נייע אלבום "אמאליגע אידישע לידער"

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1438
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

נייע אלבום "אמאליגע אידישע לידער"

תגובהדורך פארשריבן » מוצ"ש נובעמבער 27, 2010 10:30 pm

דורכבלעטערנדיג דעם שבת נאכמיטאג דעם קאנטרי יאסי מאגאזין (איך ליין בלויז די ארטיקלען), אנקומענדיג צו די באריכטן פון די נייע טעיפס און אלבומען, האב איך זיך באגעגנט מיט דאס פאלגענדע (איבערגעזעצט אויף אידיש, פארשטייט זיך):

"ברעכנדע נייעס! א היסטארישע נייע פראיעקט, א זאמלונג פון זעכציג אלטע אידישע לידער פון די פריע ניינצעטן יאר הונדערט, געזינגען דורך די גרעסטע חזנים פונעם אלטן דור: ראזענבלאט, הערשמאן, קאסעוויצקי, וואלדמאן, רויטמאן, אוישער, פינטשיק, כ"ץ, בורנשטיין, ראטשטיין, מאלאווסקי, פירס, אונגאר, וויטלער, היצקאפ, אלעקסאנדעראוויטש און נאך.
און צום ערשטן מאל! קומט בייגעלייגט דערמיט א 42 בלעטער וואו עס איז אפגעשריבן אלע לידער, פאר אייער באקוועמליכקייט".

ס'וואלט מיר זייער אינטרעסאנט געווען צו הערן אויב איינער ווייסט וואס דאס איז.
איך האב שוין געפרעגט עטליכע ידידים וואס גלייכן חזנות, ובתוכם ידידי הרב טאבאקא, אבער קיינער ווייסט נישט מער אינפא.

פון דעם אז וויכי אדער צייטליך האבן נישט דא געבראכן די נייעס, איז ווארשיינליך א באווייז אז ס'איז נישט קיין היימישע זאך.
אבער פונעם דעקל וואס איז דארט בייגעלייגט, זעהט עס יא אויס היימיש.
(איך אנטשולדיג זיך, מיין סקענער איז אצינד צובראכן. ווער עס איז ביכולת זאל עס ביטע אריינסקענען).

איך האב געזעהן אז איינס ביי איינס האט שוין דערמאנט א ענליכן סי די לעצטענס viewtopic.php?p=362995&sid=931481792584f88dd8d8d4f5007adb4b#p362995 אבער די דאזיגע זעהט אויס גאר א אנדערע זאך.


א דאנק פון פאראויס.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 20710
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מוצ"ש נובעמבער 27, 2010 10:47 pm

נאכנישט געהערט דערפון, אפשר קענסטו זעהן אויפן קאווער ווער די פראדוסער איז?

איינער האט יא א סקענער וואס קען ארויפלייגן א קאפי פון די קאנטרי יאסי מאגאזין?
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1438
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

תגובהדורך פארשריבן » מוצ"ש נובעמבער 27, 2010 10:53 pm

אויפן דעקל קען מען כמעט גארנישט זעהן.

איך זעה בלויז אז עס איז גאנץ א שיינע זאך. (א בילד פון א אלטע גאס, א קאסטן מיט נאטן דערין, און א פידל ביי דער זייט אד"ג).

אויב איינער זוכט עס, ס'איז אויף בלאט פינף און ניינציג, די לינקע זייט, די דריטע פון אויבן.

(אויפן זעלבן בלאט רעכטס, צווייטע פון אונטן, איז די "עתיקא קדישא" רעוא דרעוין).

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 20710
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מוצ"ש נובעמבער 27, 2010 11:07 pm

וואס דען מיינסטו צו זאגן אז פונעם דעקל זעהט עס אויס היימיש?
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1438
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

תגובהדורך פארשריבן » מוצ"ש נובעמבער 27, 2010 11:10 pm

די ווערטער -אויף ווי ווייט מ'קען זעהן- איז געשריבן אויף א היימישן אידיש. און אויך איז עס גראפירט מיט א היימישן געשמאק.

פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1438
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

תגובהדורך פארשריבן » מאנטאג נובעמבער 29, 2010 9:57 pm

3.jpg

אוועטאר
אורחאפורחא
שר מאה
תגובות: 241
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 31, 2010 2:50 pm

תגובהדורך אורחאפורחא » דינסטאג נובעמבער 30, 2010 11:14 am

ראה ראיתי את עני עמי איך זעה דא וואו דער עולם פלאגט זיך זייער מיט אינפארמאציע אביער דעם אינטרעסאנטען ניי-אויסגעטראפענעם סי-די אמאליגע אידישע לידער.

