פרייטאג מאי 04, 2007 1:29 pm
ליינט א מעשה וואס וואלט ווען געקענט פאסירן
שפאציר איך מיך אזוי אויף קרעטשמע עוועניו, אראפ און ארויף, ס'איז זייער איינגענעם, די זון באקט, אבער נישט מיט א ברוגז'דיגן פנים, נאר מיט א שמייכל, פון צייט צו צייט, פארפארט א קליין ווינטל אהער, ממש א מחי', זיך נישט אפצורעדן, כאטש די לאנגווייליגקייט, איז אביסל שווערליך, אבער דאך פון צייט צו צייט, שפאצירן אנדערע דוירך, און ס'איז דא וואס צו זעהן, דא א מענטש, דא א פייגל, בקיצור נמרץ אן איינגענעמער שפאציר.
מיטאמאל זעה איך א באקאנטן, (נאמען נאכנישט עוועילעבל.) איך געב אים אזא קלאפ אויף די פלייצע, אה, וואס טוהט זיך, שוין לאנג נישט געזען, און כמים פנים אל פנים, דער חבר, ענטפערט אויך פרייליך, און ס'הייבט זיך אן א שמועס, על דא ועל הא, אה, ממש א מחי', א שפאציר מיט א גוטן שמועס אין דערזייט, איז פון די זאכן וואס ס'מאכט זיך נישט אפט, איך זאג אייך, ממש מעין עולם.
לאמיר אייך לאנג נישט אויפהאלטן, ס'איז דאך ערב שבת, מ'שפאציר מיר, מ'שמועס מיר, מ'פארברענג מיר, מ'לאך מיר, מ'מאך מער זיך נאריש, און וואס נישט, אבער פלוצלינג, אן קיין פריערדיגע מעלדונג, דער חבר געט מיר אזא קוק אין די אויגן, קענסט רעדן, קענסט שפאצירן, אבער וואס ווילסטו פון מיר, לאמיך אפ, איך האב גארנישט מיט דיר. איך קוק אים אזוי אן, און באטראכט אים פון קאפ ביז פיס, און איך טראכט צו איך דארף לאכן צו וויינען, אבער ער מיינט עס ערענסט, יא, יא, גיי ווי דו ווילסט, רעד וואס דו ווילסט, אבער מיך לאז אפ.
כ'קען קוים צו זיך קומען, כ'ווייס נישט וואס מיט אים איז געשעהן, כ'האב אים גארנישט באליידיגט, פלעין שיין פארברענגט, מ'האמיר זיך ביידע נאריש געמאכט, אוואו געווענטליך, ווען צוויי חברים טרעפן זיך, און דא אזא פאנטשער, קיינע פילן האב איך נישט געהאט מיט מיר פאר יענעם, האב איך נישט מער און נישט ווייניגער זיך אויסגעדרייט, און אנגעפאנגען גיין אינעם פארקערטן ריכטונג, ווען פון צייט צו צייט, זיך נישט קענענדיג איינהאלטן דריי איך מיך אויס, צו קוקן אויפן חבר מיינעם, און ווי גארנישט וואלט פאסירט, שמייכלט ער ווייטער צו מיר, פונקט ווי פריער, ס'איז מיר געווען אזוי אויפפאלענד, אז איך האב באלד מחליט געווען דאס דא צו באשרייבן, און וועם ס'געפעלט נישט, מוז נישט ליינען.
יעצט אזוי, טאמער גייט אמאל די מעשה פאסירן, און דער חבר דארט גייט אויך ליינען די קרעטשמע, זאל ער האבן אביסל שכל, און זיך מאכן נישט וואוסענדיג, און אזוי וועט קיינער נישט וויסן אז מיט אים האט דאס פאסירט.
פרייטאג מאי 04, 2007 1:36 pm
חחחחחחחחחחחחחחחחח קודם מוז איך דיר זאגן, א הערליכע ארטיקל, שוין לאנג נישט זוכה געווען צו אזא שיינ'ס.
שנית, עס איז גוטע משל.
פרייטאג מאי 04, 2007 4:08 pm
חחחחחחחחחח
אזוינע בייפאלען !
פרייטאג מאי 04, 2007 5:32 pm
אקעי איך האב נאך אפאר חחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחח!!!! כ'ער עי וואן, סארא שרעקעדיגע מעשה וואס קען ווען פאסירען, כאף איך על קענען געהעריג אנגיין מיט מיין שלאף פון ביינאכט,
מאנטאג מאי 07, 2007 9:21 am
הא הא הא הא, גוט גוט און נאכאמאל גוט
מאנטאג מאי 07, 2007 10:00 am
איינער וויל טון א גענאדע מיט מיר?
מאנטאג מאי 07, 2007 1:28 pm
מיט דיר, אפשר.
מאנטאג מאי 07, 2007 1:41 pm
כא... כא... כא... האסט אים באגעגנט אין קרעטשמע עוועניו האסטע געמיינט אז ער איז איינע פון די קרעטשמע מיטגלידער וועלכע באהאלטן 'נישט' זייער אידענטיטעט... פארשטייסט?
אוי... וואס רעד איך דא?
די מעשה איז דאך נאך נישט געווען, ס'וואלט דאך נאר געקענט פאסירן. שוין סארי, יעדער מענטש קען אמאל מאכן א טעות.
מאנטאג מאי 07, 2007 2:56 pm
מאשקע האט געשריבן:איינער וויל טון א גענאדע מיט מיר?
מאשקע, כ'האב דאך געבעטן אז דער וואס האט שכל זאל נישט רעאגירן.
מאנטאג מאי 07, 2007 2:58 pm
פון וואנעט נעמסטו אז איך האב?
(איך ריש מיך אויף א טיפיקל איכער תגובה...)
מאנטאג מאי 07, 2007 3:15 pm
מאשקע האט געשריבן:(איך ריש מיך אויף א טיפיקל איכער תגובה...)
פריער דא אויף היימישע סטריט, זעה איך יאכער דרייעט זיך פארצווייפלט, וואס איז געשעהן יאכער פרעג איך איהם? זאגט ער מיר, מאשקע האט מיך אריינגעלייגט אין א דילעמא, כ'קריך נישט ארויס דערפון.
איצט פארשטיי איך שוין.
מאנטאג מאי 07, 2007 4:02 pm
מאשקע האט געשריבן:פון וואנעט נעמסטו אז איך האב?
(איך ריש מיך אויף א טיפיקל איכער תגובה...)
ס'קומט דאך מיטן געלט, ניין?
מאנטאג מאי 07, 2007 4:17 pm
ניין. די געלט קומט עקסטער.
מאנטאג מאי 07, 2007 4:23 pm
די געלט קומט אין יגר'לס טרעילער, ס'רויבער וואס דו ביסט.
מאנטאג מאי 07, 2007 4:37 pm
איך_הער האט געשריבן:מאשקע האט געשריבן:פון וואנעט נעמסטו אז איך האב?
(איך ריש מיך אויף א טיפיקל איכער תגובה...)
ס'קומט דאך מיטן געלט, ניין?
נישט געלונגען, איא מאשקע?
מאנטאג מאי 07, 2007 4:50 pm
אניין.