אינהאלטסרייכער אונטערוויו מיט ר' ירמי' דאמען

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1438
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

אינהאלטסרייכער אונטערוויו מיט ר' ירמי' דאמען

תגובהדורך פארשריבן » זונטאג דעצמבער 19, 2010 12:07 pm

כאטש מען האט שוין גערעדט דערפון אינעם פאלגענדן אשכול viewtopic.php?f=18&t=12457 פון רעוא דרעוין, און מן הדין באלאנגט עס מעגליך דארט, ווייל ער שמועסט דאך אויס עטליכע זאכן וואס מ'טענה'ט זיך דארט העפטיג ארום.
עפן איך עס אבער אין א באזונדערן אשכול צוליב כמה אורזאכן אשר א"א לפורטם כי רבים הם.
אבער אויב די מנהלים ווילן דוקא שמעלצן, בין איך מבטל דעתי בפניהם, בכל הכבוד.

דער דאזיגער אונטערוויו גיבט אונז אסאך אינטרעסאנטע אינפארמאציע, איבער ר' ירמי' און זיינע עלטערן בכלל, און איבער די סעריע פון "עתיקא קדישא" בפרט. און בעצם איז עס זייער אינטרעסאנט פאר זיך, אפי' אן הערן די טעיפס.

כ'וועל אנהייבן עס איבערצושרייבן ככתבו וכלשונו, ווי נאר כ'וועל האבן אביסעלע איבריג צייט. (איך וועל בלויז פאררעכטן די ספעלינג גרייזן).

אויף דערווייל דא האט איר דעם קעפל.
צוגעלייגטע
damen1.jpg

פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1438
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

תגובהדורך פארשריבן » זונטאג דעצמבער 19, 2010 10:50 pm

צום ערשט וויל איך אפגעבן א דאנק פאר די זיבן און זיבעציג אידן וואס האבן שוין געזעהן דעם אשכול, און טראץ דעם גארנישט מגיב געווען.
און כ'וויל טאקע בעטן אז מען זאל אזוי גוט זיין, און צואווארטן ביז איך ענדיג. און דערנאך קענט איר שרייבן ככל העולה על רוחכם.

איך וועל זיך אנשטרענגען צו שרייבן כאטש איין מאל א טאג, אבער דאס ווענדט זיך באמת נישט אין מיר. א דאנק פאר אייער פארשטענדעניש.

איך וועל זיך איינהאלטן פון צו קאמענטירן צווישן די שורות, אפי' בלויז אין קלאמערן. כ'וועל איבערגעבן דאס ווארט אויסשליסליך פאר "ה. אדם".


פאָרוואָרט

ביים ליינען די שורות, דאנערשטאג פרשת מקץ צופרי, איז זאת חנוכה. אינעם פיוט מעוז צור זאגט מען "בני בנה ימי שמונה קבעו שיר ורננים", איז משמע אז אויך אינעם אַכטן טאג קען מען נאָך רעדן פון שיר ורננים.
מיר ווילן גאַנץ אנהויב זיך באַדאַנקען פאר דעם "איש" חי ורב פעלים מוה"ר מרדכי יוסף דמן הי"ו פון אנטווערפן, וועלכער איז באקאנט אלס "איש מיכלשטאַדט"; ער גיבט זיך אוועק בלב ונפש פאר'ן ציון הקדוש פונעם בעש"ט פון מיכלשטאַדט זצ"ל, וואס ער האט לכבוד חנוכה אונז צוזאמגעברענגט אין א שמועס מיט זיין פעטער, דער וואויל-בארימטער נעים זמירות ישראל, הרה"ג רבי ירמי' דמן שליט"א דער מנהל פון די ישיבה קטנה דבעלזא אין אשדוד.
זונטאג יום ד' דחנוכה בערך האלב פיר נאכמיטאג אין ניו יארק - וואס קומט אויס בערך האלב צען אָוונט אין ירושלים - ליל ה' דחנוכה, האבן מיר אָנגעקניפט א טעלעפאָנישן פארבינדונג מיט רבי ירמי' איבער די דריטע קאַסעטע "עתיקא קדישא" וואס איז נאָרוואָס ערשינען, וואס איז אייגנטליך די דריטע אין די סעריע פון ניגוני בית ראפשיץ וראָזוואָדאָוו, און די פערטע אין די סעריע פון "יצחק ירנן", ניגוני בית אבא וואס ער האט געהערט פון זיין פאטער הרה"ח רבי איטשע דמן ז"ל.

ראפשיץ קם לתחי'


איבער דעם כוח הנגינה פון די הייליגע גזע בית ראָפשיץ דארף מען נישט מאריך זיין. עס האט זיך אנגעהויבן ביים מייסד השושילתא דקדישא, הרב הקדוש בעל זרע קודש מראפשיץ זי"ע, פון וועמען עס שטאַמט כידוע דער וועלט-באקאנטער "לקל אשר שבת" לויט ווי ער האט דאס געהערט פון די מלאכים זינגען אין הימל, און דערנאך פאָרגעזעצט ביי זיינע הייליגע קינדער און אייניקלעך אין די הויפן פון דזשיקוב, ראָזוואָדאָוו, סטיטשין, מעליץ אא"וו.
דער הייליגער ראָפשיצער רב זצ"ל האט אַמאָל געזאגט אויף דעם וואס די וועלט זאגט אז חז"ן איז ר"ת "חזנים זענען נאַרנים", אז עס ליגט דערין אמת, ווייל אויבן אין הימל איז דער היכל הנגינה נעבן דעם היכל התשובה. "און אויב ביזטו יא אנגעקומען אין היכל הנגינה, פארוואס ביזטו שוין נישט אריין אין היכל התשובה?".
פארשטייט מען דאך אליין אז אויב ראפשיץ איז געווען אזוי גרויס אין נגינה, איז דאס טאקע געווען בדרך חכמה, היפוך פונעם רמז אין חז"ן; די ראפשיצער ניגונים פאַרמאָגן א זעלטענעם חן דקדושה און זענען מעורר צו שמחה ותשובה והשתוקקות.
א פאקט איז, אז ווען מען הערט די אלטע ראָפשיצער ניגונים, חוץ וואס מען קען זיך נישט גענוג אפוואונדערן אויף די קונצליך און וואונדערבאַרע נגינה, לאזט עס אויך איבער אינעם מענטש א סיפוק הנפש. ווער עס פארשטייט און האט א געפיל צו נגינה שפירט אז מען האט איצט אפגעזינגען א ניגון מלא תוכן, נישט א ליידיגן ניגון מיט לויזע תנועות כאילו מ'זאל עסן זופ מיט א גאָפל, נאר אַן אנגעפולטן ניגון וואס יעדע פאַל און יעדע תנועה איז כדאי לעצמה צו באַרירן די סטרונעס פון הארץ.
מיט א צוויי צענדליג יאר צוריק זענען ארויסגעקומען דריי טעיפס פון ניגוני בית דזשיקוב; דריי הערליכע קאַסעטעס וואס לא נראה כבושם הזה, מלא וגדוש מיט ניגונים פון ראָפשיץ און דזשיקוב, בעיקר פון הגה"ק רבי יהושע'לע דזשיקובער זצ"ל בעל עטרת ישועה, בן הרה"ק האמרי נועם מדזשיקוב זצ"ל בן הרה"ק רבי אליעזר'ל דזשיקובער זצ"ל בן הזרע קודש זצ"ל.
די דזשיקובער טעיפס זענען ארויסגעקומען שוין מיט א ווייטע צייט צוריק, און לאַנג דערנאָך איז נישט מער נתגלה געווארן פאר אונזער היינטיגע וועלט פונעם אוצר המנוצר פון ניגוני בית ראָפשיץ.
פלוצים איז רבי ירמי' אַפירגעקומען מיט זיין ערשטן "עתיקא קדישא" קאַסעטע און מען קען ווירקליך זאגן אז "ראָפשיץ קם לתחי'"; עס האט געמאכט א רעוואָלוציע ביי חובבי נגינה ואוהבי שירה; מען האט איבערגעהערט דעם טעיפ נאָכאַמאָל און נאָכאַמאָל און זיך נישט געקענט גענוג דערקוויקן מיט די אַלטע אינהאַלטספולע ניגונים.
מען האט געשפירט ווי מען ווערט פאַרבינדן מיט'ן אַמאָליגן דור דעה, מיט די הייליגע גזע וואס דער ראש השושילתא איז געווען דער חכם הרזים עמיקא וטמירא. עס האט געגעבן א הרגש ווי מען וואלט אונז ארויסגעפירט פונעם היינטיגן פאַרקרומטן עולם הנגינה, און צוריק אריינגעפירט אין די היכלי קודש פון די נכדי בית ראָפשיץ וועלכע האבן פאַרשיינט די וועלט מיט זייער כוח הנגינה.
נאָכדערצו אין א וועלט ווען דער עולם הנגינה איז אזוי פארשוועמט מיט ניגונים פון כל הבא ליד; ליידער כאפן זיך אריין אויך אינעם אידישן נגינה מאַרקעט ניגונים און תנועות פון מקומות לא טהורים און פונעם ויתערבו בגוים וילמדו. אין אַזאַ וועלט איז דער ערשטער עתיקא קדישא ריכטיג אויפגענומען געוואָרן כמים קרים על נפש עייפה.
פון פילע רבישע הויפן זענען דאָ מקובל צענדליגער ניגונים וועלכע ליגן אָפ ביי די אייניקלעך פון די גזע און ווערן געזינגען בלויז אין זייערע בתי מדרשים אדער אין זייערע שטיבער ביי די סעודות שבתים וימים טובים.
עס פאָדערט זיך א "ר' ירמי' דמן" צו מאַכן די ניגונים א דבר השוה לכל נפש, אז אפילו די פשוטי המון עם (פון אַ זינגען שטאַנדפונקט) זאָלן כאַפן דאס עריבות ומתיקות פון די אַמאָליגע ניגוני קודש.
פון בית ראָפשיץ זענען געבליבן צענדליגער, און אפשר הונדערטער ניגונים, וועלכע וואַלגערן זיך אין געציילטע מיילער און וואַרטן אויף א גואל. ר' ירמי' דמן, וועלכע האלט שוין געשפאַנט די חסידישע וועלט פאר די לעצטע דרייסיג יאר מיט זיינע העכסט-בא'טעמ'טע חסידישע קאַסעטעס, האט מיט זיין הימל-געבענטשע מתיקות'דיגע און בא'חנ'טע שטימע אריינגעפיטערט די אַלטע ראָפשיצער ניגונים אין די מיילער פון יונג און אלט אין טויזנטער אידישע הייזער.
דזשיקוב איז געווען איין צווייגל פון רבי אליעזר'ל דזשיקובער. ראָזוואָדאָוו איז געווען א צווייטע - די קינדער און אייניקלעך פון הרה"ק רבי משה'לע ראָזוואָדאָווער זצ"ל, בן רבי אליעזר'ל דזשיקובער. ר' יצחק דמן ז"ל איז געווען א תושב ראָזוואָדאָוו און מגלגלין זכות ע"י זכאי אז דורך בנו, יבלחט"א, הרב ירמי' דמן, האָט זיך געעפנט די וועלט פון ראָזוואָדאָוו פאַר אונזער דור.

פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1438
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

תגובהדורך פארשריבן » מאנטאג דעצמבער 20, 2010 11:11 pm

עתיקא קדישא


ר' ירמי' האָט שוין אַרויסגעגעבן עתיקא קדישא אויף ליל שבת קודש, עתיקא קדישא אויף שבת צופרי און איצט איז ער ארויסגעקומען מיט עתיקא קדישא אויף שלש סעודות – רעוא דרעוין.
וועגן די סעריע פון עתיקא קדישא דערציילט אונז ר' ירמי', אַז ווען ער האָט אנגעהויבן דעם פראָיעקט איז עס אינגאַנצן נישט געווען פאר די גאַס. ער האט חתונה געמאַכט זיין עלסטן זון און באַשלאָסן אריינצוזינגען די ניגוני בית אבא אין א קאסעטע און דאס פארטיילן אלס אן אָנדענק פון די חתונה.
עס איז בכלל נישט געווען מיט א כונה אויף ארויסצוגעבן פאַר'ן ציבור. עס האט געדארפט זיין אזא סארט "פנימי" פאר די משפחה. "איך האב געטראַכט אז איך מאַך דאס פאר מיינע באקאנטע, משפחה און גוטע פריינט, וועלכע געדענקען דעם טאטן, זיין זינגען, זיינע תפילות, פאר זיי וועט עס אפשר זיין אינטרעסאַנט".
איז ר' ירמי' אריין אין סטודיאָ און מיטגענומען זיינע קינדער. מען האט געזינגען די זמירות וויאזוי זיי זינגען דאס יעדן שבת אינדערהיים. דער עלסטער זון האָט אביסל צוגעשפילט און מען האט געהאַט אַ פארטיגע "משפחה מתנה" אויף די חתונה.
"אבער קורץ נאך די חתונה האבן מענטשן מיך אנגעהויבן באַפאַלן; זיי הערן אז איך האב ארויסגעגעבן א שבת טעיפ און זיי ווילן דאס קויפן. עס איז געווארן אַזאַ נאָכפראַגע אז מיין ברודער הרה"ח ר' מרדכי דמן הי"ו פון אנטווערפן, א חסיד פון הרה"ח ר' יאנקעלע מפשעווארסק זצ"ל, האט מיך גערופן, "גיב ארויס די ערשטע קאַסעטע ווייל מען רעדט דערפון איבעראל".
האט מען ארויסגעגעבן דעם ערשטן טעיפ און דער צוריקהער איז געווען מורא'דיג. "איך האב דאך שוין געזינגען אויף אַסאַך טעיפס. אבער אַזאַ רעאַקציע האב איך שוין לאַנג פריער נישט געהערט. האב איך מחליט געווען אז מען וועט פאָרזעצן מיט די סעריע".


זה לעומת זה


רבי ירמי' זאָגט: "איך האב זיך איבערגעקלערט, מילא עלטערע מענטשן זענען נתרגש געווארן; נו, זיי שפירן נאָך אַ טעם אין אַמאָליגע נגינה. אבער אויך קינדער, בחורים און אינגעלייט זענען געווען אינגאַנצן איבערגענומען דערפון. מענטשן זענען צוגעקומען זאגן אז עס האט זיי געראטעוועט זייערע שטיבער; אינגעלייט האבן זיך אויסגעלערנט צו פראַווען אַ שבת טיש. אינגעלייט וועלכע האבן נישט געקענט זינגען קיין זמירות האבן זיך אויסגעלערנט וויאַזוי צו זינגען אַ שלום עליכם, וויאַזוי צו זאָגן א רבון כל העולמים, וויאַזוי צו זינגען זמירות ביים טיש".
רבי ירמי' ערקלערט אונז אז ער זעהט אין די סאָרט קאַסעטעס א כוח הנגדי קעגן די אלע טעיפס פון די היינטיגע גאס, א זה לעומת זה. ער דערציילט: "איך בין דאָך אַ מנהל אין ישיבה קטנה. יעדן דאָנערשטאג נאַכט זיץ איך מיט די תלמידים און מען זינגט אביסל. עס איז א ספעציעלער תענוג צו זען ווי די בחורים קאָכן זיך אין די ניגונים, אין די בעלזער ניגונים אין די ראפשיצער ניגונים".
עס זענען דאך דא צווישן די אינגע בחורים אַסאַך וואס האבן ליב צו הערן מוזיק און האָבן פאַר זיך א גרויסע גאס מיט די היינטיגע סארט נגינה. ווען מען לייגט זיי אריין אין מויל די אַלטע הייליגע ניגונים האט דאָס אַ השפעה דקדושה אויף זיי; זיי הויבן אן צו פאַרשטיין דעם חילוק און לערנען זיך אויס וויאַזוי צו זיין בוחר בטוב וממאס ברע.
רבי ירמי' דערציילט אז ער האט געטראָפן ביי א חתונה אַ באַקאַנטן ליטווישער ראש ישיבה פון תפרח. דער ראש ישיבה איז צו אים צוגעקומען און זיך באַקלאָגט אויף די אלע ווילדע ניגונים וואס מען זינגט ביי חתונות און ער האט געזאגט פאר רבי ירמי' בזה"ל: "דיינע ניגונים לאז איך זינגען, דאס איז דיין תפקיד, דו דאַרפסט דאָס אויספירן. לך בכוחך זה והושעת את ישראל".
דאָס האָט געזאָגט אַ ליטווישער ראש ישיבה!
די עתיקא קדישא קאַסעטעס ווערן נאך אלץ נישט צוזאַמגעשטעלט אויף א פראָפעסיאָנאַלן שטייגער. "נישט דאס דארף דער עולם; דער עולם זוכט די ארגינעלע נגינה. איך נעם נאר צוזאַם מיינע קינדער, מען זיצט צוזאַמען און מען זינגט; דער גאנצער טעיפ ווערט געמאכט אן חכמות; מען דארף עס נישט באַפיצן עס זאל זיין שיין, מען מאכט עס פשוט אז מען זאל קענען הערן די אַלטע הייליגע ניגונים, און די ניגונים זענען סיי וויאזוי שיין אז עס פעלט נישט אויס צו מאַכן די קאַסעטע שענער".

ראזוואדאוו, המשך פון דזשיקוב


ווען מיר האָבן אנגעהויבן דעם שמועס איז נאַטורליך אויפגעקומען א מעשה פון הרה"ק רבי משה'לע ראָזוואָדאָווער זצ"ל וואס איז אויך א חנוכה מעשה און אויך אַ שטאַרקער באַווייז אויף די המשכה פונעם כוח הנגינה פון דזשיקוב קיין ראָזוואָדאָוו.
נאר קודם אויפן שפיץ גאָפל די באַקאַנטע מעשה, אז הרה"ק רבי אליעזר'ל דזשיקובער זצ"ל איז אמאל זייער קראנק געווען און זיין מחותן דער הייליגער צאַנזער רב זצ"ל איז אים געקומען באזוכן. בעט אים רבי אליעזר'ל מחותן, בעטס מיך אויס. זאגט אים דער צאנזער רב: מחותן, וואס פעלט אייך אויבן? (ער האט אַפנים געזעהן אז רבי אליעזר'ל האָט מיט וואָס אַרויפצוגיין אויבן).
האט רבי אליעזר'ל זיך איינגע'טענה'ט מיט אים, און אויף אַלעמען האָט דער צאַנזער רב געענטפערט אז צוליב דעם דארף ער נאכנישט בלייבן אויף דער וועלט. ביז רבי אליעזר'ל האט זיך אנגערופן: "וואס וועט אָבער זיין, ווען מיר טאַנצן 'אין קצבה' אום ראש השנה, טאנצט און פריידט זיך מיט די גאַנצע פמליא של מעלה. און אַז מיר וועלן נישט דא זיין, וועט דאך פעלן די הנאה?"
האט דער צאַנזער רב געזאָגט: אויב אַזוי וועלן מיר גיין אין מקוה, און ער האט אים אויסגע'פועל'ט.
ווידער מיט זיין זון, הרה"ק רבי משה'לע ראָזוואָדאָווער איז געווען אַזאַ מעשה: רבי משה'לע ראזוואדאווער איז דאך כידוע געווען אַן איידעם ביים הרה"ק בעל ייטב לב מסיגוט זצ"ל. ווען ער האט חתונה געהאַט האָט נאָך געלעבט דער עלטער-זיידע, דער הייליגער ישמח משה זצ"ל, און רבי משה'לע האָט געגעסן קעסט ביים עלטער-זיידן.
דעם ערשטן טאָג חנוכה ביי שחרית והלל האָט מען צוגעשיקט דעם אינגערמאנטשיק רבי משה'לע צום עמוד. דעם צווייטן טאג האט דער ישמח משה געפרעגט: פאַרוואָס האָט מען נישט צוגעשיקט דעם זעלבן בעל תפלה ווי נעכטן? די מלאכים אין הימל האבן דאך געקוועלן פון זיין הלל!
צוגעלייגטע
damen2.jpg

פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1438
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

תגובהדורך פארשריבן » דינסטאג דעצמבער 21, 2010 2:26 pm

ה. אדם: קודם רבי ירמי' א פערזענליכע פראַגע: וויפל יאָרן צום גוטן, און אויף וויפל קאַסעטעס, זינגט איר שוין?
ר"י דמן: איך האב אנגעהויבן זינגען קורץ נאָך מיין חתונה, אין די יאָרן תשל"ג-ל"ד, קודם ביי די טישן פון בעלזא רבי'ן שליט"א און שפעטער אַלס בעל תפלה קבוע יעדן ליל שבת אין גרויסן בעלזער ביהמ"ד אין ירושלים.
די ערשטע טעיפס זענען ארויסגעקומען שוין אין תשל"ז, תשל"ח. איך ווייס נישט קיין געהעריגן מספר, אבער עס זענען שוין מסתמא דאָ צווישן פופציג און זעכציג קאַסעטעס.

ה. אדם: איר זענט מחבר אליין ניגונים אויך, אָדער זענט איר בלויז דער באַצויבערנדער אינסטרומענט וואס אנדערע נוצן ארויסצוגעבן זייערע חידושים?
ר"י דמן: איך האָב ב"ה מחדש געווען אַסאַך ניגונים. פון די מער באַקאַנטע זענען "ותערב", אויף איינע פון די ערשטע בעלזער טעיפס, "אני מאמין" און נאָך.
לעצטענס בין איך שוין ווייניגער מחדש. ווילאַנג מען האט מיך געדרוקט האב איך מחבר געווען; היינט זענען שוין בליעה"ר פאַרהאַן אַסאַך קאָמפאָזיטאָרן אין בעלזא און אויף מיר ליגט נאָר דאָס אַרויסצוברענגען מכח אל הפועל.

ה. אדם: מען רעדט פון ראָזוואָדאָוו; רבי משה'לע איז נסתלק געווארן י' סיון אין יאָר תרנ"ד. זיין זון רבי הערשעלע איז נסתלק געווארן י' חשון תרע"ט. ביי וועלכן פון די צדיקי בית ראָזוואָדאָוו האט אייער פאָטער זיך געווייקט?
ר"י דמן: מיין פאָטער האָט נאָך וואַרשיינליך געקענט קענען רבי הערשעלע. ער איז געווען אַ אינגל פון זיבן יאָר ביי זיין פטירה.
נאך אים האט איבערגענומען אין ראָזוואָדאָוו זיין זון הרה"ק אפרים'ל זצ"ל; ער איז געווען אַן איידעם ביי זיין פעטער הרה"ק רבי אברהם חיים מפלאַנטש זצ"ל. רבי אפרים'ל איז נפטר געוואָרן אינגערהייט אין יאָר תרצ"ב.
ווען מיין פאָטער האט גערעדט פון ראָזוואָדאָוו האט ער בעיקר גערעדט פון רבי אפרימ'לס צוויי קינדער, הרה"צ רבי נפתלי הי"ד און הרה"צ רבי משה'לע הי"ד, וואַרשיינליך וויבאלד מיין פאָטער איז מיט זיי געווען א בן גיל, האבן זיי זיך מער פארשטאנען און מער געקענט דורכרעדן אין די ניגונים. מיט רבי נפתלי פלעגט ער אפילו לערנען בחברותא אינאיינעם.
די צוויי, רבי נפתלי און רבי משה'לע, האבן איבערגענומען דעם פאָטער. איינער איז געוואָרן רבי אין ראָזוואָדאָוו און דער צווייטער רב. מיין טאַטע האָט זיך אַסאַך געדרייט ביי ביידע; רבי משה'לע ספעציעל איז געווען א שטאַרקער בעל מנגן.

ה. אדם: אויפן ערשטן עתיקא קדישא טעיפ הערט מען אַן אויסצוג פון אייער פאָטער אויף אודה. דאס זעהט שוין אויס פון די עלטערע יארן אבער ס'איז שטאַרק ניכר אַז ער איז געווען א שיינער בעל מנגן ובעל תפלה. זעהט אויס אז נישט אומזיסט האבן די צוויי ראָזוואָדאָווער ברידער אַסאַך עוסק געווען מיט אים צוזאַמען בנגינה.
ר"י דמן: דער טאטע ז"ל איז אינדערהיים געווען באַקאַנט אין די גאנצע געגנט פון ראָזוואָדאָוו אַלס א זיסער בעל תפלה, זייער מתיקות'דיג. ער האט נישט געהאַט אַזאַ ספעציעלן קול, אבער זיין זינגען האט געהאט א געוואלדיגן מתיקות וחן.
דער זיידע ר' מאָטקע (מרדכי) זמן ז"ל איז שוין געווען אַ שיינער בעל תפלה. ער האט אויך געוואוינט אין ראָזוואָדאָוו און מרביץ תורה געווען פאַר קינדער און בחורים.
דער זיידע ר' מאָטקע איז געווען אַן איידעם אין דזשיקוב, ביי מיין עלטער זיידן ר' ירמי' האַר ז"ל וועלכער איז געווען דאָרט ראש הקהל. אלס אינגער בחור איז מיין פאָטער ר' יצחק געפאָרן לערנען קיין דזשיקוב. ער איז איינגעשטאנען ביים זיידן און געלערנט האָט ער ביים לעצטן דזשיקובער רב, הגה"צ רבי חיים מנחם דוד זצ"ל הי"ד. זיין פאָטער דער דזשיקובער רבי הקה"ק רבי אלטר'ל (אלטר יחזקאל אליהו) זצ"ל הי"ד האָט נאך די ערשטע קריג געפירט זיין הויף אין טאָרנא און פלעגט קומען קיין דזשיקוב עטליכע מאל אין יאָר.
מיין פאָטער איז אַלס בר מצוה בחור'ל שוין געווען אַ גוטער בעל קורא און בימות החול פלעגט ער ליינען ביי רבי אלטר'לס מנין.

ה. אדם: דער טאַטע איז שוין אינדערהיים געוען אַ בעלזער חסיד?
ר"י דמן: דער זיידע ר' מרדכי פלעגט פאָרן איינמאל אין יאָר קיין בעלזא, צו הרה"ק רבי ישכר דוב זצ"ל, אויף שבת פאַר סליחות.
דער טאַטע רבי יצחק איז אינדערהיים בלויז איינמאָל געווען אין בעלזא. דאס איז געווען אויף שבועות אין יאר תרפ"ז, דאס ערשטע יאָר ווען הרה"ק רבי אהרלע זצ"ל איז געוואָרן רבי. אין ראָזוואָדאָוו האָט געוואוינט הרה"ח ר' הערש מיילעל וואַגשאַל ז"ל וועלכער האָט שפעטער אנגעפירט דעם "אולם וואַגשאַל" אין בני ברק. זיין משפחה איז געווען בעלזער חסידים און ער האָט מיטגעשלעפט דעם פאָטער אויף יענעם שבועות.
למעשה זענען זיי ביידע, דער זיידע ר' מרדכי און דער פאָטער ז"ל, געווען ראָזוואָדאָווער חסידים. דער זיידע ר' מרדכי האט געוואוינט אין ראָזוואָדאָוו טראָץ וואס זיין שווער ר' ירמי' האַר איז געווען ראה"ק אין דזשיקוב (און נאַטורליך וואָלט ער געדאַרפט וואוינען וואו דער שווער האט געוואוינט).
זיי האבן געוואוינט אין ראָזוואָדאָוו; געהאַט זייער רבי'ן אין שטעטל און ביי אים געבליבן.
נאך די קריג אין ארץ ישראל איז מיין פאָטער ז"ל געוואָרן אַ בעלזער חסיד.

ה. אדם: אַז דער טאַטע איז געווען אין דזשיקוב אויך, פאַרוואָס ווערן די קאַסעטעס פאַררופן נאָר אויף ראָזוואָדאָוו?
ר"י דמן: דער טאַטע האָט נישט דערציילט קיין סאַך פון דזשיקוב. מעגליך אז ער האָט נישט אזויפיל איינגעזאפט אין זיך פון דזשיקוב ווייל רבי אלטר'ל האָט דאָך למעשה שוין נישט געוואוינט דאָרט.
חוץ מזה, צווישן די קינדער פון די צוויי ברידער, דער אמרי נועם פון דזשיקוב, און רבי משה'לע ראָזוואָדאָווער, האָט זיך אביסל צעטיילט דער אופן הנגינה. די אַלטע ראָפשיצער און דזשיקובער ניגונים האָט מען געזינגען אין ביידע הויפן אייניג. אבער אין דזשיקוב האט מען געזינגען אַסאַך מאַרשן. מען קען דאָס הערן אויף די דזשיקובער טעיפס. דער וויזשניצער רבי כ"ק אדמו"ר רבי חיים מאיר'ל זצ"ל איז דאָך געווען אַ דזשיקובער אייניקל; ער האט אליין מיטגעברענגט פון דאָרט אַסאַך מאַרשן.
אין ראָזוואָדאָוו אבער, איז מאַרשן נישט געווען אַזאַ אַרטיקל.
צוגעלייגטע
damen3.jpg

אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

תגובהדורך קהת » דינסטאג דעצמבער 21, 2010 2:57 pm

א גרויסן שכויעך!!!
Normal is just a setting on the washing machine

פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1438
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

תגובהדורך פארשריבן » דינסטאג דעצמבער 21, 2010 8:34 pm

האלאו! האלאו! איך בין נאכנישט פארטיג. האלט דיך איין אביסל... ביטע ווארט צו ביז איך באַכלעפטשע זיך צו ענדיגן.


ה. אדם: איר זאָגט אַז די אַלטע ראפשיצער און דזשיקובער ניגונים האָט מען געזינגען אין ביידע ערטער, סיי אין דזשיקוב און סיי אין ראָזוואָדאָוו. למעשה זענען דא וועלט-באַקאנטע ראפשיצער ניגונים וואס מען הערט חילוקים ביים זינגען.
למשל, דער באַקאַנטער ראפשיצער אשת חיל. דער ניגון איז גוט באקאנט, פונדעסטוועגן אויפן ראָזוואָדאָווער טעיפ הערט מען דאס מיט געוויסע שינויים אַנדערש ווי די וועלט זינגט דאָס. און אויפן דזשיקובער טעיפ הערט מען נאך שינויים.
ר"י דמן: די ניגונים זענען אלע אייניג, נאָר מיט קליינליכע חילוקים. עס איז דאָך נאר נאַטורליך אז ווען מען זינגט א ניגון אין צוויי באזונדערע הויפן, זאָלן במשך די יאָרן אריינפאלן קליינע מינדערוויכטיגע חילוקים.
בכלל איז דאָך דאָס דער סדר און טבע פון גוטע בעלי מנגנים אז ווען מען זינגט איבער אַסאַך מאָל א ניגון ווערט פון זיך אליין צוגעלייגט דא א תנועה, און דאָרט אַ קוועטש. דאָס איז גאָרנישט משנה פונעם עצם ניגון. עס איז דער זעלבער ניגון נאר ארויסגעברענגט מיט עטוואָס אַן אַנדערן געפיל.
אפילו אין סטיטשין, וואָס רבי איציקל סטיטשינער זצ"ל איז דאָך געווען א זון פון רבי משה'לע ראָזוואָדאָווער, זענען דא געוויסע ניגונים וואס מען זינגט מיט קליינע שינויים אַנדערש ווי אין ראָזוואָדאָוו. אַסאַך ניגונים אינעם עצם ניגון, און אסאך ניגונים האט מען פשוט איבערגעלייגט אויף אנדערע ווערטער.
איך בין אַמאָל געווען ביים היינטיגן סטיטשינער רבי'ן, כ"ק אדמו"ר רבי אליעזר יהושע יודקאָווסקי שליט"א, דער אייניקל וממשיך דרכו פון כ"ק אדמו"ר רבי יודא'לע סטיטשינער זצ"ל. ער פאַרמאָגט אויך אַ שיינעם כח הנגינה און ער זינגט נאָך אלעס פונעם זיידן. מיר זענען געזעצן פיר-פינף שעה און איבערגעגאנגען אלטע ראָזוואָדאָווער-סטיטשינער ניגונים און די קליינליכע חילוקים.
מיין טאַטע ז"ל האט זייער שטארק געהיטן די טראַדיציע פון די ניגונים וויאַזוי ער האט דאס געהערט אין ראָזוואָדאָוו. ער איז געווען א גוטער בעל מנגן און גוט געדענקט יעדן ניגון און נישט משנה געווען גאָרנישט. אַלס גוטער בעל מנגן האט זיך מעגליך אויך געמאכט אז "ס'האט זיך אים צוגעלייגט" א תנועה'לע דאָ און אַ קנייטש דארט. אבער אזוי האט ער זייער אכט געגעבן נישט משנה צו זיין קיין משהו.
אין גאָלדערס-גרין אין לאָנדאָן איז געווען א חסידישער איד ר' הערשל האָפערט ז"ל; ער איז געווען אַ מתפלל ביי יבלחט"א הגה"צ רבי אלחנן האלפרין שליט"א גאב"ד ראדימישלא. ער איז געווען אַ שטארקער חסיד פון הרה"ק רבי יאנקעלע מפשעווארסק זצ"ל. ער איז נפטר געווארן א יאָר צוריק.
דער ר' הערשל איז געווען דעם טאַטנ'ס א חבר נאך פונדערהיים פון ראָזוואָדאָוו. ער האט געלערנט ביים זיידן ר' מרדכי ז"ל. ער פלעגט אָפט אריבערקומען צו מיין פאָטער אין בני ברק און זיי פלעגן איבערגיין אַלטע זאכן. ער איז נישט געווען קיין ספעציעלער בעל מנגן, אבער פון ביידע אינאיינעם האט געשפרודלט פונקען זכרונות און זיי האָבן איבערגע'חזר'ט די ניגונים זייער אַקוראַט.
צוגעלייגטע
damen4.jpg

1x1
שר האלפיים
תגובות: 2825
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

תגובהדורך 1x1 » מיטוואך דעצמבער 22, 2010 9:37 am

ייש"כ און אנטשולדיג פאר'ן איבערהאקן, אבער פון וואו קומט די אינטערוויו?
http://www.teoria.com/ Music Theory

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2534
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » מיטוואך דעצמבער 22, 2010 10:40 am

פונעם "אוצר" אין בלאט.

ישר כח, פארשריבן.
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

תגובהדורך קהת » מיטוואך דעצמבער 22, 2010 12:51 pm

סקומט נאך?
Normal is just a setting on the washing machine

פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1438
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

תגובהדורך פארשריבן » מיטוואך דעצמבער 22, 2010 11:52 pm

ווען ס'וועט זיין גענצליך פארטיג, וועל איך קלאר שרייבן. בלאה בתך הגדולה.
און איך בעט נאך איינמאל [מער וועל איך ענק בל"נ, נישט בעטן...] זייט אזוי גוט, און ווארט צו ביז מ'ענדיגט.


ה. אדם: דער סאַטמאַרער רבי מרן רביה"ק בעל דברי יואל זצ"ל פלעגט זינגען אויף אשת חיל אַן אנדערן ניגון, וואס מען זינגט אין די וועלט ביי הלל בימות החול אויף "מאת ה' היתה זאת". ער האָט דאָס געהערט פון זיין שווער הרה"ק מפלאַנטש זצ"ל, וואס ער איז דאך אויך געווען א זון פון רבי משה'לע ראָזוואָדאָווער.
זענען געווען צוויי ראָזוואָדאָווער אשת חיל'ס?
ר"י דמן: נישט נאָר צוויי, נאר אפילו דריי אדער מער. אין ראָזוואָדאָוו, און אזוי אויך ביים גאַנצן ראָפשיצער גזע בכלל, זענען געווען מערערע ניגונים אויף יעדן זמר. און יעדער זמן מיוחד פון יאָר האָט זיך געהאַט זיין ספעציעלן ניגון אויף יעדן זמר. געווען ניגונים וואס מען האט געזינגען בלויז אין חודש אלול ותשרי; ניגונים אויף חודש אדר, ניגונים אויף ניסן אא"וו.
צום ביישפיל, דער "שלום עליכם" וואָס מיר זינגען אויפן ערשטן עתיקא קדישא, האט אויך געדינט ווי אַן אשת חיל ניגון אין איין געוויסן זמן. עס איז אויך געווען אַ דריטער אשת חיל ניגון ספעציעל פאַר יו"ט, וואס מען האָט -אגב- געזינגען אויך שבת חנוכה.
דער טאַטע ז"ל פלעגט זאגן אז אין ראָזוואָדאָוו האט מען א וואָך, אדער וואכן פריער פאר א יום טוב, שוין געשפירט אז עס קומט דער און דער יום טוב, ווען מען האָט אנגעהויבן זינגען די זמירות מיט די ספעציעל-צוגעפאַסטע ניגונים פון דעם קומענדיגן יו"ט. מען האט געשפירט אז עס גייט קומען די ארבע פרשיות, אדער פסח. אלעס האט זיך געטוישט לויט די זמני ומועדי השנה. אין סטיטשין איז נאך היינט אַזוי.
אַסאַך האָבן מיך געפרעגט וועגן "לקל אשר שבת", פאַרוואָס איך זינג דאס אויפן טעיפ אזוי אנדערש ווי די גאנצע וועלט. דער פאקט איז, אז איך זינג בכלל נישט דעם זעלבן ניגון... דער "לקל אשר שבת" וואס איך זינג איז דער יום טוב'דיגער ניגון; דאָס האָט מען געזינגען בלויז אום יו"ט שחל בשבת, אדער אום שבת חול המועד.
אויף מה ידידות זענען געווען זיבן אדער אַכט ניגונים. אבער איך האָב געזינגען בלויז איינס אויפן טעיפ. עס איז געווען א ניגון אויף "שמו מפארים עדת חבלו", און אלול ותשרי פלעגט מען זינגען דעם ניגון אויף מה ידידות.
אויף "אור פניך עלינו אדון נשא" פון שבת שקלים זענען אין ראָזוואָדאָוו געווען אַכט ניגונים, אויף יעדן שטיקל אַן אנדערער ניגון און איינע דערפון פלעגט מען אויך זינגען אויף מה ידידות.
אויך "שלום עליכם" האט זיך געטוישט אין די זמני ומועדי השנה. אויף פסח האט מען אין ראָזוואָדאָוו געזינגען שלום עליכם מיט אַ ניגון וואָס מען פלעגט זינגען אויף "הללו את ה' כל גוים". (דאָס גראַדע זינגט מען נישט אין סטיטשין).

ה. אדם: אויפן ערשטן עתיקא קדישא טעיפ זינגט איר א ניגון אויף די ווערטער פון כל מקדש "משוך חסדך ליודעיך קל קנא ונוקם". אין סאַטמאַר איז דער ניגון וואַרשיינליך דער מערסטער לעבעדיגסטער ניגון פון אַ גאַנץ יאָר. מען זינגט דאס אויף קדיש נאך די מוספין אום ראש השנה און מוצאי יום כיפור נאָך נעילה. עס זעהט אויס אז אויך דעם ניגון האט דער רבי מיטגעברענגט פון פלאַנטש.
ר"י דמן: דער ניגון איז אַן אַלטער ראָפשיצער ניגון. דא אין ירושלים זענען דא וואס זינגען דאס אויף "טובים מאורות" נאך קידוש לבנה. איך האָב געהערט אַז דער מחבר פונעם ניגון איז דער צדיק פלאי הרה"ק רבי נפתלי חיים מדזשיקוב זצ"ל, דער עלסטער זון פונעם אמרי נועם, וועלכער האָט געוואוינט דא אין ירושלים.
מיין טאַטע ז"ל פלעגט זינגען כל מקדש אויף איין ניגון, און ביי משוך חסדך ליודעיך" פלעגט ער אנהויבן א לעבעדיגן ניגון. אַסאַך מאל איז עס געווען דער ניגון, דערפאר האָב איך דאָס געזינגען אויפן טעיפ. אבער עס איז נישט אַלעמאָל געווען דוקא דער ניגון.

פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1438
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

תגובהדורך פארשריבן » דאנארשטאג דעצמבער 23, 2010 11:46 pm

ה. אדם: דעם רבון כל העולמים וואָס איר זינגט אויפן ערשטן עתיקא קדישא, און מען קען זאָגן ענליך אויפן "אתקינו סעודתא" אויפן צווייטן עתיקא קדישא, וואָס איר זינגט מיטן זוהר "ביומא דשבתא", דאָס איז דאָך יורד לחדרי בטן.
דאָס זענען אויך ראָזוואָדאָווער נוסחאות?
ר"י דמן: איך האָב צוגעגעבן פאר די קאַסעטעס דעם נאָמען "יצחק ירנן", ווייל איך זינג דערויף אלעס וואס איך האב געהערט פונעם טאטן. דער טאַטע האָט געזינגען נאָר וואָס ער האט געהערט אין דער אלטערהיים. און דער אלטערהיים ביי אים, איז געווען ראָזוואָדאָוו. אויב מאכט זיך אַמאָל איין ניגון וואס איז נישט ממש ראָזוואָדאָוו, דאַן האט מען דאס אזוי געזינגען אין אלע הייזער אין ראָזוואָדאָוו.
איבער דעם נוסח אויף רבון כל העולמים, דער טאַטע פלעגט דאָס אזוי זינגען. איך קען נישט זאגן ממש אז דאס איז ראָזוואָדאָוו, ווייל די ראָזוואָדאָווער רבי'ס פלעגן אפילו נישט אריינקומען צו קידוש. זיי פלעגן אריינקומען צום טיש ערשט נאָך קידוש. אבער אַז מיין פאָטער האָט דאָס אזוי געזינגען, מיינט דאָס אז רוב רובם פון אידן אין גאליציע, אין די שטיבער פון ראָפשיץ, צאַנז און שינאָווער חסידים, האבן געזאגט דעם רבון כל העולמים מיט די תנועות. נאר איינער האָט זיך דאָ מער צופייערט, און אַן אנדערער האט זיך ערגעץ אנדערש מער צוקאכט.
אויך אונגאַרישע אידן וועלכע זענען געווען צאַנזער שינאָווער און בעלזער חסידים האָבן אזוי געזינגען. איר האָט וואַרשיינליך געקענט דעם יפו'ער רב פון קרית יואל, מאָנראָ. הגה"צ רבי אהרן ראזענפעלד זצ"ל בעל שו"ת מנחת אהרן. ער איז געווען מיין זיידע. מיין שווער הרה"ח ר' מרדכי ווייס ז"ל פון קרית ישמח משה (סאַסוב) נעבן בני ברק, איז געווען זיין איידעם.
ווילאַנג דער יפו'ער רב האָט געלעבט, ווען איך פלעג זיין אין אמעריקע פלעג איך אריבערפארן אויף א שבת צו אים אין קרית יואל. ער איז אויך געווען א בעל תפלה; ער האָט ליב געהאַט איבערצוגיין ניגונים און נוסחאות. אויך פון אים האָב איך געהערט דעם רבון כל העולמים מיט דעם נוסח, די תנועות. געוויס נישט אזוי מסודר ווי מיר זינגען דאָס אויפן טעיפ. מיין טאַטע ז"ל האט דאס גוט מסדר געווען אויף די ווערטער און אזוי זינג איך עס אויפן טעיפ.

ה. אדם: מען הערט אויף די טעיפס עטליכע שינויים אינעם נוסח התפלה. צום ביישפיל, אין רבון כל העולמים לאָזט איר אויס "מלך צח ואדום".
איז דאָס נוסח ראָזוואָדאָוו?
ר"י דמן: די טעיפס האָבן גאָרנישט צו טון מיט נוסחאות התפלה. מיט "נוסחאות" מיין איך צו זאגן אינעם לשון אדער סדר התפלה. אויסלאָזן מלך צח ואדום איז אַ בעלזער נוסח. נוסחאות התפלה דאָס באַלאַנגט אין סידורים און אין ספרי מנהגים. איך זינג פשוט די ווערטער וויאזוי איך בין היינט צוגעוואוינט צו זינגען, אבער די נוסחאות האָבן נישט קיין שום שייכות מיט די ניגונים.

ה. אדם: איך פארשטיי אז ווען מען גיבט ארויס א טעיפ דארף מען עס אנפולן מיט ניגונים עס זאל זיין א דבר השלם. ביים סוף פון די ערשטע צוויי עתיקא קדישא טעיפס זינגט איר שיינע לעבעדיגע טאנץ-ניגונים, וואס ענדלען אביסל אין די היינטיגע הקפה ניגונים אד"ג.
דאס זענען טאקע אייגן פארפאסטע ניגונים?
ר"י דמן: אויסדרוקליך ניין. אויף די עתיקא קדישא טעיפס זענען נישט אריינגעגאנגען קיין שום אנדערע ניגונים; אלעס איז פון ראָזוואָדאָוו. אויך די שנעלע ניגונים ביים סוף זענען ניגונים וואָס מען האָט געזינגען אין ראָזוואָדאָוו אין פארשידענע צייטן. טייל דערפון אויך מיט ווערטער. און מיר האָבן דאָס געזינגען אויפן טעיפ איינס נאָכן צווייטן.

פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1438
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

תגובהדורך פארשריבן » זונטאג דעצמבער 26, 2010 9:40 pm

ה. אדם: און דאָס באַקאַנטע אידישע לידל "דער שבת איז טייער" וואס איר זינגט אנהויב פון עתיקא קדישא נומער איינס, איז אויך ראָזוואָדאָוו?
ר"י דמן: דאָס צופעליג נישט. אבער אזוי ווי איך האָב נאָכגעזינגען דעם גאַנצן שבת טיש פון מיין טאטן ז"ל, האָב איך דאָס אויך אריינגעלייגט.
מיין טאַטע האָט -אין ארץ ישראל- געוואוינט אין בני ברק, שיכון ה'. בימים ההם האָבן אין יענע געגנט נישט געוואוינט צופיל היימישע אידן; עס איז געווען דאָרט נאר איין חסידיש בית המדרש, דאָס איז געווען סאַטמאַר. עס איז געווען א קליין שטיבל מיט אפשר 10-20 היימישע אידן.
צווישן זיי געדענק איך הרה"ח ר' שמואל ווידער ז"ל (פאָטער פון הרה"ח ר' ברוך מיכל ז"ל), ער איז געווען א קליין נידעריגער, אבער אַ פאַרקאָכטער אידל. איך געדענק, ער איז אַמאָל אין די כ' יארן צוריקגעקומען פון אמעריקע וואו ער איז געווען ביים סאַטמאַרער רבי'ן זצ"ל אויף א יו"ט אדער ימים נוראים. האט ער דערציילט אין בית המדרש די גרויסע עבודה פון סאַטמאַרער רבי'ן ביז שפעט פארנאַכטס און ביז פאַרטאָגס, און זיך דערביי אויסגעדרוקט: "פאָרן צו אַ רבי'ן איז גוט, אבער מיטהאַלטן איז שווער...".
ביי מיין טאַטן אין שטוב זענען מיר אויפגעוואַקסן מיט אַ גרויסע הערצה צו אלע ערליכע אידן. דער טאַטע האָט זיך געווייקט ביי אלע צדיקי הדור, און פלעגט אונז תמיד אָנוואָרענען נישט צו רעדן אויף קיין שום רבי'ן אדער גוטן איד. ער איז געווען שטרענג דערויף אויף זייער אַן עקסטרעמען אויפן.
איך געדענק נאָך גוט ווען דער סאַטמאַרער רב זצ"ל איז געקומען קיין ארץ ישראל, אין יאָר תשכ"ה, איז ער געקומען דאַווענען מעריב אין דעם אלטן סאַטמאַרער שטיבל דאָרט אין שיכון ה'. מיר האָבן מיטגעדאַוונט דאָרט מעריב, און דער טאַטע האָט אונז דערנאָך אלע אריינגעטראָגן מיט אַ קוויטל צום רבי'ן. עס ליגט מיר נאָך גוט אין זכרון דאָס גענויע אָרט וואו דער רבי איז געזעצן ביים פענסטער, און איך בין געשטאַנען נעבן אים.
על כל פנים, פון דעם סאַטמאַרער בית מדרש'ל זענען מיר אהיימגעגאַנגען יעדן פרייטאָג צונאכטס, און אויפן וועג אהיים פלעגט דער טאַטע זיך אונטערזינגען דאָס לידל "דער שבת איז טייער, עס ברענט ווי אַ פייער". אַסאַך עלטערע שארית הפליטה אידן פלעגן זיך דאָס אונטערזינגען, און מיט דעם האָט זיך אנגעהויבן אונזער שבת טיש, און וועגן דעם האָב איך אויך די קאַסעטע אנגעהויבן מיט דעם לידל.

ה. אדם: רבי ירמי', איר האָט אויפגעלעבט ניגוני בית ראָפשיץ לתחי'. וואס טוט זיך מיט ניגוני בית בעלזא? אויף די באַקאַנטע בעלזער הקפה ניגונים זאָגט מען נאָך אַז עס שטאַמט נאָך פון מעזריטש, פון הייליגן מגיד זצ"ל. דער שר שלום זצ"ל האָט דאָס מקבל געווען פון זיין רבי'ן הרה"ק רבי שלמה לוצקער זצ"ל, מגדולי תלמידי המגיד. איז שייך צו מאַכן אַזאַ קאַסעטע מיט אַלטע בעלזער ניגונים?
ר"י דמן: פאַקטיש, זענען די אַלטע בעלזער ניגונים שוין רעקאָרדירט און צושפרייט אין אלע בעלזער טעיפס וואס זענען שוין ארויסגעקומען ביז היינט. עס זענען שוין ארויסגעקומען לכל הפחות דרייסיג בעלזער טעיפס, טייל פון זיי פנימי, און אין יעדע טעיפ זענען דא איין אדער עטליכע אלטע בעלזער ניגונים.
פון בעלזער בעלי מנגנים אינדערהיים, איז דאָ זייער ווייניג. עס זענען פאַרבליבן געציילטע ניגונים אויף "בר יוחאי" אין ל"ג בעומר, אויף "תורה הקדושה" (פון סליחות לצום גדלי') וואָס מען פלעגט זינגען אין בעלזא מיט גרויס התעוררות אום שבועות און שמחת תורה. די צוויי ניגונים געפינען זיך שוין אויך אין די פנימי טעיפס.
אין די סעריע פון "יצחק ירנן" האבן מיר שוין ארויסגעגעבן איין ספעציעלע קאַסעטע אויף חנוכה. די גאַנצע קאַסעטע – צוויי סי דיס – באַשטייט פון אַלטע ניגונים, וואָס פלעגן געזינגען ווערן אין בעלזא, און שטאַמען פון די גדולי מאורי החסידות.
די חנוכה קאַסעטע איז נאָך מער אַ פשוטערע ווי די אַנדערע, כמעט אָן קיין מוזיק אינגאַנצן. פשוט אריינגעזינגען כמות שהוא. מען זינגט דערויף "תמניא אפי", וואס מען פירט זיך אין בעלזא צו זאגן ביי הדלקות הנרות. יעדע נאַכט זינגט מען טייל פון די פסוקים. בלויז איין טייל זינג איך דאָרט וויאַזוי דער טאַטע ז"ל פלעגט עס זינגען. אלע אַנדערע ניגונים זענען מיוחס צו די פריערדיגע צדיקים שרפי מעלה. איין ניגון איז מיוחס צום הייליגן חוזה מלובלין זצ"ל (די ליטווישע זינגען דאָס היינט אביסל אנדערש). אזוי אַז די גאַנצע קאַסעטע איז פאַקטיש אלטע בעלזער ניגונים, חוץ איין "יונים" וואס מיר האָבן אריינגעלייגט, ווייל אלע אנדערע ניגונים זענען שטייטע ניגונים און עס האָט זיך אויסגעפעלט איין לעבעדיגן ניגון.
אליבא דאמת קען טאַקע זיין אז מען דאַרף די אנדערע ניגונים אויך צוזאַמנעמען און ארויסגעבן אין איין באזונדערע קאַסעטע.

ה. אדם: גיבט אונז א שטיקל סך הכל, וואס הערט מען אויפן נייעם עתיקא קדישא טעיפ?
ר"י דמן: דער איצטיגער טעיפ איז אויף שלש סעודות.
וועט איר דאָך גלייך פרעגן, וואו האָב איך געהערט דעם טאַטן זינגען שלש סעודות ניגונים? שלש סעודות זינגט מען דאָך אין בית המדרש. מיר זענען אַסאַך געווען ביי שלש סעודות אין אלטן סאַטמאַרער בית המדרש אין בני ברק, און איך קען גוט די סאַטמערער שלש סעודות זמירות פון אלס אינגל (דאָ האָט אונז רבי ירמי' אפגעזינגען דורכן טעלעפאן, א שיין טייל פונעם סאַטמאַרער בבואו מאדום...) אבער וואו האָבן מיר געהערט די ראָזוואָדאָווער שלש סעודות ניגונים?
דער ענטפער אויף דעם איז, מיין טאַטע איז געווען אַ חסיד'ישער און שטאַרק פרום אפגעהיטענער איד. ער האָט געהאַט כל מיני קפידות. ער איז געווען אדוק אינעם חזון איש זצ"ל, זייער שטאַרק, ווי א חסיד פון אַ רבי'ן (אגב, דער חזון איש איז געווען מיין סנדק) און ער האָט זיך געפירט מיט אלע חומרות פון חזון איש. ווי באַקאַנט האָט דער חזון איש געהאַלטן אז וויבאַלד די לעקטער און וואַסער איינריכטונגען אין ארץ ישראל ווערן ליידער אנגעפירט דורך פרייע אידן מיט חילול שבת, טאָר מען זיך נישט באנוצן דערמיט אום שבת.
מיר האָבן טאַקע נישט געהאַט קיין לעקטער און וואַסער אינדערהיים. דאָס איז געווען גרויסע נסיונות. מיין זכרון פון אלע ניגונים פון טאַטנ'ס שבת טישן, גייט געמישט מיט זכרונות ווי מיר זיצן אין דער טונקל, צום שיין פון די שבת ליכט, און עס רינט אונז שווייס פון אלע זייטן.
פון די זאַכן וואָס דער טאַטע האָט שטאַרק מקפיד געווען דערויף, איז געווען זיך וואשן צו שלש סעודות נאך פאַר די שקיעה. ער פלעגט גיין דאַווענען מנחה אין אַ שטיבל און דערנאָך אהיימקומען זיך וואַשן צו שלש סעודות, און דערביי אפגעזינגען אלע ראָזוואָדאָווער ניגונים.
דערנאָך זענען מיר געגאַנגען צו שלש סעודות בציבור, אין סאַטמאַר אדער אנדערע בתי מדרשים.
אויף דעם טעיפ הערט מען די אלע ניגונים וויאַזוי מען האָט דאָס געזינגען אין ראָזוואָדאָוו, אתקינו סעודתא, בבואו מאדום, מזמור לדוד, קל מסתתר אא"וו. אויף אודה פלעגט דער טאַטע זינגען אַ שטיקל פון יאסעלע'ס גשם. מעגליך אַז ער האָט דאָס נאָך געהערט אינדערהיים אין ראָזוואָדאָוו; מעגליך אַז ער האָט דאָס אליין ארויפגעלייגט ווען מען פלעגט אים מכבד זיין אין בית המדרש צו זינגען אודה.
אויף ברוך קל עליון, האָב איך אליין ארויפגעפאַסט אַ ראָזוואָדאָווער ניגון וואָס דער טאַטע פלעגט זינגען אויף טל און גשם.
ידיד נפש ווערט געזינגען מיטן וועלט'ס ניגון (ה. אדם: מיט אביסל מער טעם געוויס...). דער טאַטע האָט עס אזוי געזינגען, און איך פארשטיי אז עס נעמט זיך אויך פון היימישן חדר. פון גאַליציע, פון צאַנז, שינאָווע אדער אנדערע מקומות וואו ס'איז געווען המשך ראָפשיץ.

ה. אדם: למעשה זעהט אויס אַז דערווייל זענען נאָך געבליבן מער ראָזוואָדאָווער ניגונים נישט ארויסגעגעבן ווי יא. וואס קומט ווייטער?
ר"י דמן: איך האָף בעזהשי"ת צו גיין ווייטער ביז אַ שלימות'דיגן פראָיעקט. אינעם קומענדיגן עתיקא קדישא וויל איך אי"ה גיין אַביסל מיט ראָזוואָדאָווער נוסחאות אויף די ימים נוראים און אויך אויף אַ גאַנץ יאָר; נישט סתם ניגונים.
ר' יוסף משה כהנא הי"ו האָט שוין ארויסגעגעבן אַ ימים נוראים קאַסעטע און מיך געבעטן צו זינגען דערויף "כל נדרי" און "המלך" און איך האָב זייער אַסאַך צוריקגעהערט דערפון. איך האָב דעם המלך און כל נדרי אויפן טעיפ געזאָגט טאַקע ווי דער טאַטע פלעגט עס זאָגן. און דער עולם האָט הנאה דערפון, און עס איז געוואָרן אַ שטאַרקע נאָכפראַגע דערויף.
ביי נוסחאות פון ימים נוראים וימים טובים, איז דאָ איין פונקט: יעדער איז צוגעוואוינט צו די נוסחאות פון זיין אָרט, פון זיין קהלה, און מען האָט נישט ליב צו ווערן פאַרדרייט מיט אַנדערע נוסחאות. אבער דער טאַטע ז"ל האָט געזינגען אַסאַך ראָפשיצער נוסחאות וואָס זענען עובר לסוחר, און יעדער וועט זיכער הנאה האָבן דערפון.
עס איז דאָ די ברכות פון אנהויב שמונה עשרה, די עבודה יום כיפור, ונתנה תוקף, באין מליץ יושר. עס איז אויך דאָ נוסחאות אויף טל און גשם. אויף די דזשיקובער קאַסעטעס איז שוין דאָ אַ טל און גשם, און עס זענען דאָ נאָך ניגונים לבית ראָפשיץ אויף טל וגשם, אבער דאָס זענען נאָר פון די ניגונים אויף די פיוטים "טל תן לרצות" און "זכור אב נמשך אחריך כמים". איך רעד פון די נוסחאות ביז דאָרט, אויף קדיש, די ערשטע ברכה פון שמונה עשרה און די פיוטים "בדעתו אביעה חידות", אדער "אף ברי אתת שם שר מטר". דער טאַטע האָט דאָס געזאָגט אביסל אנדערש ווי די וועלט זאָגט, מיט געוויסע קליינע ענדערונגען און קנייטשן.
דער טאַטע ז"ל האָט אין די ימים נוראים געדאַוונט מוסף און נעילה פאַרן עמוד אין בעלזער בית המדרש אין בני ברק, כמעט ביז זיין לעצטן יאָר, תשנ"ה (אין די לעצטע יארן האָב איך אים שוין אביסל איבערגענומען). ער האָט געהאַט ביי נעילה זייער שיינע נוסחאות אויף אלע סליחות שטיקלעך, אויף ישראל נושע בה' תשועת עולמים, אויף ה' ה'. דעם וועג וויאַזוי ער האָט דאָס געזאָגט, האָב איך נאָכנישט געהערט פון אַנדערע. עס איז געווען אַ געוויסע זאָג, זייער מתיקות'דיג. עס איז נישט געווען קיין איד אין בית המדרש וואָס האָט נישט געלאָזט קיין טרערן.

רעדנדיג פון די ראָפשיץ-ראָזוואָדאָווער נוסחאות, לאָמיר מסיים זיין מעין הפתיחה, מיט איין ניגון וואָס איך האָף אי"ה ארויפצולייגן אויף עתיקא קדישא נומער פיר.
אין אַמעריקע איז געווען אַן עכטער חסיד'ישער איד, הרה"ח ר' נחמי' בראָדט ז"ל, דער זיידע פונעם באַקאַנטן חסיד'ישן בעל מנגן יבלחט"א הרה"ח ר' אביש בראָדט הי"ו.
אינדערהיים איז ר' נחמי' געווען א מעליצער חסיד; ער האָט זיך אויך געדרייט ביי הרה"ק רבי חנא קאָלאָשיצער זצ"ל. אויף די עלטערע יארן איז ער געקומען וואוינען אויף בני ברק; ער האָט אבער געוואוינט אין אַנדערן עק פון אונז, נעבן הרב לאנדא זצ"ל דער בני ברק'ער רב, און דאָרט פלעגט ער דאַווענען.
פאַר די ימים נוראים האָט ער אנגעהויבן זוכן וואו ער קען דאַווענען מיט אַ היימישן געשמאק, לויט ווי ער איז געווען געוואוינט פונדערהיים. ביז עמיצער האָט אים געזאָגט אַז אין בעלזער שטיבל דאַוונט מוספין פארן עמוד ר' יצחק דמן פון ראָזוואָדאָוו.
ר' נחמי' האָט זיך דערפרייט דערצו; ער האָט גוט געקענט מיין טאַטן, זיי זענען געווען אינאיינעם אין רוסלאנד נאך די קריג. און ראש השנה האָט ער טאַקע אַזוי געטוהן; ער האָט געדאַוונט שחרית ביי הרב לאנדא, און נאָכן ליינען האָט ער געמאַכט דעם לאַנגן וועג ביז צום בעלזער שטיבל. ווי נאָר דער טאַטע האָט אנגעהויבן קדיש, האָט ר' נחמי' זיך אויפגעהויבן פון אָרט; געגעבן א נעם זיין בענקל, און האַסטיג צוגעשפרייזט ביז נעבן דעם עמוד, און זיך דאָרט אוועקגעזעצט. הערנדיג דעם טאַטנ'ס קדיש, האָט ער זיך אויסגעדרייט צום עולם און זיך אזוי געריבן די הענט אויפן האַרץ און בויך, "אה אה", ווי צו זאגן "א מחי' א מחי'".
ביי די הויכע שמונה עשרה ווען דער טאַטע איז אנגעקומען צו "אין קצבה" האָט ער געזינגען אַ מאַרש, א ניגון פון צוויי תנועות (נישט דאָס וואָס מען הערט אויפן דזשיקובער טעיפ, אויף אין קצבה). און ר' נחמי' איז ביי דעם מאַרש ארויס פון די כלים. ער האָט געטאַנצן און געשפרינגען, ממש ווי א קינד.
נאָכן דאַווענען האָט ער זיך צופלאַקערט, און זיך אנגערופן צום עולם: דער ניגון האָט מען געזינגען ביים הייליגן ראָפשיצער רב. און עס האָט אַ מעשה.
עס איז פאָרגעקומען דעמאָלט אין וואַרשא אַן אויפשטאַנד קעגן די פוילישע מלוכה, באַגלייט מיט מלחמות און מהומות, און ליידער זענען אויך געווען אַסאַך הרוגים און געפאַנגענע ל"ע.
האָט געוואוינט אין וואַרשא אַ פראָסטער איד, אבער אַ גרויסער גביר,ער האָט געהייסן ר' שמואל דזשיביטיקעווער. עס האָט אים זייער באַנומען דער מצב פון די אידן. ער האָט ארויסגעשטעלט אויף די גאס צוויי פעסער, איינס פול מיט גאָלדענע רענדלעך און דאָס צווייטע מיט זילבערנע רענדלעך, און געמאָלדן אַז ווער עס וועט ברענגען אַ אידישן הרוג צו קבר ישראל, וועט באקומען אַ זילבערנעם רענדל, און ווער עס וועט ברענגען אַ אידישן געפאַנגענעם, אַ לעבעדיגער, וועט באַקומען אַ גאָלדן רענדל.
דער ר' שמואל איז קורץ דערנאָך נפטר געוואָרן, און נישט לאַנג דערנאָך האָט דער ראָפשיצער רב אנגעהויבן זינגען דעם אין קצבה, דערציילנדיג אַז ווען ר' שמואל איז ארויפגעקומען אויף יענע וועלט, האָבן אים די מלאכים באַגלייט מיט דעם ניגון.
ווען זיין זון רבי אליעזר'ל דזשיקובער האָט דאָס געהערט, האט ער געפרעגט דעם פאָטער: "יש קונה עולמו בשעה אחת, אַזאַ שיינעם ניגון?".
האָט דער ראָפשיצער רב געענטפערט, אין פונקט אַ פארקערטן זין: פאַר יש קונה עולמו בשעה אחת, איז דאָס גענוג...


תם די אונטערוויו, ולא נשלם די אינפארמאציע וואס מיר ווילן הערן פון ר' ירמי' זז"ג.

מיר רופן צו ר' ירמי': ר' ירמי ר' ירמי, לאזט אייך הערן... מיר ווארטן...

נ.ב. די איבריגע בילדער, האב איך דערווייל נישט מצליח געווען אריינצלייגן. ווער עס וויל וואלונטירן, זאל מיר שיקן זיין אי-מעיל אדרעס אין אישי.
לעצט פאראכטן דורך פארשריבן אום זונטאג דעצמבער 26, 2010 9:59 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

תגובהדורך קהת » זונטאג דעצמבער 26, 2010 9:48 pm

PDF ביטע
Normal is just a setting on the washing machine

נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1303
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 06, 2007 2:40 pm

תגובהדורך נאטרוליסט » מאנטאג דעצמבער 27, 2010 2:27 pm

העקר מן הספר חסר. פארוואס ווערט נישט אנגעפרעגט איבער די שינויים אינעם נוסח.
יא אין הכי טאקע אז עס האט נישט מיט ראזוואדאוו/ראפשיץ/מעליץ קיין שום שייכות, והא גופא קשיא. פארוואס האט מען טאקע משנה געווען?

פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1438
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

תגובהדורך פארשריבן » מאנטאג דעצמבער 27, 2010 11:41 pm

וואס האסטו געוואלט? אין א סאטמארער צייטונג, זאל מען רעדן וועגן היינטיגע בעלזער מנהגים?

יעדנפאלס קומט עס נישט דא אריין. ווייל ער רעדט דא בלויז איבער די "ניגונים", און נישט איבער נוסחאות.

פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1438
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

הוספה פון: ה' אדם, ברוקלין.

תגובהדורך פארשריבן » דינסטאג ינואר 11, 2011 10:39 pm

נאך ראזוואדאווער פלאנטשער ניגונים?


אינעם שמועס מיט הרה"ג רבי ירמי' דאמען שליט"א, האט ער דערציילט א מעשה מיט הרה"ח ר' נחמי' בראדט ז"ל פון מעליץ, וויאזוי ער האט זיך מחי' געווען צו הערן דאס דאווענען מיט די ראפשיצער נוסחאות פון הרה"ח ר' איטשע דאמען ז"ל אין בני ברק.
האב איך געכאפט א שמועס (טעלעפאניש) מיט הרה"ח ר' אביש בראדט הי"ו, מראשי כולל חיבת ירושלים, און באקאנטער חסידישער הארציגער בעל מנגן, און געוואלט הערן פון אים דערוועגן.

ער זאגט אז זיין זיידע ר' נחמי' איז טאקע געקומען פון מעליץ. אויך זיין אנדערע זיידע, זיין מוטער'ס פאטער, ר' חיים פריעדמאן ז"ל, איז געווען פון מעליץ. ביידע זיידעס זענען אלס בחור געפארן קיין דזשיקוב, צו הגה"ק בעל עטרת ישועה זצ"ל, אבער נאך די חתונה איז ר' נחמי' בראדט געווארן א פלאנטשער חסיד.
ר' נחמי' בראדט און ר' חיים פריעדמאן האבן ביידע איבערגעלעבט די קריג. ווען ר' נחמי' ע"ה איז געווארן אן אלמן איז ער איינגעלאדנט געווארן דורך הרה"ח ר' יוסף אשכנזי ז"ל צום סדר פון רביה"ק בעל דברי יואל מסאטמאר זצ"ל ווייל דער רבי האט שטארק געגליכן פלאנטשער חסידים, חסידים פון זיין שווער בזוו"ר הרה"ק רבי אברהם חיים מפלאנטש זצ"ל.
מיטל-נאכט פסח, האט דער רבי מכבד געווען ר' נחמי' צו דאווענען מערבית. יבלחט"א נכדו ר' אביש הי"ו, האט יענעם יאר מיטגעהאלטן די סדרים ביים רבי'ן צוזאמען מיט זיין זיידן ר' נחמי' וועלכער איז געזעצט געווארן ביים אויבנאן טיש, ממש קעגנאיבער דעם רבי'ן, ווייל ער האט שוין נישט אזוי גוט געהערט. אויף די רעכטע זייט פון רבי'ן איז דעמאלט געזעצן כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א און אויף די לינקע זייט כ"ק אדמו"ר רבי סיני מזשמיגראד שליט"א פון בארא פארק (ביידע אלס בחורים).

ר' ירמי' דמן האט געזאגט אינעם אונטערוויו אז אויף מה ידידות אליין זענען אין ראזוואדאוו געווען אכט ערליי ניגונים וואס מ'האט געזינגען אין פארשידענע צייטן.
דערציילט אונז ר' אביש, אז דער באקאנטער פלאנטשער ניגון וואס האחים החסידים ר' דוד ור' משה קאהן ז"ל פלעגן זינגען יעדן שבועות ביים סאטמארער רבינ'ס טיש אויף אהבה רבה, דאס איז געווען אין פלאנטש א מה ידידות ניגון.
זיין זיידע ר' נחמי' בראדט פלעגט זינגען דריי ניגונים אויף מה ידידות, אנגעהויבן מיט איין ניגון. ביי הילוכך תהא בנחת האט מען געטוישט צו א צווייטן ניגון, און אויף מעין עולם הבא א דריטן ניגון. דאס איז דער פלאנטשער ניגון וואס מען זינגט אין סאטמאר אויף אהבה רבה.
אויף הילוכך האט מען אין פלאנטש געזינגען דעם ניגון וואס ר' ירמי' דמן זינגט אויף "מלאכי השלום בואכם לשלום", ביים סוף פון רבון כל העולמים – וואס אגב, זאגט ר' אביש, אז דער גאנצער נוסח אויף רבון כל העולמים וואס ר' ירמי' דמן זינגט, האט מען טאקע אזוי געזינגען צווישן ראזוואדאוו, פלאנטש און סטיטשינער חסידים; אויך ביי זיי אינדערהיים האט מען געזאגט דעם רבון כל העולמים בערך אזוי, נאר ר' ירמי' דמן לייגט דאס ספעציעל שיין אראפ.
לויט ר' אביש, זענען געווען אסאך ניגונים וואס מען האט געזינגען סיי אין ראזוואדאוו און סיי אין פלאנטש, נאר אויף אנדערע זמירות און זמנים. ר' אביש זאגט: נישט קיין חילוק וויאזוי אדער אויף וועלכע ווערטער מען זינגט די ניגונים, דערקענט מען גלייך אויף די ניגונים אז דאס זענען נישט קיין היינטיגע; דאס זענען אלטע ניגונים מלא חן, פול מיט קדושה.

מיר האבן געפרעגט ר' אביש פארוואס טאקע טוט ער נישט דאס זעלבע ווי ר' ירמי'. ר' אביש ובניו זענען דאך בארימט אלס גרויסע בעלי מנגנים, וועט ר' ירמי' דמן ארויסגעבן ניגוני ראזוואדאוו און ר' אביש ניגוני פלאנטש, און איינס וועט משלים זיין דאס צווייטע.
ר' אביש האט אונז געגעבן גערעכט, און געזאגט אז ער האפט זיך אריינצולייגן אינעם ענין, ווייל עס זענען פארבליבן הונדערטער ניגונים מבית ראפשיץ, און עס איז א שאד וואס עס גייט פארלוירן.

און מיר זאגן אים: תחזקנה ידיכם, וכל אשר יעשה יצליח.


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט