וויפיל בעט איר/צאלט איר פאר א קאלאר עד צו דיזיינען?

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

וויפיל בעט איר/צאלט איר פאר א קאלאר עד צו דיזיינען בארלייפיג?

$100- $150
3
7%
$150- $200
7
16%
$250- $300
9
21%
$300- $350
9
21%
$400- $450
10
23%
$500- $550
1
2%
$600- $650
1
2%
$700- $750
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
$800- $850
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
$900- $950
2
5%
מער (?)
1
2%
 
סך הכול שטימען: 43

גראפיק מבין
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 19, 2013 2:12 pm

וויפיל בעט איר/צאלט איר פאר א קאלאר עד צו דיזיינען?

תגובהדורך גראפיק מבין » דינסטאג פאברואר 19, 2013 6:35 pm

וויפיל בעט איר/צאלט איר פאר א קאלאר עד צו דיזיינען בארלייפיג?

אוועטאר
מר. פאטאשאפ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3277
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 25, 2010 9:16 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מר. פאטאשאפ » דינסטאג פאברואר 19, 2013 7:30 pm

גוטע נושא

גראפיק מבין
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 19, 2013 2:12 pm

תגובהדורך גראפיק מבין » דינסטאג פאברואר 19, 2013 7:51 pm

.....

אוועטאר
shmaltz painter
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 27, 2013 10:04 pm

ויפיל בעט איר/צאלט איר פאר א קאלאר עד צו דיזיינען?

תגובהדורך shmaltz painter » מיטוואך מארטש 06, 2013 8:01 pm

אנשולדיגט פאר שרײבען אין ענגליש. איך מײן אז עס איז לטובת הענין.
This survey was brought to my attention, and I felt that I have to join the ivelt club just for this reason...to voice my amazement.
I've been in business for many years on a very professional level. I know exactly what Graphics and artwork is all about.
To see such talented Yingeleit that I am sure - every single one of you - have to make parnusa, should be taken advantage of to such a degree,
is mind boggling. To do beautiful work and get paid this kind of money is mamesh a disgrace. I am not chas veshulem trying to make you feel bad.
I want to open your eyes. If you are doing creative and nice artwork.... you deserve to get paid well and very well. Does a plumber come to your house for nothing?
Why don't all of you creatives get together and say NO to the אױסניצערס. Please nobody take this personal. Think about making a living that you deserve and not about being proud of the nice work you do. Sorry for the long Megillah.
Let's hear the creatives speak up.
I must add, that I am assuming... maybe wrongly, that the ads that are displayed are created by the same people that replied to the survey.
Check out for yourself, what creative artist in the world get paid. Google it, I'm sure all of you know how to do it.

אוועטאר
גליון
שר האלף
תגובות: 1691
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 24, 2011 1:24 am
לאקאציע: אין שֵמות

תגובהדורך גליון » דאנארשטאג מארטש 07, 2013 12:37 am

זייער גוט געזאגט
Impossible is just an opinion

אוועטאר
shmaltz painter
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 27, 2013 10:04 pm

תגובהדורך shmaltz painter » דאנארשטאג מארטש 07, 2013 8:14 am

Ni?????

גראפיק מבין
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 19, 2013 2:12 pm

תגובהדורך גראפיק מבין » דאנארשטאג מארטש 07, 2013 12:38 pm

shmaltz painter האט געשריבן:Ni?????

די פראבלעם איז אז בעגינערס האקן די מארקעט, נישט לאנג צוריק איז געווען א עד אין די דבר יום "$150" (!) פאר א עד, אזעליכע זאכן שלעפן אראפ די מארקעט און מאכן אז די קויפער זאל נישט עפרישיעטן וואס ער קויפט פאר אזויפיל געלט.

אוועטאר
shmaltz painter
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 27, 2013 10:04 pm

תגובהדורך shmaltz painter » דאנארשטאג מארטש 07, 2013 1:07 pm

אױב די ביזט א פראפעשאנעל
... You must get paid like a professional.
If not you wont make parnusah.
Become a shoe salesman.
Why do you need to work for no $ ?
The beginners should also be reading this. Giving away art for nothing will only hurt them as well.
I see designers נישט שלנו making a wonderful living.
Why why???

ביזנעסמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 341
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 12:04 pm
לאקאציע: אויף וואקאציע

תגובהדורך ביזנעסמאן » מאנטאג מארטש 11, 2013 9:52 am

כגראפיק מבין ועוד... האסט בארירט זייער א פארווייטאגטע טעמע... עס וואקסן היינט אונטער גראפיקער ווי שוועמליך נאך רעגן און א גרויסער פראצענט פון די קלייענטעל פארשטייען נישט וואס עס מיינט פראפעסניאלע ארט, און וועלן ענדערש זיכן פאר ביליג ווי איידער באקומען היי-קוואלעטי ארבעט, ווילאנגס ס'איז קאלירט און עס האט א שיינע פרעים.
פון די אנדערע זייט זענען פארהאן גענוג און נאך גאר געלונגענע דיזיינערס וואס לאזן זיך טאקע קאסטן ממים ודמים און זיי זענען זייער זייער פארנומען, און האבן אפי' נישט קיין צייט אריינצוקומען דא אפצוגעבן זייער שטימע... (וועגן דעם זענען מן הסתם פארהאן אזוי ווייניג אויסוואלן העכער 500........)
תורה איז די בעסטע סחורה.

אוועטאר
shmaltz painter
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 27, 2013 10:04 pm

תגובהדורך shmaltz painter » מאנטאג מארטש 11, 2013 11:28 am

How sad

אוועטאר
מר. פאטאשאפ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3277
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 25, 2010 9:16 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מר. פאטאשאפ » מאנטאג מארטש 11, 2013 11:56 am

שלום עליכם שמאלץ_פעינטער

זייער א שטארקע נקודה ארויסגעברענגט, און איך ווייס נישט צו עס איז דא א ריכטיגע תשובה דערפאר
דאס איז זיכער אז די נושא ברויך א קלארע הסבר, פארוואס ווערן גראפיק-דעזיינערס נישט באצאהלט לויט וויפיל זייער ארבעט איז באמת ווערד?
לאמיר פרובירן אויסצורעכנען עטליכע זאכן וואס קענען זיין די גורם דערצו

1 - גרעפיקערס וואס ווילן נישט בעטן צופיהל אויס מורא אז מ'וועט נישט קומען צו זיי ווייל ס'זענען דא וואס טשארדזשן ביליגער
2 - גרעפיקערס וואס האבן מורא אז זיי זענען נישט גענוג גוט און אויב זיי טשארדזשן צופיהל וועט מען גיין צום בעסערן גראפיקער
3 - גרעפיקערס וואס ווייסן אז די פרייזן פון די גראפיק מארקעט קענען נישט גיין צו הויעך ווייל די גאס פארמאגט נישט די געלט דערצו

יעצט איז אזוי, דרגא 1 איז א נושא וואס מ'האט שוין פריער דערמאנט, אז עס זענען דא וואס טשארדזשן גאר ביליג, בעיקר די בעגינערס,
די מעשה איז אז בעגינערס ברויכן אויך מאכן פרנסה, און לאידך גיסא קענען זיי נאכנישט בעטן קיין געפעפערטע פרייזן ווי פארשטענדליך
די איינציגסטע זאך וואס איך וואלט יא געזאגט צו די בעגינערס איז: ביסט א בעגינער? אסאך הצלחה, אבער גיי נישט עדווערטייזן איבעראל אז דו טשארדזשסט 'בלויז $150 דאללאר א עד' ווייל די סיבה פארוואס דו ביסט יעצט ביליג איז נישט צוליב דיין גוטהארציגקייט, דו קענסט פשוט נישט בעטן מער, און גלויב מיר מיסטער בעגינער - אין די מינוט וואס דו וועסט פיהלן אז דו קענסט בעטן מער וועסטו אזוי שנעל ארויפגיין מיטן פרייז נאך שנעלער ווי דו מיינסט, און טאקע דערפאר ווייל 150 דאללער פאר א עד איז ניבול פה... און מיט דעם וואס דו גייסט שרייען אין די גאסן אז דו ביסט ביליג, נישט נאר טוסטו אפ פאר אנדערע גראפיקער אז דו ברענגסט אראפ די מארקעט, נאר דו טוסט דיך אליינס אויך אפ, ווייל מענטשן וועלן דיך (אפשר) באפאלן צוליב דיין ביליגן פרייז, און ווען דו וועסט וועלן ארויפגיין וועסטו זיין אין טראבל, ווייל ווען דער קאסטומער וועט הערן אז דו ביסט שוין נישט אזוי ביליג, וועט ער שוין טראכטן צוויי מאהל, איז ער טאקע אזוי גוט אז כ'זאל אים צאהלן טייערער, צו אפשר זאל איך שוין גיין צום בעסערן גראפיקער פאר נאך א פופציגער און קריגן צוויי מאל אזא שיינע ארבעט.. ע"כ לה'בעגינערס.

צו דרגא 2 וואלט די סברא געווען לכאורה, אויב האלטסו אז ביסט נישט גענוג גוט דאן האסטו 2 אפשענס:
איינס - אויב דו פיהלסט אז דיין ארבעט ברויך זיך פארבעסערן דאן מאך דיר אן אקאונט אויף לינדא.קאם און הייב אן צו קוקן אביסל טרעיניג ווידעאויס אויף די נושאים וואו דו שפירסט אז דו ברויכסט זיך משלים זיין, לייג אוועק א האלבע שעה א טאג (לכה"פ) ביז דו וועסט ווערן באקוועמער מיט די פראגראמס.
צוויי - קען אמאל זיין אז עס איז א סעלף-קאנפידענטס אישו, דו קענסט זיין אינטימידעיטעד פון בעסערע גראפיקערס ווי דו, און דו האסט מורא אז זייער ארבעט וועט דיך אין דער ערד לייגן, אלזא ארבעט אויף דיין קאנפידענטס, דער אויבערשטער איז א משביע לכל חי, און דו דארפסט פרובירן דיין בעסטע, אחוץ אויב דו שפירסט אז די גראפיק ליין איז נישט פאר דיר, דאן שמועס עס דורך מיט א קאנסולטענט.

דרגא 3 איז אביסל א אומבא'טעמ'טער נושא אבער עס ליגט אסאך אמת דערין, מענטשן האבן נישט די גרויסע געלטער, און היינט צוטאג בדרך כלל ווען עס קומט צו גראפיקס זיכן זיך מענטשן צו שפאהרן, מ'וועט ענדערש בעטן פון די אייגענע סעקרעטערי זיך צו לערנען פאטאשאפ אז זי זאל קענען אליינס מאכן די וועכענטליכע עדס ווי איידער צו גיין צאהלן פאר א פראפעשינאל גראפיקער, איך זאג נישט אז יעדער טוט עס ווייל די אלע וועכענטליכע עדווערטייזינג אויסגאבעס זענען נאך פיל יעדע וואך, אבער דאס איז זיכער אז א גרויס חלק פון די עדס (מער די מיטעלסטע בלעטער, די בלעק-ענד-ווייט עדס) ווערן געמאכט בלויז אין-האוז דורך די אייגענע ארבייטער, עכ"פ עס איז א גרויסע חילוקי דעות ביי ביזנעס-לייט צו גראפיקס איז א גייענדיגע ביזנעס צו נישט, דאס איז זיכער אז עס איז דא א פארלאנג פאר גראפיקס, די שאלה איז נאר ווי שטארק דער דימענד איז, תמצית הדברים - אויב טויגט מען צו די מלאכה, און אויב ווייסט מען וויאזוי צו טוהן ביזנעס, האט מען א שאנס צו פארדינען שיין, און דאן קען מען בעטן די ריכטיגע פרייזן אויכעט, ווייל פארן גוטן בעל מלאכה איז מען גרייט צו צאהלן. כנלענ"ד..

ביזנעסמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 341
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 12:04 pm
לאקאציע: אויף וואקאציע

תגובהדורך ביזנעסמאן » מאנטאג מארטש 11, 2013 12:48 pm

פאטאשאפ, זייער שיין צולייגט!

איך למשל ליידט פון אן אנדערן פראבלעם, נעמליך, ווען איך האב אנגעהויבן האב איך גערעכנט ביליגער, יעצט ווען איך קען זיך שוין ב"ה ערלויבן צו רעכענען מער און איך האב בעסערע אקאונטס בין איך 'סטאק' מיט מיינע ערשטע קליענטן וועלכע האבן מיר אין א געוויסע זין אויפגעבויעט, פון די אנדערע זייט ווייס איך אז זיי קענען זיך פשוט נישט ערלויבן מער... און איך וויל זיי נישט אוועקווארפן צוליב דעם, ווי-ניש-ווי ברענגען זיי מיר ביזנעס.

איך האב לעצטנס גערעדט מיט א חבר וועלכע געפינט זיך אינעם זעלבן פראבלעם, וואס האלט איר איז די לעזונג? פשוט זאגן ביי ביי?
תורה איז די בעסטע סחורה.

אוועטאר
מר. פאטאשאפ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3277
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 25, 2010 9:16 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מר. פאטאשאפ » מאנטאג מארטש 11, 2013 12:58 pm

ביזנעסמאן האט געשריבן:וואס האלט איר איז די לעזונג? פשוט זאגן ביי ביי?

מיי אפיניען - נעווער סעי גודביי, דאס זאלסטו לאזן זיי זאגן אויב ס'וועט זיי נישט שמעקן ווען דו וועסט זיי זאגן אז דו ביסט ארויף מיטן פרייז..

איך ווייס אז עס איז נישט אלעמאל גרינג צו זאגן פאר א קאסטומער אז מען איז ארויף מיטן פרייז,
עס זענען פארהאן מענטשן וועלכע זענען אויסגעצייכנט אין מאכן מענטשן פיהלן 2 סענטס, אבער מען דארף זיך קענען האלטן צו רולס!

אוועטאר
shmaltz painter
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 27, 2013 10:04 pm

תגובהדורך shmaltz painter » מאנטאג מארטש 11, 2013 3:05 pm

Mr. Photoshop-
Bizt a kleeger yid, whoever you are.
Raboisay - If you know what you are doing... please don't give your talent away for nothing....for your own sake.
Go for clients that appreciate the work and are willing to pay for it.
If you don't really know what you're doing. Go for help or....
Mr. Photoshop. Please stop smoking... s'iz nish gezint :)


צוריק צו “בילדער, גראפיקס און דעזיין”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט