די אויסטערלישע רייכטום אין בית המקדש

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

די אויסטערלישע רייכטום אין בית המקדש

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2013 4:24 pm

די ארטיקל איז אריגינעל ערשינען אין מי מנוחות יענע וואך (#3).
אט איז דער ארטיקל באזונדער ארויסצופרינטען אין פדף.

מיר האפן איר וועט הנאה האבן.

http://www.divshare.com/download/24386788-921
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2013 4:26 pm

מי מנוחות #4

לייג אהער די טעקסט.

יישר כח.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2013 4:29 pm

צו לאנג...סארי

דא איז עס אויפן דרייוו צו ליינען
https://docs.google.com/file/d/0B3Fpsjm ... sp=sharing
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

אויפן פארלאנג פון עטליכע וועל איך שטעלן דא צעטיילט אין תגובו

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2013 5:21 pm

די אויסטערלישע רייכטום אין בית המקדש
חזקי' קעניג


פרק א
חנוכת הבית לדוד

אין די צייט ווען מיר אלע ווייסן אז שלמה המלך איז דער וואס האט געבויט דעם ערשטן בית המקדש ווי עס ווערט פארציילט אין מלכים און אין דברי הימים, ווערט אבער דער בית המקדש אנגערופן אויפן נאמען פון זיין טאטן דוד המלך ווי מיר געפונען אין פסוק "מזמור שיר חנוכת הבית לדוד" (תהלים ל).

נאכן ארויפברענגען די ארון אלקים פון בית עובד אדום צו עיר דוד, האט איין שיינעם טאג דוד געזאגט פאר נתן הנביא "נתן, איך וואוין אין א שטארקע הויז פון טענען ביימער אבער די ארון אלקים ליגט אונטער בלויזע יריעות, אונטער א אוהל". נתן האט פארשטאנען זיין כוונה אז ער וויל בויען א הויז פארן באשעפער, און אים געגעבן זיין ברכה. אויף צומארגענס איז געקומען א נבואה צו נתן און אים געגעבן די הימלישע פערמי"ט צו בויען, אבער נישט דורך דוד זעלבסט נאר דורך זיין זון שלמה וויבאלד די הענט פון דוד זענען פארשמירט מיט בלוט פון מלחמות און צו קענען בויען א הויז פארן אייבערשטען פעלט אויס שלו'. און שלמה, וויבאלד ער ווערט אנגערופן "איש מנוחה", איז ער דער פאסיגער מענטש דערפאר. די נבואה האט טאקע פאראויסגעזאגט אז בימי שלמה וועט הערשן שלו' און די פעלקער וועלן נישט מלחמה האלטן נאר זיך מכניע זיין, "ושלו' ושקט יהי' על ישראל בימיו".

וויבאלד דוד איז דער וואס אים איז איינגעפאלן די עצה צו בויען א בית, א הויז פאר די ארון אלקים האט עס דער אייבערשטער גאר שטארק געשעצט אין זיין נבואה צו נתן:
איך בין נאך אין א הויז נישט געזיצן (כביכול) זינט איך האב די אידן ארויפגעברענגט ביזן היינטיגן טאג. איך בין געגאנגען פון משכן צו משכן, פון גילגל צו שילה, פון שילה צו נוב, פון נוב צו גבעון, און פונדעסטוועגן האט קיינער נישט אויפגעברענגט אויפן געדאנק מיר צו בויען א הויז, חוץ דו דוד. דערפאר כה אמר ה' צבקות איך וועל דיר באצאלן פאר אלע דיינע גוטע מחשבות (דברי הימים א יז).

מיר געפונען אז די שכר וואס דוד האט באקומען איז געווען דער באקאנטער טיטל וואס מיר אלע ווייסן "דוד מלך ישראל חי וקים". ווען דוד המלך האט געזאגט "אָגוּרָה בְּאָהֳלְך עוֹלָמִים - איך וועל וואוינען אין דיין געצעלט אויף שטענדיג", האט דען דוד געטראכט ער וועט לעבן אויף שטענדיג? נאר דער אייבערשטער האט אים געזאגט, "דוד, איך שווער דיר אז אפילו דו גייסט שטארבן וועט דיין נאמען זיך נישט אוועקרירן פון מיין הויז קיינמאל, נאר אויף יעדן קרבן וואס מען איז מקריב וועט מען דיך דערמאנען און נאכזאגן דיינע שירות מזמור לדוד. און נאכמער, וויבאלד דו האסט געטראכט מיר צו בויען א הויז וועל איך די עצם הויז אנרופן אויף דיין נאמען אזויווי עס שטייט מזמור שיר "חנוכת הבית לדוד". (שו"ט ל).

אצינד ווען מיר שטייען אין די טעג פון חודש אב, די שבעה דנחמתא, א צייט וואס מיר טרייסטן זיך מיט די פולצאליגע פסוקי נבואה, און האפן און ווארטן אויף איר ווידער-אויפבוי בקרוב בימינו, איז פאסיג צו באשרייבן אביסל איבער די אויסערגעווענליכע אויפבוי און שטוינענדע רייכטום וואס האט געהערשט אין בית המקדש.


פרק ב
די צוגרייטונג און זאמלונג פון גאלד

דוד האט נישט בלויז געטראכט פון בויען א הויז, ער האט א גרויסן טייל פון זיין לעבן אוועקגעגעבן פאר דעם צוועק. ווען ער האט געפירט די זיגרייכע מלחמות מיט פלשתים, צובה, מואב, ארם, דמשק, יבוסי, עמון, מצרים ועוד, האט ער גלייך מקדיש געווען פארן בית המקדש די פולע רויב וואס איז אים אריינגעפאלן אין די הענט (שו"ט מ).

דאס זאמלען די גאלד איז אנגעקומען פאר דוד גאר שווער דורך בלוטיגע מלחמות, אבער נאך א צייט האט ער באוויזן צו זאמלען אן אויסטערלישן קוואנטום פון גאלד, זילבער, קופער, אייזן, טענען האלץ און טייערע שטיינער יקרי המציאות ווי מיר וועלן באלד זען בע"ה. דאס אלעס איז אים אנגעקומען גאר שווער, בייטאג נישט גערוט און ביינאכט נישט געשלאפן, עס איז אים געגאנגען אין לעבן אריין דאס אויפבוי פון בית המקדש. "זְכוֹר ה' לדָוִד אֵת כָּל עִנוֹתוֹ אֲשֶׁר נִשְׁבַּע לַה' וגו' אִם אֶתֵּן שְׁנָת לעֵינַי לעַפְעֲפֵּי תְנוּמָה עַד אֶמְצָא מָקוֹם לַה'".

ווען דוד האט באקומען די נבואה פון נתן אז שלמה איז דער וואס גייט פאקטיש בויען דעם הויז האט ער געלאזט רופן שלמה און אים איבערגעגעבן פונקטליכע דעטאלן מיט די תבנית פון בית המקדש מיט אירע גענויע מאסן, די לשכות, די שטאקן, די גנזים, די אינעווייניגסטע שטיבלעך, און די קודש קדשים מיט אירע גרויסע כרובים וואס זענען געווען אויסגעשפרייט העכער די ארון אלקים. א פערטיגע בלו-פרינ"ט לויט וויאזוי ער האט מקבל געווען פון שמואל הנביא אין נוֹיוֹת אין רָמָה, אין די צייט וואס ער איז אנטלאפן פון שאול המלך.

אויך האט ער אים איבערגעגעבן די וואג פון גאלד פאר יעדע סארט גאלדענע כלי, אויך די וואג פון אלע אנדערע כלי עבודה לויט וויפיל עס איז פאסיג. די צאל און וואג פון די גאלדענע מנורות און די זילבערנע מנורות וואס זענען געווען אין די לשכות. די צאל און וואג פון די גאלדענע שולחנות און די זילבערנע שולחנות וואס זענען געווען אין עזרה.

ספעציעלע טייערע שטיינער האט דוד געזאמעלט פארן געבוי פון בית אלוקי, צווישן זיי האבן זיך געציילט די זעלטענע אבני שוהם ומלואים, אבני שיש און נאך, ווי דער פסוק פארציילט:
מיט מיין גאנצע כוח האב איך אנגעגרייט פארן בית אלוקי גאלד פאר די גאלדענע כלים, זילבער פאר די זילבערנע כלים, קופער פאר די קופערנער כלים, אייזן פאר די אייזערנע כלים, האלץ פאר די האלצערנע כלים, אבני שוהם און מלואים, אבני פּוּך ורִקְמָה, און אנדערע טייערע שטיינער און פולע אבני שַׁיִש.
מיט מיין שטארקע ווילן צום בית אלוקי האב איך געזאמעלט די אלע אוצרות. נישט מיט מיין כוח נאר מיט דיין כוח רבוש"ע, כֹּל הֶהָמוֹן הַזֲה אַשֲר הֲכִינוֹנוּ לִבְנוֹת לְךָ מִיָדְך הוּא וּלְךָ הַכֹּל (דברי הימים א כט ב, טז).

נאך פרישע גאלד איז אריינגעקומען יענעם טאג פון אידן נדבנים, שרי שבטי ישראל, וואס האבן מנדב געווען בלב שלם 5,000 ככר פון גאלד, 10,000 גאלדענע אדרכונים (א מין מטבע), 18,000 ככר פון קופער, 100,000 ככר פון שטאל.

אז די גאלד איז שוין געווען גרייט און געליגן אין אינווענטארי, האט זיך דוד גענומען צו די אפערעישאנ"ס דעפארטמענט.

דוד האט אויפגעסעט א מאנשטאב פון געניטע פאכלייט פאר יעדן סארט מאטעריאל וואס איז געווען אין בית המקדש, אינזשענירן און ארכיטעקטן, גאלדשמידן און דימאנטן שלייפער, טישלער און ענגרעיווער, וועבער און שפינער. פאר די מער פשוט'ע ארבעט ווי האלץ האקער, שטיין שניצער און וואסער שעפער, האט ער גענוצט די פולע גרים וואס זענען צוגעקומען צו יענער צייט זייענדיג די פּי"ק טיי"ם פאר די אידישע פאלק, די גרים האבן זיך געציילט איבער 150,000.

דוד האט אויך איינגעטיילט ספעציעלע מחלקות פון כהנים און לויים און ישראלים. די כהנים זאלן דינען די עבודה אין בית המקדש אין באשטימטע משמורות, די לויים האבן געהאט די אויפגאבע צו פארפיגן אויף די אוצרות בית ה', און די ישראלים האבן געהאט די אויפגאבע צו זיין גרייט צו באדינען און ארויסהעלפן דעם מלך, יעדן חודש אן אנדער שבט.

דעם פלאץ צו בויען דעם בית אלוקי האט דוד קודם שטארק געהאלטן פון עֵין עֵיטָם וואס געפונט זיך מזרח פון ירושלים און איז געווען אריגינעל העכער פון הר הבית. אבער לויטן עצה פון נביא האט עס דוד קלענער געמאכט און ליבערשט באשטימט דעם פלאץ אין יבוסי וואס ער האט אפגעקויפט פון אַרַוְנָה (הושענא גורן ארנן) און עס א נאמען געגעבן ירושלים (זבחים נד:).
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2013 5:33 pm

פרק ג
די שטוינענדע רייכטום אין בית המקדש


ביים איבערגעבן די צוואה פאר שלמה האט דוד אויסגערעכענט א טייל פון די אוצרות וואס ער האט אנגעגרייט פארן בית המקדש. די אוצרות זענען באשטימט מיט גאנץ פונקטליכע נומערן וואס זאגט אן איבער איר גאר רייכער אינהאלט:
אין מיין פיין און ארימקייט האב איך אנגעגרייט פארן הויז פון אייבערשטען הונדערט-טויזענט ככר פון גאלד, איין מיליאן ככר פון זילבער, אנע צאל קופער און אייזן, האלץ און שטיינער, און דו וועסט נאך דארפן צולייגן. פולע ארבעטער צו אויסהאקן אייזן און אויסשניצן האלץ, גאלדשמידן און אייזנשמידן אנע צאל.
שלמה! קוּם וַעֲשֵׂה ויהי ה' עמך! (דברי הימים א כב).

נאכן אויסרעכענען אזעלכע געוואלדיגע פארמעגנס וועט איר געוויס פרעגן וואס הייסט דא "ארימקייט"? נאר דאס לערנט אונז איבער די אייגנארטיגען און זעלטענעם כאראקטער פון דוד המלך. יעדע רויב פון א מלחמה, ווי נאר עס איז אריינגעקומען אין זיין רשות, אין זיינע ד' אמות, האט ער דאס באלד מקדיש געווען און גארנישט געלאזט פאר זיך, אזוי קומט אויס אז ער זעלבסט איז שטענדיג געבליבן ארים. אויך האט ער דערמיט אויסגעלערענט, אז טראץ די ריזיגע מעכטיגע עשירות איז עס נאך אלץ פאררעכענט ווי גארנישט מיט נישט קעגן דעם רבוש"ע וואס השמים ושמי השמים לא יכלכלוהו, און עס הייסט ווייטער ארים (ירושלמי פאה כא ב, גיטין פח ד).

