היסטאריע פון די קאפ צודעק ביי אידישע פרויען

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוהבך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 27, 2017 5:44 pm

תגובהדורך אוהבך » דינסטאג סעפטעמבער 12, 2017 2:26 pm

די ליטאים - נעבעך - גייען מיט שייטלעך, און ספרדים גייען אייגענע האר, אבער צוגעדעקט רוב (חוץ אזויווי דריי פינגערס, וכהיתר הרב אלשקר עפ"י ראב"ד).
ואגב, חוץ די מגן אברהם און שלחן ערוך הרב איז נישט דא קיין איין קלארע מתיר אקעגן אזויווי 100 פוסקים וואס האלטן אז ס'אסור.
און ס'איז אזאך וואס נאר אין די לעצטרע דורות נפרץ געווארן ביי חסידים.

Don't worry
שר מאה
תגובות: 106
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 07, 2014 6:29 pm

תגובהדורך Don't worry » דינסטאג סעפטעמבער 12, 2017 3:46 pm

שלטי-גיבורים. רמ"א, פרי-מגדים, משנה-ברורה, חזון איש, הרב משה שטרנבוך, הרב משה פיינשטיין זענען אויך מתיר

קליק אויף די לינק. ער ברענגט א ליסט פון לכל הפחות 85 מתירים

https://www.yeshiva.org.il/wiki/index.p ... 7%99%D7%9D

אוהבך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 27, 2017 5:44 pm

תגובהדורך אוהבך » דינסטאג סעפטעמבער 12, 2017 4:03 pm

שלטי גיבורים איז דא וואס זאגן אז ער רעדט נאר בחצר, די רמ"א איז שוין דא וואס זענען מוכיח אז ס'נישט קיין ראיה פון אים, די פרי מגדים איז אויך נישט מתיר, און די חזון איש ווייס איך נישט ווי ער איז מתיר, הרב שטערבוך האט ארויס געגעבן א קונטרס, סתם אפצווענדן הרב עובדיה
נ. ב. די לינק עפענט זיך נישט.

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלפיים
תגובות: 2003
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובהדורך אלט מאנרא » דינסטאג סעפטעמבער 12, 2017 4:09 pm

.
צוגעלייגטע
Capture.JPG
Capture.JPG (119.55 KiB) געזעהן 3526 מאל
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דינסטאג סעפטעמבער 12, 2017 4:10 pm

אוהבך האט געשריבן:די ליטאים - נעבעך - גייען מיט שייטלעך

כמדומני שהרבניות מבית החזו"א והקה"י וכו' וכו', אינם הולכות בפאה נכרית, רק בשערות ומכוסה, תבדוק שוב

אוהבך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 27, 2017 5:44 pm

תגובהדורך אוהבך » דינסטאג סעפטעמבער 12, 2017 4:17 pm

יהיה כן האט געשריבן:
אוהבך האט געשריבן:די ליטאים - נעבעך - גייען מיט שייטלעך

כמדומני שהרבניות מבית החזו"א והקה"י וכו' וכו', אינם הולכות בפאה נכרית, רק בשערות ומכוסה, תבדוק שוב


איך האב גערעדט פון אלגעמיינע ליטאים.
אין די באקנטע קליפ פון רבי חיים און הרב אלישיב סוכות, וואס מען זעהט רבי חיים'ס ווייב, גייט זי מיט א שייטל און א Hat.

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2380
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » דינסטאג סעפטעמבער 12, 2017 4:25 pm

גייט דאס יעצט ווערן די "שייטל שערוריה-תשע"ז"?

זיבען און אייכציג
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2016 9:34 am

תגובהדורך זיבען און אייכציג » דינסטאג סעפטעמבער 12, 2017 4:29 pm

איך מיין אז מיט דעם וואס זיי האבען אריינגעמישט די נושא פין צניעות ביי שייטלעך אויף די זעלבע צעטל וועט די ערשטע חלק צעטל וועגן עבודה זרה אויך פארלירען נאמנות און ערענסטקייט ביי פילע מענטשען.
די ביסט אסאך שטערקער פין די אינטערנעט. ווער נישט אינטעמעדירט.

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5032
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » דינסטאג סעפטעמבער 12, 2017 4:46 pm

אבער די גאנצע מחלוקה פון די אוסרים און די מתירים איז נאר געווען ביי נאיצי פשטן [סטילל וואלל בלע"ז]
וואס מען זעהט גראד אן אז ע איז פאלטשע האר אבער די היינטיגע איז קיינעם נישט עלתה געווען בדעת אז עס זאל זיין מותר,
אזוי שרייבט שוין ר' יושע לייב דיסקין בימיו
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

אוהבך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 27, 2017 5:44 pm

תגובהדורך אוהבך » דינסטאג סעפטעמבער 12, 2017 5:43 pm

סאדאם חוסעין האט געשריבן:אבער די גאנצע מחלוקה פון די אוסרים און די מתירים איז נאר געווען ביי נאיצי פשטן [סטילל וואלל בלע"ז]
וואס מען זעהט גראד אן אז ע איז פאלטשע האר אבער די היינטיגע איז קיינעם נישט עלתה געווען בדעת אז עס זאל זיין מותר,
אזוי שרייבט שוין ר' יושע לייב דיסקין בימיו

ריכטיג; ובעיני ראיתי, א שייטעל פון 100 יאר צירוק, און ס'קוקט אויס ווי Fringes. און דאס גרעניץ זיך בכלל נישט מיט די מושג פון חומרא - ווי אסאך מענטשען מיינען; אבער אזויווי איך האב שוין געשריבן אין אשכול "הערות בדברי יואל" אז ס'איז אסור מחמיר צו זיין מער ווי די הלכה. נאר דאס איז אסור לויט אלא פוסקים מדאורייתא וכמבואר ביבמות עב:.
לעצט פאראכטן דורך אוהבך אום דינסטאג סעפטעמבער 12, 2017 9:07 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5032
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » דינסטאג סעפטעמבער 12, 2017 8:00 pm

אוהבך האט געשריבן:
סאדאם חוסעין האט געשריבן:אבער די גאנצע מחלוקה פון די אוסרים און די מתירים איז נאר געווען ביי נאיצי פשטן [סטילל וואלל בלע"ז]
וואס מען זעהט גראד אן אז ע איז פאלטשע האר אבער די היינטיגע איז קיינעם נישט עלתה געווען בדעת אז עס זאל זיין מותר,
אזוי שרייבט שוין ר' יושע לייב דיסקין בימיו

ריכטיג; ובעיני ראיתי, א שייטעל פון 100 יאר צירוק, און ס'קוקט אויס ווי Fringes. און דאס גרעניץ זיך בכלל נישט מיט די מושג פון חומרא - ווי אסאך מענטשען מיינען; און אזויווי איך האב שוין געשריבן אין אשכול "הערות בדברי יואל" אז ס'איז אסור מחמיר צו זיין. דאס איז אסור לויט אלא פוסקים מדאורייתא וכמבואר ביבמות עב:.

זאגסטו אז פון 100 יאר צירוק קוקט שוין אויס ווי פרינטשעס, און אויף יענע האט די רבנים, געזאגט אז עס נישט דאס איז געווען די מחלוקה דאס איז כילו עלמא מודא לאיסור.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

אוהבך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 27, 2017 5:44 pm

תגובהדורך אוהבך » דינסטאג סעפטעמבער 12, 2017 9:14 pm

זיבען און אייכציג האט געשריבן:איך מיין אז מיט דעם וואס זיי האבען אריינגעמישט די נושא פין צניעות ביי שייטלעך אויף די זעלבע צעטל וועט די ערשטע חלק צעטל וועגן עבודה זרה אויך פארלירען נאמנות און ערענסטקייט ביי פילע מענטשען.

רחמנא ליצלן!!!!!!!!!!
דעי איסור פון שייטלעך איז עפעס א סאטמערע משוגעת?!
דאס איז דאך אן איסור דאורייתא כביבמות עב.,
איז עס די זעלבע אביזריהו ווי ע"ז כמבואר בסנהדרין עד:.
די תורה איז נעבעך אזוי אין גלות, מען ווייסט שוין נישט מבחין צו זיין פון תורה, און פרומקייטן.
ואין לומר אז דער מנהג איז להתיר, ווייל דאס הייסט נישט קיין מנהג להלכה, ווייל א מנהג מיינט וואס תלמידי חכמים האבן איינגעפירט און אזויווי עס שרייבט די מהרי"ק סימן ח, און דא האבן אלע רבנים געהאלטן און איין שרייען אז עס איז אסור, לכן הייסט דאס נישט קיין מנהג.

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2380
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » דינסטאג סעפטעמבער 12, 2017 10:00 pm

גערעכט. אבער ווען מ'שרייבט א קול קורא אויף איסור עבודה זרה!!! און מ'דארף נאך צוקומען אויסצושמועסן איסור בשר בחלב האט עס יענץ פנים.

אוהבך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 27, 2017 5:44 pm

תגובהדורך אוהבך » דינסטאג סעפטעמבער 12, 2017 10:17 pm

שטאלצער יוד האט געשריבן:גערעכט. אבער ווען מ'שרייבט א קול קורא אויף איסור עבודה זרה!!! און מ'דארף נאך צוקומען אויסצושמועסן איסור בשר בחלב האט עס יענץ פנים.

ר' יוד! וועגן דעם האב איך מציין געוועהן צו סנהדרין עד.: אז דעס איז בכלל גילוי עריות וואס איז די זעלבע הארב ווי עבודה זרה. ע"ש. זיי זענען בכלל יהרג ואל יעבור.
בפרט אז די עבודה זרה חלק איז א חשש, און דעס איז א ודאי.

זיבען און אייכציג
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2016 9:34 am

תגובהדורך זיבען און אייכציג » דינסטאג סעפטעמבער 12, 2017 11:17 pm

אוהבך האט געשריבן:
זיבען און אייכציג האט געשריבן:איך מיין אז מיט דעם וואס זיי האבען אריינגעמישט די נושא פין צניעות ביי שייטלעך אויף די זעלבע צעטל וועט די ערשטע חלק צעטל וועגן עבודה זרה אויך פארלירען נאמנות און ערענסטקייט ביי פילע מענטשען.

רחמנא ליצלן!!!!!!!!!!
דעי איסור פון שייטלעך איז עפעס א סאטמערע משוגעת?!
דאס איז דאך אן איסור דאורייתא כביבמות עב.,
איז עס די זעלבע אביזריהו ווי ע"ז כמבואר בסנהדרין עד:.
די תורה איז נעבעך אזוי אין גלות, מען ווייסט שוין נישט מבחין צו זיין פון תורה, און פרומקייטן.
ואין לומר אז דער מנהג איז להתיר, ווייל דאס הייסט נישט קיין מנהג להלכה, ווייל א מנהג מיינט וואס תלמידי חכמים האבן איינגעפירט און אזויווי עס שרייבט די מהרי"ק סימן ח, און דא האבן אלע רבנים געהאלטן און איין שרייען אז עס איז אסור, לכן הייסט דאס נישט קיין מנהג.


ניין! נישט נאר איז דאס נישט קיין סאטמארע משוגעת, נאר אין סאטמאר איז ווי ווייט איך ווייס נישט דא די (משוגעת?) ענין, נאר די עולם גייט יא מיט שייטלעך. ריכטיג?!

די קול קורא דערמאנט נישט קיין איסור צי גיין מיט שייטלעך, און זעהט אויס אז די רבנים האלטען אז גיין א שייטעל איז נישט נגד הלכה. די פראבלעם -חוץ מע''ז- וואס זיי רעדן איז וועגן שייטלעך "ארוכות, ופרועות, ובמראה טבעי'' אז דאס איז נגד הלכות צניעות. איך האב מיך באצויגען צי דעם קול קורא. ביטע נישט ענטפערן אויף די קול קורא מיט שיטות און דעות וואס די חותמים אויף דעם קול קורא נעמען נישט אן אלס הלכה פאר די יעצטיגע צייט. א דאנק.
די ביסט אסאך שטערקער פין די אינטערנעט. ווער נישט אינטעמעדירט.

אוהבך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 27, 2017 5:44 pm

תגובהדורך אוהבך » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 12:38 am

זיבען און אייכציג האט געשריבן:
אוהבך האט געשריבן:
זיבען און אייכציג האט געשריבן:איך מיין אז מיט דעם וואס זיי האבען אריינגעמישט די נושא פין צניעות ביי שייטלעך אויף די זעלבע צעטל וועט די ערשטע חלק צעטל וועגן עבודה זרה אויך פארלירען נאמנות און ערענסטקייט ביי פילע מענטשען.

רחמנא ליצלן!!!!!!!!!!
דעי איסור פון שייטלעך איז עפעס א סאטמערע משוגעת?!
דאס איז דאך אן איסור דאורייתא כביבמות עב.,
איז עס די זעלבע אביזריהו ווי ע"ז כמבואר בסנהדרין עד:.
די תורה איז נעבעך אזוי אין גלות, מען ווייסט שוין נישט מבחין צו זיין פון תורה, און פרומקייטן.
ואין לומר אז דער מנהג איז להתיר, ווייל דאס הייסט נישט קיין מנהג להלכה, ווייל א מנהג מיינט וואס תלמידי חכמים האבן איינגעפירט און אזויווי עס שרייבט די מהרי"ק סימן ח, און דא האבן אלע רבנים געהאלטן און איין שרייען אז עס איז אסור, לכן הייסט דאס נישט קיין מנהג.


ניין! נישט נאר איז דאס נישט קיין סאטמארע משוגעת, נאר אין סאטמאר איז ווי ווייט איך ווייס נישט דא די (משוגעת?) ענין, נאר די עולם גייט יא מיט שייטלעך. ריכטיג?!

איך רעדט דא פון אפענע שייטלעך. (אדער פון קוואדער קאפלעך). זעה וואס איך האב געברענגט פון מהר"ם אלשקר.

שמואל בארג
שר האלף
תגובות: 1906
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » מיטוואך אוקטובער 25, 2017 11:04 am

אינעם היינטיגן 'לוח הציבור - בארא פארק'

1.png
1.png (196.73 KiB) געזעהן 2623 מאל

פרוביר
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 16, 2018 8:33 pm

תגובהדורך פרוביר » דינסטאג מאי 22, 2018 9:03 pm

בנוגע דאס וואס פרויען שערן זיך די האר פון קאפ!

לכאורה איז דאס קעגן די הלכה מפרשת אין יורה דעה הלכות לא תלבש, וואס דארט שטייט קלאר אז עס איז אסור פאר א פרוי צו שערן די האר, אין לויט ווי עס קוקט אויס פון די מקור ההלכה אין די נושא כלים איז עס אן איסור דאורייתא!!

ווען איך האב געלערענט די סגיא בין איך געווארן נבהל ונשטומם, אין אביסל צומישט.
קען מיר איינער צוווייזן א תשובה וכו' ווי עס ווערט ארויסגעברענגט די התיר פון זיך שערן די האר?

פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2003
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » דינסטאג מאי 22, 2018 9:19 pm

פרוביר האט געשריבן:בנוגע דאס וואס פרויען שערן זיך די האר פון קאפ!

לכאורה איז דאס קעגן די הלכה מפרשת אין יורה דעה הלכות לא תלבש, וואס דארט שטייט קלאר אז עס איז אסור פאר א פרוי צו שערן די האר, אין לויט ווי עס קוקט אויס פון די מקור ההלכה אין די נושא כלים איז עס אן איסור דאורייתא!!

ווען איך האב געלערענט די סגיא בין איך געווארן נבהל ונשטומם, אין אביסל צומישט.
קען מיר איינער צוווייזן א תשובה וכו' ווי עס ווערט ארויסגעברענגט די התיר פון זיך שערן די האר?

אז איך וועל דיר זאגן אז עס איז דא לאנגע תשובה אין דברי חיים וועסטי זיין צופרידן
איך האב נאך מער פין דעם ער אין נאך 100ער פוסקים האבן אזוי פארלאנגט צו טוען ביי זיך אין ביי אנדערע
צו די גמרא לכאורה רעדט מען דארט ווען מען שערט זיך אזוי צו גיין בגלוי אויסצוקוקן ווי א מאן נישט ווען מען דעקט צו דער קאפ

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3118
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » דינסטאג מאי 22, 2018 9:34 pm

דער דברי חיים איז געווען א פוסק אלס שטאט רב. די מערהייט פון די אנדערע הונדערטער.... פוסקים, העט איך געוואלט זעהן ווער איז טאקע געווען א פוסק, נישט נאר דער דערפל דיין, אלס במקום שאין איש
בוי זיך זעלבסט

פרוביר
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 16, 2018 8:33 pm

תגובהדורך פרוביר » דינסטאג מאי 22, 2018 9:43 pm

אדרבה, איך וויל וויסן וואס די היתר איז, עס איז מיר זייער אינטערעסאנט.

