געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'
זונטאג יולי 30, 2006 6:28 pm
לא איש דברים אנכי, אבל ההכרח לא יגונה
כ'קום אריין אין קרעטשמע, און איך זעה אויסגעלייגט אזוי שיין אין די רייע טישעלעך פון אלע סארטן אייניגע האבען אפאר בענקאלעך און געוויסע בענק און ס'איז דא וואס האבן אפי' אפאר בענק און אויף יעדן טישל באזונדער ליגט אזא מין סיין און אויף יעדן סיין שטייט עפעס אנדערש אויף איינ'ס שטייט "מזל טוב אונזערע מערסטע שרייבער" אויף איינ'ס שטייט " היפנאזיע פארוואס" אויף אן אנדערס שטייט "אידיש" און אזוי אויף יעדן סיין שטייט עפעס אנדערש, נו כ'גיי צו צו דעם באר טענדער כ'נעם א כוסה מלא וגדוש אויב טרעף איך מיר עפעס א גוט פלאץ ביי א געוויסע טישל איז גוט אז נישט, נישט מער און נישט ווייניגער כ'בויע מיר מיר אליינ'ס א טישל כ'קלאפ ארויף א סיין און איך שרייב מיר אויף וואס איך וויל, איך ענדיג טרינקען כ'טייל שירים און כ'גיי ארויס.
איך קום צוריק אביסל שפעטער איך בין שוין נאכאמאל דארשטיג געווארן און אודך כ'גיי צו צום באר טענדער און באפעל מיר א כוסה און קוק מיך אזוי אום וויפיל בענקלעך און בענק זענען צוגעקומען זינט מיין לעצטען טרינק און בעיקר קוק איך שנעל אויף דעם טישל וואס כ'האב מיט גרויס שווייס אויף געשטעלט ס'לעצטע מאל, און ס'הארץ פאנגט מיר אן פרייען כ'זעה א שיינע פאר נייע בענקלעך אפי' א באנק זעה איך שוין דארט כ'יאג אינטער דעם באר טענדער שנעלער שנעלער לאמיר זעהן וואס דארט טוט זיך, דעם גאנצען וועג אהין שמייכעל איך מיך אינטער מ'שטיינ'ס געזאגט כ'האב ענדליך אויפגעשטעלט א טישל און וואס דער עולם האט א אינטערעסע פונקט ווי מיר.
ענדליך כ'קום אן כ'ניייג צו מיין אויער ביים לעצטען בענקל און כ'הער עפעס מאדנע רייד נישט פון וואס איך האב געטראכט, קוק איך שנעל אויפ'ן סיין אפשר האב איך שוין ווייטער געמאכט א טעות מיט טיש אבער ניין דער סיין זאגט מיר ביזט אויפן ריכטיגען ארט , רוק איך מיך ארויף מיט אפאר בענקלעך זעה איך אז וואס נענטער כ'קום צום ערשטען פלאץ האט נאך דער עולם דארט געהאט א פארשעל אינטרעסט צום סיין וואס איז דא אבער וואס ווייטער איז מען אזאנס פארפארען אז כ'פאנג אן ממש צו קלאגן אויף דעם האב איך אזוי שווער געארבעט צו בויען דאס טישעלע,,
עד כאן המעשה, ומכאן ואילך ?
כ'זאג נישט אז מ'מעג נישט אמאל אריין ווארפן א ווארט שלא מן הנושא אבער אזוי צו פארפארן הלמאי?
בין איך אויפגעקומען מיט א פאר מחשבות אין לאז דער עולם באשליסען וואס איז בעסער,
1) אזוי וואו עס איז דא אזא רעגסטראציע טישל וואו דער עולם שרייבט זיך איין ווען מ'שפאצירט אריין אין קרעטשמע צום ערשטען מאל אזוי זאל יעדער וואס קומט אריין אין קרעטשמע ס'ערשטע מאל זיך מאכן א טישל מיט זיין נאמען דערויף, און עס אין די זייט לייגען און ווען ער האט עפעס אריין צוזאגען וואס איז קאמפליטלי אוט אויף די סאבדזשעק זאל ער עס אראפ ברענגן אויף זיין טישל און דער עולם וועט קאמענטירען דארט דערויף, פלאץ איז ב"ה דא לרחצה דא אין די נייע קרעטשמע..
2) די צווייטע געדאנק מיינע איז אזוי, ווי כ'האב געזעהן לעצטענ'ס האט דער וואס האט זיך ארויס גענומען די שטאפער'ס פון זיינע אויערען און רופט אויס קבל עולם ומלואה אז ער הערט געבויעט אזא אינטערעסאנט טישל וואס איז זייער געאייגענד פאר אזעלעכע מצבים, זאל מען בויען נאך אפאר אזוינע טישען און זאל דער עולם דארט אהין פארפירן דעם שמועס,
כנלפע"ד,
כ'האב נישט קיינעם געמיינט און כ'האב פון די אנדערע זייט יעדעם געמיינט אפי' מיך אליינ'ס ..
כ'קען שוין קוים ווארטען צו זעהן וואס עס גייט געשעהן מיט אט אט דאס דאזיגע טישל
Advertisement
זונטאג יולי 30, 2006 6:41 pm
איך האב דאס גע'טענה'עט ווען איך האב געבויעט מיין טישל , אז ווען מ'פילט אז מ'וויל ערגעץ אריין שטופן די נאז און מ'האט נישט וואו קען מען אהין קומען ,
אבער צוויי זאכן וויל איך קאמענטירן אויף דיין אויבן געשריבענע סטעיטמענט , איינס , איך האב נישט ארויס גענומען די שטאפערס איך האב זיי קיינמאל נישט אריין געלייגט , איך האב געהערט , " איך הער " ב"ה און איך האף מיט דעם פון אויבן'ס הילף אלעמאל צו הערן , צווייטענס , איך פארשטיי נישט פארוואס דו דארפסט נאך אזעלעכע טישן דו האסט אפילו א אהנונג וויפיל פלאץ ס'איז נאך דא אויף דעם טיש , און וויפיל שטותים עס פיט נאך ארויף דערויף , ?
צום שלוס איך האלט אזוי ווי דיר , ס'איז נאריש צו פארדרייען א אשכול נאר ווייל מ'וויל ארויף ציען די סכום התגובות , און אויב וויל מען דווקא קען מען אהער קומען צום טישל , סיי ווי ווען ס'ווערט נאר ליידיג , קלינט מען עס גראד אפ , און מ'קען אלץ באשטעלן עפעס נייעס אנדעם וואס מ'זאל ליידן פון די שמוץ פון די פריערדיגע .
זונטאג יולי 30, 2006 11:27 pm
העם אתך מעסטערמיינד.
דיין ערשטע איינפאל איז געוואלדיג. עס געפעלט מיר. איך האלט אז מען זאל בויען א ספעציעלע פורום פאר אנשי שלומינו, וואו יעדער וועט באקומען זיין אייגן לאקער (אזוי ווי להבדיל אין בית המדרש), מען וועט אפילו קענען ארויפלייגן א גאלדענע בלעכל מיט די נאמען אויסגעקריצט, און אלע אינערליכע אנגעלעגנהייטן צווישן די מעמבערס, וואס האבן נישט קיין דירעקטע שייכות צו די טעמעס אויפן סדר היום, זאל מען טאקע אריבערפירן אהין.
אויך וועט מען זיך דארט קענען דרייען איבעראל, אין די אייגענע דלת אמות, אדער אינעם חבר'ס קלאזעט (אנדערש ווי אין ישיבה וואס מען פלעגט כאפן מכות פארן זיך דרייען אין יענעם'ס שטוב...), און עס וועט זיין א מחיה, זה נהנה וזה נהנה.
מאנטאג יולי 31, 2006 8:42 am
אויב מ'מוז זיך האלטן א גאנצן צייט צו איין טעמע, געב איך אויף
דער געדאנק אז יעדער זאל האבן זיין בענקל, אויפן יעצטיגן בליק זעה איך נישט איך זאל מיך אמאל צוזעצן. וואס? איך וועל אריינגיין, און? וואס וועל איך זאגן? אההה דיין פיאות איז שיין געמאכט היינט? וואסערע זעץ האסטו באקומען העכערן אויג..? וואס וועט מען זאגן? וואונטשן א רפואה שלימה?
אבער יעצט אז ס'איז אזוי ווי ס'איז, יעדער רעדט פון א נושא, וואס איז א בא'טעמטע שמועס. פארפארט מען אביסל, אשר ע"כ?
און אז מ'שמועסט שוין יא, אמאמאמא אמא אמאמא איך טראכט יעצט, צו ווי איך זאל אוועקדרייען דעם שמועס.... ...
מאנטאג יולי 31, 2006 8:47 am
ווער האט א זעץ העכערן אויג, איך זעה נישט קיינעם צוביילט?
זעהט אויס אז ווען גרויזאמער האט אונז פארלאזט האט ער נאך דערלאנגט פאר איינעם א זעץ, וואס דאס איז לכאורה קרעמער באטשי, ווייל ער האט גערעדט מיט אים די לעצטע.
פיין פאדרייט?
מאנטאג יולי 31, 2006 9:49 am

יו מעיד מיי דעי יאנאש, כ'גלייך נישט ס'סדר דא, כ'מיין וואס באדערט דא וועמען? מ'דארף צושרייבן וואס סיקומט אין מוח, שיין על איך אויסקוקען איך על זיצן ביי א טישל כעל וועלן זאגן עפעס קרמער'ן, כעליך מוזן לויפן צונאנדערן טישל, דארט עס זאגן פאר די פיר ווענט.
מאנטאג יולי 31, 2006 9:52 am
סאו איי קען ליוו נאו, יו דעי איז דאן עניוועי, ענד איי דאנט לייק טו בי אראונד סאכדעס ווען היס דעי איז דאן, סאו גוד ביי עווריבאדי, יו אלל העוו עי גרעיט דעי.
מאנטאג יולי 31, 2006 11:01 am
סאיז א מחיה אריינצופלעכטן איין שטות אין אן אנדערע, רעדן פון די זעלבע נושא איז לאנגווייליג. מהאי טעמא האב איך נישט ליב צו רעדן פון ספארט וד"ל
דינסטאג אוגוסט 01, 2006 1:35 pm
ווי גייט מען דא?
דינסטאג אוגוסט 01, 2006 2:46 pm
און דא?
דינסטאג אוגוסט 01, 2006 3:02 pm
די ערשטע בילד וואלט איך געזאגט אז יענער זאל זיך ביטע איילן צו זיין פלייט, ער זאל נישט שטיין און קוקן ווי א האן אין בני אדם, און פארן צווייטן בילד מיין איך אז ער איז שוין אנגעקומען, ער דארף שוין אין ערגעץ נישט גיין.
דינסטאג אוגוסט 01, 2006 3:16 pm
כאפן דעם פלייט?
דינסטאג אוגוסט 01, 2006 3:39 pm
און יעצט, סאכדעס, יעצט, ווי גייט מען דא?? הא?
דינסטאג אוגוסט 01, 2006 3:43 pm
איך מיין ער זאל ארום גיין פון אינדרויסן וועט ער די שנעלסטע אנקומען .
דינסטאג אוגוסט 01, 2006 3:45 pm
יגרסהדותא האט געשריבן:און יעצט, סאכדעס, יעצט, ווי גייט מען דא?? הא?

וואסי די בעי', זאל ער נאר קוידעם אריינגיין דארט אין לעכל, פון דארט און ווייטער זאל ער נאכפאלגן די שילדען ביז ערעט אנקומען צונונז אין קרעטשמע.
דינסטאג אוגוסט 01, 2006 5:05 pm
אקעי, גענוג פאר היינט, איך גיי שוין אהיים, ביי ביי
דינסטאג אוגוסט 01, 2006 5:06 pm
א גוטע נאכט יגר'ל
דינסטאג אוגוסט 01, 2006 5:06 pm
נו, נו, ס'איז שפעט
דינסטאג אוגוסט 01, 2006 5:12 pm
דינסטאג אוגוסט 01, 2006 5:14 pm
און ער איז נאך אלץ דא , טאקע באהאלטן אבער דא איז ער ,
מיטוואך אוגוסט 02, 2006 8:59 am
גוט מארגן חברה, איך קום שוין, איך ווארט אויף א טעקסי
מיטוואך אוגוסט 02, 2006 9:06 am
וואס גייט פאר? נישטא קיין טעקסיס? אקעי מיר וועלן שפאצירן אויף די הייוועי
מיטוואך אוגוסט 02, 2006 10:09 am
יגר'ל מיט וועמען שפאצירסטע דארט אזוי פאהעלטנמעסיג?
מיטוואך אוגוסט 02, 2006 2:15 pm
אוי בין איך אויסגעמוטשעט
מיטוואך אוגוסט 02, 2006 2:16 pm
איך שוין דיך מ'קען דיר מיט עפעס העלפן ? אפשר קאלן חבירים זיי זאלן ערלעדיגן א פלעט ?