Advertisement

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

בזיעת אפיך תאכל לחם...

מיטוואך מאי 30, 2007 12:42 pm

נעכטן, זיצנדיג אזוי אין בית המדרש, האב איך זיך אזוי אונטערגעהערט א שמועס פון צוויי אלטע באקאנטע ידידים וועלכע האבן זיך שוין יארן נישט געטראפן. אוועק גייענדיג פון דעם שמועס טראכט איך צו מיר אזוי: מה לי והדער-שמועס? וואס א גוט יאר האט דער שמועס מיט מיר איינגעלייגט? על מה ולמה אהינה לידי אז איך זאל דעם שמועס אונטערהערן? וואס האב איך געהאט דערפון און וואס האט מיר דאס צוגעגעבן? נאכמער האט מיר געעגבערט; כ'מיין, זייט ווען בין איך – זארעכ – אזא סארט נאטור אונטערצוהערן א געשפרעך פון צוויי פרעמדע מענטשן? טאר מען? מעג מען? ס'דאך פשוט שלא מן הנימוס! טא וויאזוי האט זיך דאס מיר פלוצים, אזוי כלאחר יד, אומבאמערקבאר, ארונטערגערוקט? פארוואס האב איך זיך נישט תיכף ומיד אויפגעהויבן און אפגעפוצט?

נאך אלעם ווייסן מיר דאך דעם כלל אז גארנישט פאסירט נישט פון זיך אליין. אלעס האט א סיבה מן השמים, נאר נישט אלעמאל כאפט מען זיך אריינצוקוקן און ארויס נעמען דעם 'מוסר השכל' דערפון. גארנישט אנדערשט איז ביי מיר נישט געווען ביי דער פרלאפענער עפיזאד. און טראץ וואס כ'האב זיך פרובירט צו פארענטפערן מיין נארישן שריט איז דאס אבער נישט געגאנגען, ס'מיר נישט אויפן געדאנק געקומען א רעיון, צי א מציאות, וואס איך זאל קענען עפעס ארויסנעמען פון דעם אונטערגעהערטן געשפרעך דארט. גלייבט מיר דער עפיזאד האט מיר נישט מנוחה געלאזט ביז אט די דאזיגע מינוטן...

אריינקומענדיג איצט, אין אטא די מינוטן, אין דער אשכול און ליינענדיג אזוי מיט א פארגעניגן די אלע קאמפלימענטן דא, האט מיר גלייך א בליץ געטוהן דער נעכטיגער עפיזאד און ער איז מיר באלד פארענטפערט געווארן. יא, אלעס שטימט מיר! שוין, כ'פארשטיי שוין אלעס!

איז וואס איז געווען? וואס איז דער עפיזאד? וואס האבן זיי געשמועסט? אט הערט:
ר' מאיר, א איד אין די אנהויב פערציגער'ס, א תלמוד חכם עצום וואס האט שוין דורך געלערנט א שיינע פאר מסכתות הש"ס בעיון רב מיט די ראשונים ואחרונים, א בעל מוח נפלא, א ידען גדול, א ישרן, א מתון, א ירא שמים עצום, און ועל כולם איז ער געבענטש געווארן מן השמים מיט א כוח הסברה עד למאוד, (יא... שיעור פארגעסן... און "נישט" קיין איינגעפיקלטער מרה שחורה'דיגער איד'ל... נאר גראדע דאס פארקערטע...). געזעצן איז דער ר' מאיר אין כולל און געהארעוועט, יארן לאנג געלערנט תורה מתוך הדחק מיט אלע מפרשים. צענדליגער און צענדליגער מאלן האט זיך געטראפן, אז ווען נאר א ישיבה האט זיך געוואנדן צו די הנהלת הכולל, זוכנדיג א פאסיגן קאנדידאט פאר א מגיד שיעור, האבן אלע גלייך געטייטלט מיטן פינגער אויף ר' מאיר'ן. זיינע כשרונות און גדלות בתורה האט ווי פון זיך אליין אויסגעשריגן, אז, לזה נולד, ער איז פשוט געבוירן געווארן צו דער פאך. פארשטייט זיך ר' מאיר האט דאס אלץ אפגעווארפן. ויהי היום, ר' מאיר דארף זיך ארויס לאזן זוכן עפעס לחם לפי הטף און פארשטייט זיך אז ער האט באלד געטראפן א פאסטן כדקא יאות.