דאס וואס די שרייבסט אז די איסור איז נאר ווען מען טוט עס צו אפען לאזן ברבים קען לכאו' נישט זיין רעכט, ווייל די מקור האיסור אין שלחן ערך קומט פון דעם וואס מען זעהט אז א פרוי וואס איז א מצורע שערט זיך נישט די האר (כאטש עס שטייט אין די תורה אז מען זאל זיך שערן) ווייל די לאו פון לא תלבש אין גובר אויף די פסוק פון זיך שערן די האר.
וממילה קוקט אויס אז אפילו מען שערט די האר בלויז זיך צו מטהר זיין, אפילו מען ווען עס צודעקן איז אויך אסור..
אבער אדרבה געב מיר מראי מקומות, עס זענען זיכער דא התרים, איך דארף נאר וויסן ווי זיי זענען

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9484
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דינסטאג מאי 22, 2018 10:45 pm

עי' דרכי תשובה (יו"ד סי' קצ"ח סוס"ק צ"א) שע"כ יגלחו רק במספרים ולא בתער.

אוועטאר
סאמעטוכע
שר מאה
תגובות: 144
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 12:58 am

תגובהדורך סאמעטוכע » דינסטאג מאי 22, 2018 10:45 pm

צו געזונט האט געשריבן:דער דברי חיים איז געווען א פוסק אלס שטאט רב. די מערהייט פון די אנדערע הונדערטער.... פוסקים, העט איך געוואלט זעהן ווער איז טאקע געווען א פוסק, נישט נאר דער דערפל דיין, אלס במקום שאין איש

א מין חוצפה צי רעדן אזוי אויף די וועד ד ארצות וואס האבן מתקן געווען די תקנה פון זיך שערן און אלע רבני פוילן אונגארן וכדו' וואס האבן עס שטרענג פארסירט!!!

מעקערס לכו למלאכתכם

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9484
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דינסטאג מאי 22, 2018 10:52 pm

די פארשטייסט די שורה וואס דער יעניגער דא שרייבט? כ'האב בכלל נישט פארשטאנען וואס דער וויל.


(אגב, ס'קוקט מער אויס אז די תקנה איז געווען נאך פאר די וועד ד' ארצות ראה כאן http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=230)

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3118
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » דינסטאג מאי 22, 2018 10:59 pm

סאמעטוכע האט געשריבן:
צו געזונט האט געשריבן:דער דברי חיים איז געווען א פוסק אלס שטאט רב. די מערהייט פון די אנדערע הונדערטער.... פוסקים, העט איך געוואלט זעהן ווער איז טאקע געווען א פוסק, נישט נאר דער דערפל דיין, אלס במקום שאין איש

א מין חוצפה צי רעדן אזוי אויף די וועד ד ארצות וואס האבן מתקן געווען די תקנה פון זיך שערן און אלע רבני פוילן אונגארן וכדו' וואס האבן עס שטרענג פארסירט!!!

מעקערס לכו למלאכתכם

און דעריבער זעמיר טאקע נישט אין פוילן אדער אונגארן.
און הייב נישט איצט צוריק אן דעם גאנצן צירקל וואס מען האט שוין דורכגעאקערט. ווייל דער תימנ'ער וואס ציט זעך אהער צווינגט מען אים אזוי צו טוהן, טראץ וואס ביי זיי איז עס נישט אנגענומען אלס מנהג המקום, און דער חסיד וואס ווערט א ליטוואק מוז אויך אזוי גיין אלס מסורת אבות. בעיסיקעלי, וויאזוי עס איז געווען איינגעפירט ביי ענק, דאס איז מאסגעבנד פאר יעדן וואס קומט מיט דיר אין בארירונג.

הרב למעלה, נעם דיך נישט צום הארצן...
בוי זיך זעלבסט


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט