שועלים הלכו בו - פארלוירענע בתי מדרשים אין בראנקס

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 24673
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

שועלים הלכו בו - פארלוירענע בתי מדרשים אין בראנקס

תגובהדורך farshlufen » זונטאג נובעמבער 20, 2011 11:42 am

ברחבי ניו יארק רבתי געפונען זיך פארשפרייט און צוזייעט בנינים שיינע און פרעכטיגע וואס האבן אמאל אין די נישט ווייטע פארגאגענהייט פון די אידישע ניו יארק געדינט אלס שולן תלמידי תורה אין אידישע צענטערן וכהיום ובעוה"ר זענען זיי טראנספארמירט געווארן אין תיפלות קירכעס ובתי ע"ז, אין די טעג בעפאר גוגל זז"ג האט מען דאס צו זען געדארפט ארומקלעטערן גאנץ נעווי יארק רבתי פון וואשינגטאן הייטס ביז די אפער בראנקס ועכשיו שב"ה שזכינו צו אזא נוצבארער טול וואס מיר נוצן טעגליך פאר דירעקציעס און טראפיק אין די פארנעמענע ניו יארק וועלן מיר איר נוצן אויף צו אפשטאטן א ווירטואלער באזוך ביי יעדן איינעם פון די בנינים שבידיעתינו.

וועלן מיר אנהויבן מיט בראנקס וואס איז פאר צענדליגער יארן געוועזן אן עכט אידישע געגנט מיט שולן מינים ממינים שונים פון אלע שיכטן און קרייזן.

די ליסטע איז גענומען געווארן פון:
http://www.avotaynu.com/books/LostSynag ... Queens.htm
איך גלויב אז די שרייבערין אין איר בוך שטעלט צו געוויסע וויכטיגע אינפארמאציע און ידיעות שלא הגיע לידינו דערפאר איז מן הסתמא ווערט פאר די ידענים ביננו זיך דאס איינצוהאנדלען.

מיר האבן צוגעשטעלט גאר ווייניג אינפארמאציע ממה שהגיע לידינו יד כהה, ווער עס האט וואס צו מוסיף זיין זאל אונז אודאי צוליעב טאן און עס אהערברענגען, מיר און אלע חברים דאס געוויס אפריציטירן.
----


קהל אך פרי תבואה – טל חיים – שער הישר
Congregation Achpretiva Tal Chaim Shar Hayushar
, 2176 Grand Concourse
http://g.co/maps/hycdq

עדת ישראל דבראנקס
Adath Israel of the Bronx
1589 Washington Av.
http://g.co/maps/yrmbx
http://g.co/maps/3c72s
בשנת תרע"ח שמש שם ברבנות הרב ר' רפאל ווינער - וויינער, מדברי תורתו נמצא ביגדיל תורה למבי"ט, לא ידוע לנו על מקום מנו"כ,

טעמפל עדת ישראל – חברה שבת אחים
Temple Adath Israel/Congregation Chevra Cheves Achim
551 East 169th St.
http://g.co/maps/f8frm
שמש שם ברבנות הרב ר' מאיר קאפשטיין תלמיד הכתב סופר ועוד
"Kopfstein Mayer Born June 15 1866 at Pressburg Hungary Son of Samuel Kopfstein Rabbinical education at Pressburg Mattersdorf and Seret secular education in Vienna under the guidance of Dr A Jellinek Rabbinical diploma granted by Rabbi Samuel Ehrenfeld Held positions at Elmira NY for two years in Congregation Ansche Chesed New York City for six years in Congregation Hand in Hand New York City for two years and at Perth Amboy NJ for less than a year Was co editor of Der Jude Address 162 East 108th New York City"
אויך טרעפן מיר אויף דעם אדרעס אן אנדער שול "תפארת בית יעקב".