בעפאר מיר גייען ווייטער לאמיר זיך דא אפשטעלן און מאכן א שטיקל חשבון איבער די אויסטערלישע מאסן פון גאלד און זילבער וואס דוד האט געזאמעלט.

איין ככר איז 63.4 פונט.

דאס איז ביי א ככר של חול. אבער א ככר של קודש איז געווען דאפלט, דאס הייסט 126.9 פונט.

הונדערט טויזענט מאל 126.9 = 12,690,000 פונט, דאס קומט אויס צו בערך 6,350 טאנען פון גאלד!
אין היינטיגע וואלוטע איז דאס בערך 264$ ביליאן דאלער (1,300$ פער אונס).

לאמיר גיין צו זילבער.
איין מיליאן ככר איז 126,900,000 פונט, דאס קומט אויס צו בערך 63,500 טאנען פון זילבער!
אין היינטיגע וואלוטע איז דאס בערך 18.6$ ביליאן דאלער (19$ פער אונס).

די זיבן סארטן פון גאלד אין בית המקדש
אין בית המקדש האט מען פארנוצט זיבן סארטן גאלד ווי עס ווערט דערמאנט בהמשך די פסוקים פון מלכים און דבה"י.

זהב טוב – גוטע גאלד, דאס איז פשוט'ע גאלד כמשמעו. א רעפערענץ צו די גאלד געפונט מען אין פרשת בראשית "וּזְהַב הָאָרֶץ הַהִיא טוֹב", די גאלד פון יענע לאנד איז גוט. (במדב"ר לה א). עס ווערט גערופן טוב, ווייל א מענטש קען טראגן איין קליין שטיקל און מאכן דערמיט מסחר איבעראל ווי ער גייט (שמו"ר לה א).

זהב טהור – ריין גאלד, 24 קאראט. דאס איז שוין נאכן רייניגן אין פייער, דאן וועט עס שטענדיג בלייבן די זעלבע מאס און נישט פארמינערט ווערן. שלמה המלך האט אויסגעברענט אין פייער טויזענט ככר פון גאלד טויזענט מאל ביז עס איז איבערגעבליבן נאר איין ככר פון די ריינסטע חלקים פון דעם גאלד און דערפון האט ער געמאכט די מנורה אין בית המקדש. צען מנורות האט ער אזוי געמאכט און יעדעס איינע אויסגערייניגט טויזענט מאל כדי עס זאל בלייבן נאר א ככר זהב טהור (מנחות כט.).

זהב שַׁחוּט – ציענדיגע גאלד. דער גאלד איז געווען פון ציענדיגע סארט וואס האט זיך געקענט אויסציען אזויווי וואקס, און מאכן דערפון פעדימער. מיט דעם גאלד האט מען געווענליך געשפינט און געפלאכטן די פירהענגען און צודעקן וואס זענען גענוצט געווארן אין בית המקדש (יומא מה.).

זהב סגור – א גאלד וואס ווארפט קאלירן. דער גאלד איז גאר א גוטער מיט קאלירן ענליך צו אַרְגָמָן (פּורפעל). עס טראגט דעם נאמען זהב סגור (פארשפארטע גאלד) ווייל ווען עס קומט אן אין מארק צום פארקויפן טוט יעדער פארמאכן די געשעפטן און לויפט קוקן דעם זעלטענעם גאלד. פון דער גאלד האט מען געמאכט אלע כלים די ספות, יעים, מזרקות, מזלגות, כפות און מחתות (שמעוני בראשית ב, שמו"ר לה א).

זהב מזוקק – אויסגערייניגטע גאלד. מיט דער גאלד האט מען באצירט די ווענט פון בית המקדש און קודש קדשים. דער גאלד ווערט גערייניגט דורך צושניידן אויף כזיתים און מען פיטערט דערמיט די פייגל 'נעמיות' פון די 'עורב' משפחה, וואס קען עסן הארטע זאכן און עס קומט ארויס גערייניגט פון אלע סיגים.
דער גאלד האט פארמאגט אן אינטערעסאנטן כאראקטער, ווען עס שטייט נעבן אנדערע גאלד שטיקער מאכט עס זיי אויסקוקן ווי זילבער! אנדערע זאגן אז נישט ממש ווי זילבער נאר עס טוט פארשעמען אלע אנדערע גאלד אנטקעגן איר זעלטענעם שיינקייט. (ולמה נקרא שמה כסף דכתיב "כֶּסֶף מְזוּקָק לטוֹח בּוֹ קִירוֹת הַבָּתִּים", שהיה מכסיף כל הזהבות שמו"ר לה א).

זהב פַּרְוָיִם – גאלד וואס וואקסט און גיבט ארויס פירות
דאס איז געווען א גאר זעלטענע און "לעבעדיגע" גאלד.
די גאלד טראגט דעם נאמען פַּרְוָיִם וויבאלד עס האט געטראגן א רויטליכן קאליר ענליך צו די דַם פָּרִים, אויך ווייל עס וואקסט גענוי ווי א בוים און עס איז פָּרֶה וְרָוֶוה און טוט ארויסגעגעבן גאלדענע פירות!
די גאלד שטאמט אריגינעל פון גן עדן וואו עס וואקסט ארויס פון א בוים. שלמה האט די גאלד איבערגעפלאנצט אין בית המקדש און יעדעס יאר איז ארויסגעוואקסן פירות ווי די פסוק פארציילט "יִרְעַשׁ כַּלְבָנוֹן פִּרְיוֹ". די פירות האבן די כהנים אראפגענומען און זיך דערפון מתפרנס געווען. ווען מנשה האט אריינגעשטעלט א צלם אין היכל רח"ל האבן די גאלדענע ביימער איינגעטרוקענט און פארוועלקט געווארן (במדב"ר יב ד, יומא לט:).

זהב מופז – קריסטאלענע גאלד. דאס איז א דורכזיכטיגע גאלד און בליטשקעט ווי די שענסטע דימאנטן, און קומט פון א פלאץ וואס הייסט אוּפָז.
דער סארט גאלד, זהב מופז, האט דער אייבערשטער געוויזן פאר דוד המלך בצורת מנורה, ווי עס איז איינגעקריצט דערינען קאפיטל ס"ז למנצח בנגינות. (מדבר קדמות לחיד"א מערכת ד כב). פון דא איז די מקור צו זאגן למנצח בצורת מנורה. הנחמדים מזהב וּמִפָז רָב, מיינט דער גאלד. אויך די באקאנטע שטוהל פון שלמה המלך איז געווען באדעקט מיט דעם גאלד, ווי דער פסוק פארציילט "וַיַּעַשׂ הַמֶּלֶךְ כִּסֵּא שֵׁן גָּדוֹל וַיְצַפֵּהוּ זָהָב מוּפָז" (מלכים א י יח).

