נייע גוי'אישע טאנץ - "פענגווין טאנץ"

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מילין_יקירין
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 1:57 pm

נייע גוי'אישע טאנץ - "פענגווין טאנץ"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילין_יקירין »

די רעדע איז פון א עכט גוי'אישע ניגון "די פענגווין טאנץ" וואס עטליכע טרייפענע אינגען האבן דאס אראפגענומען פונעם אינטערנעט!

כ'האב באזוכט ביי מיינס א ידיד א ערליכער ווארעמע אינגערמאן וואס זיין פרנסה קומט פון שפילן מוזיק ביי אידישע חתונות.
געטראפן האב איך אים ביים קאמפיוטער אויף יו טאב אויף זייער א אומאיידעלע פעידש!
דער איז געווארן רויט פאר בושה, און ארויס געשטאלפערט אז ער זוכט דעם פענגווין טאנץ ניגון. ווייל דאס איז די נייע סטייל, און ער קען דאס נאך נישט, און ער מוז זיך דאס אויסלערנען, ווייל אויב נישט איז זיין פרנסה אין געפאר, איבערהויפט ווען די קאמפאטישן היינט איז אזוי גרויס.

אזוי שטייענדיג דארט פארווינדערט, האט אריינגעקלאפט א אינגערמאן, דער איז א היימישער זונגער ביי אידישע חתונות. כ'שטיי און די זייט פארשטוינד ווי די צוויי זענען גייען אריין אין א שמועס וואס מען קען טוהן, סאיז נישט זייער פראבלעם, זיי האבן נישט קיין ברירה.

משעת מעשה, איז זיך פארגאנגען א וואצעפ געשמיס פון די זונגערס גרופע, יעדער איינער פארפירט אז סאיז משוגע... ח. ל. דריקט זיך אויס מיט טיפע ווייטאג...י. פ. זאגט אז דאס איז שוין איבער אלע גרעניצן פון "נארמאלקייט" מענטשן זאלן טאנצן ווי פענגווינ'ס... י.ב. קלאגט אז דאס איז די נייע סטייל נעבעך און מעגיימער אלע ליידן דערפון כאטשיק א יאר א האלב...
אזוי צו אזוי איז אבער יעדער פאראייניגט אז "פרנסה" מען מוז.....
הכלל איז געווארן באשלאסן אויפן וואצעפ אז מען וועט עס ארויפלייגן אויף אידישע ווערטער...

דערווייל שטיי איך און דערזייט מיט א מחשבה'לע... יא יא, באלד קומט אן ארטיקל...

אזוי איז עס געגאנגען הין און צוריק, מ.ש. מאכט לצנות דערפון און זאגט מען זאל ארויפלייגן דערויף ברוך שאמר... י.פ. זאגט ענדערש אויף די ווערטער פון די אלטע קינדער טעיפ: די רעכטע פיס אהער... די לינקע פיס אהין..... (איך בין שוין גרויס?)

נישט אלע וואויס נאוטס האבעך געקענט פארשטיין ווער די זונגער איז, און פרעגן האבעך נישט געוואלט...

ווען די טעמע איז געווארן הייסער, האט מיין סעל געקלינגען אז די סאפער שטייט שוין רעדי און די פרישע טשיקן זופ ווערט שוין קאלט.
כ'האב נישט געהאלטן ביים אויפגעבן א טעלער הייסע זיפ פאר נזיד עדשים, האבעך אפגעטראגן פון דארט.

עד כאן המעשה....


רבותי!!!!
מט דעם בויעט מען א אידישע שטוב???????
פאר דעם וויינט מען פארן חופה?????

עס שטייט פון ר' יהודה החסיד זצ"ל אז אויב זונגט מען גויאישע לידער ביי די חתונה, איז עס גורם אז זייערע קינדער זאלן אפפארן פון אידישן וועג רח"ל. (געהערט פון טאלנע רבי שליט"א ווי ער זאגט עס פאר פון אינעווייניג)

פארשטייט איר שון פארוואס היינט איז דא אזויפיל אפגעפארענע? ווען וועט זיך דער עולם אויפוועקן??? ווען????
לעצט פארראכטן דורך מילין_יקירין אום דאנערשטאג פעברואר 06, 2014 11:01 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
דניאל
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 20, 2013 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל »

שוין ארויסגעקומען א קול מחאה געזעהן פריער
אוועטאר
בעל דמיון
שר האלף
תגובות: 1747
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 09, 2012 9:34 pm
לאקאציע: בביתי נאוה קודש, ליד ה״שלחן ערוך״

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל דמיון »

מילין_יקירין האט געשריבן:

עס שטייט פון ר' יהודה החסיד זצ"ל אז אויב זונגט מען גויאישע לידער ביי די חתונה, איז עס גורם אז זייערע קינדער זאלן אפפארן פון אידישן וועג רח"ל. (געהערט פון טאלנע רבי שליט"א ווי ער זאגט עס פאר פון אינעווייניג)

פארשטייט איר שון פארוואס היינט איז דא אזויפיל אפגעפארענע? ווען וועט זיך דער עולם אויפוועקן??? ווען????

שרעקעדיג!!!!
מ׳וואלט געדארפט אויפמערקזאם מאכן די מוזיקאנטן און בעלי מנגנים, זיי טראגן א געוואלדיגן אחריות...
The bitterness of poor quality remains long after the sweetness of low price is forgotten
אוועטאר
ווארד
שר האלף
תגובות: 1004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 10, 2013 12:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארד »

בעל דמיון האט געשריבן:
מילין_יקירין האט געשריבן:מ׳וואלט געדארפט אויפמערקזאם מאכן די מוזיקאנטן און בעלי מנגנים, זיי טראגן א געוואלדיגן אחריות...


מילין_יקירין האט געשריבן:און ער מוז זיך דאס אויסלערנען, ווייל אויב נישט איז זיין פרנסה אין געפאר,


מען קען זיי מעורר זיין זיי זאלן עס נישט זינגען וואו מען דארף נישט, אבער עס נישט צו זינגען דארט וואו עס ווערט פארלאנגט איז גאר א גרויסע נסיון, בפרט אז אויב זיי וועלן דאס נישט צושטעלן וועלן די יעניגע טרעפן אנדערע וואס וועלן יא אזוי אז זיי וועלן קיינעם נישט ראטעווען (דאס מיינט נישט אז זיי מעגן עס יעצט זינגען, איך ברענג נאר ארויס א נקודה למחשבה)
עס וואלט געדארפט זיין א דאנק קנעפל
צו קענען מיט א דרוק מיט א קנעפל צושטימען און מחזק זיין וואס א צווייטער האט געשריבן.
האלט איר דען נישט אזוי?
זיכער יא!

דאן רופט זיך אן דא:
אנקעטע: דאנק קנעפל
אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4478
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך derech eretz »

"ריקוד הפינגווין"
https://copy.com/03HfhTQQyOKYobkF

ריקוד הפינגווין - בחורי ישיבת גור.
http://www.jumbomail.co.il/Downloads.as ... 376C77493D
לעצט פארראכטן דורך derech eretz אום דאנערשטאג פעברואר 06, 2014 11:47 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
גם העובד ד' ועוסק בתורה מן ההכרח שיעסוק גם במעט דר"ך אר"ץ - מאור ושמש פ' בחוקותי
אוועטאר
AHA
שר האלפיים
תגובות: 2007
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 30, 2011 6:14 pm
לאקאציע: בין פטיש לסדין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך AHA »

זעהט אויס אז די בעלי גליונות האבען נאכנישט געשריבען שאלות ותשובות דערויף.

ווען זיי וועלן מוחה זיין הו וועט זיין סדר
איך גלייב אז אלעס וואס דער באשעפער טוהט איז נאר גוט. בעטן בעט איך אז הראינו השם את חסדיך אפו' מיין באגרעניצטע מוח אין פליישיגע זאל דאס אויך זעהן.
משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3502
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משנה מקום »

ער האט נישט געדארפט גיין קיין יוטב שוין דא גענוג "היימישע"
http://www.mahnishmah.com/system/script ... At+Wedding
http://www.mahnishmah.com/system/script ... eri+Weber+

משוגע איז נישט די ווארט איך רעד נישט פין די אידישקייט חלק
אוועטאר
אורייתא
שר חמש מאות
תגובות: 744
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 13, 2013 2:33 pm
לאקאציע: בד' אמות של הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורייתא »

Is there maybe also a קאטשקע dance?
לאמיר זיך דעיס אויסלערנענן.
השם ישמרינו
קוקריקו
אורייתא וישראל חד הוא
אוועטאר
אלטן דור
שר האלף
תגובות: 1261
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 06, 2013 5:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטן דור »

דאכט זיך מיר אז דאס איז נישט קיין נייע משוגעת איך האב דאס שוין געזעהן ביי א חתונה פון א תלמיד פון ר' י.ר. פאר דריי יאר צוריק
משתוקק
שר מאה
תגובות: 198
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 29, 2013 9:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משתוקק »

עס שטייט פון ר' יהודה החסיד זצ"ל אז אויב זונגט מען גויאישע לידער ביי די חתונה, איז עס גורם אז זייערע קינדער זאלן אפפארן פון אידישן וועג רח"ל. (געהערט פון טאלנע רבי שליט"א ווי ער זאגט עס פאר פון אינעווייניג)

[/quote]

מראה מקום פליז,איך וויל עס נאך קוקען.
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8706
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

נעבעך
ווער איז דער מחבר דערפון?
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

א רומענישער גוי
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
מילין_יקירין
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילין_יקירין »

משתוקק,
איך וויל עס אויך זעהן פון אינעווייניג,
איך וויל אים אנקאלן.
זיכעך נאר זיין היים נומער
אוועטאר
לעניית דעתי
שר האלף
תגובות: 1485
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 20, 2009 1:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעניית דעתי »

נראה לעניית דעתי אז מ' קען טוישן דעם ניגון אויף דעם באקאנטן ניגון אתה חונן לאדם דעת, ס'האט דעם זעלבן ביט און מ' קען עס אויך שפילן אויף דעם זעלבן מהלך. און ס'פאסט אויך די ווערטער צום טאנץ...

אינטערעסאנט איז אז סדא א ניגון

"אוי ווי גוט צו זיין א איד
אוי ווי שלעכט צו זיין א גוי
אוי ווי גוט צו זיין א איד, אוי"

און דער נעקסטע פאל:
"אמאל בין איך געגאנגן אין גאס וכו'" דער פאל איז די זעלבע ווי אתה חונן.

הלא יש דברים בגו"י
אוועטאר
ניגון עתיק
שר האלף
תגובות: 1435
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2013 2:51 pm
לאקאציע: אינעם ניגון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניגון עתיק »

מילין_יקירין האט געשריבן:משתוקק,
איך וויל עס אויך זעהן פון אינעווייניג,
איך וויל אים אנקאלן.
זיכעך נאר זיין היים נומער

02-582-5543
אית היכלא דלא מפתח אלא בנגינה, ובגין דא דוד המלך ע"ה מתקרב לההיא היכלא בנגינה (תיקוני זוהר)
אוועטאר
משה הקטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 365
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 11:28 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה הקטן »

געזעהן די ווידעאס פון די פינגווינס, דעס איז עכט? זיי האבן אזויפיל שכל צוטאנצען ממש ווי..... מענטשן?
טראכט נאר גוט
שר מאה
תגובות: 108
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2013 9:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראכט נאר גוט »

אלטן דור האט געשריבן:דאכט זיך מיר אז דאס איז נישט קיין נייע משוגעת איך האב דאס שוין געזעהן ביי א חתונה פון א תלמיד פון ר' י.ר. פאר דריי יאר צוריק

איך האלט אויך אז דאס איז איינע פין גאר שווערסטע פראבלעמען פין דעם דור ר"לצ קאמ אן איי טינק איטס טיים טא סטאף דיס נאננסענס !
אוועטאר
אסותא
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 2:44 pm
לאקאציע: בה'איי עלמא'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסותא »

משה הקטן האט געשריבן:געזעהן די ווידעאס פון די פינגווינס, דעס איז עכט? זיי האבן אזויפיל שכל צוטאנצען ממש ווי..... מענטשן?

און די געטענץ פון די מענטשן איז אויך עכט?! זיי האבן (נאר) אזויפיל שכל צוטאנצן ממש ווי.....פינגווינס?
בליץ
שר מאה
תגובות: 244
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 5:08 pm
לאקאציע: אמאל דא און אמאל דארט, פלעקסעב״ל בלע״ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בליץ »

גאנץ קיל...

איך זעה עס היצט די ערשטע מאל..בין איך טאקע דער איינציגסטער דא וואס פארשטייט נישט וואטס ראנג ווען בחורים מאכען זיך אביסלע משוגע??

פארשטטיט זיך איך רעדט נישט פון די ניגון חלק אז א גוי האט מחבר געווען די ניגון.

דער טאנץ איז פיינע נייעס..
אוועטאר
yankelshister
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2012 7:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yankelshister »

מאי שנא מריקוד yiden?
יאנקל שיסטער איז גערעכט...
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

בליץ האט געשריבן:גאנץ קיל...

איך זעה עס היצט די ערשטע מאל..בין איך טאקע דער איינציגסטער דא וואס פארשטייט נישט וואטס ראנג ווען בחורים מאכען זיך אביסלע משוגע??

פארשטטיט זיך איך רעדט נישט פון די ניגון חלק אז א גוי האט מחבר געווען די ניגון.

דער טאנץ איז פיינע נייעס..

גערעדט יעצט מיט א משמח אלקים ואנשים וחולי ישראל ער זאגט מיר ער האט עס ארויפגעלייגט אויפען ניגון וואס ר' אליעזר דוד פרידמאן שליט"א טאנצט מצוה טאנץ (דאכט זיך אז במקורו איז עס א ניגון אויף אור חדש) און עס שטימט פיין.

הארא שטאמט פון די אראבער און קאדאטשקע שטאמט פון ציגאנער, דער טאנץ איז גארנישט אנדערש עס איז נאר א אישו מיט געפילען.
אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3426
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערליך »

אהא, ווארט מיר עס צו הערן ביים רעבינס טיש אויף כל מקדש
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

אויב ביי אייער רבי זינגט מען ר' יו"ט ערליך'ס ניגונים שטאמען זיי רובם ככולם פון די זעלבע גוים ווי דעם ניגון (לפי די גירסה אז במקורו איז עס פון ראמעניע) אדער זייערע סלאווישע קאזינס. די ניגון חייב איניש לבסומי איז אויך א ציגאנער ניגון (און דייקא א שמוציגע ליבע געזאנג).

גראדע האלט די יודן יודן טאנץ איז אסאך ווילדער און האט מיך אייביג געקרענקט.
אוועטאר
מילין_יקירין
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילין_יקירין »

א ערליכער איד ווי ר׳ יום טוב ערליך האט געמעגט און
געקענט סעלעקטירן וועלכע פאלקס לידל עס קען ווערן אידיש. און ער האט דאס טאקע געזונגען מיט א אידישן טעם.

ווי קען מען דאס פארגלייכן צו די "איידיע" פון נעמען א נידריגע טרייפענעם גוי'אישן טאנץ וואס ווערט נאך היינט באניצט ביי די נידריגע אראבערס, - אויף וועם די גמרא זאגט אז זיי האבן גענומען די גרעסטע חלק נואף וואס איז געווען אויף דעם עולם- און מען זונגט דאס נאך נאכדערצו מיטן טאנץ גענוי ווי דער טמא'נע אראבער.

וואס א נפקא מינא ווי צעדרייט אדער נארמאל דו ניגון/טאנץ איז, דו איידיע פאר זיך אליין איז חזר טריפה! און דעם חזיר טריפה ניגון זונגט מען פאר א חתן און דעם נאכט וואס ער איז הייליגער ווי אונז אלע און איז בכוח צו ברענגען די גאולה שלימה!!!!!!

דיסקאשען איז קלאוזד!

מען מוז דאס מעביר זיין בכל תוקף
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

yankelshister האט געשריבן:מאי שנא מריקוד yiden?


ס'איז גארנישט שנא, נאר ס"ה עבר ושנה, איינס איז נבילה אין איינס טריפה, זיי זענען ביידע א עקל און א גרויל, פוי פוי פוי, איך האב אליינס אמאל געהערט ווי דער ווינער רב שליט"א רעדט זייער שארף צו זיינע תלמידים איבער דעם און זאגט זיי אן אז מען זאל דעם אידן טאנץ נישט טאנצן. ביידע קומען פון מקורות טמאים און מען דארף אזאנס ביי אידישע חתונות נישט זינגען, עס טאר נישט האבן קיין מקום ביי אזא ארט ווי מען וויל אראפ ברענגען השראת השכינה און ברכה.

און ווי קען מען דאס פארגלייכן צו ר' יום טוב ערליך. איך גיי ניטאמאל מסביר זיין דעם חילוק, ווער עס פארשטייט נישט אן קיין הסבר וועט עס נישט פארשטיין מיט א הסבר אויך נישט.
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”