טעמפל עדת ישראל
Temple Adath Israel
, 1275 (1289) Grand Concourse
http://g.co/maps/3habw

טעמפל עדת ישראל קאמיוניטי צענטער
Temple Adath Israel Community Center
, 130 East 169th St.
http://g.co/maps/xjj97

עדת ישרון
Adath Jeshurun
87 East 165th St.
http://g.co/maps/6ckuu

בית המדרש הגדול עדת ישראל ד'בראנקס
Beth Hamedrash Hagadol Adath Israel of the Bx
827 Forest Av.
http://g.co/maps/mqpv7
שמש בה ברבנות הרב ר' שמואל ארי' אלישעווסקי נולד עיר מאלץ בפוילן תלמיד ר' חיים בריסקער וגדולי ליטא, הי' ר"מ בישיבת ר' יצחק אלחנן, נסתלק ה' אדר א' תש"ג לפ"ק

בית המדרש הגדול ותומכי תורה
Beth Hamedrash Hagadol v’Tomchay Torah of the Bx
860 (856) Forest Av.
http://g.co/maps/73anz

בית המדרש הגדול – יונעווערסעטי הייטס
Beth Hamedrash Hagadol of University Heights
, 1440 Plimpton Av.
http://g.co/maps/7enek

קהל בית ישראל
Congregation Beth Israel
1731 Washington Av.
http://g.co/maps/nb5cz

בני יעקב [בערב?] אברהם ותלמוד תורה
Congregation Beth Jacob B’Arav Abraham & Talmud Torah
1461 Leland Av.
http://g.co/maps/2bdkq

קהל בני ישראל
Congregation B’nai Israel
1570 Walton Av.
http://g.co/maps/qdmdf

קהל בני ישראל
Congregation B’nai Israel
2080(2084) Arthur Av.
http://g.co/maps/qj843
http://g.co/maps/psgvx

בראנקס קאמיוניטי טעמפל
Bronx Community Temple
771 Fairmont Av.
http://g.co/maps/uqvej

Bronx Educational Alliance/Jewish Ladies Day Nursery
1695 Washington Av.
http://g.co/maps/8765h

בראנקס דשואיש צענטער – תלמוד תורה שערי ציון
Bronx Jewish Center/Talmud Torah Shaarey Zion
819 East 178th St.
http://g.co/maps/d4j6m
נאך א בילד פון דעם בנין:
http://www.bronxsynagogues.org/ic/bronx ... d=FYkQ2XBu

בורנסייד דזשואיש צענטער – תלמוד תורה אנשי אמת
Burnside Jewish Center/Talmud Torah Anshei Emeth
2019 Grand Av.
http://g.co/maps/vec7z

חברה אהבת אחים
Chevra Ahavas Achim
1920 Crotona Av.
http://g.co/maps/shfnd

חברת בחורים אנשי אונגארן
Chevra Bachurim Anshei Hungary
1137 Prospect Av.
http://g.co/maps/32g6k
זעט סוף תגובה א בילד פונעם אריגינעלן אויסקוק.

חברה שומרי שבת
Chevra Shomrey Sabath
335 Beekman Av.
http://g.co/maps/svkjn

קאנקארס סענטער אף איזראעל
Concourse Center of Israel
2315 Grand Concourse
http://g.co/maps/yzchf

איעסט קאנקארס היברו צענטער
East Concourse Hebrew Center
236 Tremont Av
http://g.co/maps/af5q2
.
עמאנועל סינאגאגע
Emanuel Synagogue
1310 Elder Av.
http://g.co/maps/25hdt

פולטאן עוו. וויי
Fulton Avenue YMHA/Bronx Jewish Center
1511 Fulton Av.
http://g.co/maps/qjven

Gun Hill Jewish Center
3380 Reservoir Oval East
http://g.co/maps/gw4x3

Hebrew Institute of University Heights
1835 University Av.
http://g.co/maps/hnvkw

קהל מקוה ישראל
Congregation Hope of Israel
843 Walton Av.
http://g.co/maps/d4pk6


Intervale Jewish Center
1028 Intervale Av.
http://g.co/maps/by7z2

יעקב שיף דזשואיש סענטער
Jacob Schiff Jewish Center
2510 Valentine Av.
http://g.co/maps/qqvu4

דזשואיש סענטער אף הייברידזש
Jewish Center of Highbridge
1178 (1180) Nelson Av
. http://g.co/maps/hj23w


Jewish Center of Unionport/Beth Aaron Center
1144 (1148) Elder Av.
http://g.co/maps/r6f8a

Jewish Center of University Heights
108-110 W. 174th St.
http://g.co/maps/axnjs

Jewish Center of Violet Park
3350 Seymour Av.
[קיין בילד ביי גוגל]

Jewish Center of Williamsbridge
2910 Barnes Av.
http://g.co/maps/pjwvg

קהל יהודה הלוי
Congregation Judah HaLevi
1069 Morris Av.
http://g.co/maps/nye7q

Temple Judea
615 (617) Reiss Pl.
http://g.co/maps/yjf6d

קהל עדת ישראל
K’hal Adath Israel
806 Jennings St.
http://g.co/maps/qre79

קהל עדת ישורון ד'בראנקס
Khal Adath Yeshurun d’Bronx
1408 (1406) Bryant Av.
http://g.co/maps/qe9hf

קינגסברידזש היינטס דזשאואיש סענטער
Kingsbridge Heights Jewish Center
124 Eames Pl.
http://g.co/maps/rynr7

קהל כנסת ישראל – שומרי תורה
Congregation Kneseth Israel/Shomre Torah
1011 Faile St.
http://g.co/maps/4n9za

לינת הצדק
Linath HaZedek of Harlem and the Bronx
1115 Ward Av.
http://g.co/maps/weskk

מחזיקי תלמיד תורה – תורת משה
Machzikeh Talmud Torah Toath Moses
1014 Av. St. John
http://g.co/maps/5abmj

קהל מסילת ישרון
Congregation Mesilath Yeshurun
1921 Walton St.
http://g.co/maps/uyvuu

קהל משכנות ישראל
Congregation Mishkenoth Israel
841 (837) Southern Blvd.
http://g.co/maps/rrnz3

מראנטיפירע היברו קאנגרעגעישאן
Montefiore Hebrew Congregation
768 Hewitt Pl.
http://g.co/maps/tjkbp

מאשלא דזשואיש צענטער
Mosholu Jewish Center
3044 Hull Av.
http://g.co/maps/js7f6

נתן שטראוס דזשואיש צענטער
Nathan Straus Jewish Center
3512/14 DeKalb Av.
http://g.co/maps/n37cy

אהל משה
Ohel Moshe
2149 Wallace Av.
http://g.co/maps/jwysc

ספרד'יק דזשואיש צענטער
Sephardic Jewish Center
116 East 169th St.
http://g.co/maps/6bvaz

סיני קאנגרעגעישאן
Sinai Congregation
951 Stebbins Av. (Rev. Polite Av.)
http://g.co/maps/2rm8k

בני ישראל
Sons of Israel
1358 (1350) Morris Av.
http://g.co/maps/9sp6s

תרבות אינסטיטוט
Tarbut Hebrew Cultural Institute
31 (33) East 169th St.

קהל תפארת ישראל
Congregation Tefereth Israel
2095 Daly Av.
http://g.co/maps/df3qa

תפארת בית יעקב – תפארת בית ישראל
Tifereth Beth Jacob/Tifereth Beth Israel
120 East 169th St.
http://g.co/maps/5kg8s

טעמפל שערי תפילה
Tremont Temple Gates of Prayer
2064 Grand Concourse
http://g.co/maps/jr9mv

יאנג איזראעל ד'פעלהאם פארקוועי
Young Israel of Pelham Parkway
2126 Barnes Av.
http://g.co/maps/axhrc

Young Israel of the Concourse
1015 Walton/1040 Grand Concourse
http://g.co/maps/5cnmm
http://g.co/maps/tr7ra

יאנג איזראעל אף יונעווערסיטי הייטס
Young Israel of University Heights
1788 Townsend Av.
http://g.co/maps/bvs9q

טעמפל ציון
Temple Zion
1925 Grand Concourse
http://g.co/maps/d9f9t
צוגעלייגטע
חברת בחורים אנשי אונגארן.JPG
חברת בחורים אנשי אונגארן.JPG (117.18 KiB) געזעהן 1734 מאל
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1118
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה

תגובהדורך יואל ווייס » זונטאג נובעמבער 20, 2011 12:25 pm

ישר כח הרב פארשלאפן.
דו וועסט מן הסתם נאך אנקומען דערצו, אבער עס איז א ביהמ"ד וואס זייער אסאך אידן פארן טעגליך דורך, נישט ווייט פון וומסב"ג בריק, דילענסי קאר. פארסייט.
געוועזענע חברה פועל צדק אנשי איליא
צוגעלייגטע
cpzai.jpg
cpzai.jpg (35.71 KiB) געזעהן 3480 מאל
__________________________________
This signature was intentionally left blank

אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5014
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » זונטאג נובעמבער 20, 2011 12:27 pm

ביהכ"נ נוסח האר"י אין וועלכער דער מלאך אלוקים רבי חיים אברהם דובער לעווין זצ"ל איז געווען רב איז געשטאנען ערגעץ ווי ביי וואשינגטאן סטריט און די 169'סטע סטריט, און שטייט שוין נישט היינט צו טאגס.

רבי משה ראזענבלאט איידעם ביים טאלנער חזן ר' יאסעלע וואלעניץ איז געווען רב אין א שוהל "ביהכ"נ בית יוסף" (נישט אין די ליסטע).

בראנקסער משומד טיללינגער/אלפענביין רב אין דער יעקב שיף אינסטיטוט (אויף די ליסטע).
====
יואל'י הרב פארשלופענסקי פארנעמט זיך איצט מיט שוהלן אין די בראנקס, אייער אינפארמאציע וועט זיכער צוניץ קומען ווען ער וועט אריבער גיין קיין מאנהעטן.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com
מורשת חכמי אמעריקא

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » זונטאג נובעמבער 20, 2011 5:02 pm

א פחד.

אויף די לינת הצדק שול איז אריינגעקריצט לינת הצדק מיט א שתי וערב צוגעלייגט העכער דעם.

נאך איין שול האב איך באמערקט אין די הייך איז אריינגעבויעט א מגן דוד, מיט די קרייץ צוגעלייגט אונטער דעם.

אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1118
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה

תגובהדורך יואל ווייס » זונטאג נובעמבער 20, 2011 8:37 pm

בן בוזי האט געשריבן:יואל'י הרב פארשלופענסקי פארנעמט זיך איצט מיט שוהלן אין די בראנקס, אייער אינפארמאציע וועט זיכער צוניץ קומען ווען ער וועט אריבער גיין קיין מאנהעטן.

איך האב געזען דעם אריינפיר פון רבי'ן, איך האב דאס דערמאנט ווייל עס שטעכט טעגליך אין די אויגן.
__________________________________
This signature was intentionally left blank

אוועטאר
מוישע_יאכעס
שר חמש מאות
תגובות: 596
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2009 3:48 pm
לאקאציע: איך ווייס אויך נישט, אדרבה אפשר ווערסטו מיר געוואר?

תגובהדורך מוישע_יאכעס » זונטאג נובעמבער 20, 2011 10:27 pm

לעבן מאנטיפיורע האספיטאל אין די בראנקס, אויף בעינברידש עוועניו, איז דא א פלאץ ווי ס'שטייט דערויף מיט אידישע אותיות "שלום עליכם קולטור צענטער", איך גלויב אז סיז נישט קיין חסידישער הויף, אבער וואס יא ווייסעך אויך ניש, האט איינער דא אפשר מער ידיעות וואס פונקטליך דאס איז?
ארוממך אלוקי המלך ואברכה שמך לעולם ועד, בכל יום אברכך ואהללה שמך לעולם ועד (קרעדיט: דוד בן ישי)

אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1118
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה

תגובהדורך יואל ווייס » מאנטאג נובעמבער 21, 2011 12:05 am

מן הסתם על שמו פון דעם טרויעריג בארימטן משכיל אונטער'ן ניק 'שלום עליכם'.
__________________________________
This signature was intentionally left blank

אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5014
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מאנטאג נובעמבער 21, 2011 10:37 am

שלום עליכם צענטערן זענען געווען בכל מקום ווי ס'זענען געווען א קיבוץ פון יידישע סאציאליסטן (ד.ה. אין יעדער אידישער שטאט...), דאס איז געווען דער כמו חדר ווי מ'האט געשיקט די קינדער לערנען, און א קלאב/פארברענגען פלאץ פאר די ערוואקסענע פונעם ארבעטער'ס רינג. אין טאראנטא קען מען נאך זעהן אין די אידישע געגענט אן ענליכע אנשטאלט "דער פרץ שולע".
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com
מורשת חכמי אמעריקא

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » מאנטאג נובעמבער 21, 2011 2:16 pm

דער סאטמארער רבי בעךברך משה האט אמאל ביי א דרשה געשילדערט דער מצב היהדות אין אמעריקע בעת דער פריערדיגער סאטמארער רבי ז"ל איז אהער געקומען, האט ער דערציילט אז דא אין וויליאמסבורג איז געווען יענס צייט א גרויסער שלום עליכם צענטער.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25864
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג מאי 22, 2012 12:42 pm

איך ווייס נישט פונקטליך דער באדייט פון די דאקומענט, זעהט אויס ווי א צערטיפיקאט אז ר' אהרן מרדכי קראנענטאהל פון ווארשא וועלכער איז געקומען קיין אמעריקא בשנת תר"ן איז געווארן בשנת תר"ע א מעמבער אין די חברה קדישא 'עזרת ישראל' פון די בראנקס.

