34 pm

תגובהדורך מאיר » מיטוואך מארטש 25, 2009 5:22 pm

דא אויך
(פון הונטערגרונד זעט מען די חברה קדישא לייט מיט די רבנים בשעת'ן מקדש זיין די בית החיים)
צוגעלייגטע
2.jpg
2.jpg (40.92 KiB) געזעהן 3229 מאל

אוועטאר
מאיר
שר האלף
תגובות: 1526
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 10, 2009 12:34 pm

תגובהדורך מאיר » מיטוואך מארטש 25, 2009 5:22 pm

נאך איינס
צוגעלייגטע
3.jpg
3.jpg (45.33 KiB) געזעהן 3226 מאל

אוועטאר
מאיר
שר האלף
תגובות: 1526
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 10, 2009 12:34 pm

תגובהדורך מאיר » מיטוואך מארטש 25, 2009 5:23 pm

די חברה קדישא לייט און די רבנים בשעת'ן מקדש זיין די בית החיים
צוגעלייגטע
4.jpg
4.jpg (40.5 KiB) געזעהן 3221 מאל

אוועטאר
מאיר
שר האלף
תגובות: 1526
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 10, 2009 12:34 pm

תגובהדורך מאיר » מיטוואך מארטש 25, 2009 5:24 pm

נאך
צוגעלייגטע
5.jpg
5.jpg (42.43 KiB) געזעהן 3218 מאל


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: mini van, שכל טוב און 32 געסט