Advertisement

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

הומאר'דיגע שמועסן

מיטוואך נובמבר 02, 2011 11:06 am

תקנת האשכול: א תגובה וואס וועט נישט האבן 'הומאר' אין זיך, וועט גלייך פארמעקט ווערן דורך די הנהלה.
---


עמעצער האט אפשר די רעסעפי פון "ערד קוגל"?

Advertisement

מיטוואך נובמבר 02, 2011 11:13 am

להבהרה בעלמא: נישט זיך טועה זיין מיט "ערד-עפל קוגל", איך ברויך די רעסעפי פון ריינע "ערד קוגל", נישט געמישט מיט עפל, עמעצער ווייסט?

מיטוואך נובמבר 02, 2011 11:15 am

חחח איך רייס מיך פאר געלעכטער פון די ערשטע תגובה

און איך רעד טאקע פון די הומאריסטישע ערשטע שורה דערפון...

אבער איך וויל דאך נישט מיך אליינס מעקן, וועל איך ציען דעם שמועס:

וואו גייען די מענטשן וואס וואוינען אויף די אנדערע האלב לבנה יעדן סוף חודש?

-=--

דיין צווייטע תגובה איז ריין פון הומאר און ווערט פארמעקט (עס וועט נאך געזען ווערן 30 טעג, צו געבן א געלעגנהייט פאר יעדן באזוכער צו פארשטיין מיין תגובה)

מיטוואך נובמבר 02, 2011 11:22 am

באמבאסטיש האט געשריבן:תקנת האשכול: א תגובה וואס וועט נישט האבן 'הומאר' אין זיך, וועט גלייך פארמעקט ווערן דורך די הנהלה.
---


עמעצער האט אפשר די רעסעפי פון "ערד קוגל"?

נעם פשוטע קארטאפל קוגל, לאז עס ביז דינסטאג אין א ווארעמע קלימאט, און דו האסט א פארטיגע ערד קוגל, און בכלל די עסערס דערפון האבן גוטע שאנסן צו ווערן אזאנע כמין ערד-קוגלעך

מיטוואך נובמבר 02, 2011 11:24 am

איך גלייב עס נישט, פעדער איז צוריק?

אפשר האט מען דיר שוין גע'וועלקאם-בעק'ט אין א צווייטן אשכול, אבער איך באמערק דיין אנוועזנהייט דא, אלזא: ברוך שובך (וועלקאם בעק בלעז)

וכדי שלא להשאיר הנייר חלק וועלן מיר איבערלאזן אביסל הומאר:

פעדער איז צוריק!

מיטוואך נובמבר 02, 2011 11:43 am

קרעמער; שאלת חכם חצי תשובה, מוז מען זאגן אז זיי ווערן בטל ומבוטל כעפרא דארעא, און נאכער ווערן זיי פארוואנדעלט אין ערד-קוגל, האב מיר שוין די רעסעפי.

פעדער; איך האב עס פרובירט, אבער אנשטאט ערד קוגל איז דערפון געווארן אזא סארט גרוי-גרינע איינגעמאכטס מיט א שטארקן ריח, וואס לויט ווי איך האב געהערט נוצן עס דאקטורים פאר מענטשן וואס האבן צו טוהן מיט די נאז.

מיטוואך נובמבר 02, 2011 11:45 am

יענטאאש'ענס תגובה איז פארמעקט געווארן פארן זיין ריין.

מיטוואך נובמבר 02, 2011 11:49 am

אז מ'רעדט שוין פון דאקטוירים האבעך לעצטנס געהערט פון א שטארק אננעמבארע היילונגס מיטל ביי דאקטורים פאר אונזער היימישער עולם. נעמליך הייסן דעם קראנקן אנצוהויבן זינגען אויף א מייק ביי צוזאמקנופטן און יומא דפגרא'ס. און אויב מאכט זיך גאר א חתונה זאגן זיי אז דאן איז מען שוין ניינציג פראצענט אויסגעהיילט... אבער דאס איז נאר ווירקזאם אויב האלט מען עס אהן פאר שטענדיג. אפ' ווען מען ווערט אלט, און די קול הערט זיך שוין ליבערשט ווי א מאטאר, טאר מען אויף נישט רעזיגנירן פון חזקה. פארקערט דעמאלטס איז נאך פיהל קריטישער, וויבאלד עס זענען שוין די ימי ירידה.

מיטוואך נובמבר 02, 2011 12:42 pm

אז מ'רעדט שוין פון קראנקע, האב איך לעצטענס געהערט אז דעריבער הערט מען נאר ביי זכרים די אויסדרוק "דו קראנקער זכר", בשעת ביי נקבות הערט מען נישט מען זאל זאגן "דו קראנקע נקיבה", ווייל ביי א נקיבה איז עס אין א געוויסע זין א דאפלט לשון.

מיטוואך נובמבר 02, 2011 12:53 pm

קרעמער האט געשריבן:
וואו גייען די מענטשן וואס וואוינען אויף די אנדערע האלב לבנה יעדן סוף חודש?


מען זאגט אז דער אפאלאו פראגראם ארויף צו שיקען א מענטש אויף די לבנה איז נאר געפלויגען און מיטען חודש ווען דער לבנה איז גאנץ

מיטוואך נובמבר 02, 2011 1:57 pm

אז מען רעדט פון די לבנה:
יונגל: טאטי, אויפ'ן לבנה וואוינען מענטשן?
טאטע: ניין.
יונגל: זיכער אז נישט?
טאטע: נישטא דארט קיין מענטשן! פינטל.
יונגל: סאו, פארוואס ארבעט דארט די לייט?..

מיטוואך נובמבר 02, 2011 4:36 pm

באמבאסטיש האט געשריבן:אז מ'רעדט שוין פון קראנקע, האב איך לעצטענס געהערט אז דעריבער הערט מען נאר ביי זכרים די אויסדרוק "דו קראנקער זכר", בשעת ביי נקבות הערט מען נישט מען זאל זאגן "דו קראנקע נקיבה", ווייל ביי א נקיבה איז עס אין א געוויסע זין א דאפלט לשון.


דאס דערמאנט מיך אן אנדער ווערטל, הגם שוין אביסל באקאנט -

יאכנע פרעגט פון איר מאן: שכנא, וואו איז יושר? פארוואס איז נאר פאראן א "שבת זכור" און נישט "שבת נקיבה"?
שכנא: אודאי איז פאראן, עס הייסט שבת פרה.!

(אריין אין מילתא דבדיחותא אשכול)

מיטוואך נובמבר 02, 2011 4:40 pm

וואו איז קעין?

מיטוואך נובמבר 02, 2011 5:25 pm

שמעק_טאביק האט געשריבן:
באמבאסטיש האט געשריבן:אז מ'רעדט שוין פון קראנקע, האב איך לעצטענס געהערט אז דעריבער הערט מען נאר ביי זכרים די אויסדרוק "דו קראנקער זכר", בשעת ביי נקבות הערט מען נישט מען זאל זאגן "דו קראנקע נקיבה", ווייל ביי א נקיבה איז עס אין א געוויסע זין א דאפלט לשון.


דאס דערמאנט מיך אן אנדער ווערטל, הגם שוין אביסל באקאנט -

יאכנע פרעגט פון איר מאן: שכנא, וואו איז יושר? פארוואס איז נאר פאראן א "שבת זכור" און נישט "שבת נקיבה"?
שכנא: אודאי איז פאראן, עס הייסט שבת פרה.!

(אריין אין מילתא דבדיחותא אשכול)

מענין לענין באותו ענין, א פרוי האט זיך אמאל אפגערעדט פארן מאן פארוואס יעדן איינעם רעכנט מען אויס אינעם קידוש פון בייטאג, אתה ובנך ובתך עבדך ואמתך ובהמתך וגרך, אבער די פרוי ווערט בכלל נישט דערמאנט, געהעריג דיסקרימינאציע... ענטפערט איר די מאן: "די פרוי איז שוין נכלל אין בהמתך".
---

מיטוואך נובמבר 02, 2011 6:48 pm

מ'ברויך אנהאלטן דעם תקנת האשכול, עס זאל חלילה וחס נישט צוזאמפארן מיטן אשכול "מילתא דבידוחתא"

מיט די צייט ווען דער אשכול מילתא דבידוחותא וועט אמאהל האלטן מעבר לקו, ס'וועט שוין ליגן טיעף באגראבן אינעם תהום, וועט קומען א כיטערער יונגל (ניק בלע"ז) און ארויפשמירן (קאפ"י פעיסט"ן בלע"ז) ווערטל אחר ווערטל ממקור מים חיים מאשכול הנקבר, און דער עולם וועט זיך אויפשאקלן פאר געלכטער כאילו היום נשמע, און אויף דעם וועג וועט דער אשכול קענען אנקומען איבער הינדערט בלעטער בהעלם אחד...

מיטוואך נובמבר 02, 2011 6:53 pm

באמבאסטיש האט געשריבן:
שמעק_טאביק האט געשריבן:
באמבאסטיש האט געשריבן:אז מ'רעדט שוין פון קראנקע, האב איך לעצטענס געהערט אז דעריבער הערט מען נאר ביי זכרים די אויסדרוק "דו קראנקער זכר", בשעת ביי נקבות הערט מען נישט מען זאל זאגן "דו קראנקע נקיבה", ווייל ביי א נקיבה איז עס אין א געוויסע זין א דאפלט לשון.


דאס דערמאנט מיך אן אנדער ווערטל, הגם שוין אביסל באקאנט -

יאכנע פרעגט פון איר מאן: שכנא, וואו איז יושר? פארוואס איז נאר פאראן א "שבת זכור" און נישט "שבת נקיבה"?
שכנא: אודאי איז פאראן, עס הייסט שבת פרה.!

(אריין אין מילתא דבדיחותא אשכול)

מענין לענין באותו ענין, א פרוי האט זיך אמאל אפגערעדט פארן מאן פארוואס יעדן איינעם רעכנט מען אויס אינעם קידוש פון בייטאג, אתה ובנך ובתך עבדך ואמתך ובהמתך וגרך, אבער די פרוי ווערט בכלל נישט דערמאנט, געהעריג דיסקרימינאציע... ענטפערט איר די מאן: "די פרוי איז שוין נכלל אין בהמתך".
---


גארנישט קיין דזשאוק, כ'ווייס פון א יוד וועלכער איז שוין בעלמא דקשוט (זיין אידענע אויך..), וועלכער פלעגט ביי קידוש טייטלען מיט די פינגער, אויף אתה בנך ובתך, און ביי ובהמתך אויף די פרוי..

אוי, דער אשכול ווערט אומ-ריין.....

מיטוואך נובמבר 02, 2011 6:54 pm

קיין ווינדער אז ער איז ניט בין החיים מער

מיטוואך נובמבר 02, 2011 6:56 pm

קרעמער האט געשריבן:קיין ווינדער אז ער איז ניט בין החיים מער

און ווען זיין פרוי איז א חכמת, צייגט זי אים דעם פסוק ארור שוכב וגו'

מיטוואך נובמבר 02, 2011 6:58 pm

קרעמער האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:קיין ווינדער אז ער איז ניט בין החיים מער

און ווען זיין פרוי איז א חכמת, צייגט זי אים דעם פסוק ארור שוכב וגו'


זיין פרוי איז געווען א באקאנטע חכמת.... (הה"ח ר' ע"מ ז"ל)

דאנערשטאג נובמבר 03, 2011 6:01 am

באקאנט א שפאנישע הגדה ווי סידא א בילד ביי מרור זה ווי דער מאן טייטעלט אויף די בני בית...

דאנערשטאג נובמבר 03, 2011 6:02 am

איינער פון די ספרדישע פוסקים האט געשריבען אז מ'טאר שלאגען די ווייב בימי נדתה וויבאלד עס איז נישט קיין נגיעה בדרך חיבה...

דאנערשטאג נובמבר 03, 2011 7:51 am

גארנישט קיין ספרדי'שער פוסק, דער שבט הלוי שרייבט עס.

דאנערשטאג נובמבר 03, 2011 8:11 am

מי חכם האט געשריבן:גארנישט קיין ספרדי'שער פוסק, דער שבט הלוי שרייבט עס.

ער שרייבט עס נישט ער האט עס געזאגט, ונדפס בספר שיעורי שבה״ל, אלזא דארף איך וויסן צו וועמען ער האט דארט גערעדט

דאנערשטאג נובמבר 03, 2011 8:18 am

msp האט געשריבן:איינער פון די ספרדישע פוסקים האט געשריבען אז מ'טאר שלאגען די ווייב בימי נדתה וויבאלד עס איז נישט קיין נגיעה בדרך חיבה

איך וואלט געזאגט אז מען טאר נישט שלאגן, לויט דעם פסוק חוֹשֵׂךְ שִׁבְטוֹ – שׂוֹנֵא בְּנו אז מען שלאגט נישט איז שונא אויב מען שלאגט יא איז אהבה.............
אפשר קען מען מחלק זיין פון בנו אין אשתו..........

דאנערשטאג נובמבר 03, 2011 8:23 am

געוואלדיג מחזור! ;l;p-

האסט זייער גוט געזאגט, ווייל מה-דאך א קינד וואס איז נאר "כרעא דאבוה" הייסט דאס אהבה ווען מען שלאגט אים, כל שכן וכל שכן די ווייב וואס איז "פלגא דגופא" פונעם מאן איז זיכער אז די שלאגן איז ריין אהבה.
שרייב א תגובה

Advertisement