איך האב צוזאמגעקליבן אביסל אינפארמאציע אוזוי ווי איך האב יא געהערט וועגן דעם אלבוים דער גראפיקס ווערט געמאכט ביי בריליאנט גרעפיקס.
די אלבוים איז צוזאמענגעשטעלט פון דריי סי-דיס וואס ערהאלט זעכציג אויסגעקליבערנע (כשר'ע אוסגעהאלטענע) אינטרעסאנטע ניגונים געזינגען דורך די אויסגערעכנטע חזנים אוף אידיש, מיט א ביכל צו קענען מיטהאלטן ווארט ביי ווארט די אלע ניגונים. וואס ביי טייל פון די ניגונים אדער גאנצע זענען די ווערטער ביז היינט געווען א מיסטעריע.

די אלבוים דארף ארויסצוקומען בקרוב לאור עולם אין די געשעפטן.

עס ווערט ארויסגעגעבן דורך מכון להוצאות שירי חזנים עתיקים
מינימום פרייז $25 אויב העלפט איר 50 זאגט א מיינונג 75 פארשטייט בעסער 100

אוועטאר
אורחאפורחא
שר מאה
תגובות: 241
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 31, 2010 2:50 pm

תגובהדורך אורחאפורחא » דינסטאג נובעמבער 30, 2010 11:20 am

אט האט איר א בילד פונעם קאווער
מינימום פרייז $25 אויב העלפט איר 50 זאגט א מיינונג 75 פארשטייט בעסער 100

אוועטאר
גימעל
שר האלף
תגובות: 1110
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2009 4:09 pm
לאקאציע: דערנעבן.

תגובהדורך גימעל » דינסטאג נובעמבער 30, 2010 12:17 pm

אורחאפורחא האט געשריבן:אט האט איר א בילד פונעם קאווער

נישטא.

לייג איבער ביטע.
ביים דורכפאלן דריי מאל דערלייגט מען ווייניגער ווי ביים פרובירן קיין מאל.

אוועטאר
אורחאפורחא
שר מאה
תגובות: 241
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 31, 2010 2:50 pm

תגובהדורך אורחאפורחא » דינסטאג נובעמבער 30, 2010 12:32 pm

אטא דא
צוגעלייגטע
coverf.jpg
מינימום פרייז $25 אויב העלפט איר 50 זאגט א מיינונג 75 פארשטייט בעסער 100

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2534
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » דינסטאג נובעמבער 30, 2010 4:23 pm

ווי האבן זיי ארויסגעלאזט מיין שטעטלע בעלז?

BTW מען קען שוין אראפנעמען די COUNTRY YOSSI פונעם קעפל.

אורחא, איך זעה ביזט א אורח וואס ווייסט וואס טוט זיך, איז דאס איבערגעארבעט מיט פרישע מוזיק?
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » דינסטאג נובעמבער 30, 2010 5:21 pm

פריילאך האט געשריבן:ווי האבן זיי ארויסגעלאזט מיין שטעטלע בעלז?

תיקון טעות, די שטעטעלע הייסט בעלץ, וועלכע געפונט זעך אין מאלדאווע.
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12465
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דינסטאג נובעמבער 30, 2010 5:54 pm

איז דאס א פשוטע קאלעקציע? אדער צוגעלייגטע זאכן, ווי קווייער, מוזיק. אויסגעקלארט זייער קול וכדו'. איינער האט עפעס מער אינפארמאציע? איך זעה אז MRM מוזיק גיבט דאס ארויס.

פריילאך האט געשריבן:BTW מען קען שוין אראפנעמען די COUNTRY YOSSI פונעם קעפל.