חוץ די דערמאנטע סארטן פון גאלד איז געווען נאך א סארט גאלד (הגה, איני יודע למה המדרש לא מונה אותו, אולי הוא בכלל אחד המינים של זהב דלעיל).
זהב אופיר – גאלד פון לאנד אוֹפִיר. פון דער גאלד האט דוד געהאט 3,000 ככר (דבה"י כט ד). אויך האט חירום פון צור געברענגט פאר שלמה פון די גאלד פון אופיר. דאס איז א פון די שטערקסטע גאלד וואס איז פארהאן און דעריבער צאלן מענטשן פאר דעם גאר א טייערן פרייז. (יומא מד:)

די אלע גאלד איז געווען אזוי פול אז די אמאליגע עשירות פון משכן, וואו עס זענען געמאכט געווארן די אלע הייליגע גאלדענע כלים ווי די ארון, מנורה, מזבח הזהב ושלחן הזהב, די הייליגע בגדים ווי מעיל האפוד, חושן וכדומה, זענען געווען גערעכענט ווי א "קלייניגקייט" אנטקעגן די קוואנטום פון גאלד, זילבער און קופער ביים בית המקדש הראשון, און נאך ווייניגער אנטקעגן די בית המקדש השני וואס הורדוס האט איבערגעבויט – זייענדיג די שענסטע בנין אויף דער וועלט. טראץ דעם אלעם האט די שכינה זיך עטערנירט, כביכול, אין משכן ווי איידער אין די בתי מקדש, צו לערנען דעם מענטש אז נישט די עשירות טוט באשטימען די סיבה פאר השראת השכינה נאר די מעשים פון די מענטשן ורוצה ה' את יראיו (ספורנו שמות לח כד).
צוגעלייגטע
bh1.jpg
א מאדעל פון בית המקדש הראשון
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2881
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2013 6:07 pm

די חילוקים פון אלע מיני גאלד דארף מען אפשר זיין אין די ליין אבער עס איז דא היינט צו באקומען געהעריג red gold וכשמו כן הוא גאלד מיט א רויטליכע קאליר וואס איו לכאורה זהב פרוים. אויך איז דא white gold וואס קוקט אויס ווי זילבער

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19988
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2013 6:11 pm

Gevald Geshrigen האט געשריבן:די חילוקים פון אלע מיני גאלד דארף מען אפשר זיין אין די ליין אבער עס איז דא היינט צו באקומען געהעריג red gold וכשמו כן הוא גאלד מיט א רויטליכע קאליר וואס איו לכאורה זהב פרוים. אויך איז דא white gold וואס קוקט אויס ווי זילבער

גאלד איז נאר דא איין קאליר, די אנדערע זענען געמישט. באמת איז היינט יעדע גאלד און זילבער געמישט, ווייל עס איז זייער שוואך פאר זיך, אבער די חילוק איז וואס מען לייגט אריין אין די אנדערע חלק.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19988
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2013 6:16 pm

אויב כ'האב נישט קיין טעות, איז די בוים וואס איז "געוואקסען" די גאלד, א מחלוקת צו עס מיינט טאקע פשוט געוואקסען, אסער אז כלל ישראל פלעגט מנדב זיין גאלד, און מען פלעגט עס אויפהענגען דארט, פאר די פרנסה פון די כהנים.

עפעס אזוי געדענק איך.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2013 6:29 pm

די רעד גאלד ווערט אויך גערופן ראוז גאלד, עס איז א צוגעלייגטע קאליר.
אויך די ווייט גאלד איז צוגעלייגט.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19988
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2013 6:31 pm

אה שוועמי ביסט דא! טענקס ווערי מאטש פאר דע ארטיקעל.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2013 6:44 pm

פרק ד
וואו איז פארנוצט געווארן אזויפול גאלד?

די רייכטום האט זיך אנגעזען אויף יעדן הינזיכט, סיי די אויסטערלישע מאסן פון גאלד, זילבער, קופער און טייערע שטיינער, און סיי די אבנארמאלע שיינקייט און קונסטווערק פון אלע סארט.

יעדע זאך אין בית המקדש איז גענוצט געווארן די בעסטע און שענסטע וואס איז נאר מעגליך, עס האט געהערשט א "זערא טאלערענץ" פאלעסי ווען עס איז געקומען צו א פראגע פון שיין, שטארק אדער מאס. חז"ל דרוקן זיך אויס אויף עטליכע פלעצער "אין עניות במקום עשירות", צייגנדיג אז אין בית המקדש איז נישט געווען קיין פראגע פון געלט. אפילו אונטער די דלתות אין בית ראשון איז אויך געווען באצירט מיט גאלד, און אפילו די פשוט'ע הינזשע"ס פאר די דלתות איז גענוצט געווארן די בעסטע סארט מיט יעדן מין פיטשיווקע וואס איז נאר געווען פארהאן אין יענער צייט (במדב"ר יב ד).

רעדנדיג איבער די געוואלדיגע רייכטום ווערט שווער אויפן געוויסן פון וואנעט און וויאזוי האט מען געזאמעלט אזויפול גאלד?
די אמת'ע תירוץ איז אז גאלד בעצם, איז א זאך וואס די וועלט איז נישט ראוי דערצו, גאלד ווערט אנגערופן אין תורה "טוב", וזהב הארץ ההיא טוב. און פונקט ווי די אור פון ששת ימי בראשית וואס ווערט אויך אנגערופן טוב "וירא אלקים את האור כי טוב", איז נגנז געווארן ווייל די וועלט האט דאס נישט פארדינט די זעלבע האט געזאלט געשען צו גאלד. (מיט יענע אור האט א מענטש געקענט זען פון איין עק וועלט ביזן צווייטן, קיין זאך האט נישט בלאקירט דעם אור).
און פארוואס איז עס למעשה נישט נגנז געווארן? די גאלד איז נישט נגנז געווארן צוליב די איינציגסטע סיבה כדי עס צו קענען נוצן ביים בית המקדש!

נישט נאר גאלד, נאר נאך א זאך האט געדארפט נגנז ווערן דאס איז די עצי ארזים, די טענען ביימער, "ההר הטוב הזה והלבנון".
און פאר די זעלבע סיבה, כדי עס צו באנוצן ביים משכן און בית המקדש האט עס דער אייבערשטער איבערגעלאזט פאר דעם צוועק. "ישבעו עצי ה' ארזי לבנון אשר נטע. (שמו"ר לה א).


פארוואס האט אויסגעפעלט אזא מין עשירות?
אן אינטערעסאנטע זאך זעהט מען אין חז"ל, אז ווען א כלי איז קאליע געווארן, באקומען א לעכל, אדער א מעסער איז שטימפיג געווארן וכדומה, האט מען עס נישט פארראכטן אדער אויסגעשארפט, נאר א נייע כלי איז געברענגט געווארן אנשטאט ווייל "אין עניות במקום עשירות". בגדי כהונה וואס זענען שמוציג געווארן האט מען נישט אויסגעוואשן נאר נייע בגדים זענען געברענגט געווארן (זבחים פח:).

א ריזיגע פערצענט פון די מאסע פון גאלד און זילבער איז פארנוצט געווארן ביי די כלים פון בית המקדש. דאס זעהט מען פון א זעלטן אינטערעסאנטע משניות וואס הייסט "מסכת כלים" (דאס איז נישט די מסכת כלים וואס מיר האבן אין ששה סדרי משנה), דארט ווערט אויסגערעכענט די אלע צענדליגער טויזענטער כלים וואס זענען באהאלטן געווארן ביים חורבן בית ראשון. דערפון קען מען ארויסלערנען וואו די גאלד איז אלס פארנוצט געווארן.

די משניות איז געשריבן געווארן אויף א לוח של נחושת דורך פינף צדיקים בזמן חורבן בית ראשון. די נעמען פון די צדיקים זענען: שימור הלוי, חזקיה הסופר, צדקיה המלך, חגי הנביא, זכריה הנביא. אויך עזרא הסופר און חילק בן שימור הלוי ווערן דארט דערמאנט.

(די מקור פון די משניות איז אין ספר עמק המלך (הקדמה אות י"ב) פון הצדיק המקובל רבי נפתלי הכהן בכרך זצ"ל מגורי האר"י ז"ל. איבער די אויטענטישקייט פון די משניות עי' בשם הגדולים להחיד"א בערכו. ועי' בפרי חכם אגרות קודש, אגרת ל"ב מבעל הסולם שמפליא מאוד בשבח הספר.)

די משנה הויבט אן פארציילן איבער די אוצרות פון ירושלים וואס זענען נגנז געווארן, און רעכענט אויס די משכן (ברעטער), פרכת המסך, פרכת לאהל מועד, מזבח הנחושת, מטה אהרן, צנצנת המן. דאס זעלביגע געפונט זיך אין חז"ל משנגנז ארון נגנז שמן המשחה וצנצנת המן ומקלו של אהרן שקדיה ופרחיה, ווען די ארון איז באהאלטן געווארן איז אויך באהאלטן געווארן די שמן המשחה, און קריגעלע מן, שטעקן פון אהרן, מיט אירע מאנדלען און געוואוקסן.

אויך ווערט אויסגערעכענט די כלי המשכן וואס איז געמאכט געווארן בימי משה, מנורת הקודש, ארון העדות, ציץ הזהב, נזר הקודש לאהרן הכהן (אולי המצנפת?), חושן המשפט, חצוצרות כסף, כרובים, מזבת העולה, מזלגות, קשות השולחן, בגדים לאהרן שהיה מלביש ביום הכפורים, פעמונים ורימונים על שולי המעיל.

די משנה איז ממשיך און רעכענט אויס די געוואלדיגע צאל פון די כלים:
    120,000 מזרקי כסף
    50,000 מזרקי זהב
    60,000 מזרקי זהב טוב
    120,000 קערות כסף
    60,000 קערות זהב טוב
    36 חצוצרות זהב

באזונדער ווערן באצייכענט געוויסע כלים וואס האבן נישט נאר פארמאגט גאלד, נאר האבן געהאט אריינגעזעצט אין זיך טייערע שטיינער פון אלע סארטן דימאנטן און בריליאנטן, און זענען באהאלטן געווארן אין בגדת (באגדאד) וואס איז אין בבל:
    100,000 מנורות זהב טוב, יעדע מנורה קומט מיט 26 דימאנטן און 200 אנדערע שטיינדלעך, אן קיין שאץ
    4 קשות השולחן, יעדעס איינע קומט מיט 5 פערלשטיינער, יעדע שטיין איז ווערט 100 ככרי זהב, אינאיינעם זענען די פערלשטיינער ווערט 200,000 ככרי זהב
    77 שולחנות של זהב, די גאלד איז געקומען פון גן עדן (כנ"ל) און האט געשיינט ווי די זון און לבנה
    7,000 ככרי זהב
    3 הויפנס פון אבנים יקרים, 7 ביי 5 אמות יעדעס איינע
    1 הויפן פון עצי אלמוגים באדעקט מיט זהב טהור, וואס האבן געלויכטן כזוהר הרקיע
    1 מרגלית פון 10 אמות לאנג
    36,000 אנדערע סארטן שטיינער
    7 פרוכת של זהב, אין וואס מען האט איינגעוויקלט 12,000 ככרי זהב און בגדי לויים
    70,000 בגדי כהנים, אבנטים מגבעות מכנסים כתונות

די גאלד פון די גאנצע וועלט ביז די צייטן פון צדקיהו, האט נישט געהאט קיין שום שאץ און ווערט אנטקעגן די גאלד וואס איז געווען באצירט אויף די ווענט פון בית המקדש, עס איז נישטא קיין וואג וואס זאל דאס קענען מעסטן און קיין שאץ מייסטער צו קענען אפשאצן!

חוץ די אלע דערמאנטע גאלד האט חזקיהו הסופר אנטפלעקט אין איינע פון די אוצרות די פאלגענדע צאל און עס איבערגעגעבן פאר שמשיא"ל המלאך זאל עס היטן ביז עס וועט אויפשטיין בן דוד, דאס איז געהיטן אין פלאץ בורסיף:
    1,100,000 ככרי זהב וואס דוד האט אנגעגרייט
    אילנות של זהב פרויים
    6,660,000 ככרי זהב טוב וואס קומען פון אונטערן עץ החיים בגן עדן הקודש
    אומצאליגע דימאנטן און אנדערע שטיינער אן קיין שום שאץ
    פערטיג מיט די כלים, נעמט זיך די משנה איבער די כלי שיר וואס האט זיך געפונען אין בית המקדש, רוב האט דוד געמאכט ווי עס ווערט פארציילט אין פסוק, און א טייל שטאמט נאך פון משה וואס האט דאס מקבל געווען פון הימל מתחת כסא הכבוד:
    1,000 כינורות (האַרפּן) פון דוד, געמאכט פון אלמוגים באדעקט מיט זהב טוב, 5 שטיינער פון די עננים איינגעזעצט אין יעדעס איינע מיט א פעמון נחשת פון אונטערן כסא הכבוד
    7,000 נבלים (פידלען) לרצון על ישראל
    צלצלים לשיר ולתשבחות
    אבן ספיר דמות כסא

דאס אלעס איז נאר געמאכט צו נוצן לרצון על ישראל און ח"ו עס טאר בשום אופן נישט אריינפאלן אין די הענט פון די כשדיים. דעריבער האבן דאס ברוך און צדקיהו באהאלטן ביזן טאג ווען עס וועט קומען דוד בן דוד און פאר אים וועט אנטפלעקט ווערן די אלע אוצרות לרצון על ישראל, אמן.

אויך זילבער און קופער האט זיך דארט געפונען לרוב, אט איז די מספר וואס ווערט דערמאנט אין משנה און איז באהאלטן געווארן אין עין כחל דורך ברוך און צדקיהו:
    120,000 ככר כסף
    160,000 ככר כסף טוב
    2,000,000 סירים של נחושת טוב
    1,200,000 סירים של ברזל
    כרובים של נחושת, אן קיין שאץ
    כיורים של נחושת, אן קיין שאץ
    3,000 געגאסענע גאלד
    שקמים של זהב (הגה, אולי זה רמוז בתוכחת ישעיה ט: "לבנים נפלו וגזית נבנה שקמים גדעו וארזים נחליף")

נאך אנדערע אוצרות פון זהב וכסף מימי דוד האט מען באהאלטן אין חומת בבל, אין די טייכל וואס לויפט אונטערן ערבה, דארט מען אויפגעהאנגן די כינורות (על נהרות בבל). צווישן זיי האבן זיך געציילט:
    כאטשיג 2,000,000 מגינים של זהב (פאנצער, מגן דוד)
    מגינים של כסף, אן קיין שאץ
    1,003,530 מרגליות ואבנים טובות

עס איז נישטא קיין נביא, חכם אדער סופר וואס זאל קענען אויסרעכענען די אויסטערלישע עושר וכבוד וואס איז געווען אין ירושלים!

פאר שימור הלוי זענען געגעבן געווארן נאך 12 אבנים טובות וואס אויף זיי האט געלויכטן די נעמען פון די י"ב שבטים, איינס טייערער פונעם צווייטן. קיין שום מלך און נביא האט נישט געוואוסט פון דעם באהעלטעניש ארט חוץ שימור הלוי. די איבריגע אוצרות האט מען איבערגעגעבן פאר די מלאכים שמשיא"ל, מיכא"ל און גבריא"ל עס צו היטן ביזן טאג וואס עס וועט ווידער אויפשטיין דוד בן דוד און קעניגן בצדק על ישראל, ווען עס וועט זיין א קיבוץ ישראל מד' רוחות העולם ויעלה ויעלו בגדולה ומעלה גדולה על ארץ ישראל, יענער צייט וועט ארויסגיין דער גרויסער טייך גיחון פון בית קדשי קדשים און וועט פארשווענקען ביזן מדבר הגדול והנורא און וועט זיך אויסמישן מיט נהר פרת, באלד וועלן אנטפלעקט ווערן אלע כלים. אמן.

ביז אהער איז ציטירט פון די משניות מסכת כלים.


וויאזוי איז מעגליך אזא כמות פון גאלד?
שלמה האט זיך נישט אפגעשטעלט נאר ווייטער געזאמעלט גאלד פון די גאנצע וועלט.

זיין געוואלדיגע געטליכע קלוגשאפט האט געצויגן מלכים ושרים פון די גאנצע וועלט, יעדער מלך ושר איז אים געקומען באזוכן און איז מיטגעקומען מיט גאנצע מחנות פון זיין לאנד, און מיטגעשלעפט אוצרות מיט מתנות. די מתנות זענען געגעבן געווארן צו שלמה ביים אוידענץ און די מחנות טוריסטן האבן אסאך צוגעגעבן צו די עקאנאמיע אין לאנד.

יעדעס יאר איז אריינגעקומען צו שלמה טויזענטער ככרים פון גאלד און טייערע שטיינער ווי עס ווער אויספירליך דערציילט אין מלכים און אין דברי הימים. אויך חירום מלך צור דער גוטער פריינט פון שלמה האט אסאך צוגעהאלפן מיט די גאלד און בנין בית המקדש.

נישט נאר דאס, נאר די גאנצע גאלד און זילבער וואס דוד האט געזאמעלט איז בכלל נישט גענוצט געווארן צום בנין בית המקדש!

שלמה האט זיך למעשה נישט באנוצט מיט די גאלד פון זיין טאטן דוד פאר צוויי סיבות, איינס ווייל ער האט מורא געהאט ווען די בית המקדש וועט חרוב ווערן, וועלן די גויים זאגן אז זייער אפגאט האט זיך נוקם געווען וויבאלד מען האט פון זיי גערויבט די אלע גאלד... צוויי, ווייל בסוף ימי דוד איז געווען א הונגער דריי יאר און דוד האט נישט געוואלט עפענען די אוצרות צו שפייזן די אידן.
דערפאר האט שלמה נישט געוואלט נוצן די גאלד וואס איז געקומען אויפן חשבון פון אידישע קינדער. ער האט די גאלד באהאלטן אין די אוצרות בית ה' (פסיקתא רבתי ו, רש"י מלכים א ז).

דעריבער האט שלמה אנגעהויבן פון פריש צו זאמלען די אלע אוצרות פון גאלד און זילבער און טייערע דימאנטן שטיינער, ער האט זיך באנוצט מיט מלאכים, שדים און יעדן מין כוח וואס ער האט פארמאגט צו זאמלען די אלע אומצאליגע אוצרות פול פול מער ווי זיין טאטע דוד. און הערשט נאך פיר יאר אין זיין קעינגרייך האט ער אנגעהויבן בויען די בית המקדש, אנדערש ווי די צוואה פון דוד צו בויען תיכף ומיד (רלב"ג מלכים א ז).
צוגעלייגטע
bh2.jpg
דער בית המקדש השני מיט איר הערליכן אויסשטעל ביים מקריב זיין דעם תמיד של שחר
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2013 7:04 pm

ווער און וויאזוי האט מען גע'מענעזש'ט אזוי פול גאלד?
איינס פון די אויפטוען פון דוד איז געווען די פקידים. די פולצאליגע כלים זענען געהאלטן געווארן אין ספעציעלע קאמערען דערפאר, יעדע פון די קאמערען האבן געהאט א גזבר וואס האט פארצייכנט און רעקארדירט יעדע כלי וואס איז אריין און ארויס. אזוי ארום האט יעדעס שטיקל גאלד און זילבער וואס איז גענוצט געווארן אין בית המקדש, סיי א קערה, לעפל אדער גאפל איז אלעס געווארן פארצייכנט און רעקארדירט געווארן מיט א זעלטענע פונקטליכקייט, אזויווי דער פסוק פארציילט "כִּי בְּמִסְפָר יְבִיאוּם וּבְמִסְפָּר יוֹצִיאוּם" (דבה"י א ט כח).


ביים בית המקדש השלישי במהרה בימינו
די אלע טייערע און זעלטענע אוצרות וועלן צוריק נתגלה ווערן ביים פרעכטיגן בית המקדש השלישי אקוראט ווי די אלע הונדערטער יעודים פון די הייליגע נביאים. אויך די זהב פרויים וועט צוריק בליען און ארויסגעבן פירות אזויווי פריער, אזויווי דער נביא אנטפלעקט "פָּרוֹחַ תִפְרַח וְתָגֵל" עס וועט צוריק בליען און מאכן פריילעך (ישעי' לה). "אַף גִילַת וְרַנֵן כְּבוֹד הַלְבָנוֹן נִיתֵּן לַה", אויך די געזאנג פארן כבוד פון בית המקדש וועט זיך אומקערן (שמו"ר לה א).

נישט נאר די באהאלטענע גאלד און אוצרות, נאר אויך די אור ששת ימי בראשית וואס איז נגנז געווארן ווי פריער דערמאנט, וועט צוריק נתגלה ווערן לצדיקים לעתיד לבא. און פול מער פון וויפיל מען קען זיך פארשטעלן, וועלן די ביימער ארויסגעבן פערטיגע ברויט פונקט ווי אדם הראשון בעפארן חטא.

"ֹעוד יֵשְׁבוּ זְקֵנִים וּזְקֵנוֹת בִּרְחבוֹת יְרוּשָׁלָים, וְאִישׁ מִשְׁעַנְתּוֹ בְּיָדוֹ מֵרב יָמִים. וּרְחבוֹת הָעִיר יִמָּלְאוּ יְלָדִים וִילָדוֹת מְשַׂחֲקִים בִּרְחבתֶיהָ" (זכריה ח ג). אויף דער פסוק דרש'נען חז"ל אז די מלאכים שלעפן די גרויסע דימאנטן שטיינער און שטעלן עס אוועק בשערי ירושלים.

מיר וועלן שליסן דעם מאמר מעין הפתיחה, דער בית המקדש ווערט גערופן סיי אויף דוד און אויף שלמה. "כָּבוֹד חַכָמִים יִנְחָלוּ", אלו דוד ושלמה שבנו את בית המקדש (תנחומא תצוה ז).
יהי רצון שיבנה בית המקדש במהרה בימינו אמן. "ופדויי ה' ישובון ובאו ציון ברנה ושמחת עולם על ראשם, ששון ושמחה ונס יגון ואנחה" (ישעי' לה).


די עשירות פון גאנץ ארץ ישראל
די אויסטערלישע עשירות האט זיך אנגעזען נישט נאר אין בית המקדש זעלבסט, נאר אין גאנץ ארץ ישראל.

שלמה דער גרויסער און מעכטיגער קעניג וואס האט געוועלטיגט איבער די גאנצע וועלט, בעליונים ובתחתונים, האט געהאט די מאכט און מעגליכקייט צו זאמלען די גאנצע וועלטס אוצרות ווי פריער דערמאנט. אלס רעזולטאט האבן די אידן געהאט א שטארקע עקאנאמיע אין יעדן סארט אינדאסטריע (שמעוני מ"א יח).

"סעודת שלמה בשעתו" איז אן אויסדרוק וואס מיר נוצן גאנץ אפט צו באצייכענען א פעטע מאלצייט. די טעגליכע מאלצייטן זענען באשטאנען פון 30 כור קמח, 60 כור סולת, 20 רונדערן, 100 קעלבערן, אונדן און גענז. און דאס אלעס איז בלויז געווען פאר א "קינוח סעודה" (נאכשפייז).

אלף נשים היו לשלמה, יעדעס איינע האט געהאט אן אייגענע הערליכע פאלאץ און טעגליך אנגעגרייט א פולע קעניגליכע איינריכטונג ווי אויבנדערמאנט (ב"מ פו:).

באזונדער האט שלמה המלך פארמאגט א פאלאץ "בית יער הלבנון" מיט א זעלטענעם רייכקייט און שיינקייט, ווער עס האט דארט באזוכט האט פארלוירן די מוט. דארט איז געווען פון יעדן סארט גאלד, פון יעדן סארט דימאנט און פערלשטיין. דארט האט שלמה געפירט דיני תורה און דורך די אויסטערלישע התפעלות פון די עשירות פונעם פאלאץ האבן די בעלי דינים פארגעסן זייערע ליגנט און נאר די אמת איז געזאגט געווארן (קדמונית היהודים).

א מעכטיגע מרכבה פון הונדערט זעכציג מיליאן אִרְיוֹת סוּסִים האט שלמה פארמאגט (סנהדרין כא:).


פרק ה
די וועלטס גאלד


עס איז דא היינט צוטאג א געשאצטע 175 טויזענט טאנען פון גאלד אויף די וועלט.

רוב גאלד איבער די וועלט געפונען זיך אין די לענדער וואס גרובן זיי אויס. קאנאדע איז די ערשטע אויף די ליסטע מיט א שטוינענדע 40% מארקעט. דערנאך קומט דרום-אפריקע 18%, אמעריקע 12%, רוסלאנד 10% און אוסטראליע 7%.

אויב זאל מען רעכענען די גאלד וואס איז אויסגערעכענט אין די משניות, קומען מיר צו צו א שטוינענדע פאקט, אז אין דעם איינעם ירושלים האט זיך געפונען אזויפול ווי בערך 85-90% פון די וועלטס גאלד! דאס מיינט אז די מערהייט פון גאלד איז היינט באהאלטן אין אומבאקאנטע באהעלטענישן ביז משיח וועט דאס מגלה זיין.

און מיר רעדן ניטאמאל פון די דימאנטן און פערלשטיינער וואס האבן זיך דארט געפונען לרוב, אין ריזיגע מאסן און אין וואג פון טאנען.

יעצט פארשטייען מיר שוין פול בעסער מיט וואס מיר האבן אנגעהויבן אז גאלד וואס האט באמת געברויכט נגנז ווערן, האט אבער דער אייבערשטער איבערגעלאזט אויף די וועלט פאר דעם איינעם צוועק, פאר דעם בית המקדש. און ליידער בחורבנה איז עס טאקע נגנז געווארן.


אינטערעסאנטע פאקטן איבער גאלד
    • אויף די וועלט געפונט זיך א געשאצטע 175,000 טאנען פון גאלד (א טאן איז 2000 פונט)
    • א געשאצטע 15,000 טאנען פון גאלד געפונען זיך אונטער די וואסערן ארום די וועלט
    • 90% פון די וועלטס גאלד איז געווארן אויסגעגראבן זינט די קאליפארניע Gold Rushאין יאר 1848
    • גאלד ווערט אויפגעלאזט ביי א דעגרי פון 5,058 פערענהייט און געשמאלצן ביי 1,947 פערענהייט
    • די אטאמישע צוזאמשטעל פון גאלד איז 79 פראטאנס אין יעדע אטאם פון גאלד
    • יעדע אונס פון גאלד קען ווערן אויסגעצויגן ביז 50 מייל לאנג, אדער א בלעכל פון 24 ק. פוס
    • די יו. עס. פעדעראל רעזערוו האלט 6,200 טאנען פון גאלד
    • פאָרט נאַקס אין קענטאקי (יו. עס. בולליאן דעפאזיטארי), האלט 4,600 טאנען פון גאלד
    • אין יאר 1971 זענען מיסטעריעז פארשוואונדן געווארן ארום 7,000 טאנען פון גאלד אין פארט נאקס
    • עס איז שווערער צו טרעפן א אונס גאלד ווי א פינף-קאראט דייאמאנט
    • 60% פון אויסגעגראבענע גאלד ווערט אויסגעארבעט צו צירינגען (זשולערי)
    • די גרעסטע גאלדענע מטבע Maple Leaf איז מינטירט געווארן אין קאנאדע אין יאר 2007, אין גרויס פון 21 אינטשעס אין די ווערט פון 1$ מיליאן
    • יעדעס שטיקל גאלד מוז געזעצליך האבן א סטעמפע פון די קאראט דערינען
    • האנדל פון גאלד אונטער 10 קאראט איז אומלעגאל אין די אינדוסטרי
צוגעלייגטע
Gold-Bars-in-Fort-Knox2.jpg
גאלד ציגל אין פארט נאקס. זאמעלט זאמעלט... אלעס וועט אריבערגיין צו אונז בקרוב, ירשו ארצם ועמל לאומים
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2013 8:36 pm

שוועמל, וואס זאלעך דיר זאגן, די ארטיקל איז ווערד גאלד!

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11890
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מוצ"ש אוגוסט 17, 2013 10:58 pm

א קנאק פון אן ארטיקל. צוזאמגעווארפן א וועלט מיט ידיעות.

גרויסן יישר כוח עס איז באמת אינטערעסאנט געווען. און יא, ביים ליינען שפירט זיך א ווילן עס צו דערלעבן בקרוב און זען מיט די אייגענע אויגן

אוועטאר
חניוק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 262
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 19, 2013 11:34 pm

תגובהדורך חניוק » דינסטאג אוקטובער 15, 2013 1:12 pm

אזאן ארטיקל! בראווא!

נו ווי קען מען איגנארירן די ארגינל-ענלכע לוח נחושת...?

אין וואס טוטזיך אין עכברא?

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15203
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » דינסטאג אוקטובער 15, 2013 3:44 pm

מומחה עצום האט געשריבן:די ארטיקל איז ווערד גאלד!
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » פרייטאג אוקטובער 18, 2013 3:26 pm

עמיצער האט מיר צוגעצייכענט אז ביי די געפונענע מגילות ביים ים המלח האט מען צווישן אנדערע גפונען א מגילת נחושת אויסגעקריצט אסאך באהאלטענע אוצרות, ווארשיינליך פון בית המקדש.
אויבן אויף קוקט נישט אויס אז עס איז די זעלבע מגילה ווי געברענגט אין דעם ארטיקל אויבן.
דא האט איר די אינהאלט פון די מגילה https://faculty.biu.ac.il/~barilm/copertx1.html.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » מיטוואך אוקטובער 23, 2013 4:10 pm

זיך נאכנישט באדאנקט?
א זעלטן רייכע אשכול, אזוי שיין און קלאר מיט אלע דעטאלן, זייער שטארק הנאה געהאט,
א עקסטערע יישר כח פון די שטוב זיי האבן אויך זייער הנאה געהאט דערפון.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » פרייטאג אוקטובער 25, 2013 12:08 am

מערקווירדיג די לעצטע "דבר בעתו" אויסגאבע (ביללער), האט א באשרייבונג איבער די גאלד אין בית המקדש.
ער ציטירט פונעם זעלבן משניות מסכת כלים הנ"ל. נאר כדרכו גייט ער און רעכענט אויס וויפיל טרעילארס וואלט מען געדארפט האבן צו פירן די אלע כיכרים גאלד..

ווייסעך נישט פונקטליך ווען ער איז ארויסגעקומען דערמיט צי בעפאר מי מנוחות צי נאכדעם, אבער שנינו נתנבאו בסגנון אחד.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15203
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2013 3:45 pm

וואטש נאר בעל רגש זאלעס נישט אויפפיקן...
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
גיכער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 267
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 13, 2012 11:32 am

תגובהדורך גיכער » מיטוואך נובעמבער 06, 2013 1:33 pm

א גרויסן שכוח שוועמל יעצט געליינט און שטארק הנאה געהאט

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2027
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » מאנטאג פאברואר 20, 2017 10:54 am

איצט אריינגעבאמפט אין דעם הערליכן ארטיקל. א געוואלדיגע ארבייט, שוועמל!
שוועמל האט געשריבן:עמיצער האט מיר צוגעצייכענט אז ביי די געפונענע מגילות ביים ים המלח האט מען צווישן אנדערע גפונען א מגילת נחושת אויסגעקריצט אסאך באהאלטענע אוצרות, ווארשיינליך פון בית המקדש.
אויבן אויף קוקט נישט אויס אז עס איז די זעלבע מגילה ווי געברענגט אין דעם ארטיקל אויבן.
דא האט איר די אינהאלט פון די מגילה https://faculty.biu.ac.il/~barilm/copertx1.html.

באשריבן דא דורך "בענקל".
"ווען דו דאווענסט ברויכסטו קודם וויסן צו וועמען דו רעדסט. פירוש המילות איז שוין לומדות."
— הגה"צ רבי מרדכי דוד קאהן זצ"ל


מפתח


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט