ביהמ"ד זרע אברהם טריסק בדענווער קאלאראדא

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5040
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

ביהמ"ד זרע אברהם טריסק בדענווער קאלאראדא

תגובהדורך טהור-עיניים » דאנארשטאג אוגוסט 11, 2011 7:26 pm

אין דענווער, קאלאראדא, געפונט זיך א שול מיטן נאמען זרע אברהם.

לויט ווי איך האב געהערט איז דער שול געגרינדעט געווארן בברכתו ובעידודו פון הרה"ק דער טריסקער מגיד, דורך זיינע חסידים וועלכע האבן דאהי געוואוינט. עפעס האב איך אמאל געהערט אז מען האט אפילו געשיקט די בלו פרינטס קיין אייראפע צו אים עס צו זען און געבן זיין ברכה.

דאס ווייס איך אז אין די שפעטערע יארן (איך געדענקט נישט פונקטליך ווען, אבער איך מיין אז נאך פאר תש"י) איז ארויסגערופן געווארן אהין הרה"צ ר' שלמה טווערסקי זצוק"ל בן הרה"צ ר' יעקב ישראל טווערסקי מ'הארנאסטייפל - מילוואקי (נעכטן געווען די יארצייט) צו דינען דארט אלס רב.

איך וויל וויסן אביסל מער איבער די היסטאריע פון דעם ביהמ"ד, ובפרט ווער עס זענען געווען די רבנים וועלכע האבן דארט משמש געווען ברבנות אין די יארן פון איר גרינדונג ביז ווען ר' שלמה איז אנגעקומען אהין. אויב איינער פון אונזערע היסאריקער ווייסן עפעס מער איבער דעם, וואלט איך זייער דאנקבאר געווען אויב ער קען דאס מוחל זיין און דא אראפשרייבן.

ויישר כח למפרע
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5040
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » פרייטאג אוגוסט 12, 2011 5:52 pm

קיינער ווייסט טאקע גארנישט?
חי עולמים - טהור עיניים

NO man is a failure who has friends

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20310
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » פרייטאג אוגוסט 12, 2011 5:55 pm

רב טהור, מ'ווייסט יא, גיב עס עטליכע טעג.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5040
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » זונטאג אוגוסט 14, 2011 3:47 am

בסדר, מיר גיבן עטליכע טעג און איר גיבט אונז די (וועלט) היסטאריע פון ביהמ"ד זרע אברהם...
חי עולמים - טהור עיניים

NO man is a failure who has friends

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלף
תגובות: 1909
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובהדורך מומחה יוחס » זונטאג אוגוסט 14, 2011 8:47 am

דאכט זיך מיך אז אין די גליון אורות שע"י חסידי סקווירא בחודש סיון ווערט דערמאנט דערפין איך דארף נאך זוכן..
参考专家

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20310
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

זרע אברהם דענווער

תגובהדורך farshlufen » זונטאג אוגוסט 14, 2011 12:50 pm

דא קענט איר אביסעלע לעזן איבער די קהילה און שול:
http://www.stevens.edu/golem/llevine/ch ... merica.pdf

----

א בילד פון ר' שאול דוב מילשטיין ע"ה פון די מייסדים:
צוגעלייגטע
שאול בער מילשטיין - דענווער.JPG
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20310
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג אוגוסט 14, 2011 12:53 pm

א בילד פון ר' אליהו הילקאוויץ א רב אין דענווער.
צוגעלייגטע
ר' אליהו הילקאוויטץ דענווער.JPG
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2709
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » זונטאג אוגוסט 14, 2011 5:19 pm

איך האב אמאל געהערט פון ר' יונה לאנדא אז אין דענווער האבן געוואוינט גאר אסאך אידן און אסאך טריסקער חסידים.
אויב איך געדענק גוט האט ער געזאגט אז סאיז געווען דארט עטליכע טריסקע שטיבלעך, געבויעט לויט די אנווייזונגען פונעם טריסקער מגיד.
אלע טריסקער שטיבלער זענען געווען געבויעט מיט זיבן טרעפ ביים אריינגאנג, מיט נאך זאכן וואס דער רבי האט אנגעזאגט.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » מאנטאג אוגוסט 15, 2011 4:29 am

דאכטזיך עס זענען דא ווידיאויס פון דענווער רבי ביי מלוה-מלכה
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20310
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג אוגוסט 15, 2011 10:44 am

אחד הרבנים בדענווער הי' הרב ר' דוד ראדינסקי ב"ר אברהם ז"ל נולד באיישישאק בשנת תרי״ז ולמד תורה בישיבות שונות בליטא קיבל סמיכה מרבי יצחק אלחנן מקאווונא זצ"ל.

בשנת תרנ"א בא לסט. לואיס ובתרנ"ב לאחת הקהילות הארטאדאקסיות בדענווער קאלאראדא ואח"כ בא לניו יארק והי' רב שנים אחדות בביהמ״ד הגדול דבראנזוויל, ולבסוף עזב את רבנותו ויהי לסוחר, נפטר פתאום ח' אדר תרע״ז בניו יארק ובצוואתו השאיר סכומים הגונים לישיבות שבניו יארק, מנוח"כ בביה"ח מאונט כרמל בניו יארק
http://kevarim.com/rabbi-dovid-rodinsky/

שם אשתו רייזא לאה ב"ר משה בנדר ע"ה
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4606
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מאנטאג אוגוסט 15, 2011 11:37 am

נאך איינע פון די רבנים זענען געווען הגאון ר' אפרים זלמן היילפרין, בן ר' אלחנן דוב נכד ר' יעקב שלמה היילפרין אב"ד פרעמישלאן. וועלכע האט אויך קודם משמש געווען ברבנות אין די קהלות פון פרעמישלאן און בערזאן, שפעטער האט ער בפקודת האדמור הרה"ק ר' ישראל מטשארטקוב אנגענומען דאס רבנות אין דענווער ווי ער האט משמש געווען אין דער זרע אברהם שוהל, ער איז שפעטער געקומען אהער קיין נוא יארק ווי ער האט אנגענומען דאס רבנות אין די לאוער איסט סייד אין ביהמ"ד אנשי בראד.

אין די שפעטערע יאהרן איז ער געווארן שטארק מקושר צו אדמורי ראחמסטריווקא וועלכע האבן געוואוינט אין ארץ הקודש, און ער איז שפעטער ארויף געפארן זיך באזעצן דארט לחסות בצל הקודש, ער האט זיך שטארק אפגעגעבן מיט מעורר זיין בענין ענטפערן אמן יהא שמי' רבה און אויך ארויס געגעבן דערוועגן א ספר שומר אמונים, אזוי אויך האט ער פארארבעט מעשים פאר טהרת בנות ישראל און מייסד געווען דארט דעם מרכז הארצי למען טהרת המשפחה.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20310
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג אוגוסט 15, 2011 12:14 pm

צוויי בילדער פון דעם ביהמ"ד בשנות התר"פ:

[קרעדיט גליון אורות - סקווירא]
צוגעלייגטע
zera abraham 2nd local.jpg
zera abraham 1920.jpg
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4606
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מאנטאג אוגוסט 15, 2011 4:48 pm

נאך איינער פון די זרע אברהם גרינדער טשארלס פריזאנט, וועלכע איז ווי די אנדערע אויך געווען פון די קאטאפאקסי קאלאניסטן.
צוגעלייגטע
prezant.jpg
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4606
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מאנטאג אוגוסט 15, 2011 5:07 pm

1) אייזיק לייב שעימס ברודער פון ר' שאול בער מילשטיין, ער איז געווארן אדאפטעט ביי א משפחה מיטן נאמען שעימס בכדי זיך ארויס צו דרייען פון ווערן פארכאפט אלס קאנטאניסט פארן צאר'ס מיליטער.

2) א בילד גענומען אינדרויסן פונעם זרע אברהם שוהל, ווי מען מערקט הגה"צ ר' בן-ציון חיים-שלמה-משולם-זוסיא-טווערסקי-מהורנסטייפאל-דענווער, ר' שלמה'לע האט ווי דערמאנט געדינט ברבנות אין דעם שוהל.

3) ר' משה יוסף אלטמאן חתן ר' אייזיק לייב שעימס, ביי איהם אין שטוב האט זיך פארמירט דער ערשטער מנין פונעם זרע אברהם שוהל.
צוגעלייגטע
reb moshe yosef altman.jpg
reb moshe yosef altman.jpg (12.63 KiB) געזעהן 1527 מאל
isaac leib shames_milstein.jpg
isaac leib shames_milstein.jpg (4.9 KiB) געזעהן 1527 מאל
rbzchsh.jpg
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4606
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מאנטאג אוגוסט 15, 2011 5:09 pm

א דרוק סארט אויף א זמנים קארטל
צוגעלייגטע
cong zera abraham.jpg
cong zera abraham.jpg (14.45 KiB) געזעהן 1527 מאל
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 21, 2015 4:49 pm

תגובהדורך נחום וואהלינער » מאנטאג מארטש 21, 2016 6:05 pm

זרע אברהם איז גיווען א שם כללי פאר די טריסקער שטיבלעך מ'טרעפט אויך א ביהמ"ד זרע אברהם אין קענזעס סיטי וואס האט זיך שפעטער מאחד גיווען מיט קהל אנשי וואהלין און נאך שפעטער מיט א דריטער און די קהילה המשולשת איז נאך קיים. הרב בערגער זז"ג כהיום און הר נוף איז דארט גיווען רב פאר לאנגע יארן


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט