Advertisement

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

ווי איז בעסער צו וואוינען/מופן (קעפל געטוישט)

דינסטאג דצמבר 24, 2013 11:11 pm

די אשכול איז א המשך פונעם שמועס אינעם בלומינבורג אשכול

אזוי א גרויסער עולם דארט איז פארנומען מיטן פארגלייכן די פרייזן פון בלומינגבורג VS קר"י /מאנסי /טראנטא /מדבר סאהארא וכו' וגו' והבן, און דאס פירט דעם שמועס אין די הרי אררט, האב איך געעפנעט דעם אשכול ווי דער עולם איז געבעטן אויסצושמועסן פארצולייגן ארומ'טענה'ן איבער אלס אין אלעמען פונעם דירות קריזיס, ווי איז בעסער, ווי איז מער איינגעשטעלט, און ווי וויל איך (יעדער זאל מיינען אז איך וויל) באמת וואוינען.

אויב וועט זיך דער אשכול איינגעבן העלמער בעטן שיינערהייט די מנהלים זאלן אהערשטעלן אלע שפעקולאציעס פון יענעם אשכול אהעיר

אזוי ווי איך בין נישט אזוי באהאוונט אין לינקן וועל איך בעטן ווער עס קען אהער לינקן יענעם אשכול
לעצט פאראכטן דורך בערקא אום מיטוואך דצמבר 25, 2013 2:23 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

Advertisement

דינסטאג דצמבר 24, 2013 11:53 pm

המשך פון דא
יישר כח פאר הרב לכתחילה פארן צוהעלפן

יהא זכ.. אוי נישט דעיס, זכותו יג..... אך שוין ווייטער עניוועי שקח (כ'וויל נישט שרייבן שכח, ווייל איך לייד נישט דערויף) זכות הרבים תלוי בך (הא? כ'בין א רבים, קוק מיין סייז)

מיטוואך דצמבר 25, 2013 12:08 pm

הלואי זאל זיין עפעס וואס מ'קען צושטעלן, דערווייל איז נאר שייך בלומינגבורג VS מאנסי \קר"י. אלע אנדערע זאכן זענען שטותים והבלים, וועלכער נארמאלער מענטש (כ'האב שוין מסביר געווען נארמאל אויבן) קען וואוינען אין ברוקלין?

מיטוואך דצמבר 25, 2013 12:18 pm

אויף אן אשכול פאסט זיך זייער גוט צו אויסוועלן א פלאץ צו וואונען לויט פרייז, אבער אין ריעל לייף איז עס לכאו' די 10'טע זאך וואס מ'קוקט ביים אויסוועלן א שטאט, יעצט וועט איר פארשטיין אז כאטשיק איר (ווער איז עס נאר געווען?) קוקט אן קר"י פאר א גוט פלאץ צו וואונען ווייל די ערטשע 9 טעמים קומט אייך אויס גוט דארט, זאלט איר טאקע אהין גיין, אבער פאר טויזענטער מענטשן איז די ערשטע 9 זאכן נעגעטיוו אין קר"י במילה פיר אויס.... יעצט וואס די 9 זאכן זענען האמיר געשמועסט אז איך זאג נישט. (געמאלן וואסער?)

מיטוואך דצמבר 25, 2013 12:38 pm

קודם כל ניק, אז איר זענט זוכה בגורל געוועזן, דאן נוצט אויס די צוויי יאר אפצושפארן די פאר דאלער פאר אייער אייגענען דאון פעימענט, אינעם נייעם שטעטל אין צוויי יאר פון פרשת תצוה
---

יעצט אז די רעדסט פון מופן (וואס אסאאאאאך שטאטישע האבן געטוהן אין די לעצטע פאר יאר) קומט די אויסוואהל אזוי:

מאנסי, לכאורה די ביליגסטע מארקעט לעת עתה, ווענדט זיך אבער ווי מען וויל גיין, ווייל אין געגנט נייע האוזינג איז די זעלבע אדער טייערער ווי קר"י/בלומינגבורג, לעומת זה איז דא די אפציע פון גיין אביסעלע ארויס פון געגנט, ווי מען קען טרעפן פריוואטע הייזער און די געגנט פון 250-350 טויזענט און מיט נאך 50-60 אלפים איבער צו בויען האסטו א הערליכע דירה ברייט באקוועם וכו' (לדוגמה וואס איינער האט געטוהן לעצטנס, געקויפט א דריי בעדרום פרייוועט הויז פון א ערל, פאר 225 איבערגעבויט פאר בערך 40 אלפים און נאך אריינגענומען א טענענט אינעם בעיסמענט נגד ההלכה, = 265,000 א פריוואטע הויז מיט אינקאם,) בנוסף האסטו א אויסוואהל פון מוסדות, בתי מדרשים, געשעפטן.

קרית יואל, מען קען טרעפן פאר 265-300 קלענערע דירות, אמת טאקע נישט פריוואט, אבער ניי געבויעט, היימישע שכינים, ערליכע חסידישע סביבה, עסטעבלישד מוסדות, געשעפטן, דאקטוירים, בתי מדרשים

בלומינגבורג, לאמיר אננעמען אז מען קען באקומען פאר 315 וואס פאר ניי געבויעטע דירות, נישט קיין קאנדא'ס, פראנט און בעק יארד, פלאכע שטח, איז דאס זייייעעער א גוטע פרייז, בנוסף צו דעם, היימישע שכינים, א סביבה וואס איך גלייך, ס'דא פלאץ ווי זיך אויסצושפרייטן מער ווי אין קר"י, און עווענטועל וועט דאס זיין מער אויסגעהאלטן ווי מאנסי, ווייל יעדע קרייז וועט האבן זיין אייגענע שיכון

כאניש קיין צייט מער מאריך צו זיין היצטער, וה'שפעקולירער ישפקלרו'

מיטוואך דצמבר 25, 2013 12:44 pm

בערקא: אינזער וויליאמסבורג האסטי אינגאנען ארויס געלאזט

אגב און קרית יואל אויב ווילסטי ארויס גיין פין דע געגענט קענסטי האבן נאך ביליגער פין מאנסי, וואס און מאנסי פאר דעים פרייז מיזטי סאך ווייטער ארויס גיין

מיטוואך דצמבר 25, 2013 1:07 pm

נישט געוואוסט פון דעם, ווי נאהנט צו כשר'ע שאפינג אידישע שכנים בית מדרש קענסטו האבן נעבן קר"י פאר 275?

חוץ מזה אינדרויסן פון קר"י איז מען (אביסל) אוועק/אנדערש/אויסגעשפיגן וויזוי די ווילסט עס רופן... פון די סביבה, און א נארמאלע מענטש וועט נישט אהין גיין, VS מאנסי וואס דער עולם גייט און גרויסן אין אלע זייטן פון טשעסטנאט רידזש כמעט ביי ניו ג'ערסי ביז שפרינג וואלי, פו מאנסי הייטס ארויס כמעט ביז וואיאלע (כ'רעד פון היימישע אידן)

וועגן וויליאמספעסט האסטו פון אונזער בערעלע (מיין קליינע ברודער)
lebediger berel האט געשריבן:הלואי זאל זיין עפעס וואס מ'קען צושטעלן, דערווייל איז נאר שייך בלומינגבורג VS מאנסי \קר"י. אלע אנדערע זאכן זענען שטותים והבלים, וועלכער נארמאלער מענטש (כ'האב שוין מסביר געווען נארמאל אויבן) קען וואוינען אין ברוקלין?


אינאמתן אריין די שטאט האט אויך מעלות וואס מען קען נישט צושטעלן ערגעץ אנדערש, כ'האב צוויי נאנטע קרובים וואס האבן געקויפט דירות אין קר"י פאר גאר גוטע פרייזן, אבער איינער פון זיי איז די בני בית יעדן שני וחמישי געווען אין שטאט, און די אנדערע איז די בני בית געווארן זייער קאלאמוטנע פון די שטילקייט, אזש ער האט שוין אנגעהויבן קלערן פון צוריקגיין, און דאס איז נושא וואס מען דארף דורך טוהן ביים קלערן פון מופן

מיטוואך דצמבר 25, 2013 1:46 pm

בערקא האט געשריבן:, כ'האב צוויי נאנטע קרובים וואס האבן געקויפט דירות אין קר"י פאר גאר גוטע פרייזן, אבער איינער פון זיי איז די בני בית יעדן שני וחמישי געווען אין שטאט, און די אנדערע איז די בני בית געווארן זייער קאלאמוטנע פון די שטילקייט, אזש ער האט שוין אנגעהויבן קלערן פון צוריקגיין, און דאס איז נושא וואס מען דארף דורך טוהן ביים קלערן פון מופן

ענדלעך זאגט שוין נאך איינער ווי מיר

מיטוואך דצמבר 25, 2013 2:56 pm

מן הסתם איז עס נישט געווען "מרצונה הטוב" אינגאנצען, דאס ארויסמויפן, איך וויס פין אסאך וואס האבן געמויפט פין וומ"ס צי קרית יואל, טאמער איז עס נישט געווען "מרצונה הטוב" אינגאנצען, הערט מען זיך נישט אויף זיך אפצירעדן.

מיטוואך דצמבר 25, 2013 3:07 pm

איך ווייס גראדע א פארקערטע מעשה פין איינעם וואס האט ארויס געמופט אויף מאנסי זיין פרוי איז עכסט ציפרידען, אבער ער קען נאך נישט משלים זיין מיטן טויש

מיטוואך דצמבר 25, 2013 4:33 pm

ניק ניק האט געשריבן:אויף אן אשכול פאסט זיך זייער גוט צו אויסוועלן א פלאץ צו וואונען לויט פרייז, אבער אין ריעל לייף איז עס לכאו' די 10'טע זאך וואס מ'קוקט ביים אויסוועלן א שטאט, יעצט וועט איר פארשטיין אז כאטשיק איר (ווער איז עס נאר געווען?) קוקט אן קר"י פאר א גוט פלאץ צו וואונען ווייל די ערטשע 9 טעמים קומט אייך אויס גוט דארט, זאלט איר טאקע אהין גיין, אבער פאר טויזענטער מענטשן איז די ערשטע 9 זאכן נעגעטיוו אין קר"י במילה פיר אויס.... יעצט וואס די 9 זאכן זענען האמיר געשמועסט אז איך זאג נישט. (געמאלן וואסער?)

סאיז טאקע די 10'טע זאך אבער אויב סאיז צו טייער פאלט אוועק אלע 9 זאכן (דעס איז ווען מ'רעד פון גיין צו א נייע פלאץ) און לגבי בלומענבורג VS קר"י איז די פרייז נישט קיין גרויסע אישו אבער לגבי מאנסי שוין יא
במילא פאר איינער וואס וויל נישט גיין קיין מאנסי ווייל ער וויל דוקא א סאטמארע שטאט איז די פרייז טאקע נישט קיין גרויסע נפק"מ ער דארף נאר קיקען אויף די ערשטע 9 זאכן וזה תולי בחילוקי דעות און באמת איז ביי יעדעם איינעם דא אנדערע 9 זאכן ודו"ק כי קצרתי

מיטוואך דצמבר 25, 2013 4:35 pm

בדרך אגב איז שייך צו טרעפן און קר"י א סינגעל פעמעלי הויז פאר אונטער $500,000 ? אפי' אביסל ארויס פון געגענט

מיטוואך דצמבר 25, 2013 4:41 pm

ראשית האט געשריבן:בדרך אגב איז שייך צו טרעפן און קר"י א סינגעל פעמעלי הויז פאר אונטער $500,000 ? אפי' אביסל ארויס פון געגענט


יא סאיז שייך נאר דארפסט וויסען ווי ווייט ארויס פין געגענט, מיר האט יעצט איינער דערציילט אז ער האט געקויפט פאר 300,000 אויף סקאנאמאקט ערגעץ נעבען סאני קרעפט

מיטוואך דצמבר 25, 2013 4:50 pm

אדרבה אפשר ברענגסטו מיר אזאנס (קענסט נאך מאכן קאמישן)

מיטוואך דצמבר 25, 2013 5:39 pm

בעל דעת האט געשריבן:
ראשית האט געשריבן:בדרך אגב איז שייך צו טרעפן און קר"י א סינגעל פעמעלי הויז פאר אונטער $500,000 ? אפי' אביסל ארויס פון געגענט


יא סאיז שייך נאר דארפסט וויסען ווי ווייט ארויס פין געגענט, מיר האט יעצט איינער דערציילט אז ער האט געקויפט פאר 300,000 אויף סקאנאמאקט ערגעץ נעבען סאני קרעפט


טעות לעולם חוזר אויף ביעקערטאן נישט אויף סקאנאמאקט
שרייב א תגובה

Advertisement