אראפגענומען.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
אורחאפורחא
שר מאה
תגובות: 241
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 31, 2010 2:50 pm

תגובהדורך אורחאפורחא » דינסטאג נובעמבער 30, 2010 6:18 pm

עס איז נישט צוגעלייגט קיין שום נייע מוזיק, נאר אויסגערייניגט און אביערגעארבעט פריש אין סטודיא די מוזיק און די VOICE , עס צו הערן געשמאק און אנגענעם אנע קראצעריי א.ד.ג.
מינימום פרייז $25 אויב העלפט איר 50 זאגט א מיינונג 75 פארשטייט בעסער 100

אוועטאר
אורחאפורחא
שר מאה
תגובות: 241
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 31, 2010 2:50 pm

תגובהדורך אורחאפורחא » דינסטאג נובעמבער 30, 2010 6:24 pm

וועגן די ניגון מיין שטעטעלע בעלז (בעלץ). עס וועט נאך ארויסקומען אי"ה נאך חלקים עס איז דא אסאך וואס צו לייגן אין וואליום 2 און מען וויל הערן פון די עולם פארשלאגן ועוד. די ניגונים פון די אלבוים זענען די עידית שבעדיות. בעסערע ניגונים ווי בעלז (בעלץ) וואס איז שוין קאטעגאריע 2.
מינימום פרייז $25 אויב העלפט איר 50 זאגט א מיינונג 75 פארשטייט בעסער 100

פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1438
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

תגובהדורך פארשריבן » דינסטאג נובעמבער 30, 2010 7:59 pm

שכוח הרב אורחאפורחא.

ס'זעהט אויס א שיינע זאך.

ווי איך פארשטיי איז די הויפט אויפטוה די ביכל. ריכטיג?

אלענפאלס האלט אונז אינפארמירט.

אוועטאר
אורחאפורחא
שר מאה
תגובות: 241
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 31, 2010 2:50 pm

תגובהדורך אורחאפורחא » דינסטאג נובעמבער 30, 2010 8:19 pm

די ביכל איז זייער א גרויסע חלק פון די אויפטו ווייל די אלע ניגונים זענען אוממעגליך צו פארשטיין פון בלויז אויסהערן פון אויסענווייניג, אבער עס איז אריינגעלייגט געווארן א גרויסע עבודה אין די קאלעקציע און אין דאס קלארמאכן די אלטע צוקריצטע גרידזשעדיגע רעקארד פלעיערס. איך האב שוין געהערט א פריוויו עס הערט זיך ווי הערן א נייע טעיפ ממש.
צו אויסהערן די אלטע חזנים דארף מען האבן א שטארקע געפיל ווייל טאמער נישט וועט די אלע בעקראונד בזשעוועריי נישט לאזן הערן. משא"כ די אלבוים הערט זייער געשמאק אפילו פאר די וואס זענען נישט געוואונט צו הערן די אלטע טעיפס.

איך רעד נישט אין נאמען פון די ארויסגעבער ווייל איך בין נישט אינגאנצן באקאנט מיט אלע פרטים איך זאג נאר לויט וואס איך פארשטיי און ווייס שוין.
מינימום פרייז $25 אויב העלפט איר 50 זאגט א מיינונג 75 פארשטייט בעסער 100

טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

תגובהדורך טאבאקא » מאנטאג דעצמבער 06, 2010 8:44 am

ברוך שהחיינו וקיימנו והגיענו לזמן הזה!

אויף אזא זאך ווארט איך שוין יארן! איך האב שוין כמ"פ געבעטן אסאך אידן וואס זענען אין די מוזיק ליין אז זיי זאלן אהערשטעלן אזא זאך, אבער מ'האט מיר שטענדיג אפגעזאגט, מיט די טענה אז עס לוינט נישט. און לאמיר האפן אז דעי חברה וועלן נישט חרטה האבן.

ביי די חזנים ליסטע קען איך כמעט יעדעם -אויסער היצקאפ, אורחא: האסט עפעס אינפארמאציע אויף אים?- און אזוי אויך מיין איך אז איך קען אלע לידער. נאר איך פארשטיי נישט ווי עס קומט דא אריין "בן ציון וויטלער" וואס ער האט טאקע געמאכט גאר שיינע לידער אבער ער איז גאר ווייט פון צו זיין א חזן.

ווי אויך בין איך גאר נייגעריק ווער עס זינגט וואס, ווייל זייער אסאך לידער ווערט געזינגען דורך עטליכע פון די חזנים וואס ווערן אויסגערעכנט.

אבער ווי זאגט די וועלט: פאר א חזן (כ'מיין צו זאגן נ.. אבער סידאך א ד.... לשון) ווייזט מען נישט קיין האלבע ארבעט. אלזא וועלן מיר ווארטן מיט געדולד, און אנגרייטן אפאר דאלער זיך איינצוהאנדלען דעם סידי ווי נאר עס קומט ארויס.

אבער איין זאך האף איך זייער שטארק, אז מ'האט נישט ביים קלאר מאכן געטאטשט די שטימעס. ווייל פאר מיר איז ענדערש צו הערן אביסל קראצעס ווי איידער אראפנעמען אביסל פון די שטימע. אבער קויפן וועל איך עס סיי ווי וועגן דעם ביכל.

(סיי ווי פארשטיי איך נישט וואס מ'דארף אזויפיל קלאר מאכן, ווייל רוב ניגונים זענען גאנץ קלאר. חוץ אפאר פון יאסעלע און מרדכי הערשמאן וואס האבן קראצעס).

אוועטאר
אורחאפורחא
שר מאה
תגובות: 241
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 31, 2010 2:50 pm

תגובהדורך אורחאפורחא » מיטוואך דעצמבער 08, 2010 10:48 am

האב איך אביסל אנגעפרעגט וועגן די אויבנדערמאנטע שאלות (טאבאקא ועוד) זאגן זיי אוזי: מען האט געלייגט א גרויסן דגוש (מיט א דימ"ל) ביים קלארמאכן נישט אראפצונעמען קיין זוז כל שהוא פונעם שטימעס און נישט טוישן פון די ארגינעלע שטימע גארנישטל.
איך האב געבעטן די ארויסגעבער צו ארויפלייגן די ליסטע ווער זינגט וואס. כהאף אז בקרוב יעתר לבקשתינו..
אויך אינפאמאציע אויף היצקאפ'ן האב איך אים געבעטן אף איך אז וועט וועט ער אונז דאס אויך נאכגעבן.
מינימום פרייז $25 אויב העלפט איר 50 זאגט א מיינונג 75 פארשטייט בעסער 100

פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1438
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

תגובהדורך פארשריבן » מיטוואך דעצמבער 08, 2010 11:45 pm

א דאנק פאר די אינפארמאציע, אבער ס'איז מיר אביסל שווער צו גלייבן אז ס'איז געבליבן די זעלבע קלאר ווי בעפאר. ווייל ווי איך האב זיך איבערגעצייגט -סיי ביי עוד יוסף חי, און בעיקר ביי יאסעלע אידישע לידער- אז ווען מ'וויל אראפנעמען קראצעס, נעמט עס עטוואס אראפ פון די שטארקייט פון די שטימע.

אבער וואס האבן מיר צו פירן וויכוחים, ווי טאבאקא האט שוין געשריבן פאר א נ... וכו'. אלזא וועלן מיר ווארטן אויפן אויסצוג (פריוויא בלע"ז).

--------------

וועגן דוד היצקאפף האב איך שוין אמאל ערגעץ אפגעשריבן אביסל אינפארמאציע אויף אים. אבער מיין מנהג איז אז ווען איך זוך עפעס, קען איך עס דאן בשו"א נישט טרעפן...
דעריבער וועל איך צום ערשט בלויז נאכשרייבן וואס כ'האב געטראפן אויף "לשמוע", און ס'איבריגע וועט האפנטליך אורחא ערגענצן.

ער איז געבוירן אין ווארשא אין יאר 1904, זיין פאמיליע האט אימיגרירט קיין ארגענטינע, דארט האט מען אנדעקט זיינע כוחות אין חזנות.
ער איז דארט געווארן דער הויפט טענאר אין די קאפעליע פון ב. פויער וואס האט אים אויסגעלערנט חזנות.
אין 1931 איז ער געווארן דער סאלא טענאר אין דעם אידישן קאנגרעס שול, אונטער דעם אנפירערשאפט פונעם מייסטער דיריגענט ראבינקאף.
און אין 1936 איז ער דארט געווארן חזן. שפעטער איז ער געווארן דער חזן פונעם הויפט שול אין רוסריו. (ער שרייבט נישט וואו דאס איז).
ער האט איבערגעלאזט רעקארדירונגען פון אומגעפער דרייסיג אידישע לידער, און צוואנציג חזנות שטיקלעך.

און דער עולם דארט זאגן אז ער איז ענליך צו הערשמאן. וואס דאס וועלן מיר זיך קענען איבערצייגן ווען מ'וועט קויפן דער נייער אלבום "אמאליגע אידישע לידער". (דאס ווענדט זיך שוין וויפל עס וועט קאסטן... כ'מיין מ'רעדט דאך דא פון א קיי"ל פון "זעכציג" לידער).

(ווער עס קען, זאל איבערזעצן די גויאישע יארן אויף די אידישע. א דאנק פון פאראויס).

----------------

איך האב געזעהן אז איר ברענגט צו צווישן אנדערע א חזן 'משה' אלכסנדראוויטש.
אויב אייער כוונה איז געווען איבערצוטייטשן "מישה" אויף "משה". האב איך מורא אז איר האט ערנסט געגרייזט.

גיבט א קוק אינעם פאלגענדן לינק, אז זיין אידישער נאמען איז געווען "מיכאל". (אויסער אויב דאס איז אן אנדערער).
http://www.bhol-forums.co.il/topic.asp? ... m_id=10889

און אט האט איר א ציטאט פון דארט ביים סוף ווי ער דערמאנט אז ער האט ארויסגעגעבן א אלבום "דאס אידישע ליד".

מיכאל אלכסנדרוביץ הפיק עשרות תקליטים בברית המועצות, ביניהם "השיבנו ד' אלהיך ונשובה" ו"דאס ידישע ליד" המוקדש לשירים באידיש, "מודים אנחנו לך" המסמל את תודתו של האמן לבורא עולם על אשר זכה להיות אזרח בן חורין במדינת ישראל ולייצגה בכבוד ברחבי העולם כאחד מגדולי החזנים והאומנים.

איך וועל זיך פרייען צו הערן אז איך האב א טעות.

------------

לגבי וואס טאבאקא פרעגט וועגן וויטלער'ן, האב איך געקלערט מיישב צו זיין אויף צוויי אופנים.

קודם קען זיין אז ער האט יא עטוואס א חזנ'ישע שטימע. נאר דאס וואס טאבאקא שרייבט אז "ער איז גאר ווייט פון צו זיין א חזן". מיינט צו זאגן פאר אזעלכע מבינים ווי ער. און א שטיקל ראי' דערצו האב איך, פון דעם וואס ער האט זיך געאייסערט אז "העלפגאט איז בכלל נישט קיין חזן". וואס יעדער פארשטייט אז דאס איז גאר אן עקסטרעמער אויסדרוק. והבן כי קצרתי.

ואם תמצי לומר אז ער איז טאקע נישט קיין חזן, אין פולן זין פון ווארט. האב איך געקלערט צו ענטפערן אזוי:
אז די דאזיגער אלבום איז בעצם געשטעלט אויף אמאליגע אידישע 'לידער', ווי דער נאמען איז מעיד.
נאר וויבאלד דער מציאות איז געווען אז רוב אמאליגע לידער איז געזינגען געווארן דורך חזנים, שרייבן זיי "געזינגען דורן די בארימטע חזנים".
אבער אויב ס'וועט זיין א שיינער ניגון וואס וועט נישט געזינגען ווערן דורך א חזן, קען עס אויך אריינגיין צווישן די קאלעקציע פון לידער.

און דא האב איך אויך א שטיקל ראי'. ווייל אז מ'האט אריינגעלייגט דעם ליד "דאס פארטריבענע טייבעלע" (אויב ס'איז טאקע פון יאסעלע. וואס דאס וועלן מיר געוואויר ווערן נאכדעם וואס "אורחאפורחא" וועט אונז פארשאפן די ליסטע, ווי ער האט פארשפראכן), וואס כאטש יאסעלע זינגט עס, איז עס אבער בכלל נישט קיין חזנ'ישער ליד, כנלפענ"ד.

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » דאנארשטאג דעצמבער 09, 2010 12:13 am

פארשריבן האט געשריבן:שפעטער איז ער געווארן דער חזן פונעם הויפט שול אין רוסריו. (ער שרייבט נישט וואו דאס איז).

א שטאט אין ארגענטינא.
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2534
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » דאנארשטאג דעצמבער 09, 2010 10:35 am

[quote="פארשריבן"] דעריבער וועל איך צום ערשט בלויז נאכשרייבן וואס כ'האב געטראפן אויף "לשמוע" [quote="פארשריבן"]

וואס איז דאס?
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1438
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

תגובהדורך פארשריבן » דאנארשטאג דעצמבער 09, 2010 11:30 am

ס'איז דא אויף 'בחדרי חרדים' א אינהאלטסרייכער אבער אומקראנטער [לדעתי] פארום, מיטן נאמען "לשמוע אל הרנה ואל התפלה".
און דאס ווערט ביי אונז שטענדיג גערופן אין קורצן "לשמוע".

דא האט איר א לינק:
http://www.bhol-forums.co.il/forum.asp?forum_id=14617

אוועטאר
אורחאפורחא
שר מאה
תגובות: 241
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 31, 2010 2:50 pm

תגובהדורך אורחאפורחא » זונטאג דעצמבער 12, 2010 12:40 pm

וועגן דעם וואס "פארשריבן" האט געשריבן אז מען וועט שוין הערן אויף די אויסצוג פריווי"ו בלע"ז, הער איך אז עס וועט נישט זיין קיין אויסצוג. פאר צוויי סיבות. קודם ווייל א גרויסע חלק פון די אויפטו איז די בוך, ממילא אן די בוך קען מען נישט ווייזן קיין פריוויו פון די טעיפ, נומבער צוויי עס איז שווער צו אריינלייגן א פריוויא פון זעכציג לידער אריין אין צען מינוט.

און וועגן דעם חזן אלכסנדראוויטש צו דאס איז א צווייטער, ניין: עס איז א טעות דאס איז מישה זיין ריכטיגן נאמכן איז מיכאל.

וועגן אינפארמעישאן אויף היצקאפ'ן
David Hitzkop, was born in ealy 1900's in warsaw (poland) his father was a chazzan too. in about 1930's moved to Argentina and was chazzan there until death (about 1958) had a trained voice and was a lyric tenor (also sang some opera)
מינימום פרייז $25 אויב העלפט איר 50 זאגט א מיינונג 75 פארשטייט בעסער 100

טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

תגובהדורך טאבאקא » מאנטאג דעצמבער 13, 2010 7:35 am

לגבי וואס פארשריבן האט געשריבן וועגן וויטלער'ן.
די ערשטע תירוץ איז נישט גילטיג, ווייל קיינער האלט נישט אז ער איז געווען א חזן (ניטאמאל א גוטער זינגער).
ער איז ס"ה געווען א גוטער פאעטער, און קאמפאזיטער פון אידישע לידער, אבער נישט מער פון דעם.
משא"כ העלפגאט איז דא וואס פאררופן אים אלס חזן. כאטש איך בין מחולק מיט זיי.

דיין צווייטע תירוץ קלינגט שוין אביסל בעסער, און ס'מעגליך אז דו ביסט גערעכט.
(למעשה איז אבער אינטרעסאנט אז זיי האבן נאר אים אריינגעלייגט, אינדערצייט וואס ס'איז דא אסאך זינגער'ס פון דעם קוואליטעט).

לויט ווי כ'האב געזעהן די ליסטע פון לידער, זענען (כמעט) אלעס נאר ערליכע תוכנפולע ניגונים. ממילא איז די שאלה וועגן בעלז (בעלץ) נישט אין פלאץ. ווייל כאטש ס'איז א אינטרעסאנטער ליד, ברענגט עס גארנישט ארויס אידישליך.


וועגן מישה\משה, איז זיך פארשריבן אויך אביסל טועה.
גערופן האט מען אים מישאַ, נאר אויף העברעאיש שרייבט מען עס מיט א ה צום סוף.
(און איך האב אויך געמיינט ביז היינט אז זיין אידישער נאמען איז משה, ווייל אויף רוסיש ווערט פון משה מישאַ. און ווי ס'קומט צו איבערטייטשן מיכאל צו מישא קען איך נישט משיג זיין).


און כ'האב נאך אסאך צו זאגן און צו רעדן, אבער ס'איבריגע וועט שוין זיין פריוואט. (מ'דארף אויך לאזן א צווייטן רעדן...)

איך וויל נאר פרעגן דעם אורחא צוויי זאכן:

1) ביטע זייט אונז מודיע א בערך'דיגן דאטום ווען עס גייט זיין אין די געשעפטן. איך קען נישט לויפן כסדר קוקן, ווייל ווען איך גיי אריין אין א מוזיק סטאר מיט קעש ווערט עס עפעס מיסטעריעז פארשוואונדן... און ס'איז נישט מסוגל פאר די קעשענע.

2) גייט מען קענען קויפן די ביכל עקסטער אן די סידי'ס. און צו ס'גייט זיין אויך אן עם פי טרי ווערסיע.


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot] און 11 געסט