קרעדיט; זשואיש-זשען וויו-מעיט
צוגעלייגטע
fullimage.jpg

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25864
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג מאי 22, 2012 12:58 pm

ר' אהרן מרדכי איז געווען א זון פון ר' חיים ב"ר אהרן קראנענטאהל פון ווארשא, ר' אהרן קראנענטאהל איז געווען פון די אנשים חשובים אין ווארשא א נגיד ומצווה, ווי מזעהט מנוסח מצבתו שהעתיק בס' נחלת עולמים:
http://www.hebrewbooks.org/pagefeed/heb ... 66_104.pdf

אן אנדערע זון פון ר' אהרן איז געווען ר' מרדכי (מאטיל) קראנענטאהל פון ווארשא, דער מו"ל פון ספרי רבו הגאון ר' יעקב געזונדהייט אב"ד ווארשא, זעה דא בספרו תפארת יעקב עמ"ס חולין:
http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... t=&pgnum=3

אוועטאר
מוטשע נישט
שר חמש מאות
תגובות: 597
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 05, 2010 9:38 pm

תגובהדורך מוטשע נישט » דינסטאג מאי 22, 2012 1:40 pm

א גאס אוועק פון דעם שלום עליכם צענטער איז דא א ביהמ"ד בנשיאות הרב חרל"פ, כ'האב דארט געדאווענט אמאל שבת זייענדיג אין שפיטאל, דער רב איז א ידען מופלא און א גרויסע ת"ח. דאס ביהמ"ד איז אבער אין א פארלאזטע צושטאנד אין קוים וואס עס קראצט זיך צוזאם א מנין

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25864
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2012 11:22 am

א הערליכע ארטיקל (אויף ענגליש) איז ערשינען די טעג אין המודיע איבער די געוועזענען אידישע געגענטן אין די בראנקס, תשוח"ח להמשלח פאר די גאר שיינע באשרייבונג.
צוגעלייגטע
bronx.pdf
(2.58 MiB) דאונלאודעד 304 מאל

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 24673
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2012 12:45 pm

פלא והפלא, שהיהדות לא עשתה פירות שמה, כנראה הי' חסר להם גברא רבא דמרא סייעי'.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

פרשיסחא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 460
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 1:26 pm

תגובהדורך פרשיסחא » מאנטאג נובעמבער 11, 2013 11:28 am

אפשר ווייסן די חכמי הפארום דא ידיעות איבער הרב זילבערשטיין, וואס איז געווען רב אין ביהכנ"ס 'בני ישראל' אדער 'בית ישראל' אין בראנקס.
ער איז געווען א מירער תלמיד, איך ווייס נישט פון וואס פאר א צייט.

איך האב א בריוו פון אים פון יאר תש"ט, וואס ער שרייבט דארט אז ער איז אויסגעקליבן געווארן אלץ רב אין איינע פון די קהילות אין בראנקס, און ער צייכנט צו די נאמען פון זיין קהילה, בני ישראל אדער בית ישראל - עס שטייט נישט קלאר - מיט שטילע בע"ב יוצאי פולין, ער שרייבט אויכעט אז ער האט א זון מיטן נאמען נתן צבי.
ווייסט איינער עפעס איבער אים?

צדיק'ל
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 6:25 pm

Re: שועלים הלכו בו - פארלוירענע בתי מדרשים אין בראנקס

תגובהדורך צדיק'ל » מיטוואך אפריל 22, 2020 6:15 pm

אין די בית המדרש אהל משה איז געווען דארטן די רב האדמו"ר הגה"צ ר' משה מנחם שפיגל זצ"ל אדמו"ר מאסטראוו קאלישין

א גאנץ יאר פרייליך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 307
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:56 pm

Re: שועלים הלכו בו - פארלוירענע בתי מדרשים אין בראנקס

תגובהדורך א גאנץ יאר פרייליך » מיטוואך אפריל 22, 2020 7:23 pm

is there any possibility to get back any of these shuls to yiddisha hent
ווייל איך בין נישט קיין וואטסעפפ איד


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 0 געסט