זיצט זיך אזוי ר' מאיר אין בית המדרש - נעבן זארעכ'ן - ווען עס קומט אזוי אנטקעגן ר' הלל זיין אלטער יוגנט פריינד. אה, שלום עליכם מאיר, וואס מאכט איר עפעס גוטס? שוין יארן נישט געזען. ב"ה, גארנישט באזונדערס. וואס מאכסטו עפעס?, פרעגט אזוי מאיר צוריק, ב"ה, הודו לה', ענטפערט ר' הלל. און וואס טוסטו היינט עפעס פאר א לעבן?, פרעגט ר' הלל אזוי ר' מאיר'ן. איך – ענטפערט ר' מאיר - בין א ראש ישיבה אויף שיעור עיון אין ... ישיבה. אה ... ישיבה דאס איז דאך נישט סתם עפעס ווייסעך וואס א ישיבה - רופט זיך ר' הלל אן מיט שטוין – פשיהא... נו, און וויאזוי מאיר, קומסטו דיר דורך מיט די לומדים דארט? לכאורה האסטו נישט קיין פראבלעם דערמיט, אבער כ'פרעג נאר סתם פאר נייגעריקייט.

ר' מאיר גיט זיך אזא צושמייכל, הע... איך האב נישט קיין פראבלעם דערמיט... פרעגסט נאר סתם פאר נייגעריקייט... לאמעך דער זאגן הלל, אפצולערנען א שטיקל גמרא איז מיר אין כולל געווען פיל גרינגער ווי היינט ביים זאגן א שיעור, און ווייסט פארוואס? ווייל די גמרא אין כולל איז נישט געפאלן אונטער די קללה פון "בזיעת אפיך תאכל לחם", איינמאל איך דארף דאס שוין טוהן פאר פרנסה ברעך איך זיך אסאך מאל קאפ אויף א שטיקל גמרא א ווי א דרייצן יעריג בחור'ל. איך שטיי און איך שטוין צו מיר אסאך מאל, רבוש"ע, איך האב דאך שוין די גמרא געלערנט און געאקערט אפשר צוואנציג מאל און דא פלוצלינג, ביים פארקוקן זיך דעם שיעור, בין איך עפעס אזוי פארפלאנטערט געווארן אין די סוגיא אזש איך ווייס מיך נישט וואו אהין צו טוהן. יא, אזוי גייט עס - פארענדיגט ר' מאיר - איינמאל ס'האט מיט'ן "תאכל לחם" מוז דאס קומען אינאיינעם מיט די קללה פון "בזיעת אפיך", מעג עס זיין אפי' א שטיקל גמרא וועט די "זיעת אף" ארבעטן מיטן פולן טעמפא...

נו וואס האט די מעשה מיט מיר?
שפאציר איך מיר אריין אטא דא אין דער אשכול, און איך ליין מיר אזוי געשמאק די קאמפלימענטן, ווי כאילו, מ'שטיינס געזאגט, איך בין דער גרויסער שריפטשטעלער און שרייבער, אזש ס'עט זיך מיר נאך באלד אנדאכטן אז איך בין טאקע עפעס ווייסעך וואס א שרייבער. נו, אויב אזוי, אפשר זאל איך זיך טאקע אנגעבן אלס א שרייבער און קאלעקטן דערפון אפאר גראשן צו דער זייט (פארשטייט זיך אלעס נאר לכבוד שבת...). נע, טראכט היצט צו מיר, יא, יא, אין קרעטשמע/כולל שרייבט זיך מיר טאקע אזוי געשמירט און גלאט, איינמאל כ'זאל נאר פרובירן צו ניצן מיין פעדער אלס א מיטל צום "תאכל לחם"...
אהה... שוין... שוין... כ'פארשטיי שוין... ס'שטימט מיר שוין אלעס...

Advertisement

מיטוואך מאי 30, 2007 1:12 pm

א הערליכע לעקציע וויאזוי אויפצונמען קאמפלימענטן.

מיטוואך מאי 30, 2007 3:14 pm

ereb zurach. i am in a fight with you
beacause my apinon is that you are a talantfuller shrieber
BUT hishmer vhizuher if you find a wrighting job to stop erighting here

מיטוואך מאי 30, 2007 4:34 pm

זארעכ, הערליך אפארפגעלייגט, און א גוטע לעקציע געגעבן, און ס'איז אן אמת אויך,

(נאר איין זאך, איך קען דעם ר' מאיר, [כ'האף אז ס'איז נישט פיקטיוו], און כ'וועל בלי נדר קוקען היינט נאכט ווער ס'זיצט נעבן אים..)

מיטוואך מאי 30, 2007 4:49 pm

זארעכ;
עמוק עמוק.
(כ'ווייס אז דו האסט ליב קליינע קאמפלימענטן).

מיטוואך מאי 30, 2007 10:35 pm

צייטליך;

גוד לאק אויסצוגעפינען א זאך וואס איך פרוביר שוין - דערווייל אן קיין איבערצייגנדע סוקסעס - אויסצוגעפונען כמעט צוויי יאר צייט.

זארעך;

שיין באשריבן די/דאס עפיזאד.

למעשה, קען מען אבער תולה זיין די שוועריקייטן פון רבי מאיר אין אן אנדערע סיבה, וואס איז נישט דוקא פארבינדן מיט זיעת אף. ווי באקאנט איז מתלמידי יותר מכולם, און די השפעה קומט פארן מענטש לויט די מקבלים, על כן ווילאנג ער האט געלערנט פאר זיך, איז אים נישט אויפן געדאנק געקומען די קשיא וואס בחור פלוני וועט פרעגן מיט זיין שארפן קאפ, און וואס בחור פלוני וועט מעיר זיין מיט זיין בקיאות, משא"כ יעצט ברויך ער זיך פארקוקן ס'זאל זיין צום העכסטן צופרידנהייט פון צוואנציג אדער גאר פופציג בחורים, שיקט מען אים מן השמים טיפערע קלערן, קושיות און תירוצים, א דאנק די מקבלים זיינע.

דאנערשטאג מאי 31, 2007 9:15 am

זארעך, יישר כח.

פרייטאג יוני 01, 2007 1:04 am

זארעכ, זייער שיין ארויס געברענגט.

פרייטאג יוני 01, 2007 10:21 am

קרעמער:
כ'גלויב אז דער ר' מאיר האט אויך געוויסט פון דעם "ומתלמידי יותר מכולם". דער "ומתלמידי יותר מכולם" טייטש אז דורך זייערע פראגעס ווערט אים די סוגיא מער מבורר על בורי', אבער אז ער זאל זיך דארפן מוטשען אויף די סוגיא 'ביים זיך פארקוקן' כאילו ער לערנט דאס היצט דאס ערשטע מאל? אויף דעם איז לכאורה געקומען דער רעיון נפלא.
נישט אזוי?

פרייטאג יוני 01, 2007 4:32 pm

אז איך וועל זאגן 'ניין', וועסטו צופרידן זיין? מסתמא נישט.

על כן: "יא"!

מאנטאג יוני 04, 2007 4:35 pm

זארעכ

דיין פליסיגע שריפט וועט זיך נישט טוישן אויף ערגער אויב וועסט שרייבן פאר געלט... אויב עפעס, נאר פארקערט.
מען דארף זיך נישט אונטערשאצן, און אויב ביסטו טאקע מסופק אין דעם שטאפל פון דיין געשרייבעכץ, שטעל איך זיך צו אויף די זייט פון די אלע קאמפלימענטן וואס (זאגסט אז) דו האסט באקומען. דיין פען איז געוואלדיג.

אגב, קרעמער כתב: "שיין באשריבן די/דאס עפיזאד."
עס קומט כזה: שיין באשריבן "דעם" עפיזאד.
שרייב א תגובה

Advertisement