געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'
דינסטאג יולי 10, 2007 12:47 pm
מיין מעקעניק האט מיר טאקע געזאגט אז לעצטענס איז זייער שווער די פרנסה יעדער האט געליסטע נייע קארס אין ער מאכט נישט קיין געלט (ביי די וועי עס האט זיך שוין פארמכט אפאר מעקעניקס למשל ר' שלמה הערשקאוויטש פון פען סטריט ער אינגאנצן ארויס פון ביזנעס)
Advertisement
דינסטאג יולי 10, 2007 10:37 pm
קודם כל הרב בעל-עגלה, א הארציגן יישר כח פארן עפענען אזא אינהאלטסרייכן אשכול.
איצט צום עצם ענין, לכתחילה קען זיין אז איך בין גארנישט דער ריכטיגער מענטש צו קאמענטירן אויף די נושא, זינט איך פארמאג נישט קיין אייגענע קאר, טא קען זיין אז איך בין נישט דער אריינצורעדן אין דעם ענין פון 'טייערע קארס'.
אבער פון די אנדערע זייט, מיין עצם נישט האבן קיין קאר, איז אויך באמת 'דער' ענין פון וואס מיר רעדן דא, ווייל אין פילע -אויב נישט רוב- פעלער, איז די פראגע אויפן עצם 'פארמאגן א קאר', און דער ענין פון 'טייערע' קארס איז נאר א פאלאו-אפ נושא.
און באמת, איז דאס רוב מאל איינס און די זעלבע קרענק. סיי דאס עצם געדאנק וואס שטיפט א אינגערמאן צום געדאנק פון 'איך דארף א קאר', און דאן דער געדאנק פון 'איך דארף א טייערע קאר', שטאמט פון איינס און דעם זעלבן 'לוקסוס' קרענק, און דער קרענק פון פירן א חשבון'לאזן לעבן.
איך ווייס נישט צו דאס האט צו טון מיטן דור, פשוט ווייל איך האב אין אמאליגן דור נישט געלעבט. אבער אינעם היינטיגן דור לעב איך יא, און דער צודרייטער לוקסוס קרענק איז אומדערטרעגליך. און דערצו שפילט מיט דער וועג וויאזוי דער היינטיגער אינגערמאן לעבט אן קיין שום חשבון און בודזשעט.
איך רעד שוין נישט פון א אינגערמאן וואס האט קוים א סטאבילן דזשאב און ער שפירט שוין פאר נויטיג צו קויפן אדער ליעסן א קאר, ווייל דאס צו אויסהאלטן דארף ער נישט מער ווי צובארגן נאך א פופציגער א חודש לויטן ערשטן אויבערפלעכליכן חשבון.
אבער איך רעד שוין אפילו ווען א אינגערמאן האט יא א סטאבילן דזשאב, און ער האט שוין יא אן איבעריגע פאר הונדערט דאללאר א חודש, האלט ער זיך שוין פאר א בעלעבאטישער איד, און שפירט ווי ער 'מוז' זיך איינהאנדלען אן אויטא. און אויב מאכט ער שוין נאך א הונדערטער, דעמאלטס לאז שוין גיין א לוקסעריעזער קאר. איי, האו אבאוט אוועקלייגן אפאר דאללאר פאר דירה אדער סתם פאר א רעגנדיגן טאג?
קען זיין אז ס'איז דא עפעס א באזונדערע קרענק פאר א שיינע 'קאר', אבער אין דעם קען איך שוין אינגאנצן נישט אריינרעדן, זינט דאס איז שוין טאקע אינגאנצן ארויס פון מיין ליגע, דאס איז שוין א תאווה וואס איך פארשטיי אינגאנצן נישט, איך קוק עס אן די זעלבע ווי די 'לעלו סינדראם', כאטש קען זיין אז ס'איז נישט די זעלבע זאך, איך זאג נאר וויאזוי 'איך' קוק עס אן.
דאונט געט מי ראנג, איך פארשטיי די תאווה פון 'שיין'. איך מיין צו זאגן, איך פארשטיי אויב א נגיד וואס קען זיך ערלויבן וויל האבן א שיינע הויז, קאר, רעקל, און סיי וואס נאך. אבער אז איינער דייקא א שנארער, און פאפולערער בעל-חוב, זאל זיך ממש נישט קענען איינהאלטן פון קויפן א 'שיינע קאר', איז אין מיין מיינונג היבש 'בעביש', און 'דאס' פארשטיי איך נישט.
אבער בדרך כלל איז עס ווי אויבן געזאגט -און ווי אנדערע האבן שוין ארויסגעברענגט- די זעלבע 'לוקסוס' און 'חשבון'לאזיגקייט' קרענק, וואס פלאגט דעם היינטיגן דור, סיי מיט לוקסוריעזע חתונות ,בר מצוות און אלע שמחות. און סיי מיט לוקסוריעזע הייזער, אויסשטאפירט מיט גרעניט שמעניט און ווייסעך וואס נאך באשמירט מיט אויסגעהארעוועט אידיש געלט און בלוט.
קען זיין אז איך בין אביסל 'הארש', קען זיין צו שארף, און איך בעט אנטשולדיגונג דערפאר אויב עמיצער שפירט זיך באטראפן. אבער דער וואויל באוואוסטער מצב היינט צוטאג, פון פוסטע לוקסוס און חשבון'לאזיגקייט ארויס פון יעדן גרעניץ, ערלויבט שוין נישט צו זיין פאליטיק'לי קארעקט, ווייל עס גרעניצט זיך שוין מיט סכנת נפשות.
און באמת, נישטא וואס צו זיין באליידיגט. וואס, א 'טיי אוונט' פאר דיר מארגן וועט דיר זיין באקוועמער?
דינסטאג יולי 10, 2007 10:49 pm
אוי ווי גוט דער מ. מ. ראה"ק זאגט. און דארפסט קיינעם נישט איבערבעטן פארן זיין שארף.
דינסטאג יולי 10, 2007 11:08 pm
מ.נאמבער1. האט ווי מאשקע זאגט עס זייער גוט ארויסגעברענט. אבער איין זאך פארשטיי איך,
דו שרייבסט אז ער ברויך קיינעם נישט איבערבעטן פארן זיין שארף, מיינט דאס 1. אז ער איז נישט געווען שארף? אדער ער קען האבן א יעדן פארפאקט?
דינסטאג יולי 10, 2007 11:17 pm
וואויל געזאגט יענטאאש, וועלקאם בעק אין פול גיער.
דינסטאג יולי 10, 2007 11:32 pm
קרעמער, רעד נישט צופיל.
דינסטאג יולי 10, 2007 11:32 pm
האב איך נאך עפעס צוצולייגן? כ'מיין א ניין, די חברה האבן גוט ארויסגעברענגט אז עז איז טאקע א פראבלעם און מער וויינגיער האט מען איבערגעקייעט די שיעורים פון כה תאמר אדער פרקי אבות.
נאר וואסזע דען? אה, לכאורה פרעגסטו גוט. איז אזוי,
רוב אינגעלייט הויבן אן מיט קארס ווען "מ'מוז" דהיינו אין קאנטרי סעזאן, איין מאל מען געוויינט זיך דערצו איז שווער זיך אפגעוויינען אפילו נאך קאנטרי ווען סיז מער נישט קיין 'מאסט'. קען מען עפעס טון דערצו? מסתם נישט ווייל ער נעמט עס נאר פאר קאנטרי, טא וואס שייך צו זאגן. און איך רעד נישט פון מאנראו'ע חברה איך רעד פון סיטי חברה.
לגבי טייערע קארס, ווי ערווענט, שיין מיינט נישט טייער און לוקסוס מיינט נישט באקוועם. פולע קויפן יוזד קארס פון 10 15 טויזנט מייל וואס איז קאנסידערד גאנץ ניי ווייל ס'הט נאכנישט געהאט קיין שאנס אויסגענוצט צו ווערן, פאר העלפט פרייז אדער ליעסן זיי עס, אבער בכלל האלט איך אז דער מושג פון טייערע קארס וואקסט מיט מיטן דור, וואס איז שיין היינט וועט מארגן נישט זיין מער אינטערעסאנט צוליב די פולע מאדעלן וואס קומען ארויס ווי שוואמלען נאך א רעגן.
כשלעצמי האב איך אנגעהויבן מיט א יוזד קאר פאר צוויי אלפים יעדע וואך אבער יעדע געגאנגן צום מעקעניק, דעס איז נישט גוט יענץ נישט , אויפן וועג צום קאנטרי האט זיך דער בעלט צובראכן בלייבנדיג סטאק צוויי טאג ביי ברייער אין מאנראו. אקיצור כאב עס אויסגעצויגן ווילאנג כ'אב געקענט און עס געדאמפט צום סוף.
איינגעהאנדלט האב איך מיר א שעווי, כאב געדארפט האבן א גרויסע אויטא פאר מיין ביזנעס, ציהט א געוואלד מיט געז איך פאר אין קאנטרי איין וועג נוצנדיג איבער א דריטל טאנק ($32) צוויי מאל א וואך פלאס טאל. את האמת ווען איך זעה די שיינע קליינע לעקסוס וואס די ערקאנדישאן קומט פון די סיט ארויס און קילט אפ דעם ענטייער באדי גלוסט זיך דערצו, כאטש עס קאסט אכציג אלפים אדער 1300 א חודש אבער העין רואה הלב חומד וכלי מעשה גומרים, געזאגט געווארן אויף דעם אויך, כ'ציטער כעל עס נאך האבן איין טאג.
הכלל?
וואס עפעס האסטו דיך גענומען איבער די קרית יואל'ע? ביזט שוין פערטיג מיט די שטאטישע?
מיטוואך יולי 11, 2007 1:31 am
יעדער זאגט פיין
ואני אין איך וועל זאגען אזוי ......שטיל זאל זיין ....
זאל די באשעפער העלפען אז עס זאל זיך גיסען השפעות אויף יודישע קינדער , בני ברוכי , חיי ארוכי , אין מזוני רויחי , מען זאל זיך קענען ערלויבען צי פארמאגען אלעס מיט א ברייטע האנט אזוי ווי עס פאסט פאר יודישע קינדער בני מלכים , אין מען זאל קענען דינען דעם באשעפער מיט הרחבת הדעת אין מנוחה , מיט נחת פין די קינדער
מיט געזונט אין א לאנג גליקליך לעבען , מיט פרנסה ברוח ובניקל , והריקותי לכם ברכה עד בלי די , עד בלי די , עד בלי די די די די די , אלע צוזאמען ,והריקותי לכם ברכה עד בלי די , עד בלי די , עד בלי די די די די די , עד שייבלו שפתותיכם מלומר די די די ,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,אמן
מיטוואך יולי 11, 2007 9:43 am
????
*
דרך אגב;
ס'מיינט צו זאגן אז ער האט נישט געזאגט צו שארף. אפשר נאך צו ווייניג געזאגט.
*
אלס אן אפשפרעכונג צום "טול קורה", וויל איך זאגן, אז איך האב א ביליגן מיני-ווען (נישט קיין "סיענע" אדער "אדעסי") וואס איז פאבריצירט געווארן מיט זיבן יאר צוריק.
מיטוואך יולי 11, 2007 9:48 am
סארי, אבער זייער אסאך אדעסי'ס קאסטן ווייניגער ווי דו צאלסט פאר דיין קאר וואס איז פאבריצירט געווארן פאר זיבן יאר צוריק. ביי זיי דארף מען גארנישט אראפלייגן פאראויס.
און עס איז דא וואס צאלן היפש אונטער $300 דאלער א חודש.
מיטוואך יולי 11, 2007 10:00 am
דו ווייסט דאך נאכנישט וויפיל איך צאל.
איך צאל $250 א חודש. איך קען נישט קיינעם מיט אן "אדעסי" וואס צאלט אזויפיל.
מיטוואך יולי 11, 2007 2:58 pm
מאשקע, פלאס מעקעניק, וואס ער האט נישט.
מיטוואך יולי 11, 2007 3:00 pm
מאשקע, דרך אגב איך צאל פאר א נייע קאר $215
מיטוואך יולי 11, 2007 3:03 pm
לגבי מעקעניק ביזטו גערעכט, אבער איך צאל קיין ווייסעך וויפיל פאר מעקעניק א יאר. ס'האט נאכנישט 'אזויפיל' מיילעדזש.
פאר וועלכע סארט קאר צאלסטו $215 א חודש?
מיטוואך יולי 11, 2007 3:17 pm
א אייר אלטימא.
מיטוואך יולי 11, 2007 3:18 pm
דאס איז א קליינע קאר, אמת?
איך רעד פון א מיני-ווען.
מיטוואך יולי 11, 2007 3:38 pm
מאשקע האט געשריבן:דאס איז א קליינע קאר, אמת?
איך רעד פון א מיני-ווען.
וואסא חילוק פון א
קליינע קאר און א
מיני ווען? ע"פ חשבון דארף דאס זיין די זעלבע סייז

ודו"ק
וועגן קארס, איך האלט אז ביי דעם וועם די קאר איז אים א צוויטער היים מעג אויסגעבן געלט דערפאר אסאך גלייכער ווי אויף 'זינגער' סוטס, גוטשי, באמאסער, ראלעקס, אא"וו
מיטוואך יולי 11, 2007 3:45 pm
מיללער האט געשריבן:מאשקע האט געשריבן:דאס איז א קליינע קאר, אמת?
איך רעד פון א מיני-ווען.
וואסא חילוק פון א
קליינע קאר און א
מיני ווען? ע"פ חשבון דארף דאס זיין די זעלבע סייז

ודו"ק
וועגן קארס, איך האלט אז ביי דעם וועם די קאר איז אים א צוויטער היים מעג אויסגעבן געלט דערפאר אסאך גלייכער ווי אויף 'זינגער' סוטס, גוטשי, באמאסער, ראלעקס, אא"וו
ווען ס'וואלט געווען א
גרויסע קאר (צ.ב.ש. א סטאנציע-וואגאן, געדענקסט עס נאך?) ווערסאס א מיני ווען, וואלסטו אפשר געווען גערעכט...
מיטוואך יולי 11, 2007 4:03 pm
מאשקע האט געשריבן:מיללער האט געשריבן:מאשקע האט געשריבן:דאס איז א קליינע קאר, אמת?
איך רעד פון א מיני-ווען.
וואסא חילוק פון א
קליינע קאר און א
מיני ווען? ע"פ חשבון דארף דאס זיין די זעלבע סייז

ודו"ק
וועגן קארס, איך האלט אז ביי דעם וועם די קאר איז אים א צוויטער היים מעג אויסגעבן געלט דערפאר אסאך גלייכער ווי אויף 'זינגער' סוטס, גוטשי, באמאסער, ראלעקס, אא"וו
ווען ס'וואלט געווען א
גרויסע קאר (צ.ב.ש. א סטאנציע-וואגאן, געדענקסט עס נאך?) ווערסאס א מיני ווען, וואלסטו אפשר געווען גערעכט...
אין פראקטיק ביסטו גערעכט, איך האב מיך באצויגן צום שפראך באנוץ. נעווער מיינד
מיטוואך יולי 11, 2007 4:16 pm
למענסע האט מען גערעדט פון אלע מינע, און במציאות קען מען האבן א נייע "קאר" און עס קאסט ביליגער ווי א יוסד, דאס אלעס איז שטייצעך געזאגט געווארן פארוועם עס פעלט זיך אויס צו האבן,
און די שאלה איז וועלכע.